שוועדן באקומט נייע באנקנאטן און מטבעות פט א יף כ או א ער איי גע יק ל ב ט! ל ס ו ו ע ר י ג ע ס ר י ק ס ב א נ ק 1קראנע 2קראנע 5קראנע 10קראנע שוועדן באקומט נייע באנקנאטן און מטבעות אין 2015און ,2016וועט שוועדן באקומען נייע באנקנאטן און מטבעות .מיר וועלן אויך באקומען א נייע וואלוטע ,א -200קראנע באנקנאט .א באקאנטער פריינט וועט אויך צוריקקומען ווען מיר וועלן אנהייבן נאכאמאל ארויסצוגעבן די -2קראנע מטבע .די נייע באנקנאטן וועלן האבן נייע זיכערהייט מאסנאמען וואס וועט צושטעלן בעסערע באשיצונג אנטקעגן פעלשונג ,און די מטבעות וועלן זיין קלענער און לייכטער. די באנקנאטן און מטבעות וועלן ווערן ארויסגעגעבן דורכאויס צוויי שטאפלען ,אום אקטאבער 2015און אקטאבער .2016פאר א וויילע ,וועלן סיי די נייע און סיי די אלטע באנקנאטן און מטבעות צירקולירן דורכאויס די זעלבע צייט. די יעצטיגע באנקנאטן און מטבעות וועלן צוביסליך ווערן אומגילטיג (אויסער די -10קראנע מטבע וואס וועט נישט ערזעצט ווערן) .כדי נישט צו ריזיקירן איבערצובלייבן מיט אומגילטיגע באנקנאטן און מטבעות אינדערהיים, באצאלט מיט זיי אדער לייגט עס אריין אין אייער באנק קאנטע דאס שנעלסטע וואס מעגליך. ווען איר באקומט א נייע באנקנאט ,בייגט עס צו מאכן זיכער אז עס איז אויטענטיש .איר דארפט זען בילדער וואס טוישן קאלירן און בילדער וואס רוקן זיך און טוישן זיך צווישן די מוסטערן. Stefan Ingves Governor of the Riksbank September 2015 זעט שוועדן’ס נייע באנקנאטן אויף אונזער עפפ עס ווערט אנגערופן ” ”Kolla pengarnaאון קען ווערן דאונלאודעד פריי פון אפצאל ביים עפפ געשעפט אדער גוגל פלעי. נייע באנקנאטן אום אקטאבער 2015 אום אקטאבער ,2015 1וועט די ריקסבאנק אנהייבן ארויסגעבן נייע 50 ,20און 1,000קראנע באנקנאטן מיט נייע מוסטערן .מיר וועלן אויך באקומען א נייע וואלוטע ,א 200קראנע באנקנאט .עס קען נעמען א וויילע איידער איר זעט א נייעם באנקנאט צוליב דעם וואס די איצטיגע געלט וועט ווייטער בלייבן אין צירקולאציע פאר א שטיק צייט. פאדערשטע טעמע: קינדער שרייבער אסטריד לינדגרען הונטערשטע טעמע: סמאלאנד ,וואו אסטריד לינדגרען איז אויפגעוואקסן פאדערשטע טעמע: דער דיכטער ,קאמפאזירער און מעלער עווערט טאובע הונטערשטע טעמע: באהוסלאן ,איינס פון די פילע פלעצער פון וואו עווערט טאובע האט געצויגן אינספיראציע פאדערשטע טעמע: פילם דירעקטאר אינגמער בערגמאן הונטערשטע טעמע: גאטלאנד (פארא) וואו אינגמאר בערגמאן האט געמאכט זיין היים פאדערשטע טעמע: UNסעקרעטאר גענעראל און מיטגליד פון די שוועדישע אקעדעמיע דאג האמערשיעלד הונטערשטע טעמע: לאפלאנד ,א ארט פון הערליכע נאטור וואס האט מורא’דיג אינטערסירט דאג העמערשיעלד בייגט דעם באנקנאט – צו פארזיכערן אז עס איז אויטענטיש די נייע באנקנאטן האבן נייע זיכערהייט מאסנאמען וואס מאכט דאס שווער צו פעלשן .אויב בייגט איר די באנקנאטן ,קענט איר זען אויב עס איז אויטענטיש. קאליר-טוישנדע בילדער א בילד וואס טוישט איר קאליר צוביסלעך צווישן גאלד און גרין ווען איר בייגט די באנקנאט. זיכערהייט שטריך א אויבן-צו-אראפ שטריך מיט דריי פענסטערס .