בס"ד נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר" מאנטאג כי תשא | תשע"ב 14 ּפרעכטיגע כינוס פון ראשי וטובי קהל יטב לב פון איבער גרעיטער ערהאבענע 'שמחת שבע ברכות ומסיבת הכרת הטוב' ַ יארק ביי ניו ָ באוויטש הי"ו ,יו"ר ועד הפועל קא ָ יא ָ לכבוד הרה"ח ר' אברהם בער ַ דקהלתינו הקדושה וחבר הנהלת הישיבה כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מפאר בראש הנאספים דורכאויס די גאנצע מאורע און איז משמיע ווארימע דברות קודש בשבחו של אברה"ם ,דער חשוב'ער מחותן ,העומד לימינו עוז בכל עתים וזמנים זה רבות בשנים כולם שוים לטובה א פרעכטיגע שמחת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן ע"י הנהלת קהלתינו הק' דעם פארגאנגענעם זונטאג אין די זאלן פון בית רחל ,צוגעשטעלט דורך הנהלת קהלתינו הק' לכבוד דעם וועלט-בארימטן פילאנטראפ לכל קדשי בית סאטמאר ,אביר הצדקות ,בונה ומקים עולמות של תורה ויראה,הטפסר המרומם, נדיב קצין ושוע ,הרה"ח מוה"ר אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו, יו"ר ועד הפועל דקהלתינו הק' ,וחבר הנהלת הישיבה ,לרגל שהשמחה במעונו בנישואי בנו החתן כמר נחום ני"ו. די שמחת שבע ברכות איז געווען צוגעשטעלט אויף א זעלטן פראכטפולן און עלעגאנטן פארנעם, געווידמעט בלויז צו אן ענגע צאל ספעציעל געלאדענטע אנשי שם ,די בארימטע ראשי וטובי הקהלה ,די בריחי התיכון ועמודי התוך ,אינערהאלב קהל יטב לב דסאטמאר פון וויליאמסבורג ,בארא פארק ,קרית יואל און מאנסי; כולם כאחד נקבצו ובאו ,צו דער מסיבת שבע ברכות הנהדרה לכבודו של האי גברא רבא ויקירא ,וואס איז זיך מוסר נפש פאר אלעם וואס טראגט דעם נאמען 'סאטמאר' בכל עת ועידן און איז דערפאר באליבט און געשעצט ביי יעדן איינעם ברגשי אהבה והערצה ,וואס איז אצינד אזוי הערליך געקומען צום אויסדרוק. די זאלן פון בית רחל זענען אויסגעצירט און דעקארירט געווארן הערליך שיין ,מיט'ן שענסטן ּפראכט און עלעגאנץ וואס נאר ַ ס'פאסט זיך פאר אזא פארזאמלונג וואו עס קומען זיך שייך ,ווי ּ צונויף די סאמע רוקן-האלטער פון דער סאטמארער אימפעריע אין ניו יארק .די נאבעלע זאל-דעקאראציע און אויסשטעל איז צוגעשטעלט געווארן דורך די צוויי באגאבטע און טאלאנטפולע יונגעלייט ,מו"ה בעריש בר"י לויפער הי"ו און מו"ה עמרם בראך הי"ו ,וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן דורכאויס דעם גאנצן טאג בתוככי הקהלה »»1 מיט'ן גאנצן הארץ אז יעדע מינדעסטע דעטאל זאל קלאפן אויפ'ן שענסטן אופן .דער זאל איז געווארן אויסגעשטעלט אויגפארכאפנד שיין אין פארמאט פון א חי"ת ,וואו ארום און ארום איז צוגעגרייט געווארן פילע זיץ-פלעצער פאר די פילע פארזאמלטע ראשי קהלה ,און אין צענטער פון זאל איז אויפגעשטעלט געווארן א מוסטערהאפטיגער בימת הכבוד פאר די רבנים ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א .אונטער דעם אויבנאן איז אראפגעהאנגען א שיין גראפירטער טאוול צו באגריסן דעם 'שמחת שבע ברכות ומסיבת הכרת הטוב'. עס איז געווען א פארגעניגן מיטצוהאלטן ווי יעדע וויילע ערשיינען אין זאל נאך א גרופע ראשי קהלה פון עסקנים פון איין געגענט; נאך א דעלעגאציע פארשטייער פון א בית המדרש דקהלתינו; און די געטרייע עסקנים האבן שווער געארבעט יעדן איינעם צו אנטפאנגען בכבוד הראוי און יעדן זעצן אויפ'ן פאסיגן ארט איש איש כפי מהללו וכבודו .עקסטער האט דער ציבור אויפגענומען מיט'ן פאסיגן כבוד התורה די רבנים הגאונים שליט"א דייני קהלתינו הק' ,בני וחתני כ"ק מרן רבינו שליט"א ,וועלכע ווייסן צו שעצן די פעולות הכבירות פונעם מחותן ר' אברהם בער הי"ו, און זענען אצינד געקומען זיך באטייליגן ברעותא ובחדותא דכולא. לכבוד די שמחה איז ספעציעל ארויס פון דרוק ,און אויף יעדן זיץ-פלאץ אין זאל איז געוורן צוגעגרייט ,א הערליכע מתנה :דער פרישער באנד 'חידושי תורה מהר"יי ט"ב לחג הפורים' וואס איז נארוואס ערשינען לאור אין א ספעציעלע אויפלאגע צום שמחת השבע ברכות ,און עקסטער איז פארטיילט געווארן א גאר שיינער בראשור אונטער'ן טרעפליכן נאמען 'שבחו של אברהם' וואס צווישן אירע קאלירפולע בלעטער איז אויפגעוויקלט געווארן עטוואס מגדולת פרשת פעולותיו וצדקותיו הכבירים פונעם מחותן ר' אברהם בער ,וואו די פארזאמלטע האבן זיך באגעגענט מיט א גאר רייכן איבערבליק ,באגלייט מיט היסטארישע בילדער ,איבער די פילע גרעסערע פראיעקטן וואס ער האט געלייסטעט פאר דער סאטמארער אימפעריע אין די פארלאפענע 12יאר זינט עס איז ב"ה נתחזר געווארן די עטרה ליושנה בעז"ה. דער ציבור האט זיך געוואשן צו דער רייכער קעניגליכער סעודה ,וואס איז סערווירט געווארן דורך דער באגאבטער בית רחל קעיטערינג אין שפיץ פון מוה"ר ליפא ווייס הי"ו ,און אזוי דער פראכטפולער אויבנאן צוגעגרייט לכבוד די שמחה האט מען ברודערליך פארברענגט בשבת אחים לדעה גם יחד, קא ּפעלע ,אין שפיץ פון מו"ה בעת די פילהארמאנישע 'המזמרים' ַ יחיאל פאזען הי"ו ,האבן מהנה געווען מיט קלאסישע שירה וזמרה, שאפנדיג א העכסט אנגענעמע מוזיקאלישע אטמאספערע אין זאל .