וועט ּפאלארד באפרייט ווערן: פּאלארד בארעכטיגט פאר פּאראל אין נאוועמבער עס קאכט זיך די טעג מיט די נייעס אז דער מדינת ישראל שפּיאן דזשאנאטאן פּאלארד, וועלכער איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע ווען מען האט אים ארעסטירט אין הויף פון די מדינת ישראל אמבאסאדע אין וואשינגטאן אין ,'85ווען די איזראעליס האבן אים נישט אריינגעלאזט זעענדיג ווי ער איז אנטלאפן פון די "עף .בי .איי ".אגענטן ווען מען האט אים געכאפּט ביי זיין מאסיוון שפּיאנאזש ,ווערט איצט באטראכט ארויסגעלאזט צו ווערן. לויט די באריכטן ,איז מעגליך אז פּרעזידענט אבאמא זאל אים איצט באפרייען ,צו ווייזן אז ער איז נישט קעגן מדינת ישראל ,טראץ דעם אנ־ גייענדיגן פּראפּאגאנדע קאמפּין פון דעם איזראעלי פּרעמיער נתני' און די איזראעלי לאביאיסיטן אין אמעריקע קעגן דעם נוקלעארן אפּמאך וואס אמעריקע און די אנדערע גרויסמאכטן האבן אונטערגעשריבן מיט איראן עטליכע וואכן צוריק. פרייטאג האט די שפּאקולאציע אנגעהויבן צו גיין אין גרויסן אז אמעריקאנער באאמטע וועלן נישט ארויסשטעלן א קעגנערשאפט צו פּאראל פאר פּאלארד וועלכער איז בארעכטיגט באטראכט צו ווערן פאר פּאראל נאך 30יאר שמאכטן אין טורמע ,אזוי ווי יעדער וואס איז פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע) .דאס געזעץ איז שוין זינט דאן געענדערט געווארן אז לעבענסלענגליכע טורמע מיינט טאקע "לעבענסלענגליך" און נישט כמעט-אויטאמאטישע פּאראל נאך 30יאר (.אזא פּאראל איז נישט אן אויטאמאטישע זאך ,די רעגירונג קען ארויסשטעלן א קעגנערשאפט .דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז אויב ער באקומט יא פּאראל וועט עס נישט האבן קיין שום פארבינדונג צו אנגעבליכע באמיאונגען צו בארואיגן די אנגעצויגענקייט מיט מדינת ישראל איבער דעם נוקלעארן אפּמאך מיט איראן. א ווארטזאגער פאר'ן נאציאנאלן זיכערהייט ראט האט דערקלערט אז מיסטער פּאלארד'ס שטאטוס וועט פעסטגעשטעלט ווערן דורך די אמעריקאנער פּאראל קאמיסיע לויט די אנגענומענע פּראצעדורן .עס איז פארהאן אבסאלוט זערא פארבינדונג צווישן מיסטער פּאלארד'ס שטאטוס און אויסערן פּאליטיק חשבונות. די גאנצע געשיכטע האט זיך אנגעהויבן מיט א באריכט אין "וואל סטריט זשורנאל" פרייטאג אז די אבאמא אדמיניסטראציע גרייט זיך צו באפרייען פּאלארד ,וואס טייל אמעריקאנער באאמטע האבן אויסגעדרוקט די האפענונג אז דאס וועט עטוואס פארגלעטן די באציאונגען מיט מדינת ישראל. מדינת ישראל האט לאנגע יארן איגנארירט פּאלארד ,מען האט נישט גע'שתדל'ט פאר אים ,עס האט נישט אויסגעזען ווי איזראעלי פירער זענען אינטערעסירט אז ער זאל באפרייט ווערן און עס זענען שוין אפילו געווען באריכטן אז געוויסע הויכע איזראעליס האבן אפילו מורא געהאט פון א באפרייטן