די פענסטערס ענטהאלטן בילדער וואס רוקן און טוישן מוסטערן ווען איר בייגט די באנקנאט. זיכערהייט שטריך די נייע 200קראנע און 1,000קראנע באנקנאטן האבן א א אויבן-צו-אראפ זיכערהייט שטריך. • די שטריך פארמאגט דריי פענסטערס. • די פענסטערס שטעלן פאר בילדער וועלכע רוקן און טוישן מוסטערן צווישן ” ”KRאון א קעניגליכע קרוין ווען איר בייגט די באנקנאט. • די זיכערהייט שטריך איז פלאצירט ביי די לינקע זייט פונעם פארטרעט אויף די פאדערשטע זייט פונעם באנקנאט. • די קאליר פון די שטריך איז אנדערש אויף די פארשידנארטיגע וואלוטעס פון באנקנאטן. קאליר-טוישנדע בילד די נייע באנקנאטן האבן א קאליר טוישנדע בילד פארבינדן מיט דעם פערזאן וואס ווערט אראפגעמאלן אויפן באנקנאט. אויך ווערט געוויזן אויפן בילד וואספארא וואלוטע דאס איז. דער בילד און די וואלוטע סארט טוען צוביסליך טוישן קאליר צווישן גאלד און גרין ווען איר בייגט די באנקנאט .די בילד איז פלאצירט ביי די רעכטע זייט פונעם פארטרעט אויף די פאדערשטע זייט פונעם באנקנאט. -20קראנע באנקנאט בוך -50קראנע באנקנאט שיף -200קראנע באנקנאט קלאפערבאורד -1,000קראנע איילבירט צווייגל די באנקנאטן האבן אויך עטליכע אנדערע זיכערהייטס מאסנאמען .איר קענט טרעפן מער אינפארמאציע איבער דעם אויף די ריקסבאנק וועבזייט: riksbank.se/kollapengarna באנקנאטן וועלכע ווערן אומגילטיג נאך יוני 2016 ,30 איר קענט ווייטער נוצן די יעצטיגע 50 ,20און 1,000 קראנע באנקנאטן ביז -און אריינגערעכנט -יוני 30 2016צו באצאלן זאכן אדער זיי אריינלייגן אין אייער באנק קאנטע .נאך יוני 2016 30וועט שוין מער נישט זיין מעגליך צו באצאלן מיט די באנקנאטן .איר וועט ווייטער קענען אריינלייגן אין אייער באנק קאנטע ביז - און אריינגערעכנט -אוגוסט .2016 31 לאזט עס נישט איבער אויף די לעצטע מינוט! עס קענען זיין באגרעניצונגען צו וויפיל קעש בענק און געשעפטן קענען אננעמען .בעט אייער באנק אדער לאקאלע געשעפט פאר מער אינפארמאציע. נאך אוגוסט 2016 31וועט די ריקסבאנק קענען צוריקנעמען די אומגילטיגע באנקנאטן פאר א אדמיניסטראטיווע אפצאל פון .SEK 100 פארוואס די בענק דארפן פרעגן פראגעס ווען איר ווילט אריינלייגן געלט אין די באנק אדער מאכן א אנדערע טראנסאקציע ,דערפט איר זיין גרייט צו ענטפערן פראגן איבער פון וואו די געלט קומט און צייגן גילטיגע אידענטיפיקאציע .אין געוויסע פעלער, וועט די באנק אויך דארפן זען קאנטראקטן ,רעסיטס, אינוואויסעס אדער אנדערע שריפטן וואס ווייזן אויף וויאזוי איר האט באקומען דאס געלט .דאס איז פארבינדן מיט די געזעץ איבער שריט אנטקעגן וואשן געלטער און טעראר פינאנצירונג ,וואס שרייבט ארויס ,צווישן אנדערע ,אז בענק זענען פארפליכטעט אויסצוגעפינען פון וואו דעפאזיטס קומען. דער אונטערזוכונג דארף געמאכט ווערן אפילו וואו עס איז נישטא קיין פארדאכט פון א פארברעכן .די ציל פון די געזעץ איז צו פארמיידן בענק און אנדערע פינאנציעלע פירמעס פון ווערן גענוצט צו וואשן געלט ,דאס מיינט געלט פון קרימינאלע אקטיוויטעטן וואס ווערט איבערגעמאכט אויף געלט וואס קען ווערן אריינגעלייגט אין א באנק קאנטע און גענוצט ווערן .