פון די שיינע מאמענטן ביי דער גרויסער שמחה איז געווען ווען דער מחותן ר' אברהם בער איז ערשינען אין זאל אינאיינעם מיט בנו החתן הי"ו ,ווי ער איז אנטפאנגען געווארן מיט שמחה וצהלה, און עס האט אים גענומען א לענגערע צייט אדורכצוגיין די לאנגע רייען און זיך ווארימהארציג באגריסן מיט יעדן פון די ראשי קהלה באזונדער ,מיט וועמען ער ארבעט האנט-ביי-האנט על משמרת קדשי קהלתינו ,מיט א קעגנזייטיגע אהבה והערצה כמים פנים אל פנים. ווען עס איז געמאלדן געווארן אז כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א ערשיינט אט אין זאל בהדרו ,האט מען באלד ספאנטאן אויסגעבראכן אין א פרייליכן געזאנג "קול רנה וישועה באהלי צדיקים" וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט ביז ווילאנג כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען למקום כבודו על פני המזרח און זיך באלד געוואשן צו דער סעודת שבע ברכות .עס איז געווען א הערליך און רירנד בילד ,ווי כ"ק מרן רבינו שליט"א ,דער גרויסער מנהיג עדת ה' מי מנה ,זיצט בראש השלחן ,וסביב לו מגבורי ישראל ,די געטרייע ראשי קהלה ועמודי התוך וואס זענען עומד בתוככי הקהלה »»2 לימין רבינו שליט"א דורכאויס דעם גאנצן יאר בהנהגת הקהלה והמוסדות ,און רבינו שליט"א זיצט מיט קענטיגע הנאה און שעפט תענוג ונחת דקדושה פון דער שמחה הרוממה. רבינו שליט"א האט פארטיילט שיריים פון די חלה און די פיש ,און דערנאך געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש ,און באלד דערויף האט זיך אנגעפאנגען דער רייכער פראגראם. איינגעלייטעט דעם מעמד האט הרה"ג ר' ישראל מענדל שווארץ שליט"א אבד"ק לאשאנץ ,וועלכער האט אראפגעלייגט א מוסטערהאפטיגע דרשה .סיי ביים אריינפירן דעם אווענט און סיי ביים אויסרופן די רעדנער האט עס אלעמאל אויסגענומען און באאיינדרוקט דעם ציבור ווי שיין און טרעפליך דער יו"ר האט עס מיט פאסיגע ווערטער ארויסגעברענגט און אלץ געהאט די ריכטיגע זאצן אויפ'ן ארט ,ושפתיו ברור מללו .ער האט צווישן אנדערן לעבעדיג געשילדערט ווי ר' אברהם בער הי"ו איז ארומגעגאנגען על ּפתחי נדיבים און זיך געבעטן נאך הילף ביי נדיבים בעם פאר די הייליגע קהלה אין די שווערסטע צייטן ,ווען די עקזיסטענץ פון די קהלה איז געווען אין געפאר ,ואחד הי' אברהם וועלכער איז געווען דער איש גבור חיל ,וואס מיט זיין מסירת נפש פאר'ן עתיד פון רבינ'ס הייליגע קהלה האט ער ב"ה באוויזן גדולות ונצורות. הרה"ח ר' שאול ּפערלשטיין הי"ו ,דער געטרייער סגן ראה"ק, האט מיט הארציגע ווערטער מקרב לב באגריסט אלע משתתפים בשם הנהלת הקהלה .ער האט באהויפטעט אז מעשי תקפו וגבורתו פונעם בעל שמחה ,איז אין א בחינה פון 'הרבה יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן' און ס'איז פיל מער ממה שהפה יוכל לספר .א שטארקע פונקט האט דער סגן ראה"ק ארויסגעברענגט ,אז אין די לעצטע צוועלף יאר וואס מ'ארבעט אינאיינעם אין די עבודת הקודש ,איז נישט געווען אזא זאך ,אז מ'זאל דארפן אנווארעמען דעם בעל שמחה צו טוען אדער מנדב זיין וואס עס פעלט זיך אויס לטובת הקהלה .פונקט פארקערט, ער איז אלץ דער וואס ווארעמט אן און איז מחייב אונטערצונעמען די אלע פעולות חובקות זרועות עולם לטובת הקהלה ואלפי חברי' ולהרחיב את גבולי הקדושה. מיט יראת הכבוד האט מען זיך צוגעהערט צו די ּפערל'דיגע דברי תורה וואס עס האט משמיע געווען כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנסי שליט"א ,וועלכער איז געקומען ספעציעל דער מחותן דער בעל שמחה ביים ערשיינען אין זאל מיט בנו החתן הי"ו צו פארן ממעונו לכבוד דעם חשוב'ן מחותן .דער רב שליט"א האט נאכ'ן ארויסברענגען הערליכע געדאנקען איבער דאס ענין פון זיין סיי א מעשה און סיי אן עושה ,ארויסגעברענגט זיין געוואל'דיגע התפעלות צו זען אזא הערליכן ציבור פון ראשי קהלה, וואס דאס אליינס ווייזט שוין אויף דעם ברייטן פארנעם פון די פעולותהכבירות פונעם מחותן. שפירט ּ דער מאנסי'ער רב שליט"א האט געזאגט ,אז ער א פליכט ארויסצוברענגען דעם הכרת הטוב צום מחותן ,וואס מצודתו פרוסה אויך קיין מאנסי ,שטענדיג ווען אימער מ'ברויך אים האבן בעצה ובמעש בגוף ובממון ,איז עס אלץ בבחינה בטרם יקרא ואני אענה ,און ס'איז זיכער אז דער רבוש"ע וועט אים צוריקבאצאלן בכפליים. א שטילקייט האט באהערשט דעם זאל ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אנגעהויבן זאגן זיינע דברות קודש לכבוד המאורע. דער רבי שליט"א האט מקדים געווען א הערליכן דרוש איבער דעם ענין פון 'הקדימו שקליהם לשקליו' ,אז דער כח הרבים וואס איז געלעגן אין אט די שקלי הקודש ,דאס איז וואס המן הרשע האט נישט געקענט ביישטיין און דער כח הקדושה האט מנצח געווען. דער רבי שליט"א האט דערנאך א לענגערע צייט ארומגעשמועסט מרגשי לבו כלפי דעם חשוב'ן מחותן ,וואס איז עומד לימינו בכל עניני הקהלה מיט אזא געטריישאפט און נאמנות ,בפרט האט דער רבי שליט"א ארויסגעהויבן דעם ענין פון כבוד הנפטרים ,וואס מ'קען זאגן אז דער מחותן האט דערמיט אפגעראטעוועט דעם עתיד וקיום פון די קהלה ,אז מ'זאל קענען ּ זיין אוועקגעשטעלט אויף פעסטע יסודות ,וואס ס'איז אוודאי אז 'זכות אבותם' ,דער זכות פון די אבות פונעם גאנצן ציבור איז מסייעתו ,און דער זכות פון רבינו הקוה"ט זי"ע המייסד וועט אים געוויס ביישטיין לעד ולנצח להתברך משפע עליון בכל מיני השפעות טובות. נאך די דברות קודש ,איז ווידעראמאל צוגעטרעטן צום מיקראפאן דער סגן ראה"ק ,וועלכער האט אצינד במעמד קהל ועדה איבערגעגעבן אז לכבוד די שמחה גיט כ"ק מרן רבינו שליט"א א פערזענליכע מתנה יקרה צום מחותן ר' אברהם בער: א הערליכע טייערע איינגעראמטע מתנה ,די סגולה המקובלת פון כ"ק גאב"ד קהלתינו מאנסי שליט"א ביים ערשיינען אין זאל בתוככי הקהלה »»3 מרן קוה"ק בעל ישמח משה זי"ע ,איינגעקריצט בכתב אשורית ובדיו על הקלף ,ארומגענומען מיט הערליכע מאלערייען ,וואו כ"ק מרן רבינו שליט"א האט צוגעשריבן עטליכע ווערטער פערזענליך בכתב ידו בלש"ק וואס ר' שאול האט פארגעלייענט :ד' לסדר לזכרון לפני ה' תמיד תשע"ב לפ"ק ,לכבוד ידידי הרבני הנגיד והמפואר רב פעלים מו"ה אברהם דוביאקאבאוויטש ני"ו ,יהי ה' אלוקיו עמו ובכל אשר יפנה ישכיל ויצליח ,כו"ד המברך בלונ"ח חתי"ק ,און דערנאך האט עס רבינו שליט"א איבערגעגעבןּפערזענליך דעם בעל שמחה ,וועלכער האט איבערגענומען די סגולה יקרה מיט קענטיגע הרגש ,זייענדיג שטארק איבערגענומען פון דעם גרויסן צוגעטיילטן כבוד. דער ראה"ק הרה"ח מוה"ר יעקב כהנא הי"ו ,האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע באגריסונגס-ווערטער .