פּאניק אין פינאנציעלע מארקעטס נאך אויפטרייסלנדע אפּשטימונג אין ענגלאנ

‫פינאנציעלע וועלט אויפגעטרייסעלט‪:‬‬
‫פּאניק אין פינאנציעלע מארקעטס נאך‬
‫אויפטרייסלנדע אפּשטימונג אין ענגלאנד‬
‫ארויסצוגיין פון אייראפּעאישן פאראיין‬
‫בריטישער ּפרעמיער רעזיגנירט ‪ -‬אלע בריטישע ּפארטייען צעטרייסעלט ‪ -‬גלאבאליזאציע אונטערגעגראבן‬
‫דאס בריטישע פאלק האט דאנערשטאג‬
‫געשטימט אויף די פראגע צי ענגלאנד זאל‬
‫פארבלייבן אדער זאל ארויסגיין פון‬
‫אייראפּעאישן פאראיין )"אי‪ .‬יו‪ .(".‬עס האט‬
‫געהערשט א פּאניק אטמאספערע‬
‫דאנערשטאג ביינאכט‪ ,‬נאכ'ן אפּציילן די‬
‫שטימען ווען מען האט געזען אז ‪51.9‬‬
‫פּראצענט‪ 17.4 ,‬מיליאן וויילער‪ ,‬האבן‬
‫געשטימען פאר "ברעקסיט" )אזוי האט מען‬
‫באצייכנט בריטעינ'ס ארויסגיין פונעם "אי‪.‬‬
‫יו‪ ,(".‬און ‪ 48.1‬פּראצענט‪ 16.1 ,‬מיליאן האבן‬
‫געשטימט צו בלייבן פאראייניגט מיט‬
‫אייראפּע‪ .‬ארום ‪ 72.2‬פּראצענט פון די‬
‫וויילער זענען געגאנגען שטימען‪ ,‬וואס איז‬
‫פיל מער ווי עס איז געווען די לעצטע פּאר‬
‫מאל ווען מען האט געהאט פּארלאמענט‬
‫וואלן אין ענגלאנד‪ .‬אזוי שטארק איז געווען‬
‫די וויילער אינטערעסע אין דעם איצטיגן‬
‫רעפערענדום‪.‬‬
‫די רעאקציעס האבן זיך אנגעהויבן‬
‫פרייטאג‪ ,‬ווען עס איז געשאפן געווארן א‬
‫כמעט‪-‬פּאניק אטמאספערע איבער די‬
‫וועלט‪ ,‬ווייל דער רעפערענדום אויסגאנג‬
‫האט געוויזן א מעגליכע ענדע צו‬
‫גלאבאליזאציע‪ .‬דאס בריטישע פאלק וויל‬
‫זיך אפּטיילן פון די איבריגע אייראפּע אפילו‬
‫אויב דאס וועט קומען מיט טייערע‬
‫עקאנאמישע קאסטן פאר איר‪.‬‬
‫די שווערסטע רעאקציע איז טאקע‬
‫געקומען אין ענגלאנד‪ ,‬וואו איר סטאק‬
‫מארקעט איז שטארק געפאלן ווי אויך איר‬
‫וואלוטע‪ ,‬דער פונט‪ ,‬אבער אויך אין די‬
‫אנדערע אייראפּעאישע לענדער איז מען‬
‫געווען באזארגט ווי אזוי דאס וועט זיך‬
‫אויסשטעלן‪ ,‬און דער יורא‪ ,‬וואס איז די‬
‫געמיינזאמע אייראפּעאישע וואלוטע‪ ,‬איז‬
‫אויך שטארק געפאלן‪) .‬ווען ענגלאנד האט‬
‫זיך אנגעשלאסן אין אייראפּעאישן פאראיין‬
‫איז דאס אבער געקומען מיט'ן באדינג אז זי‬
‫בלייבט מיט איר אייגענע נאציאנאלע‬
‫וואלוטע‪(.‬‬
‫עס איז אויך אנטשטאנען א פראגע צי‬
‫ענגלאנד האט געלאזט הערן‬
‫איר מיינונג‪ ,‬און עס האט‬
‫אפקלאנג‬
‫געהאט א מעכטיגן ּ‬
‫איבער די גאנצע וועלט‬
‫"ברעקסיט" האט געווינען אדאנק א שטילן‪,‬‬
‫באהאלטענעם ראסיזם‪ ,‬די שרעק פאר‬
‫"איסלאמיזאציע"‪ ,‬וואס דאס בריטישע‬
‫פאלק וויל נישט האבן אזעלכע אפענע‬
‫טויערן אונטער וואס מ'דארף אריינלאזן‬
‫אויך מוסולמענער אימיגראנטן‪ ,‬וואס אדאנק‬
‫דעם קען זיך אויך אריינגליטשטן אין לאנד‬
‫טעראריסטישע מערדער‪.‬‬
‫דאס איז טייל פון די הויפּט פּונקטן‬
‫איבער וואס מ'איז געווען באזארגט אין די‬
‫ערשטע שעה'ן און טעג נאך דעם‬
‫איבעארראשענדן "ברעקסיט" וואל זיג‪.‬‬
‫עס איז שוין וואכן וואס עס הערשט‬
‫נערוועזקייט אין די פינאנציעלע מארקעטס‬
‫ווען אנקעטעס האבן געוויזן אז ס'איז דא‬
‫אויסזיכטן אז דאס בריטישע פאלק זאל‬
‫שטימען ארויסצוגיין פונעם "אי‪ .‬יו‪ ,".‬אבער‬
‫דער מצב האט זיך אביסל סטאביליזירט‬
‫די צייטונג ‪ -‬נייעס בולעטין ‪ -‬זונטאג פ' שלח‪ ,‬תשע"ו‬