די רעגולאציעס זענען גילטיג אויף אלע פינאנציעלע פירמעס אינעם אייראפעאישע פאראיין. די ריקסבאנק טוט אויך אויספאלגן דאס געזעץ פון שריט אנטקעגן וואשן געלטער. וואס וועט געשען צו די 100קראנע און 500קראנע באנקנאטן און מטבעות? אום אקטאבער ,2016וועט די ריקסבאנק אנהייבן ארויסגעבן נייע 100קראנע און 500קראנע באנקנאטן, צוזאמען מיט נייע 2 ,1און 5קראנע מטבעות .אבער די 10קראנע מטבע וועט בלייבן אומגעטוישט. די יעצטיגע 100קראנע און 500קראנע באנקנאטן, ווי אויך אלע יעצטיגע מטבעות אויסער די 10קראנע מטבע ,וועלן ווערן אומגילטיג נאך יוני .2017 ,30 די 10קראנע מטבע וועט בלייבן אומגעטוישט. מער אינפארמאציע איבער די נייע באנקנאטן און מטבעות און די וועלכע וועלן ווערן אומגילטיג ,וועלן פארגעשטעלט ווערן קומענדיגע יאר. נוצט אויס אייערע מטבעות יעצט! געדענקט אז מיטן אויסנאם פון די 10קראנע מטבע, וועלן אלע מטבעות ווערן אומגילטיג אום .2017 דערפאר הייבט אן צו נוצן אייערע מטבעות יעצט, ספעציעל אויב האט איר אסאך דערפון .אזוי ריזיקירט איר נישט מיטן איבערבלייבן מיט אומגילטיגע מטבעות. עס קענען זיין באגרעניצונגען צו וויפיל קעש בענק און געשעפטן וועלן אננעמען ,דעריבער לאזט עס נישט איבער אויף די לעצטע מינוט. מער אינפארמאציע • די ריקסבאנק וועבזייטל: riksbank.se/kollapengarna • פעיסבוקfacebook.com/kollapengarna : • עפפ :זוכט אויף ”קאלע פענגארנע” אין אייער טעלעפאן’ס עפפ געשעפט. איבער סוועריגעס ריקסבאנק די ריקסבאנק איז די צענטראלע באנק פון שוועדן .מיר געבן ארויס שוועדן’ס באנקנאטן און מטבעות .מיר זענען אויך פאראנטווארטליך צו פארזיכערן אז אונזער געלט האלט אן איר ווערד און אז די צאלונג סיסטעם איז פארזיכערט און ווירקזאם. וויכטיגע דאטומען אקטאבער 2015 אקטאבער 2016 5קראנע 2קראנע 2015 2016 אומגילטיג נאך יוני 2016 30 1קראנע 2018 2017 אומגילטיג נאך יוני 2017 30 5קראנע 2קראנע 1קראנע veriges nya sedlar i vår appבאקוקט שוועדן’ס נייע באנקנאטן אין אונזער עפפ ankens app ”Kolla pengarna” kan du veriges nya sedlar. Lär dig hur duבאנקנאטן känner איר קענט זיך אצינד באקענען מיט שוועדן’ס נייע .”Kolla pengarna” דורך נוצן די ריסקבאנק’ס נייע עפפ ta sedel eller spela vårt nya sedelspel. געפונט אויס וויאזוי צו דערקענען אן אויטענטישע tar du också den här broschyrenבאנקנאט som קענט אין די עפפ.אדער שפילט אונזער נייע באנקנאט שפיל h den finns att läsa på flera andra språk. איר אויך טרעפן דעם דאזיגן ביכל אלס אן אודיאבוק און עס ns att ladda ner gratis på App Store och .אויסהערן אין עטליכע באזונדערע שפראכן ay. איר קענט אראפלאדענען די עפפ פריי פון אפצאל פון די עפפ .סטאר אדער גוגל פלעי שוועדן באקומט נייע Sverigeמטבעות får nyaאון sedlar och mynt באנקנאטן Română Русский Srpski Julevsámegiella Soomaali Meänkieli Español Davvisámegiella فارسی Åarjelsaemien Polski ܐܪܡܝܐ/ܣܘܪܝܝܐ Arli ไทย Kalderaš Türkçe Kálo Deutsch Kurdîya kurmancî riksbank.se/languages MILJÖMÄRKT Trycksak 3041 0701 Shqip العربية Surayt Bosanski English Suomi Français יי ִדיש 中文 Hrvatski י גK ס ו ו ע ר R I קG נE אS ס בR קI יK רS B סA עN
© Copyright 2024