ער האט ארומגערעדט איבער דאס געטריישאפט פונעם מחותן און ארויסגעברענגט אז ער איז א ריכטיגער 'ריכא ובר ריכא' ,גייענדיג אין די וועגן פון זיין אומפארגעסליכן פאטער הרה"ח ר' יעקב נחמי' ז"ל ,מיט וועמען ער האט געארבעט אזויפיל יארן אינאיינעם אין די הנהלת הקהלה .ער האט דערציילט וואס פאר א שמחה ר' יעקב נחמי' ז"ל האט געהאט ווען מ'האט מחזיר געווען עטרה ליושנה, מיט 12יאר צוריק ווען רבינו שליט"א איז נתמנה געווארן אין די קהלה ,ווי ר' יעקב נחמי' ז"ל איז דאן אריין צו מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל און מנדב געווען אן אסטראנאמישע סומע ממיטב כספו ,כדי דערמיט צו פארזיכערן דעם עתיד הקהלה ,און ס'איז שעפט תענוג ונחת פון זיין חשוב'ן זון ההולך בדרכיו ּ זיכער אז ער לאות ולמופת. אזוי ווי די נאכט איז כמעט צוגעפאלן האט מען זיך צוגעאיילט מיט'ן בענטשן וואס האט נאך געדארפט זיין מבעוד יום .מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער ראה"ק הרה"ח ר' יעקב כהנא הי"ו, רבינו שליט"א האט געזאגט די ערשטע זעקס ברכות און מיט ברכה אחריתא מכבד געווען גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד קהלתינו מאנסי שליט"א. באלד נאכ'ן בענטשן איז ארויפגעקומען דער בארימטער בדחן מוה"ר ישעי' פוקס הי"ו ,וועלכער האט צום ערשט מיט קונצליכע גראמען ארויסגעברענגט דעם באדייט פון די גרויסע שמחה, וואס יעדער ּ שפירט אזוי פערזענליך ,און איז דערנאך אריבער צו משמח זיין בדברי בדחנות ,לכבוד חודש אדר ולכבוד שמחת חתן וכלה .דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין פון ר .צו ל :.דער מחותן ,הרה"ח ר' צבי אלימלך ווערצבערגער הי"ו, ראה"ק דקהלתינו אין מאנסי ,הרה"ח ר' שאול פערלשטיין הי"ו סגן ראה"ק ,הרה"ח ר' יעקב כהנא הי"ו ראה"ק של מצוה .צום ערשט האט רבינו שליט"א געטאנצן מיט'ן חתן, דערנאך הגה"צ מאנסי'ער רב שליט"א ,און דערנאך איז עס געווען א הערליך מחול לצדיקים ווען עס זענען אריינגעקומען אין רקידה אויך הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ,דער מחותן ר' אברהם בער הי"ו ואחיו ר' דוד לייבוש הי"ו ,ווי אויך די ראשי קהלה ,בעת ווען דער ציבור האלט מיט פון אונטן ברינה וצהלה. * נאך לאנגע גייסטרייכע שעות פון תענוג וקורת רוח ,האט זיך דער געקליבענער ציבור ראשי וטובי הקהלה מכל אתר ואתר זיך צעשפרייט ,אנגעשעפט מיט חיזוק און התחזקות ,אנצוגיין ווייטער מיט זייער עבודת הקודש איש איש על משמרתו בקודש זה בכה וזה בכה ,אונטער דעם אומפארגעסליכן איינדרוק פון די פרעכטיגע און נאבעלע מאורע ,וואס האט נישט קיין ּפרעצעדענט פון סיי ווען פריער .צום שלוס מוז ארויסגעברענגט ווערן א הארציגן דאנק פאר אלע וואס האבן געהאט א טייל אינעם דערפאלגרייכן סוקסעס, כאו"א בשמו הטוב יבורך ,וועלכע האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות קלאפן ּ פאר דער הצלחה פון דעם מעמד מפואר ,אז אלעס זאל לשם ולתפארת .זכרה להם אלוקי לטובה ולברכה. והריקותי לכם ברכה עד בלי די! בתוככי הקהלה »»4 לך כנוס את כל היהודים: מאסן אנ"ש האבן געשטראמט צו אויסערארדנטליכע מסיבה 'מלחמה לה' בעמלק' נעכטן דינסטאג ליל תענית אסתר על פי פקודת כ"ק מרן רבינו שליט"א ,ארויסצוהעלפן די גרויסע קאסטן פון דער מערכה קעגן די ביטערע גזירה פון 'גיוס בני הישיבות בארה"ק אין א זעלטענעם אויסערארדנטליכן שריט באופן יוצא מן הכלל האבן הרבנים הגאונים הצדיקים בני וחתני כ"ק מרן רבינו שליט"א ,על פי פקודת הקודש ,פאררופן א גרויסארטיגע מסיבה של מצוה ,נעכטיגן דינסטאג ליל תענית אסתר אויף דער נאכט, להתייצב לעזרת ה' בגבורים ,ארויסצוהעלפן אין דער מאסיווער מערכה וואס ווערט אונטערגענומען אין ארצינו הקדושה אפצוקעמפן די ביטערע גזירת שמד פון 'גיוס בני הישיבות' וואס לויערט אויפ'ן חרדישן אידנטום בארה"ק ,און די סכנה פאר'ן עתיד הדורות איז נורא ואיום ,חלילה וחלילה נישט אריינצופאלן אין דעם שרעקליכן געפאר,אויף וואס פריער'דיגע גדולים האבן שוין געשריבן אז צו דינען אין זייער מיליטער איז 'ביהרג ואל יעבור'. צוליב דעם אויסטערלישן חובת השעה וואס ברענט אצינד צו מרעיש עולמות זיין קעגן די גזירה האיומה; א מערכה וואס ציעט אריין אין גרויסע געלטער ,האט כ"ק מרן רבינו שליט"א ,דער שר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל ,באאויפטראגט זיינע חשובע קינדער שליט"א זיך צו שטעלן בשער המחנה און זיין די מתחילים בדבר צו פאררופן א מסיבה של מצוה ,און דערביי צוזאמצושטעלן די ערשטע באדייטנדע סכומים וואס פאדערט זיך שוין תיכף ומיד צו קענען אנגיין מיט דער מערכת הקודש. די מסיבה איז פארגעקומען אין דעם ספעציעל אויפגעשטעלטן שאטער על יד ביתו נאוהפון כ"ק מרן רבינו שליט"א אויף 550 בעדפארד עוועניו ,ווי עס האט זיך באטייליגט א מאסן שטראם פון אלפי אנשי שלומינו ,וועלכע זענען געקומען