‫אנהויב פאריגע וואך ווען פרישע אנקעטעס‬
‫האבן געוויזן אז די וואס ווילן בלייבן אין די‬
‫"אי‪ .‬יו‪ ".‬האלטן פאראויס‪ .‬מען האט טאקע‬
‫מיטוואך געהאט זייער א גוטן סטאק‬
‫מארקעט אין ניו יארק‪ .‬צוליב דעם קען מען‬
‫פארשטיין די פּאניק אטמאספערע וואס‬
‫האט אלעמען באהערשט נאכ'ן אפציילן די‬
‫שטימען‪.‬‬
‫פרייטאג צופרי האט דער בריטישער‬
‫פּרעמיער דעיוויד קאמעראן רעזיגנירט‪ .‬ער‬
‫האט אויפריכטיג געזאגט‪ ,‬אז עס פאדערט‬
‫זיך איצט א נייע פירערשאפט‪ ,‬ווען עס‬
‫קומען איצט שווערע פארהאנדלונגען אין‬
‫די קומענדיגע צוויי יאר‪ ,‬ווי אזוי ענגלאנד‬
‫זאל זיך אפּטיילן פון אייראפּע און וואס‬
‫פארא סארט האנדל באציאונגען זי זאל‬
‫איינשטעלן מיט די איבריגע אייראפּעאישע‬
‫לענדער‪ .‬קאמעראן וועט אבער בלייבן אין‬
‫אמט נאך דריי מאנאטן‪ ,‬צו ערמעגליכן א‬
‫רואיגערן איבערגאנג צו א נייע‬
‫פירערשאפט‪.‬‬
‫אויך אין די בריטישע ארבייטער‬
‫פּארטיי האט זיך "געטאן אויף טיש און‬
‫בענק"‪ .‬אין די קאנסערוואטיווע פּארטיי‬
‫האט מען אנגעהויבן דעבאטירן ווער עס‬
‫זאל איבערנעמען די פירערשאפט פון‬
‫קאמעראן‪ ,‬און אין די ארבייטער פּארטיי‬
‫זענען אפירגעקומען אויפשטענדלער וואס‬
‫ווילן ארויסווארפן זייער פירער‪ ,‬דזשערעמי‬
‫קארבין‪ .‬זיי טענה'ן אז אויך ער האט נישט‬
‫גוט געפירט‪ ,‬און מ'דארף אריינברענגען א‬
‫נייע פירערשאפט‪ ,‬פרישע כוחות‪.‬‬
‫עס איז צום ערשטע מאל זינט דער‬
‫אייראפּעאישער פאראיין עקזיסטירט‪ ,‬אז‬
‫עמיצער פון די ‪ 28‬מיטגלידער לענדער‬
‫האבן פארלאנגט ארויסצוגיין‪ ,‬און מען האט‬
‫באלד אנגעהויבן שפּאקולירן צי אנדערע‬
‫לענדער וועלן פּרובירן נאכצוטאן דעם‬
‫בריטישן ביישפּיל‪.‬‬
‫פּרעזידענט אבאמא האט געזאגט אז‬
‫אמעריקע וועט ווייטער אנהאלטן איר‬
‫טראדיציאנאלע שותפות מיט ענגלאנד‪.‬‬
‫פּרעזידענט‬
‫דעמאקראטישע‬
‫די‬
‫קאנדידאט קלינטאן האט געזאגט אז די‬
‫איצטיגע שווערע צייטן איז נאך א באווייז‬
‫אז אמעריקע מוז האבן פעאיגע און‬
‫ערפארענע פירערשאפט אין איר‬
‫פּרעזידענט‪.‬‬
‫דער רעפּובליקאנער פּרעזידענט‬
‫קאנדידאט דאנאלד טראמפּ איז פרייטאג‬
‫צופרי אנגעקומען קיין סקאטלאנד‪ ,‬צוליב‬
‫זיינע ביזנעס אינטערעסן‪ ,‬און ער האט באלד‬
‫באגריסט דעם רעפערענדום אויסגאנג‬
‫באצייכענענדיג דאס ווי "פאנטאסטיש"‪ .‬די‬
‫בריטישע האבן ענדליך "צוריקגענומען‬
‫זייער לאנד"‪.‬‬
‫ווען מען האט אים געפרעגט זיין‬
‫מיינונג איבער דעם בריטישן פּרעמיער‬
‫קאמעראנ'ס אפּטרעטן‪ ,‬האט טראמפּ‬
‫געזאגט‪ ,‬אז דאס איז טאקע א שלעכטע זאך‪,‬‬
‫ווי איינער זאגט‪ ,‬דאס איז קאמעראנ'ס‬
‫געשעפט און אים‪ ,‬טראמפּ‪ ,‬אינטערעסירט‬
‫עס גאר ווייניג‪.‬‬
‫אין אמעריקע‪ ,‬האבן קאנסערוואטיווע‬
‫פּאליטישאנס שפּאקולירט אז אויפ'ן ערשטן‬
‫בליק וועט די בריטישע אפּשטימונג זיין‬
‫בייהילפיג פאר'ן טראמפּ קאמפּיין‪ ,‬ווייל עס‬
‫וועט אויפלעבן די עלעמענטן וואס פארפירן‬
‫קעגן מוסולמענער‪ ,‬און זיי וועלן זיך איצט‬
‫שפּירן געשטארקט אז אין ענגלאנד האט‬
‫נאציאנאליזם געווינען‪ ,‬אבער אזוי ווי די‬
‫אמעריקאנער וואלן וועלן פארקומען ערשט‬
‫אין א פיר מאנאטן פון איצט‪ ,‬וועט זיך נאך‬