פּאלארד ,ווייל ער וועט דערציילן מיט וועמען ער האט געהאט פארבינדונגען ,און עס וועט זיך ארויסשטעלן אז זיין שפּיאנאזש האט גאר געצויגן פעדימער צו די העכסטע ראנגען אין די מדינת ישראל רעגירונג אדער מיליטערישע פירערשאפט. לאנגע יארן שפּעטער איז פּאלארד'ס באפרייאונג ענדליך אויפגענומען געווארן אלס א טעמע פון אינטערעסע ביי איזראעלי פירער ,און לויט ווי עס איז דאן באריכטעט געווארן ,איז פּרעזידענט קלינטאן אפילו גרייט געווען צו באגנאדיגן ,צו רעדוצירן פּאלארד'ס שטראף אז ער זאל שוין קענען באפרייט ווערן נאך 15יאר ,אלס טייל פון די שלום באמיאונגען פון קלינטאן מיט מדינת ישראל און אירע אראבישע שכנים ,אבער דאס האט ארויסגעברענגט אזא שארפע רעאקציע פון די אמעריקאנער שפּיאנאזש עסטאבלישמענט, אז עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז דער "סי .איי. עי ".דירעקטאר האט געסטראשעט מיט רעזיגנאציע אויב מען באפרייט פּאלארד ,און ער איז פארבליבן אין טורמע. אין די לעצטע פּאר יארן אונטער פּרעזידענט אבאמא ,הערט מען אומאפיציעל אז אמעריקע האט יא אנגעבאטן צו באפרייען פּאלארד אין אויסטויש פאר געוויסע הנחות פון מדינת ישראל, ווי צ.ב.ש .ערנסט צו באנייען די שלום פארהאנדלונגען מיט די אראבער ,אבער אויף דעם האט מדינת ישראל נישט געוואלט איינגיין. לויט די אמעריקאנער פאראורטיילונג רעגולאציעס ,דארף פּאלארד באפרייט ווערן קומענדיגן נאוועמבער ,21און דער דאטום שטייט שוין אזוי לאנגע יארן אויף דעם אפיציעלן פעדעראלן טורמע וועבסייט וואו עס ווערן אויסגערעכנט אלע פעדעראלע ארעסטאנטן ,דער דאטום פון זייער ארעסט ,און ווען עס איז אין חשבון זייער באפרייאונג )אויף פּאראל אדער ביים ענדע פון זייער אורטייל( .אזוי ווי מען האט ארעסטירט פּאלארד נאוועמבער ,'85 ,21איז דער דאטום פון זיין באפרייאונג באשטימט געווען אויף נאוועמבער .'15 ,21ווען עס איז שוין ווינציגער פון 120טעג פון זייער מעגליכע באפרייאונג, פארלאנגען געווענליך די ארעסטאנטן א פארהער ביים פּאראל באורד ,און פּאלארד האט דאס שוין בילד פון פאלארד אום '91 זעקס יאר נאך זיין ארעסט אין '85 פארלאנגט .די רעגולאציעס שרייבן פאר אז דער ארעסטאנט דארף באפרייט ווערן ,אויף פּאראל, סיידן די רעגירונג קען אויפווייזן אז ער האט פארלעצט רעגולאציעס אין די טורמע אדער אז ער וועט ווארשיינליך באגיין פרישע פארברעכנס אויב מען באפרייט אים. דער יוסטיץ דעפּארטמענט האט אינעם פרייטאג'דיגן סטעיטמענט געשיקט א סיגנאל אז די רעגירונג האט נישט אין פּלאן קעגנצושטעלן זיך אויף זיין באפרייאונג ,אנמערקענדיג אז ער איז אנגעבליך בארעכטיגט פאר דעם אויטאמאטישן פּאראל .