בהמוניהם לאור קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א ולאור חובת השעה אנצוהאלטן דעם מלחמה לה' בעמלק מדור דור. כולנו לעזרת ה' בגבורים -ובשם ה' נעשה ונצליח! בארא פארק הגאון רבי חיים אורי פריינד שליט"א חבר הביד"צ העדה החרדית טרעט אויף מיט דברי הכנה לימי הפורים ביי שלש סעודות אין ביהמ"ד הגדול פארגאנגענעם שבת האבן אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק ,זוכה געווען צו א גרויסן גאסט הגאון הגדול המפורסם רבי חיים אורי פריינד שליט"א ,חבר הביד"צ העדה החרדית בעיר הקודש ירושלים ,און לאנגיעריגער ראש ישיבה פון ישיבת רמ"א. שבת קודש נאכמיטאג האט דער דומ"ץ הקהלה וחבר הביד"צ הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א ,פארגעלערנט אין היכל ביהמ"ד הגדול א שיעור כללי בהלכות פורים ,וואו עס האבן זיך באטייליגט א גרויסער ציבור אנשי שלומינו און אידן פון איבער די שטאט ,צו הערן די דבר ה' זו הלכה ,לדעת את המעשה אשר יעשון ,באגלייט מיט דברי התעוררות פאר דעם הייליגן טאג .אינמיטן דעם שיעור איז ערשינען דער גרויסער גאסט ,וועלכער האט זיך צוגעהערט צום שיעור פון דיין שליט"א ביז'ן באשטימטן זמן פון תפלת מנחה, וואס דער גאנצער ציבור האט געדאווענט אינאיינעם מיט'ן גרויסן גאסט. אויב ווערט יעדע וואך דער זמן רעוא דרעוין אפגעראכטן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם אין בית מדרשינו הגדול ,איז עס דעם פארגאנגענעם שבת זכור געווען מיט א ספעציעלער התרוממות הנפש .מיט ה' מלך און קבלת עול מלכות שמים ,האט דער דיין שליט"א מכבד געווען דעם אורח הדגול ,וועלכער האט דאס צוריקגעגעבן פארן דיין שליט"א ,די דברי תורה פון שלש סעודות האט מען געהאט די זכי' צו הערן פון דעם זקן ויושב בישיבה, הגאון הגדול חבר הביד"צ ירושלים שליט"א וואס האט מיט ווארימע דברי התעוררות ארומגערעדט איבער דעם ענין פון מחיית עמלק ,און דברי הכנה צו דעם גרויסן טאג פורים הממשמש ובא. נאך תפלת מעריב איז דער ציבור אריבער וואונטשען א גוטע וואך פארן גרויסן גאסט ,ואף הוא ענה כנגד המברכים ,מיט דעם האט זיך געשלאסן דער געהויבענער שבת זכור אין קהלתינו הקדושה אין בארא פארק ,וואס האט אריינגעבלאזן א חיות דקדושה אין דעם גאנצן ציבור. ירושלים יערליכער מגבית לטובת קופת חתנים וגמ"ח קדושת יום טוב פון ישיבת יטב לב, געלאזט אין גאנג לכבוד ימי הפורים אזוי ווי יאר יערליך קומט פאר אין די טעג פון פורים דער גרויסער מגבית פאר'ן קופת חתנים וגמ"ח קדושת יו"ט שע''י ישיבת יטב לב דרבינו יואל מסאטמאר בעיה"ק ירושלים ת''ו, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן בשנת תשט''ו דורכ'ן גרויסן ראש ישיבה ,מרן הגה''ק גאב''ד ירושלים הרמ''א פריינד זיע''א ווען ער האט געזען די שווערע מי וואס די ירושלימ'ער חתנים פלאגן זיך אזוי ביטער כדי צו קענען גיין אונטער די חופה .דער יסוד הקופה איז אז די עלטערן פון די בחורים באקומען גרויסע הלוואות פון איבער צען טויזנט דאלער און מ'קען דאס באצאלן אויף קליינע ּפעימענטס פון 120דאלער א חודש .די לעצטע יאר איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א קרן הלבשה פאר די חתנים וואס זיי באקומען קליידונג לרגל יום שמחת לבם. איינס פון די עיקר יסודות הקופה איז ,אז די בחורים זאלן גיין נאך געלט לכה''פ איינמאל א חודש אין די בתי מדרשים .ווען ס'קומט דער גרויסער יום טוב פורים גייען די בחורים ארום אין בתי אנ''ש און בתי נגידים מיט א ספעציעלן מלבוש ,און מ'קלויבט צוזאם גרויסע סכומים פאר דער קופה פון נדיבים בעם וועלכע שפירן פאר א זכי' צו נעמען אנטייל אין אזא דבר גדול וקדוש. מ'קען אנרופן צו געבן נדבות פארן קופה אויף 972-5731-022-61 בתוככי הקהלה »»5 אנטווערפען צענדליגער חברי הקהלה שיחיו צאלן אויס מעמבערשיפ אינעם גרויסארטיגן מעמבערשיפ קאמפיין די הנהלת קהל יטב לב דסאטמאר אין אנטווערפען איז אין די איצטיגע טעג שטארק נתחזק געווארן ,נאך וואס די פילע חברי הקהלה האבן זיך צוגעשטעלט מיט אןאויסערגעווענליכן געטריישאפט אויסצוצאלן די יערליכע דמי חבר הקהלה ,וואס איז אין פאקט די איינציגסטע רוקן ביין פון דער קהלה צו קענען עקזיסטירן ,און דאס איז יעדן קלאר אז אין קיום פון די קהלה איז תלוי דער קיום פון יעדן איינציגסטן מאנשי שלומינו בדרך ישראל סבא. איבערהויפט אנערקענט דער ציבור די געטרייע טעטיגקייטן פונעם 'וועד הפועל' געטרייע עסקנים חשובים ונמרצים הנקובים בשמותם :מו"ה בנציון שניצער הי"ו ,מו"ה בערל שטובער הי"ו ,מו"ה שלמה שבתי פריעדמאן הי"ו ,און מו"ה חיים יוסף שטויבער הי"ו, וואס רבינו שליט"א האט ממנה געווען מיט 2יאר צוריק בשנת תש"ע ,כדי להוסיף ולאומץ חיל למען פריחת ושגשג הקהלה ,די פאזיטיווע רעזולטאטן זעען זיך ב"ה אן אויף טריט און שריט, ווי צום ביישפיל דאס צושטעלן דעם נייעם הערליכן חדר מיוחד ללימוד התורה ,פון וואס דער ציבור געניסט אויסערגעווענליך. עקסטער איז דער קרן התורה בתוככי הקהלה נתרומם געווארן מיט'ן איבערפרישונג פון התאחדות אברכים ,און די געטרייע עסקני התאחדות אברכים מו"ה אהרן הערש וויינבערגער הי"ו ,מו"ה יואל בערקאוויטש הי"ו און מו"ה משה ציק הי"ו ,וועלכע שטעלן צו שיעורי תורה בכל עת מצוא; שיעורי הלכה ואגדה; שיעורי הלכות טהרה; שיעורים בספרי רבינו זי"ע; שיעורי חק לישראל ,און אזוי ווייטער ,ערב בוקר וצהרים שפרודלען ב"ה די כותלי בית מדרשינו מיט לימוד התורה ועבודת התפלה באופן מאוד נעלה. די הנהלת הקהלה ברענגט שטארק ארויס דעם פאקט ,אז מ'רעדט פון א קליינע קהילה מיט מינימאלע איינקונפטן ,וואס דעריבער איז מען אנגעוויזן אין יעדן איינציגסטן חבר הקהלה צו קענען עקזיסטירן .