‫זייער א סאך אפּשפּילן‪ ,‬עס איז נאך זייער‬
‫פרי‪ ,‬און אויב עס וועט זיין ערנסטע‬
‫עקאנאמישע אויפטרייסלונגען אלס‬
‫רעזולטאט פון "ברעקסיט"‪ ,‬וואס וועט‬
‫שאטן אויך פאר אמעריקאנער ביזנעסלייט‬
‫און ארבייטער‪ ,‬קען דאס גאר שאטן פאר‬
‫טראמפּ‪.‬‬
‫עטליכע פון די גרויסע אמעריקאנער‬
‫בענק וואס האבן א סאך אינטערנאציאנאלע‬
‫ביזנעס האבן שוין געמאלדן אז זיי וועלן‬
‫אריבערפירן רוב פון זייערע אפיסעס און‬
‫ביזנעס אקטיוויטעטן פון ענגלאנד קיין‬
‫אייראפּע‪ ,‬וואס לאנדאן איז ביז איצט‬
‫באטראכט געווען ווי די אייראפּעאישע‬
‫הויפּטשטאט אין די פינאנץ וועלט‪ ,‬אבער‬
‫אויב ענגלאנד טיילט זיך אפּ פון אי‪ .‬יו‪,.‬‬
‫פארלירט לאנדאן דעם "כבוד"‪ ,‬ווייל‬
‫ענגלאנד וועט דאך שוין נישט זיין א טייל‬
‫פון אייראפּע‪ ,‬עקאנאמיש גערעדט‪.‬‬
‫*‬
‫וויבאלד מען האט געהערט פון די‬
‫בריטישע אפּשטימונג‪ ,‬איז אנטשטאנען א‬
‫פּאניק אין די פינאנציעלע מארקעטס‪ .‬עס‬
‫איז נאך געווען אינמיטן די נאכט אין‬
‫אמעריקע‪ ,‬אבער מען האנדלט אויך דורכ'ן‬
‫קאמפּיוטער אפילו אויף אמעריקאנער‬
‫סטאקס‪ ,‬און דער דאו דזשאונס‬
‫אינדוסטריאל עוורידזש וואלט געפאלן‬
‫ארום ‪ 800‬פּונקטן אויב דער סטאק מארקעט‬
‫וואלט אפען געווען‪ .‬ווען עס האט זיך‬
‫געעפנט ‪ 9:30‬צופרי איז עס טאקע געפאלן‬
‫‪ 550‬פּונקטן‪ ,‬און עס איז געווען זייער‬
‫העפטיגע אקטיוויטעט אינעם ערשטן שעה‬
‫פונעם סטאק מארקעט‪.‬‬
‫לויט ווי אזוי דער זייגער גייט אין די‬
‫וועלט‪ ,‬הויבט זיך אן דער טאג אין אזיע‪,‬‬
‫טרעזשורי נאוטס‪ ,‬וואס דאס ווערט אויך‬
‫גענוצט ביים באשטימען די מארגעדזש‬
‫פּראצענט ראטעס‪ ,‬איז פרייטאג געפאלן‬
‫איבער ‪ 9‬פּראצענט‪ ,‬עס איז געפאלן ‪0.16‬‬
‫פון א פּראצענט פּונקט צו ‪ 1.58‬פּראצענט‪.‬‬
‫פארטאגס‪ ,‬איז עס אפילו געפאלן ביז ‪1.42‬‬
‫פּראצענט‪ ,‬אבער עס האט זיך אביסל‬
‫צוריקגעכאפּט‪.‬‬
‫עס האט זיך געשאפן אן אנגענומענע‬
‫מיינונג איבער'ן וויקענד‪ ,‬אז מ'קען פארגעסן‬
‫פון א פּראצענט ראטע העכערונג אין‬
‫אמעריקע‪ .‬אין אזעלכע האקעלע צייטן‪,‬‬
‫וועט די פעדעראל רעזערוו באנק נישט‬
‫אפילו טראכטן פון העכערן די פּראצענט‬
‫טאן‬
‫גארנישט‬
‫מ'וועט‬
‫ראטעס‪.‬‬
‫אויפצוטרייסלען דעם מצב‪ ,‬ביז מ'וועט זען‬
‫ווי אזוי דער מצב קאכט זיך אויס‪.‬‬
‫מ'האט ביז איצט אויך געזען ווי דער‬
‫פעדעראל רעזערוו יאגט זיך נישט צו‬
‫העכערן פּראצענט ראטעס‪ ,‬מ'וויל ענדערש‬
‫זיין מער פארזיכטיג‪ ,‬גלויבט מען אז די‬
‫איצטיגע אויפטרייסלונג פון "ברעקסיט"‬
‫וועט אפּשטופּן אויף א לענגערע צייט די‬
‫פראגע פון העכערן פּראצענט ראטעס‪.‬‬
‫אזיע‪ ,‬און דאס גיט דעם טאן פאר די‬
‫מארקעטס אין די איבעריגע וועלט‪ ,‬ווען‬
‫זייער טאג הויבט זיך אן‪ .‬מען האט געמוזט‬
‫אפּשטעלן דעם האנדל אויפ'ן סטאק‬
‫מארקעט אין טאקיא ווען עס איז געפאלן‬
‫כמעט ‪ 7‬פּראצענט‪ .‬אין דרום קארעא‪ ,‬איז‬
‫דער סטאק מארקעט געפאלן ארום ‪4‬‬
‫פּראצענט‪ .‬אין ענגלאנד‪ ,‬איז צופרי געפאלן‬
‫דער סטאק מארקעט איבער ‪ 7‬פּראצענט‪,‬‬
‫פיל מער ווי עס האט געקראכט ביי די‬
‫ערנסטע פּאליטישע קריזיסן פון ‪'92 ,'78‬‬
‫און ‪.'09‬‬
‫די סטאק מארקעטס האבן אויך‬
‫געקראכט אין אלע אנדערע לענדער‪ ,‬אין אן‬