א יוסטיץ דעפּארטמענט ווארטזאגער האט צוגעגעבן :דער יוסטיץ דעפּארטמענט האט אלץ געהאלטן און האלט אויך איצט אז דשאנאטאן פּאלארד זאל אויסדינען זיין פולן אורטייל פאר די ערנסטע פארברעכנס וואס ער איז באגאנגען ,וואס אין דעם פאל איז עס א -30יאר שטראף לויט ווי עס איז פארגעשריבן דורך די רעגולאציעס. די אמעריקאנער קעגנערשאפט צו באפרייען ּפאלארד אויב די אבאמא אדמיניסטראציע וועט זיך טאקע נישט קעגנשטעלן פּאלארד'ס באפרייאונג ,אדער אויב עפּעס וועט אונטערקומען אז עס וועט זיך לוינען פאר פּרעזידענט אבאמא צו פארשנעלערן דעם פּראצעדור מיט פארקירצן זיין אורטייל ,איז פילייכט מעגליך אז דאס וועט ברענגען אביסל מער פּאפּולאריטעט פאר אבאמא ביים איזראעלי פאלק און אירע שטיצער אין אמעריקע ,אבער אנאליסטן האלטן אז דאס וועט פארשאטענט ווערן פון דעם שאדן וואס פּרעזידענט אבאמא וועט ליידן ביי די "סי .איי .עי" ,".עף .בי. איי ".און אנדערע אמעריקאנער זיכערהייט אגענטורן וועלכע קעמפן אזוי היציג שוין צענדליגער יארן אז פּאלארד טאר נישט באפרייט ווערן. עס איז אלץ געווען א רעטעניש פארוואס פּאלארד האט באקומען די מאקסימום שטראף פון לעבנסלענגליכע טורמע נאכדעם ווי ער האט זיך דעקלערט שולדיג אויף בלויז איין קלאגע פון שפּיאנאזש און דאס איז געגאנגען צו א פריינטליכע מדינה .די פּאלארד שטיצער האבן אלץ גע'טענה'ט אז ער האט בלויז איבערגעגעבן מאטעריאל פאר מדינת ישראל וואס אמעריקע פלעגט סיי ווי מיטטיילן מיט איר ,אבער ווען ער האט געזען אז מען האט דאס אויפגעהערט איבערצוגעבן האט ער דאס אנגעהויבן צו טאן אויף די אייגענע האנט. פּאלארד אליין האט געזאגט אז ער איז געטריבן געווארן דערצו דורך געטריישאפט צו מדינת ישראל ,כאטש מען האט אויפגעדעקט אז ער האט באקומען ארום $50,000פאר די דאקומענטן וואס ער האט צוגעשטעלט און עס איז אים געשטאנען צו פארדינען פיל מער ,נאר מען האט אים געכאפּט. א געוועזענער "סי .איי .עי ".געהילף דירעקטאר ,מייקל מארעל ,האט געזאגט אז עס וואלט געווען א טיפע זארג אין די שפּיאנזש געמיינדע אויב מען באפרייט פרי פּאלארד .מען האט אפטמאל אויסגעטוישט שפּיאנען אין די "קאלטע קריג" יארן ,און דאס איז געווארן אן אנגענומענע זאך אין די וועלט פון שפּיאנאזש .דא האט אבער נישט מדינת ישראל קיין שום אמעריקאנער וואס איז איינגעשפּארט געווארן ביי זיי אויף שפּיאנאזש קלאגעס אדער אפילו אן איזראעלי וואס האט שפּיאנירט פאר אמעריקע .דאס איז נישט קיין רעדע פון א שפּיאנען אויסטויש ,וועט דאס ממילא נישט אנגענומען ווערן אין די שפּיאנאזש געמיינדע. ווי פריער געזאגט ,האט דער דעמאלט'דיגער "סי .איי .עי ".דירעקטאר דזשארדזש טענעט געסטראשעט צו רעזיגנירן ווען עס איז באקאנט געווארן אז דער איזראעלי פּרעמיער נתני' האט געוואלט צולייגן פּאלארד'ס באפרייאונג אלס איין פארלאנג אין די מיטל מזרח שלום געשפּרעכן .