צו דעם קאמפיין איז צוגעשטעלט געווארן רייכע בענעפיטן און גורלות ,און ב"ה אז דער ציבור רופט זיך אפ ווארעם .עקסטער זעט זיך אן א שוואונג ביי די פרישע אברכים פון די לעצטערע יארן זיך איינצוגלידערן אינעם כח הרבים פון דער קהלה ,שנתייסדה ע"י כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע בנשיאות כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א. ■■■ מאנטריאל נייע פראכטפולער ארון קודש אינסטאלירט אין חדר שמואל בנימין אין די ראמען פון די גרויסארטיגע אונטערנעמונגען לפאר ולרומם את בית ה' אין ביהמ"ד הגדול אין מאנטרעאל איז די פארגאנגענע וואך אינסטאלירט געווארן א הערליכער און פראכטפולער ארון קודש כראוי וכיאות לכבודה של תורה אינעם חדר שמואל בנימין ,וואס ווערט באנוצט מבוקר ועד הערב לתורה ולתפלה .דער נייער ארון קודש איז נתנדב געווארן לעילוי נשמת דעם אומפארגעסליכן הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ז"ל ,וועלכער איז געווען פון די חשוב'סטע חברי הקהלה אין מאנטרעאל ,וואס לשמו ולזכרו איז נתנדב געווארן דער שטיבל לתורה ולתפלה ע"י משפחתו היקרה. אינאיינעם מיט'ן ארון קודש איז אויך אינסטאלירט געווארן א נייער עמוד לש"ץ ,און א בימה ,אלעס אויסגעשניצט פון רייכן האלץ ,וואס געבן פיל צו צום פראכט און חן פון דעם הערליכן מקום תורה ותפלה להנאת אנשי שלומינו באי בית ה' ,און ס'איז זיכער אז בגן עדן גינתא ברענגט עס א שטארקע עלי' לנשמתו פון הרה"ח ר' שמואל בנימין ז"ל ,תהא נפשו צרורה בצרור החיים. ■■■ מאנטשעסטער קהל יטב לב מאנטשעסטער שפרודלט מיט הערליכע שיעורים ּ אלס הכנה לימי הפורים אנשי שלומינו תושבי מאנטשעסטער גרייטן זיך מיט א דערהויבנקייט צום יום טוב פורים ,מיט דער ריכטיגער הכנה דרבה מיט'ן מיטהאלטן די הערליכע שיעורים בהלכות ועניני פורים וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די עסקני הקהלה אין ביהמ"ד דקהל יטב לב. פארגאנגענעם דעם איז קודש שבת פארגעקומען א שיינער שיעור בעניני דיומא ביום השבת קודש פון הרה"ג ר' מרדכי יודא פריעדמאן שליט"א ,מיט שיינע דרושים פון די ספרי הראשונים די איבער והאחרונים קדושת ימי הפורים ,וואו א ריזיגער ציבור האט זיך משתתף געווען און דערקוויקט; מוצש"ק איז פארגעקומען א הערליכער שיעור דורכ'ן דומ"ץ הקהלה הגאון רבי מרדכי מעהלער שליט"א ,בעניני פורים בהלכה ובאגדה, אויך בהשתתפות קהל רב; און דורכאויס די היינטיגע וואך איז יעדן אויפדערנאכט פארגעקומען א שיינער פארבנרייכער שיעור אין מגילת אסתר מיט די מפרשים דורך הרב משה יצחק כהנא שליט"א ,וועלכער האט אראפגעגעבן די פסוקי המגילה בטוב טעם ודעת. אנשי שלומינו דרוקן אויס א דאנק צו די געטרייע עסקנים וועלכע שטעלן אהער אזעלכע כוחות להגדיל תורה ולהאדירה ,און וואונטשן זיי מקרב הלב :חילכם לאורייתא. ■■■ בתוככי הקהלה »»6 מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת כי תשא גדולה און פארהערט עטליכע כתות אויף זייערע לימודים כמנהגו מדי שבוע בשבוע. מאנטאג פ‘ תצוה רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול .לפני התפלה איז פארגעקומען די הנחת תפילין פאר'ן חתן הבר מצוה בן הרה"ג ר' אליעזר הערש לאנדא שליט"א ,ר"מ בישיבה גדולה ,זון פאר'ן חתן הבר מצוה בן העסקן מו"ה אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו. ■ נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה ביי בן הנולד למזל טוב אצל הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו ,משמש דקהלתינו הק' .רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און דערנאך באשיינט בראש השמחה ביי דער סעודת ברית מילה ,וואו רבינו שליט"א האט ווארים געוואונטשן דעם געטרייען משמש ער זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש לתפארת הקהלה. ■ אין די נאכמיטאג שטונדן איז הרה"ג אב"ד לימנוב שליט"א אריבערגעקומען לאדענען דעם רבי'ן שליט"א צו די חתונה פון בתו הכלה שתחי' .עס איז פארפירט געווארן גאר א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים ,בפרט האט מען ארומגערעדט פון די גרויסע זיידעס פון וועמען חתן כלה ציען זייער שיינעם יחוס. נאכמיטאג האט באזוכט ביי רבינו שליט"א כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב בערגסאז שליט"א ,וועלכער איז געקומען לאדענען דעם רבי'ן שליט"א לרגל נישואי בתו הכלה שתחי' למזל טוב .עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס ,און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן דעם חשוב'ן גאסט מברכותיו הטהורות. ■ אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געווען מסדר קידושין ביי דער שמחת נישואין פון החתן בן מוה"ר חיים אליעזר רובין הי"ו און מוה"ר חיים ארי' ראזענבערג הי"ו ,באולם אימפעריעל ,און פון החתן אברהם בן הרה"ג ר' בנציון אלימלך פאלאטשעק שליט"א ר"מ בישיבה קטנה ,עב"ג בת מו"ה שאול רובין הי"ו ,באולם ויואל משה. ■ רבינו שליט"א איז אריבער באשיינען די שמחת בר מצוה פון בן הרה"ג ר' יואל יעקב מייזליש שליט"א ,ר"מ בישיבת שאפראן ,בן הגה"צ אבד"ק שאפראן שליט"א ,וחתן הרה"ג ר' שמואל שלמה שפיץ שליט"א. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער באשיינען ביי א הערליכע עלעגאנטע מסיבה לטובת מוסדות יטב לב בירושלים ,וואס איז פארגעקומען בבית הרה"ח ר' משה יוסף הירש הי"ו חבר הנהלת המוסדות ,וואס ער האט פאררופן אינאיינעם מיט זיין שותף לדבר מצוה הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו ,וואו עס האבן זיך באטייליגט א געקליבענער צאל נגידים ונדיבים ,וועלכע האבן זיך גאר שיין בייגעשטייערט לטובת המוסדות .רבינו שליט"א איז געזעסן דארט א שטיק צייט בראש המסובים ,און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן אלע מסובים ובפרט דעם חשוב'ן בעל אכסני' להתברך בכל מילי דמיטב מעתה ועד עולם. ■ ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער שמחת שבע ברכות פון החתן אהרן לייב ני"ו בן מוה"ר יצחק שמעון ווידער הי"ו, זון פון הרה"ח ר' מרדכי דוד וויעדער הי"ו ,משב"ק אצל כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל ולהבחל"ח אצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. די שבע ברכות איז פארגעקומען אין זאל פון די מארקיז .רבינו שליט"א האט געזאגט אלע שבע ברכות און דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן און די מחותנים. דערנאך איז רבינו שליט"א זיך געגאנגען משתתף זיין ביי דער שמחת שבע ברכות פון בן הרה"ח ר' משה יונה וויינבערגער הי"ו ,צוליב וואס דער רבי שליט"א האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביי דער חתונה צו זיין מסדר קידושין ,ווייל דער רבי שליט"א האט זיך דאן געפינען אין לאס אנדזשעלעס אויף א בליץ-באזוך לטובת המוסדות. ■ ■ דינסטאג פ' תצוה דינסטאג האט רבינו שליט"א געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה ■ רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביי דער הלוית המת פון הרה"ח המפו' ר' ּפנחס וויינבערגער ז"ל ,לאנגיאריגער מנהל פון כולל שומרי החומות .רבינו שליט"א ,חבר נשיאות כולל שומרי החומות ,האט מספיד געווען דעם חשוב'ן נפטר בקול בוכים און ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה פון אזא געהויבענעם חסידישן איד ,וואס האט מיט זיך בתוככי הקהלה »»7 פארגעשטעלט א דמות דיוקן פונעם אמאליגן דור ,און זיך אוועקגעגעבן בכל לבו ונפשו פאר די הייליגע צדקת רבי מאיר בעל הנס .רבינו שליט"א האט דערנאך באגלייט דעם ארון וואס איז געקומען לקבורה אין דעם שטח החדש שע"י בית החיים דקהלתינו הק' אין קרית יואל. ■ מיטוואך פ' תצוה רבינו שליט"א איז אריבערגעפארן קיין בארא פארק מנחם אבל זיין ביי הרה"ח מוה"ר יעקב גוטמאן הי"ו ובניו החשובים על פטירת אשתו\ אמם היקרה ע"ה בעיר בארא פארק. דאנערשטאג תרומה רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין בית המדרש הגדול .קודם התפלה איז פארגעקומען א הנחת תפילין צום חתן הבר מצוה בן מו"ה יחזקאל שטערן הי"ו. רבינו שליט"א זיך באטייליגט ביי דער לוי' פון הרה"ח המפו' מוה"ר אלטר שמחה ז"ל ,מנכבדי זקני קהלתינו הק' ,וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול .רבינו שליט"א האט מספיד געווען בקול בוכים און דערנאך באגלייט דעם ארון וואס איז געקומען לקבורה ביים שטח החדש פון בית החיים דקהלתינו הק' אין קרית יואל אין די נאכמיטאג שטונדן זענען אריבערגעקומען אל ביתו נאוה פון רבינו שליט"א א כיתה תלמידים פון ישיבת מיר אין פלעטבוש ,אין באגלייטונג פון זייער ראש ישיבה און מגידי שיעור .רבינו שליט"א האט זיי אויפגענומען מיט גרויס ווארעמקייט ,משמיע געווען דברי התעוררות זיך מחזק צו זיין ביים סוף זמן מיט אן התחדשות לתורה ועבודה, און דערנאך פערזענליך אנגעוואונטשן יעדן תלמיד באזונדער צו קענען שטייגן במעלות התורה והיראה. עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' חיים אורי פריינד שליט"א ,חבר הבד"ץ עדה החרדית בירושלים עיה"ק ,א ידיד נאמן פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ,נאך פון די יארן וואס רבינו שליט"א האט משמש געווען כאב"ד נאמן פון קהל יטב לב בירושלים עיה"ק .עס איז פארפירט געווארן גאר א לעבהאפטיגער תורה'דיגער שמועס און שיינע ענינים ,בפרט האט מען זיך באצויגן צו די היסטאריע פון תלמידי בעל שם אין ארה"ק ,צדיקים וקדושי ארץ וועלכע זענען ארויסגעפארן קיין ארץ ישראל .עקסטער האט מען ארומגערעדט פון די ביטערע גזירות רדיפות הדת וואס גייען אן אומאויפהערליך בארצינו הקדושה, און וויאזוי דער יהדות החרדית אין ניו יארק קען בייהילפיג זיין צו דער מערכת הקודש. אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק צו א סידור קידושין ביי די חתונה פון החתן יואל בן הרה"ח ר' זעליג מאיער הי"ו און הרה"ח ר' מנחם ליכטענשטיין הי"ו מנאמני בית כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל ,וואס איז פארגעקומען אין זאל פון עטרת רבקה. רבינו שליט"א איז אריבערגעפארן קיין מאנסי צו א סידור קידושין ביי החתן עמרם בן מוה"ר לייבוש בלוי הי"ו ,עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה צלא הי"ו ,אין די זאלן פון עטרת חי' שרה אין מאנסי. ■ ■ ■ רבינו שליט"א איז דערנאך אריבער אל בית הרה"ח הנגיד מו"ה אהרן גבריאל הויער הי"ו ,מטובי קהלתינו הק' ,וועלכער האט געפראוועט ביי זיך אין שטוב די שמחת שבע ברכות פון בנו החתן הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח הנגיד מוה"ר שמשון מארמארשטיין הי"ו ,חבר הנהלת המוסדות. דער רבי שליט"א האט געזאגט אלע שבע ברכות און דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן און די מחותנים. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך משתתף זיין בבגדי שבת ביי דער שמחת נישואין פון החתן הרב אהרן הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש בן מחותנו הגה"צ אב"ד שאפראן שליט"א ,עב"ג הכלה בת כ"ק אדמו"ר זידיטשויב בערגסאז שליט"א ,וואס איז פארגעקומען אין זאל פון ויואל משה .רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים ,געוואונטשן דעם חתן ,די געהויבענע מחותנים און זיידעס און דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן און די מחותנים. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געפארן קיין מאנסי זיך צו באטייליגן בבגדי שבת ביי דער חתונה פון החתן בן הרב בנש"ק מוה"ר גדלי' טייטלבוים שליט"א ,עב"ג בת הרה"ג המפו' מוה"ר יעקב יודא ברוין שליט"א ,דומ"ץ דביהמ"ד תהלות יואל שע"י קהל יטב לב קרית יואל. ■ ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א ,דער וויזניצער רבי איז געזיצן מלובש בבגדי שבת שטייענדיג אינמיטן ש"ב פון א אייניקל וואס האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס ידידות ,און פאר א לענגערע צייט האט זיך פארצויגן א הערליכער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים פון די גרויסע זיידעס פון ביידע רבי'שע גזע'ס .מ'האט גערעדט פון די צדיקי בית קאסוב ,נאסאד ,הוניאד ,סיגוט ,ובפרט פון מרן רבינו הקוה"ט מסאטמאר זי"ע .ער האט זיך אויך מזכיר געווען ביי רבינו שליט"א פאר א רפואה דערנאך האט דער וויזניצער רבי שליט"א מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט פירות ויין ,און דערנאך געהייסן ארויסבאגלייטן דעם רבי'ן שליט"א ברגשי כבוד והערצה. ■ רבינו שליט"א איז אריבערגעפארן קיין קרית יואל אויף א ניחום אבלים בבית משפחת הרה"ח ר' פנחס וויינבערגער ז"ל ,מנהל כולל שומרי החומות ,וואו רבינו שליט"א האט מנחם געווען בניו מוה"ר משה מרדכי און מוה"ר הלל הי"ו. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן לבית הרה"ח ר' מענדל שווימער הי"ו ,ראה"ק ,וואו מ'האט געדאווענט תפלת מעריב. ■ רבינו שליט"א איז אריבער לבית הרה"ח מו"ה שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו וועלכער איז געזעסן שבעה אינאיינעם מיט זיינע חשוב'ע קינדער על פטירת אשתו/אמם ע"ה. בתוככי הקהלה »»8 דערנאך איז רבינו שליט"א צוריקגעפארן קיין מאנסי ,ביי דער חתונה פון החתן עמרם בלוי הי"ו ,וואו רבינו שליט"א האט געטאנצט מצוה טאנץ לפני הכלה. ■ פרייטאג תצוה רבינו שליט"א איז געווען מסדר קידושין ביי דער שמחת נישואין פון החתן יעקב יצחק בן הרה"ח ר' זלמן לייב שווארץ הי"ו און הרה"ח ר' אהרן הערש כ"ץ הי"ו ,נכד הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זצ"ל, אין זאל פון ויואל משה אין וויליאמסבורג .רבינו שליט"א איז שפעטער צוריקגעקומען זיך משתתף זיין בשמחת חתן וכלה. ■ רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען הנחת תפילין פון בן הרה"ח ר' אברהם טייטלבוים שליט"א ,חתן גאב"ד ירושלים שליט"א. ■ מוצש"ק תצוה רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביים סיום מס' יבמות במסגרת 'ישראל ואורייתא' ביים שיעור וואס ווערט פארגעלערנט פון הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו ,יו"ר ועד הפועל דמוסדותינו הק' .רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן דעם חשוב'ן מגיד שיעור און די משתתפי השיעור ,שכה יתן ה' וכה יוסיף מ'זאל זוכה זיין להתחיל ולסיים מסכתות אחרות מתוך נחת ושמחה אמן. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער שבע ברכות בבית לימנוב -מאשלוי וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד לימנוב .רבינו שליט"א האט געטאנצט מיטן חתן און די געהויבענע מחותנים. ■ זונטאג כי תשא בעפאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די הנחת תפילין ביי חתן הבר מצוה בן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל כהנא הי"ו ,און ביי חתן הבר מצוה בן הרה"ח ר' אברהם אלי' פירטה הי"ו. ■ אינמיטן טאג איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ניחום אבלים בבית משפחת המנוח הרה"ח המפו' מוה"ר נח אבראהאם ז"ל ,מחשובי זקני קהלתינו הק' ,וואו רבינו שליט"א האט מנחם געווען זיינע חשוב'ע קינדער. אויך איז רבינו שליט"א אריבער מנחם אבל זיין משפחת המנוח הרה"ח ר' אלטר שמחה ז"ל ,וואו רבינו שליט"א האט מנחם געווען זיין חשוב'ן זון. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער פראכטפולער און עלעגאנטער שמחת שבע ברכות פון בן הרה"ח הנגיד המפו' מוה"ר אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו ,יו"ר ועד הפועל דקהלתינו הק' ,וואס איז צוגעשטעלט געווארן ע"י הנהלת קהלתינו הק' לאות הכרת הטוב פאר זיינע לעגענדארע לייסטונגען לטובת הקהלה. )זעט אויספירליכן באריכט ביי די קהלה נייעס( ■ זונטאג אווענט פארגעקומען אן אסיפה אין ביהמ"ד ברך משה בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ,וואו אלע בחורים גבאי הישיבות ,וואס האבן גענומען אויף זיך דעם הייליגן אויפגאבע אנצואווארעמען זייערע חברים אין זייער סניף אריינצוברענגען וואס מער געלט פאר די מוסדות הקדושים בימי הפורים ,זענען זיך צונויפגעקומען איבערשמועסן מיט די עסקני המוסדות אלע פרטים און איינצלהייטן אנבאלאנגט די פורים אקציע .