דער בעסטער אדוואקאט

‫יותר‬
‫ה‬
‫ל‬
‫אין‬
‫גד‬
‫אמן‬
‫יהא שמיה‬
‫רבא מברך‬
‫דברים רבה ז‬
‫העונה‬
‫עונין‬
‫מאמן‬
‫אמר‬
‫מן‬
‫ל לפני ה‬
‫ו‬
‫קב“‬
‫רב‬
‫לפני‬
‫יותר‬
‫גליון‬
‫יהושע בן ל‬
‫י‬
‫וי כ‬
‫שבת קיט‪:‬‬
‫זוה“ק ח“ג‪ ,‬כ‬
‫בגודל מעלת עניית "אמן" ו"אמן‪ .‬יהא שמיה רבא" וקדושת בית המדרש | חודש תשרי תשע"ו | גליון צ"ה‬
‫דער בעסטער אדוואקאט‬
‫[כתר מלוכה דף שמט]‬
‫עס שטייט אין ״היכלי רבתי״‪ :‬״אויך א מענטש וואס מ׳האט גע׳פסק׳נט אין הימל זיין גזר דין אויף שלעכטס‪,‬‬
‫קען מבטל זיין דעם גזר דין דורכ׳ן ענטפערן ״אמן יהא שמיה רבא‪...‬״ בכל כח כוונתו״‬
‫אפשר להשיג הגליונות היו"ל מדי חודש בחודשו‬
‫‪718-305-6886 | [email protected] | www.UmeinVumein.org‬‬
‫לעילוי נשמת הרה"ק רבי ישראל מאיר בן הרב רבי אריה זאב זצ"ל בעל החפץ חיים‬
‫ולע״נ הרה״ק רבי משולם פייש בן רבי מרדכי זי״ע‪ ,‬אבד״ק טאהש ‪ -‬ולע"נ הרה"ק רבי חיים זאנוויל בן הר"ר משה זצ"ל‪ ,‬האדמו"ר מריבניץ‬
‫‪718.483.8609‬‬
‫דאס געשריי "יחי המלך" וואס מען הערט בשעת'ן זאגן‬
‫"אמן‪ ,‬יהא שמיה רבא" דאס צורייסט דעם שווערן גזר דין!‬
‫ווייל דאס נעמט דאך אוועק דער עיקר טענה וואס מען האט‬
‫אויפן מענטשט אז ער איז א מורד במלכות‪ .‬דאס זאגן אמן יהא‬
‫שמיה רבא איז א באווייז אז דער מענטשט האט זייער ליב דעם‬
‫הייליגן באשעפער‪.‬‬
‫‪718.483.8609‬‬
‫א שיינע טייערע טעפיך איז אויסגעשפרייט אויפן לענג פון‬
‫דעם הויפט גאס אין שטאט און ביי ביידע זייטן שטייען די טויזנטע‬
‫שטאטסלייט וועלכע קענען קוים ווארטן צו זען דעם קעניג‬
‫אריבערגיין‪ .‬שוין א חודש צייט וואס זיי פלאגן זיך אן אויפהער‬
‫אויסצורייניגן און באשיינען דעם שטאט כדי עס זאל זיין צוגעפאסט‬
‫פארן אנקום פונעם קעניג‪ .‬אצינד איז דער שטאט הערליך שיין‬
‫באפיצט און אלע שטאטסלייט אנגעטוהן מיט שיינע קליידער‬
‫שטייען שוין גרייט צו ענטפאנגען דעם גרויסן קעניג‪.‬‬
‫דער גרויסער מינוט איז אנגעקומען‪ ,‬אין דורך דעם טויער פון‬
‫שטאט האט אריינמאשירט דער קעניגליכע פאראדע‪ .‬באלד האט‬
‫זיך ארויסגעריסן א געשריי פון אלעמענס מיילער‪" :‬דער קעניג זאל‬
‫לאנג לעבן!"‪.‬‬
‫אבער פליצלונג האט א שרעקליכע זאך פאסירט‪.‬‬
‫ווען דער קעניגליכע קארעטע האט שוין געהאלטן שוין כמעט‬