צוליב דעם האט פּרעזידענט קלינטאן צוריקגעוויזן דעם פארלאנג ,נישט קענענדיג זיך ערלויבן אן אויפשטאנד פון די שפּיאנאזש באאמטע אין אמעריקע. טענעט איז פארבליבן אין זיין אמט אויך ווען דער אמעריקאנער פּרעזידענט דזשארדזש בוש איז אריין אין ווייסן הויז אין יאנואר.'01 , זינט דאן איז שוין פארריבער איבער 15יאר ,און עס איז שוין אביסל אפּגעשוואכט געווארן די קראפט מיט וואס די שפּיאנאזש באאמטע באקעמפן פּאלארד'ס באפרייאונג .אפילו דער געוועזענער "סי .איי .עי ".דירעקטאר מייל העידען האט אויך פרייטאג צוגעגעבן אז ער איז נישט ענטוזיאסטיש איבער די באפרייאונג ,אבער איצט וועט ער נישט זאגן קיין ווארט קעגן דעם .ער געדענקט ווי שארף די "סי .איי .עי ".באאמטע האבן געקעמפט קעגן דעם אין די קלינטאן יארן ,אבער מען האלט שוין 15יאר שפּעטער און ער )פּאלארד( האט שוין געדינט 30יאר. העידען האט אויך אנגעמערקט אז די לייכטערע אורטיילן וואס מען האט געגעבן מער לעצטענס פאר שפּיאנען און פאררעטער האט ארויסגעברענגט אויפרעגונג אין די שפּיאנאזש געמיינדע ,האבן זיי אויסגעלאזט דעם כעס אויף פּאלארד. דער געוועזענער אמעריקאנער ארמיי סאלדאט ברעדלי מענינג ,האט באקומען "בלויז" 35יאר טורמע פאר ארויסגעבן הונדערטער טויזנטער געהיימע דאקומענטן פאר "וויקיליעקס" ,די געהיימע אינטערנעט ארגאניזאציע וואס דעקט אויף סודות .מענינג איז בארעכטיגט צו פּאראל נאך בלויז 8יאר אין טורמע ,און א סאך באצייכענען גאר מענינג ווי א העלד ,פאר אויפדעקן רעגירונג סקאנדאלן. דער געוועזענער אטוירני דזשענעראל עריק האלדער האט לעצטענס געזאגט אז עס וואלט זיך פילייכט געלוינט פאר די רעגירונג צו דערגרייכן א "פּלי בארגען" מיט עד סנאודען ,דער געוועזענער אמעריקאנער שפּיאנאזש ארבייטער ביים נאציאנאלן זיכערהייט ראט וועלכער האט שוין ארויסגעגעבן טויזנטער געהיימע דאקומענטן און האלט נאך אלץ אין איין ארויסגעבן נאך סחורה .ער זיצט איצט ערגעץ אויסבאהאלטן אין מאסקווע וואו ער האט א צייטווייליגע אזיל רעכט פון די רוסן. פון איין זייט פארשטייט מען די אויפרעגונג פון די שפּיאנאזש באאמטע קעגן אלע שפּיאנען ,אפילו קעגן אזא פאלארד וועלכער האט נישט געדארפט באקומען לעבנסלענגליכע טורמע לויט די אומשטענדן ,אבער פון די אנדערע זייט אויב מען באהאנדלט יא לייכטער ,מער ערנסטע שפּיאנען ,איז דאך שווער צו בארעכטיגן פּאלארד'ס לאנגען טורמע אורטייל. די צייטונג -נייעס בולעטין -מאנטאג פ' ואתחנן ,תשע"ה וועט ּפאלארד באפרייט ווערן: וואס האט פּאלארד געטאן? עס איז קלאר אז דא איז נישט די רעדע פון סתם אזוי עפּעס א שפּיאן וועמען מען האט געכאפּט ארויסגעבן סענסיטיווע דאקומענטן. לעבנסלענגליכע טורמע פאר עמיצן וואס האט זיך דערקלערט שולדיג ,איבערהויפּט אויב דאס איז געווען שפּיאנאזש נישט צו א פיינטליכע מדינה, איז נישט געהערט