‫אינסטינקטיווע פּאניק רעאקציע‪ ,‬ווייל עס‬
‫וועט דויערן מינימום א פּאר טעג ביז‬
‫מ'וועט קענען האבן אביסל א מער קלארער‬
‫בילד וואס צו ערווארטן‪ .‬מאסן האבן‬
‫פארלוירן ריזיגע געלטער‪ ,‬אבער עס איז‬
‫אלץ דא אזעלכע וואס צייכענען זיך אויס‬
‫מיט איפּכא מסתברא‪ ,‬צו גיין קעגן דעם‬
‫שוואונג‪ ,‬האט מען שוין אויפצומארגענס‬
‫געהערט פון געציילטע העדזש פאנדס וואס‬
‫האבן שפּאקולירט אז "ברעקסיט" וועט‬
‫דורכגיין‪ ,‬אז עס וועט קומען אזא קראך‪ ,‬און‬
‫פאר די פאנדס איז עס דאס מאל געלונגען‪,‬‬
‫זיי האבן זייער שיין פארדינט אויף דעם‪.‬‬
‫אויל איז שטארק געפאלן‪ ,‬און דער‬
‫בריטישער פונט איז געפאלן איבער ‪10‬‬
‫פּראצענט פרייטאג צופרי קעגן דעם דאלאר‪,‬‬
‫דער ערגסטער טאג פאר'ן פונט אין די‬
‫היסטאריע‪ .‬עס האלט איצט ביים נידריגסטן‬
‫פּרייז קעגן דעם דאלאר אין איבער ‪ 30‬יאר‪,‬‬
‫און ווי פארשטענדליך האט דאס א ווירקונג‬
‫פאר ביזנעסלייט און אפילו פאר גרויסע‬
‫ביזנעסער וואס זענען טעטיג אין‬
‫אינטערנאציאנאלן האנדל‪ .‬עקספּערטן‬
‫ווייסן נאכנישט ווי אזוי דאס וועט ווייטער‬
‫ווירקן און ווי לאנג דער פּאניק וועט‬
‫אנהאלטן‪ ,‬אבער די אנגענומענע מיינונג‬
‫איז‪ ,‬אז דער פונט און אויך דער יורא וועלן‬
‫נישט אזוי שנעל זיך קענען צוריקכאפּן‪ ,‬ביז‬
‫מען וועט האבן אביסל מער אנדייטונג ווי‬
‫אזוי די בריטישע אפּטיילונג פונעם אי‪ .‬יו‪.‬‬
‫וועט דורכגיין‪.‬‬
‫אין‬
‫אינוועסטירער‬
‫ווי‬
‫אזוי‬
‫שפּאקולאנטן אנטלויפן איצט פון‬
‫אייראפּעאישע וואלוטע ‪ -‬און די זארג איז‬
‫אויך איבער אנדערע אייראפּעאישע לענדער‬
‫ האט אנגעהויבן אריינצופליסן גרויס געלט‬‫אין דעם אמעריקאנער דאלאר און נאכמער‬
‫אין אמעריקאנער טרעזשורי באנדס‪ ,‬וואס‬
‫דאס קלאפּט אראפּ די פּראצענט ראטע‪,‬‬
‫ממילא איז צו ערווארטן אז אין די‬
‫קומענדיגע טעג וועט אויך פאלן די‬
‫מארטגעדזש פּראצענט ראטעס אין‬
‫אמעריקע )פילייכט א צייט צו כאפּן מציאות‬
‫אויב מען דארף רעפינאנצירן א‬
‫מארטגעדזש(‪.‬‬
‫ווען אימער עס איז דא עפּעס א‬
‫פינאנציעלער קריזיס‪ ,‬פליסט אריין גרויסע‬
‫געלטער צו גאלד‪ ,‬און דער פּרייז פון גאלד‬
‫האט ארויפגעשאסן באלד ‪ 5‬פראצענט‬
‫פרייטאג צופרי ביז ‪ .1320.70‬אין די ענדע‬
‫האט זיך גאלד געשלאסן ביי ‪,$1,322.40‬‬
‫פרייטאג‪,‬‬
‫‪$59.30‬‬
‫שטייגענדיג‬
‫דערגרייכענדיג דעם העכסטן שלוס פּרייז‬
‫אין כמעט ‪ 2‬יאר‪ ,‬גייענדיג צוריק ביז יולי‪,‬‬
‫‪ .'14‬גאלד איז געשטיגן ‪ 2.1‬פּראצענט‬
‫פאריגע וואך‪ ,‬אדאנק די ‪ 4.7‬פּראצענט‬
‫העכערונג פון פרייטאג‪ ,‬וואס ווייזט אז ביז‬
‫דאן איז גאלד געפאלן אין לויף פון דער‬
‫וואך ווען עס האט אויסגעזען ווי‬
‫"ברעקסיט" וועט דורכפאלן‪ ,‬און מ'קויפט‬
‫דאך גאלד בלויז אלס א שוץ מיטל‪ ,‬ווען‬
‫מ'איז באזארגט איבער ערנסטע‬
‫עקאנאמישע אדער פאליטישע פּראבלעמען‪.‬‬
‫אויל איז פרייטאג געפאלן ‪ ,$2.47‬וואס‬
‫איז ‪ 4.9‬פּראצענט‪ ,‬צו ‪ .$47.64‬אויל איז‬
‫געפאלן פאריגע וואך ‪ 0.7‬פּראצענט‪ ,‬ווען די‬
‫זארג איבער עקאנאמישע פּראבלעמען וואס‬
‫וועט קומען פון "ברעקסיט" האט‬
‫איבערגעוואויגן די גוטע וואך וואס אויל‬
‫האט ביז דאן געהאט‪.‬‬