‫ביים סוף פונעם שטאט‪ ,‬האט א שטיינדל‪ ,‬וואס איז ווארשיינליך‬
‫געווארפן געווארן דורך איינע פון די פארזאמלטע‪ ,‬געלאנדעט ממש‬
‫אינעם קעניגס וואגן!‬
‫די פאראדע האט זיך אפגעשטעלט פאר א סעקונדע‪ ,‬אבער האט‬
‫באלד פארגעזעצט זייער וועג‪ ,‬אבער א גרופע פון סאלדאטן זענען‬
‫באפוילן געווארן דורכן קעניג צו בלייבן אויפן ארט און אויפזוכן דער‬
‫וואס האט געווארפן דעם שטיין‪.‬‬
‫נאכן זוכן עטליכע טעג האט מען געפינען דער ווארפער‪ ,‬דאס‬
‫איז געווען א קינד וואס איז געווען באליבט ביי אלע שטאטסלייט‪.‬‬
‫א שווערע טרויער האט באפאלן דעם גאנצע שטאט‪ .‬עס איז‬
‫נישט קיין ספק געווען אז דער וואס איז א 'מורד במלכות' איז חייב‬
‫מיתה‪ ,‬און דאס וועט געוויס פאסירן מיט דעם קינד‪.‬‬
‫מען האט דאס קינד אריינגעזעצט אין א תפיסה‪ ,‬ביז דער‬
‫גרויסער משפט וועט פארקומען וואס דאן גייט מען פסק'נען וואס‬
‫מען גייט טוהן מיטן קינד‬
‫נאך א חודש איז פארגעקומען דעם משפט אינעם גרויסן שטאט‪.‬‬
‫אלע פאמיליע מיטגלידער און ווי אויך פיל פון זיינע פריינד זענען‬
‫אהינגעקומען און ווי אויך האבן אלע מתפלל געווען דאס קינד זאל‬
‫געראטעוועט ווערן פון דעם שרעקליכן פסק דין‪.‬‬
‫דער געריכט הייבט זיך אן‪ .‬דער באשולדיגער שטעלט זיך‬
‫אויס‪ ,‬און אין קורצע ווערטער מאכט ער קלאר‪ :‬איינער וואס‬
‫ווידערשפעניגט אינעם קעניג‪ ,‬איז חייב מיתה!‬
‫באלד האט זיך אבער אויפגעשטעלט דער אדוואקאט‪ ,‬דאס וואס‬
‫דארף פארטיידיגן דאס קינד‪ ,‬און ער האט פאר יעדעם פארציילט ווי‬
‫א גלייכער און ערליכע דאס קינד איז‪ ,‬ווי אויך האבן פארשידענע‬
‫עדות אויפגעטרויטן וועלכע האבן אליינס צוגעזען ווי דאס קינד‬
‫שרייט ביים פאראדע‪" :‬יחי המלך!"‪ ,‬נאר וואס דען? דאס ווארפן די‬
‫שטיין איז געווען נישט מער ווי א קינדערישקייט‪ ,‬אבער חס וחלילה‬
‫אז ער האט געמיינט פוגע צו זיין אינעם כבוד פונעם קעניג‪.‬‬
‫הערענדיג די טענה זענען די שופטים ארויס פאר עטליכע מינוט‬
‫פונעם געריכט‪-‬זאל דורכשמועסן דעם ענין‪ .‬און מען האט באשלאסן‬
‫אנצונעמען די טענה פונעם אדוואקאט‪ ,‬אז אויב דאס קינד האט‬
‫געשריגן "יחי המלך!" מיינט דאס אויף זיכער אז ער האט נישט אינזין‬
‫געהאט קיין שום שלעכטס‪ ,‬און דאס ווארפן דעם שטיין איז סך הכל‬
‫געווען א קינדערישע אקט‪.‬‬