געווארן ,עס איז קלאר אז עפּעס מער ליגט אונטער דעם. מען האט קיינמאל נישט אויסגעזאגט אלעס וואס ער האט ארויסגעגעבן ,און קלאנגען האבן אלץ קורסירט אז ער האט ארויסגעגעבן אינפארמאציע פאר מדינת ישראל וואס פון דארט איז עס ווייטער געגאנגען צו פיינטליכע לענדער, מיט דירעקטע מדינת ישראל באטייליגונג ,אדער מעגליך ווייל יענע לענדער האבן געהאט שפּיאנען אין די איזראעלי שפּיאנאזש געמיינדע ,וואס צוליב דעם האט אמעריקע געליטן ערנסטע פארלוסטן אריינגערעכנט מעגליכע לעבנס פארלוסטן פון אגענטן אין קאמוניסטישע לענדער. דער בארימטער שרייבער סימאר הערש האט געשריבן אן ארטיקל אין ,'99אז פּאלארד'ס אינפארמאציע איז מעגליך אנגעקומען קיין רוסלאנד .הערש האט גערעדט מיט עקספּערטן וועלכע האב אים געזאגט אז די פּאלארד אינפארמאציע איז גענוצט געווארן דורך מדינת ישראל אין אויסטויש פאר רוסישע ערלויבעניש אז אידן זאלן עמיגרירן קיין מדינת ישראל. אנדערע באאמטע האבן נאכמער געזאגט ,אז זיי האבן "סיבות צו גלויבן" אז געהיימע אינפארמאציע איז אויסגעטוישט געווארן ארויסצובאקומען אידן וואס האבן געארבייט אין הויכע סענסיטיווע פּאזיציעס אין רוסלאנד. א גרויסער טייל פון פּאלארד'ס דאקומענטן, אריינגערעכנט אזעלכע וואס האבן געשילדערט די טעכניקן וואס די אמעריקאנער נעיווי האט גענוצט צו האלטן א חשבון אויף רוסישע סובמארינען איבער די וועלט ,איז געווען פון געוואלדיגע וויכטיגקייט פאר די רוסן. עטליכע געוועזענע דירעקטארן פון נעיווי שפּיאנאזש האבן געשריבן אין "וואשינגטאן פּאסט" אין ,'98אז אזוי ווי פּאלארד האט קיינמאל נישט געהאט קיין פּראצעס ,ווייל ער האט זיך דאך דערקלערט שולדיג ,איז קיינמאל נישט באקאנט געווארן אז פּאלארד האט אנגעבאטן געהיימע אינפארמאציע אויך צו דריי אנדערע לענדער פאר ער האט אנגעהויבן צו ארבייטן פאר די איזראעליס, און אפילו ווען ער האט שוין שפּיאנירט פאר מדינת ישראל האט ער אויך אנגעבאטן זיין שפּיאנאזש פאר א פערטן לאנד! זיי האבן אויך גע'טענה'ט אז די אומגלויבליכע מאסן-צאל דאקומענטן וואס פּאלארד האט ווייטער געגעבן ,איז אזא זאך כמעט נישט פארגעקומען ביז דאן ,און די שטיצע וואס ער האט באקומען איז בלויז אדאנק א קלוגן פּובליק רילעישאנס קאמפּיינס. מער לעצטענס ,אין ,'13האט א שרייבער אין "וואל סטריט זשורנאל" אפילו גע'טענה'ט אז מדינת ישראל איז נישט אינטערעסירט אין פּאלארד'ס באפרייאונג .