‫די פּראצענט ראטע פאר די ‪-10‬יאר‬
‫די צייטונג ‪ -‬נייעס בולעטין ‪ -‬זונטאג פ' שלח‪ ,‬תשע"ו‬
‫*‬
‫דער פּרעזידענט פון אייראפּעאישן‬
‫פּארלאמענט האט געזאגט אז זיי וועלן‬
‫אפּהאלטן אן עמוירדזשענסי סעסיע‬
‫קומענדיגע וואך דינסטאג‪ ,‬איבערצוטראכטן‬
‫ווי אזוי ווייטער צו האנדלען‪.‬‬
‫די דייטשע קאנצלער אנגעלע מערקעל‬
‫האט אויסגעדרוקט "גרויס באדויערן" אויף‬
‫דעם אויסגאנג‪ ,‬אבער דער אייראפּעאישער‬
‫פאראיין איז גענוג שטארק צו "טרעפן די‬
‫ריכטיגע ענטפערס" צו די אפּשטימונג‪.‬‬
‫*‬
‫אין לאנדאן און אויך אין סקאטלאנד‬
‫איז געווען שטארקע שטיצע צו בלייבן אין‬
‫אי‪ .‬יו‪ ,.‬אבער אין די איבריגע געגנטער פון‬
‫לאנד איז געווען א שטארקער שוואונג קעגן‬
‫דעם עסטאבלישמענט‪ .‬די פירער פון אן‬
‫אפּאזיציע פּארטיי האט מיט פרייד‬
‫דערקלערט אז יוני ‪ 23‬דארף באטראכט‬
‫ווערן ווי ענגלאנד'ס "זעלבסטשטענדיגקייט‬
‫טאג"‪ .‬ניידזשעל פאראזש‪ ,‬דער פירער פון‬
‫די "אינדעפּענדענס פּארטיי" האט אבער‬
‫אויך געלאזט פאלן א קאנטראווערסיאלע‬
‫באמערקונג ווען ער האט זיך בארימט אז‬
‫ענגלאנד טיילט זיך אפּ פונעם אי‪ .‬יו‪ .‬אן דעם‬
‫וואס מען האט געשאסן אפילו איין קויל‪,‬‬
‫וואס איז נישט ריכטיג‪ ,‬ווייל עמיצער האט‬
‫פאריגע וואך דערשאסן צום טויט דזשאו‬
‫קאקס‪ ,‬א פּארלאמענט מיטגליד וואס האט‬
‫געהאלטן אז מען דארף יא בלייבן אין די אי‪.‬‬
‫יו‪.‬‬
‫איין מעגליכער פּראבלעם פאר'ן אי‪ .‬יו‪.‬‬
‫וועט איצט זיין אז סקאטלאנד וועט‬
‫נאכאמאל פארלאנגען א רעפערענדום‬
‫איבער אפּטיילן זיך פון ענגלאנד‪ ,‬ווייל ביים‬
‫פריערדיגן רעפערענדום האבן די פּרא‪-‬‬
‫ענגלאנד וויילער אפּגעהאלטן אן ענגען זיג‪.‬‬
‫א סאך מענטשן אין סקאטלאנד ווילן‬
‫ענדערש בלייבן פארבינדן מיט אייראפּע‪,‬‬
‫ענדערש ווי בלייבן אין ענגלאנד אויב זי‬
‫טיילט זיך אפּ פון אייראפּע‪.‬‬
‫פון בריסל איז אבער געקומען אן‬
‫ענטפער‪ ,‬אז דאס קען אפילו נישט קומען‬
‫אין באטראכט‪ .‬דער אייראפּעאישער‬
‫פאראיין האט זיך אירע רעגולאציעס‪ ,‬און אויב א לאנד וויל‬
‫ארויסטרעטן פונעם פאראיין‪ ,‬קען נישט טייל פון יענעם לאנד‬
‫פארלאנגען א באזונדערע באהאנדלונג‪.‬‬
‫סקאטלאנד איז א טייל פון "גרויס בריטאניע"‪ ,‬פונעם‬
‫"פאראייניגטן קעניגרייך"‪ ,‬א טייל פון ענגלאנד‪ ,‬און קען נישט פירן אן‬
‫אייגענע ווירטשאפט‪.‬‬
‫אין סקאטלאנד האט שוין ווי פריער געזאגט אויפגעלעבט דער‬
‫געדאנק נאכאמאל צו באטראכטן זיך אפּצוטיילן פון ענגלאנד‪ ,‬אבער‬
‫דאס איז בלויז איינע פון די זייטן ווירקונגען פון "ברעקסיט" וואס‬
‫דארף זיך נאך אויסקאכן אין די קומענדיגע טעג‪.‬‬
‫אין ענגלאנד אליין‪ ,‬טוט זיך איצט קריגערייען אין ביידע הויפּט‬
‫פּארטייען‪ ,‬סיי אין די קאנסערוואטיווע פּארטיי פון קאמעראן און אויך‬
‫אין די ארבייטער פּארטיי‪ ,‬ווען מ'ווייסט נישט ווי אזוי אמבעסטן צו‬
‫רעאגירן צו דעם נייעם מצב‪.‬‬
‫דער געוועזענער בריטישער פּרעמיער טאני בלעיר האט געזאגט‬
‫אז מ'קען נישט אויסשליסן א צווייטן רעפערענדום אין ענגלאנד ווען‬
‫איבער ‪ 3‬מיליאן מענטשן האבן שוין ביז זונטאג צופרי אונטער־‬
‫געשריבן א פּעטיציע וואס פארלאנגט אז אויב די אפּשטימונג צו‬