‫די שופטים זענען באלד צוריק אריין אין געריכט זאל‪ ,‬און דער‬
‫הויפט ריכטער האט באלד אויסגערופן‪" :‬דאס שרייען פונעם קינד‬
‫"דער קעניג זאל לעבן" איז דער גרעסטער ראיה אז דאס קינד האט‬
‫זייער ליב דעם קעניג‪ ,‬דעריבער קען מען אים נישט באטראכטן ווי‬
‫א 'מורד במלכות'‪ ,‬און פאר דעם ווארפן דאס שטיין האט שוין דאס‬
‫קינד באקומען זיין שטראף און איצט דארף מען אים באפרייען!"‬
‫•‬
‫וואס איז דער נמשל?‬
‫עס שטייט אין די גמרא‪ :‬אמר רב יהושע בן לוי כל העונה‬
‫אמן‪ ,‬יהא שמיה רבא בכל כוחו קורעין לו גזר דינו‪ .‬דער וואס‬
‫ענטפערט איש"ר מיט זיין גאנצן כח צורייסט מען זיין גזר דין‪ ,‬און ר'‬
‫יוחנן לייגט צו‪ :‬אפי' דער מענטש האט א פלעק פון עבודה זרה איז‬
‫מען אים מוחל‪.‬‬
‫אזוי ווי מיר האבן שוין פריער ברייט אויסגעשמועסט‪ ,‬הייסט‬
‫א 'שמץ של עבודה זרה' א מרידה במלכות ה'‪ ,‬ס'איז א חילול ה'‬
‫וואס דער אייבערשטער זאגט אויף דעם‪ :‬איך בין אים נישט מוחל‬
‫בלויז אויב דער מענטשט שטארבט‪ .‬אויב אזוי וויאזוי קען דער‬
‫אייבערשטער פארגעבן די עבירה אויב מען זאגט אמן‪ ,‬יהא שמיה‬
‫רבא?‬
‫נאר וואס דען? ווען מען זאגט אמן‪ ,‬יהא שמיה רבא מיטן‬
‫גאנצן כח ווייזט מען מיט דעם פאר די גאנצע וועלט אז מען האט‬
‫ליב דעם קעניג מיטן גאנצן הארץ‪ ,‬און דער מעשה פון עבודה זרה‬
‫איז געווען סך הכל א נארישקייט פון א רגע‪ ,‬וואס מען קען נישט‬
‫באטראכטן אלס ווידערשפענונג אין באשעפער! דעריבער איז מען‬
‫אים מוחל!‬
‫נישט נאר דאס‪.‬‬
‫חז"ל זאגן‪ ,‬אז אדם הראשון איז געווען אן אפיקורס‪ ,‬אונז צו לאזן‬
‫הערן אז יעדער עבירה איז א ווידערשפענונג אינעם אייבערשטן‪,‬‬
‫דעריבער ווען א מענטשט זונדיגט ווערט ער גערעכנט ווי א מורד‬
‫במלכות‪ .‬און אויף דעם זאגט ר' יהושע בן לוי אז ווען מען זאגט 'אמן‪,‬‬
‫יהא שמיה רבא' צורייסט מען אים די גזר דין‪.‬‬
‫פון דעם זען מיר‪ ,‬אז אפי' נאך וואס מען האט שוין גע'פסק'נט‬
‫דעם דין האט נאך דער מענטש א ברירה אריינצוגיין אין בית מדרש‬
‫און זאגן 'אמן‪ ,‬יהא שמיה רבא' וואס דערמיט שרייט ער אויס‬
‫"יחי המלך" און דאס וועט זיין א באווייז אז זיינע עבירה איז נאר‬
‫געקומען ווייל ער האט זיך נישט געקענט מתגבר זיין אויפן יצר הרע‪.‬‬
‫און אין אמת'ן איז ער נישט קיין מורד במלכות נאר ער האט ליב דעם‬
‫באשעפער‪.‬‬