נאך די אסיפה וואס איז אריבער מיט א געוואלדיגע הצלחה ,זענען די גבאים אריין אל הקודש פנימה צו מרן רבינו שליט"א ,וואו די גבאים האבן זיך מיט א יראת הכבוד ארומגעשטעלט ארינגס און ארום כשתילי זתים סביב לשלחנו ,צו נעמען ברכות קדשו פון רבינו שליט"א. עס האט צו ערשט גענומען דאס ווארט העסקן הנמרץ מו"ה יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו ,וואס האט ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די גבאי קודש וואס גיבן זיך אוועק פאר די מוסדות הק' .בפרט יעצט קומען זיי צו הילף פאר מרן רבינו שליט"א וואס איז אין די לעצטערע וואכן שטארק בייהילפיג ארויסצושלעפן די מוסדות פון איר שווערן פינאנציעלן מצב צוליב א לאנג פארצויגענער לעגאלער שטרייט מיט די רעגירונג. דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי ברכה פאר די גבאים און זיך באצויגן אויף די משנה אין אבות "ארבע מדות בהולכי בית המדרש" און האט מדייק געווען די לשון "הולכי" פארוואס שטייט נישט יושבי בית המדרש ,נאר כדי צו קענען שטייגן בעבודת השם ,לערנען און דאווענען און אויסוואקסען ערליכע אידן תלמידי חכמים ,דארף מען אויך אנקומען עוסק צו זיין בצדקה וחסד און זיין פון די "הולכי בית המדרש" ,און האט זייער ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקנים אז זיי זאלן מצליח זיין אין זייער אויפגאבע .דער רבי שליט"א האט נאכדעם געגעבן 'הצלחה געלט' פאר אלע גבאי קודש. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק צו א מסיבה לטובת מוסדות יטב לב ירושלים ,וואס איז פארגעקומען בבית הרבני הנגיד מו"ה געציל בערגער הי"ו ,זון פון הרה"ח הנגיד המפו' מוה"ר בעריש בערגער הי"ו ,ראה"ק דקהל יטב לב אין לאנדאן ,וועלכער האט זיך אויך באטייליגט ביי דער מסיבה של מצוה בבית בנו. רבינו שליט"א האט געוויילט ביי דער מסיבה א לאנגע וויילע און מפאר געווען בראש המסובים .די נדיבים ונגידים בעם תושבי בארא פארק האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און איבערגעגעבן זייערע סכומים לי"ק פון רבינו שליט"א און פערזענליך אפגענומען ברכת קדשו. רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת מעריב דארט בבית האכסני' של תורה ,און דערנאך איבערגעלאזט ברכת קדשו צום חשוב'ן בעל אכסני' להתברך בכל מילי דמיטב. ■ בתוככי הקהלה »»9 ברכת מזל טוב ברכת מזלא טבא ,מעמקי דלבבא ,לידידינו היקרים ,אנ"ש הנכבדים, מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים ,שמם הטוב מפוארים לרגל שהשמחה במעונם לרגל נישואי בנו למז"ט ביהמ"ד הגדול • הרב משה )מנהל( פריעדמאן שליט"א לרגל הולדות נכדו למז"ט לרגל ארוסי בתו למז"ט לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה בנציון משה פאלקאוויטש הי"ו • מו"ה מיכל וויינגארטן הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה חיים הערש קלאגסבאלד הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה ברוך הערש פילאפף הי"ו • מו"ה שמשון מארמארשטיין הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה אלכסנדר פרענקעל הי"ו קיט"ל בניני יאקאבאוויטש ליע גארדנס • מו"ה אברהם יצחק לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט לרגל הולדות נכדו למז"ט קיט"ל בארא פארק • מו"ה געציל זופניק הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה יואל ברש"ה גליק הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה מענדל ראזענבערג הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה יעקב סטראלאוויטש הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה מאיר פריעדמאן הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה יעקב יוחנן לעפקאוויטש הי"ו • הרב יושע נחמן בערגער שליט‘‘א • מו"ה זלמן לייב שפילמאן הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה טובי‘ גדלי‘ פיש הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה ישראל יצחק לעווי הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה שמעון דוב מארקאוויטש הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יושע שטערנפעלד הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה יואל לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה ברוך זילבערשטיין הי"ו לרגל הולדות בתו הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • הרב יוסף לעווי שליט‘‘א קיט"ל אנטווערפן לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה מרדכי שניצער הי"ו • מו"ה נחום ברוינער הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה יוסף יודא יאקבוויטש הי"ו לרגל אירוסי נכדו למז"ט • מו"ה ישראל מרדכי לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדת נכדו למז"ט • מו"ה יוסף חיים כהן הי"ו לרגל ארוסי בתו למז"ט • מו"ה יואל גראד הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט לרגל הולדות נכדתו למז"ט יהי רצון מלפני אבינו שבשמים ,שישלם להם משכורתם בכפליים ,משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים ,שפע ברכה והצלחה משמי מעונים, רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים ,כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים ,חסדי ה' לעולמי עולמים . המברכים באהבה השמחים בשמחתם ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו הנהלת קהלתינו הק' וואונטשט אלע חשוב'ע מעמבערס און אנשי שלומינו א שמחת פורים ושמחת תמיד SFI A Fully vertical approach to trade finance [email protected] Sponsored By: Project: YF MARKETING | 718.514.6717 בתוככי הקהלה » » 10
© Copyright 2024