‫בלייבן אדער ארויסגיין פון אייראפּעאישן פאראיין איז געווען ביי‬
‫אונטער ‪ 60‬פּראצענט‪ ,‬און ווינציגער פון ‪ 75‬פּראצענט פון די וויילער‬
‫האבן זיך באטייליגט‪ ,‬מוז פארקומען נאך א רעפערענדום‪.‬‬
‫דער בריטישער פּארלאמענט מוז באהאנדלען אלע פּעטיציעס‬
‫וואס האבן איבער ‪ 100,000‬אונטערשריפטן‪ ,‬וועט מען זען אין די‬
‫קומענדיגע טעג ווי אזוי דאס וועט זיך אפּשפּילן‪.‬‬
‫אפילו בלעיר האט אבער אויך צוגעגעבן אז אזא רעפערענדום‬
‫פראגע האט שוואכע אויסזיכטן מאמענטאל‪ ,‬אבער מ'וועט דאך איצט‬
‫פארהאנדלען מיט אייראפּע ווי אזוי זאל זיך אפּטיילן און וואס פארא‬
‫האנדעלס באציאונגען עס זאלן בלייבן צווישן ענגלאנד און אייראפּע‪,‬‬
‫וועט מען דאן קענען אויפסניי באהנדלען אזא רעפערענדום פראגע‪.‬‬
‫דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאן קערי איז‬
‫אפּגעפלויגן קיין אייראפּע צו באטייליגן זיך אין "ברעקסיט" קריזיס‬
‫געשפּרעכן‪ .‬ער האט באטאנט אז אמעריקע‪ ,‬ענגלאנד און דער‬
‫אייראפּעאישער פאראיין‪ ,‬דארף ווייטער האנדלען אינאיינעם צו‬
‫באקעמפן דעם אייסיס און אויך אנדערע טעראר געפארן‪.‬‬
‫ווי געזאגט‪ ,‬האט "ברעקסיט" אויך געהאט א ווירקונג אין אנדערע‬
‫אייראפּעאישע לענדער‪ ,‬און אין פראנקרייך איז אויך געהערט געווארן‬
‫פארלאנגען אז מ'זאל אויך דארט שטעלן א רעפערענדום איבער‬
‫ארויסגיין פון אייראפּעאישן פאראיין‪.‬‬
‫*‬
‫אין די ערשטע שעה'ן האט מען נאך אנאליזירט ווי אזוי דאס וועט‬
‫ווירקן פאר אמעריקע‪ ,‬אבער אויפ'ן ערשטן בליק מיינט דאס ביליגערע‬
‫רייזע קאסטן קיין ענגלאנד און אייראפּע‪ ,‬ווייל דער דאלאר איז‬
‫שטארק געשטיגן קעגן דעם יורא און אויך קעגן דעם בריטישן פונט‪.‬‬
‫פרייטאג צופרי איז דער פונט געפאלן צו ‪ ,$1.34‬דאס נידריגסטע אין‬
‫‪ 30‬יאר‪ ,‬און טייל עקספּערטן האבן פאראויסגעזאגט שוואכקייט פאר'ן‬
‫פונט אויף לאנגע יארן‪ .‬עווענטועל מיינט דאס אויך ביליגערע‬
‫מארטגעדזש פּראצענט ראטעס‪ .‬די יורא איז געפאלן ‪ 4‬פּראצענט צו‬
‫‪.$1.09‬‬
‫*‬
‫אידן אין ענגלאנד האבן אויפגענומען דעם רעפערענדום אויסגאנג‬
‫מיט געמישטע געפילן‪ .‬ווי פארשטענדליך זענען ביזנעסלייט שטארק‬
‫באזארגט‪ ,‬אבער אנדערע ווייזן אן אז עס איז נישט אזוי גוט געווען‬
‫פאר אידן ווען מען איז "געפארן אינאיינעם" מיט גאנץ אייראפּע‪ .‬טייל‬
‫רבנים האבן גאר געשטיצט ארויסצוטרעטן פון די "אי‪ .‬יו‪,".‬‬
‫אנווייזנדיג אז ענגלאנד האט אמאל נישט געהאט קיין פּראבלעמען‬
‫מיט אזעלכע זאכן ווי ברית'ן אדער שחיטה‪ ,‬אבער אין די אנדערע‬
‫אייראפּעאישע לענדער איז יא דא קעגנערשאפט צו דעם‪ ,‬האט דאס‬
‫געשאדט אויך פאר די אידן אין ענגלאנד‪.‬‬
‫פון די אנדערע זייט דערמאנט מען איצט דעם געוועזענעם מעיאר‬
‫פון לאנדאן‪ ,‬באריס דזשאנסאן‪ ,‬אלס הויפּט קאנדידאט איבערצונעמען‬
‫דעם פּרעמיער שטוהל פון קאמעראן‪ .‬דזשאנסאן האט אלס מעיאר פון‬
‫לאנדאן זיך נישט אויסגעצייכנט אלס אן אוהב ישראל‪ ,‬וד"ל‪.‬‬
‫*‬
‫)מער אויספירליכע באריכטן און אנאליזן אין‬
‫"די צייטונג" וואס ערשיינט אי"ה מיטוואך צופרי‪.‬‬
‫בולעטינען‪ ,‬פריער‪ ,‬אויב נויטיג‪(.‬‬
‫אפקלאנג אויף אמעריקאנער‬
‫ּ‬
‫קאמפיין‬
‫ּ‬
‫ּפרעזידענט‬