עס וועט זיי נישט ברענגען קיין כבוד צו מאכן א העלד פון אן אינסטינקטיוון ליגענער און שטאלצירער ,איינער וואס האט געלעבט אויף קאקעין )דראגס( ,עמיצער וואס האט פארלעצט זיינע שבועות ,האט שפּיאנירט אויף זיין לאנד ,האט געשאפן שאדן וואס עס האט געקאסט פאלארד געפינט זיך שוין אין די טורמע אין נארט קאראליינע זינט '93 ביליאנען דאלאר צו פארריכטן ,האט גענומען געלט פאר זיין שפּיאנאזש ,האט געשטעלט אין געפאר מדינת ישראל'ס באציאונגען מיט אירע נאענטסטע אליאירטע ,האט קיינמאל נישט געוויזן קיין חרטה ביי זיין פאראורטיילונג ,ער האט זיך פארוואנדעלט אין "עקסהיביט עי" )הויפּט באווייז( פון יעדן אנטיסעמיטישן קאנספּיראציע משוגענעם ,און האט נאך דערנאך געהאט די חוצפּה צו באצייכענען זיך ווי א מארטירער פאר'ן אידישן פאלק. פּרעזידענט אבאמא אליין האט עטליכע מאל אנטזאגט פארלאנגען צו באפרייען פּאלארד .ער האט אים אפילו נישט געוואלט ארויסלאזן צייטווייליג צוליב פאמיליע עמוירדזשענסיס .פאר אבאמא האט באזוכט אין מדינת ישראל אין ,'13 האט ער געזאגט פאר די איזראעלי מידיא ,אז אלס פּרעזידענט ,איז מיין ערשטע פליכט אויסצופאלגן דאס געזעץ דא אין אמעריקע און צו פארזיכערן אז עס ווערט אויסגעפאלגט גלייך פאר יעדן. לעצטענס איז שוין אביסל אפּגעשוואכט געווארן די קעגנערשאפט צו פּאלארד .ער איז איצט 59יאר אלט און איז אין א שוואכן געזונט צושטאנד .די סנאודען אויפדעקונגען האט אויך פאלארד האט אויך פארברענגט עטליכע יאר פון '88ביז '93אין די שטרענגסטע אמעריקאנער "סופערמעקס" טורמע אין אילינאי די צייטונג -נייעס בולעטין -מאנטאג פ' ואתחנן ,תשע"ה אפּגעשוואכט די פיינטשאפט צו פּאלארד .פאר א יאר האט אמעריקע גענומען אין באטראכט צו באפרייען פּאלארד אויב דאס וועט ארויסהעלפן דעם מיטל מזרח שלום פּראצעס ,מיט די האפענונג אז אויב אמעריקע וועט באפרייען פּאלארד וועט נתני' איינשטימען צו באפרייען געוויסע ארעסטאנטן אדער איינשטעלן א מאראטאריום נישט צו בויען נייע הייזער אין די אקופּירטע שטחים ,ביז מען וועט ערנסט זיצן ביי פרישע פארהאנדלונגען מיט די פּאלעסטינער .פון דעם אלעם איז גארנישט געווארן ,און פּאלארד איז ווייטער געבליבן אין די טורמע. אזוי ווי פּאלארד ווערט בארעכטיגט פאר אויטאמאטישע פּאראל אין נאוועמבער ,מיינט דאס אז דער פּרעזידענט מוז נישט נעמען אקטיווע )בקום ועשה( שריט אים צו באפרייען ,די אדמיניסטראציע דארף בלויז זיך צוריקהאלטן )שב ועל תעשה( פון שריט צו פארמיידן זיין באפרייאונג ,איז דאס א לייכטערע זאך. אזוי ווי די אנטי-אבאמא העצערייען גייען איצט אויף די העכסטע טענער ,האט די אמעריקאנער פּרעסע ארויפגעלייגט פּאלארד אויפ'ן טיש ,וואס עס קען באטראכט ווערן פון ביידע זייטן ,אן אנדייטונג אז אויב מדינת ישראל וויל טאקע אזוי שטארק פּאלארד'ס באפרייאונג, זאל מען זיך נישט צופיל איינרייסן מיט די אבאמא אדמיניסטראציע ,און פון די אנדערע זייט ,אויב עס גייט טאקע אין לעבן ווי פריער צו באפרייען פּאלארד ,זאל נתני' מאכן עפּעס א פּאזיטיוון דזשעסט צו פּרעזידענט אבאמא ,אז פּאלארד זאל שוין קענען זיין אין ירושלים נאך אין איצטיגן יאר, תשע"ה.
© Copyright 2024