‫ווי אזוי "ברעקסיט" וועט ווירקן אויפ'ן‬
‫אמעריקאנער פּרעזידענט קאמפּיין איז נאך אפען צו‬
‫שפּאקולאציע‪ ,‬פּונקט ווי מ'קען נאכנישט‬
‫פאראויסזאגן אלע שעדליכע קאנסעקווענצן וואס‬
‫"ברעקסיט" וועט האבן אויף ענגלאנד און אויף‬
‫אייראפּע‪ ,‬און אין א געוויסע מאס אויך אויף‬
‫אמעריקע‪.‬‬
‫אויבנאויף וואלט "ברעקסיט" געדארפט‬
‫באטראכט ווערן ווי א זיג פאר טראמפּ‪ ,‬ווייל די‬
‫אפּשטימונג ארויסצוגיין פון "אי‪.‬יו‪ ,".‬איז דאך‬
‫געקומען אדאנק אויפרעגונג פון די בריטישע מאסן‪.‬‬
‫די וועלכע האבן געהעריג איבערגעטראכט די זאך‬
‫האבן דאך פארשטאנען אז עס איז בעסער פאר‬
‫ענגלאנד בכלל און פאר זיי בפרט יא צו בלייבן‬
‫אנגעשלאסן אין די איבריגע אייראפּע‪ ,‬ווייל ענגלאנד‬
‫איז דאך געווען א דאמינירענדער כח אין די‬
‫אייראפּעאישע עקאנאמיע‪ ,‬אדאנק די האנדעלס‬
‫בענעפיטן פון א פאראייניגטע אייראפּע‪ .‬עס איז‬
‫אבער געווען א שטארקע העצעריי‪ ,‬איבערהויפּט‬
‫מיט שרעק טאקטיקן אז א פאראייניגטע אייראפּע‬
‫נעמט אוועק די מעגליכקייטן פון ענגלאנד‬
‫ביי‬
‫מאסנאמען‬
‫שטרענגערע‬
‫אנצונעמען‬
‫אימיגראציע‪ .‬עס האט אויך ערוועקט א גייסט פון‬
‫נאציאנאליזם אז ענגלאנד וויל זיין א גרויסמאכט‬
‫פאר זיך און וויל נישט זיין בלויז איינע פון ‪28‬‬
‫לענדער‪ ,‬האבן מענטשן געשטימט פאר "ברעקסיט"‪,‬‬
‫און דאס האט געווינען‪.‬‬
‫מ'זעט אז אפילו די וואס האבן אזוי פייערדיג‬
‫געשטימט פאר "ברעקסיט" האבן אויך נישט‬
‫באגריפן וואס דאס מיינט‪ .‬א סאך כאפּן זיך ערשט‬
‫איצט אז זיי אליין וועלן צאלן א טייערן עקאנאמישן‬
‫פּרייז דערפאר‪ ,‬מעגליך אפילו פארלירן זייערע‬
‫דזשאבס‪ .‬דער אינטערנעט איז פיל מיט מענטשן‬
‫וואס "וויינען" איצט‪ ,‬קלאגן אויף די שוועריקייטן‬
‫וואס זיי האבן שוין אנגעהויבן שפּירן‪ ,‬מיליאנען‬
‫מענטשן האבן שוין אונטערגעשריבן א פּעטיציע צו‬
‫בעטן א פרישע אפּשטימונג‪ ,‬א נייעם רעפערענדום‪.‬‬
‫אויפ'ן אינטערנעט שטראמט אריין אנפראגעס מיט‬
‫א פראגע‪" ,‬וואס איז "אי‪.‬יו‪ "?".‬אפילו די וואס האבן‬
‫געשטימט ארויסצוגיין פון אייראפּעאישן פאראיין‬
‫וויל זיך איצט בעסער באקענען מיט דעם גאנצן‬
‫געשטעל‪ ,‬זיי ווילן וויסן פון וואו זיי אנטלויפן‪ ,‬פון‬
‫וואו זיי טרעטן ארויס‪.‬‬
‫דער "ברעקסיט" וויילער איז זייער ענליך צו‬
‫דעם טראמפּ וויילער‪ .‬אויך טראמפּ האט געווינען די‬
‫רעפּובליקאנער פּרעזידענט נאמינאציע אדאנק די‬
‫אויפרעגונג ביי די מאסן וואס ער האט ערוועקט און‬
‫מאביליזירט אז זיי זאלן שטימען פאר אים‪ .‬ער איז‬
‫דער פּראטעסט קאנדידאט‪ ,‬ער וועט אנלערנען דעם‬
‫עסטאבלישמענט‪ ,‬ער טרויט זיך צו "זאגן אזוי ווי עס‬
‫איז"‪ .‬דער דורכגעפאלענער אדער אנטוישטער‬
‫אמעריקאנער וויילער האט באקומען דעם געפיל אז‬
‫טראמפּ וועט פארבעסערן זיין מצב‪ ,‬און אזוי איז‬
‫טראמפּ געווארן דער רעפּובליקאנער פּרעזידענט‬
‫קאנדידאט‪.‬‬
‫מ'זעט אבער אז נאכדעם ווי דער נאמינאציע‬
‫קאמפּיין איז שוין אנטשידן געווארן אין ביידע‬
‫פּארטייען‪ ,‬מ'האט אן אויסוואל פון טראמפּ אדער‬
‫קלינטאן )און די וואס קענען זיך נישט פּאסן צו‬
‫שטימען פאר איינעם פון די צוויי‪ ,‬וועלן האבן האבן‬
‫די צייטונג ‪ -‬נייעס בולעטין ‪ -‬זונטאג פ' שלח‪ ,‬תשע"ו‬
‫א געלעגענהייט צו שטימען פאר א דריטן‬
‫קאנדידאט(‪ ,‬הויבן די אמעריקאנער אן צו טראכטן‬
‫אביסל ניכטערער‪ ,‬מ'שאצט אפּ אביסל אנדערש דעם‬
‫מצב‪ ,‬און קלינטאן האט אנגעהויבן צו שטייגן אין‬
‫פּאפּולאריטעט העכער טראמפּ‪.‬‬
‫אין דעם לעצטן מאנאט האט טראמפּ באוויזן‬
‫מיט זיין ווילדקייט צו פארפיינטן א צאל קאלעגע‬
‫רעפּובליקאנער און אויך א גרויסע צאל פון די‬
‫וויילער‪ ,‬אין אלע קלאסן‪ .‬ער האט אפילו געמוזט‬
‫פארשיקן זיין קאמפיין פירער‪.‬‬
‫אין די נייע "וואשינגטאן פאוסט" אנקעטע‬
‫שטייט קלינטאן שטארקער פון טראמפּ מיט ‪12‬‬
‫פּראצענט פּונקטן‪ 51 ,‬צו ‪ ,39‬וואס זי איז נאך‬
‫קיינמאל נישט געשטאנען אזוי פיל שטארקער פון‬
‫אים זינט טראמפּ איז געווארן א קאנדידאט פאר א‬
‫יאר‪ .‬דאס בעסטע איז זי געשטאנען פאראויס אין די‬
‫"וואשינגטאן פּאוסט" אנעטע‪ ,‬אין מערץ‪ 50 ,‬צו ‪41‬‬
‫פּראצענט‪ ,‬אבער אין מאי איז אפילו געלונגען פאר‬
‫טראמפּ צו שטיין העכער פון קלינטאן‪ 46 ,‬צו ‪44‬‬
‫פּראצענט‪ .‬דעריבער איז געקומען ווי א היבשע‬
‫איבערראשונג אז די נייע "פּאוסט" אנקעטע האט‬
‫געוויזן אז קלינטאן האט אזוי הויך ארויפגעשאסן‬
‫און טראמפּ האט זיך אזוי שנעל אזוי שטארק‬
‫אראפּגעגליטש‪.‬‬
‫צוויי‪-‬דריטל אמעריקאנער וויילער זאגן היינט‬
‫אז טראמפּ איז נישט קוואליפיצירט צו פירן‬
‫אמעריקע‪ ,‬זיי זענען באזארגט איבער די מעגליכקייט‬
‫אז ער זאל זיין פּרעזידענט‪ ,‬ווען פון די אנדערע זייט‬
‫איז נאך אלץ דא א מאיאריטעט וואס איז‬
‫אומצופרידן איבער קלינטאנ'ס אי‪-‬מעיל‬
‫קאנטראווערסיע‪ ,‬נאר דאס איז א פיל קלענערע צאל‬
‫ווי די זארג איבער א פּרעזידענט טראמפּ‪.‬‬
‫די אנקעטע ווייזט טאקע אז העלפט‬
‫אמעריקאנער זענען באזארגט איבער א פּרעזידענט‬
‫קלינטאן‪ ,‬איז דאס אליין א היסטארישע געשעעניש‬
‫אז ביידע פּארטייען האבן ארויסגעשטעלט‬
‫פּרעזידענט קאנדידאטן וואס ברענגען ארויס אזוי‬
‫פיל זארג ביי די וויילער‪ .‬פונדעסטוועגן האלט איצט‬
‫קלינטאן שטארק פאראויס‪ ,‬און טראמפּ אנערקענט‬
‫אז ער דארף טוישן זיין מיינונג‪ ,‬ווי מ'האט געזען אז‬
‫ער האט צוריקגעטאנצן פון זיין פארגעשלאגענעם‬
‫אימיגראציע פארבאט אויף אלע מוסולמענער‪ ,‬איצט‬
‫וויל ער זיי שוין יא אריינלאזן אין לאנד‪ ,‬נאר ער‬
‫וועט נישט אריינלאזן אימיגראנטן פון געוויסע‬
‫טעראריסטישע לענדער‪.‬‬
‫מיר ברענגען ארויס דעם פּונקט‪ ,‬ווייל דאס איז‬
‫דאך איינע פון די הויפּט סיבות פארוואס‬
‫"ברעקסיט" האט געווינען‪ ,‬וואס דאס בריטישע‬
‫פאלק איז באזארגט איבער איסלאמיזאציע‪ .‬עס וועט‬
‫אינטערעסאנט זיין צו זען א פרישע אנקעטע אין‬
‫אמעריקע‪ ,‬נאכדעם ווי דאס אמעריקאנער פאלק‬
‫וועט קענען איבערטראכטן "ברעקסיט" און וואס עס‬
‫ליגט אונטער דעם‪ ,‬און מ'וועט זען ווי אזוי דאס‬
‫וועט האבן אן אפּקלאנג ביי די אמעריקאנער‬
‫וויילער‪ ,‬צי דאס וועט שטארקן די געפילן פאר‬
‫איזאלירונג‪ ,‬אז אויך אמעריקע זאל זיך מער אפּטיילן‬
‫פון די וועלט‪ ,‬וואס מיינט שליסן אירע טויערן‪,‬‬
‫שטרענגער זיין ביי אימיגראציע‪ ,‬אדער וועלן זיך א‬
‫סאך אמעריקאנער כאפּן אז נישט דאס ווילן זיי‬
‫האבן‪ ,‬ממילא קענען זיי נישט שטימען פאר טראמפּ‪.‬‬