יידיש – וארא

‫בס"ד‬
‫פרשת וארא‬
‫מאוצרוﬨ אמוניםם‬
‫מא‬
‫פערל ווערטער איבער אמן און תפילה אין די פרשה‬
‫פע‬
‫לעולם יקדים אדם תפילה לצרה‬
‫"וְ גַ ם ֲאנִ י ָשׁ ַמ ְע ִתּי ֶאת נַ ֲא ַקת ְבּנֵ י יִ ְשׂ ָר ֵאל ֲא ֶשׁר ִמ ְצ ַריִ ם ַמ ֲע ִב ִדים‬
‫א ָֹתם" )ו ה(‬
‫טייטש רבי דוד שלמה אייבשיץ דער 'לבושי שרד'‪:‬‬
‫ווען עס טרעפט אן איינעם א צרה און ער שרייט און דאוונט צום‬
‫אויבערשטן מיט א צובראכן הארץ אז ער זאל אים ארויסנעמען‬
‫פון זיין צרה‪ ,‬דארף ער איבער בעטן דעם אויבערשטן אויף‬
‫דעם וואס ער האט נישט געדאוונט בעפאר די צרה האט אים‬
‫אנגעטראפן‪.‬‬
‫און דאס האט די תורה דא מרמז געווען‪ :‬די "נַ ֲא ַקת ְבּנֵ י יִ ְשׂ ָר ֵאל"‬
‫"א ֶשׁר ִמ ְצ ַריִ ם ַמ ֲע ִב ִדים א ָֹתם" – אויף דעם‬
‫איז אויך געווען‪ֲ :‬‬
‫וואס די מצרים האבן זיי געטוהן 'מעבידים'‪ ,‬ד‪.‬מ‪ :.‬אז זיי האבן‬
‫צוגעברענגט די אידן צו די 'עבודה שבלב'‪ ,‬און פון זיך אליין‬
‫זענען זיי נישט נתעורר געווארן אין די יארן ווען זיי זענען געזיצן‬
‫דארטן בשלום ובשלווה‪ ,‬בעפאר עס האט זיך אנגעהויבן די‬
‫שעבוד מצרים‪.‬‬
‫'ערבי נחל'‬
‫עבד ה' וועט אים נישט קענען ראטעווען פון זיין צרה נאר אויב‬
‫ער וועט אסאך דאווענען‪ ,‬איז דאך זיכער אז מיר דארפן וויסן‬
‫אז ווען עס פאסירט חלילה א צרה‪ ,‬דארפן מיר פארמערן מיט‬
‫תפילה און תחנונים אסאך מער פון וואס מיר זענען געוואוינט‪,‬‬
‫ביז מיר וועלן זוכה זיין און פון הימל וועט מען אויף אונז‬
‫רחמנות האבן‪.‬‬
‫'טעם ודעת'‬
‫פרעה האט מורא געהאט פון די אידנ'ס תפילה‬
‫"רק ַה ְר ֵחק ‪‬א ַת ְר ִחיקוּ ָל ֶלכֶ ת ַה ְע ִתּירוּ ַבּ ֲע ִדי" )ח כד(‬
‫ַ‬
‫בדרך מליצה האט געטייטש רבי שלמה קלוגער‪ :‬פרעה האט‬
‫געציטערט אפשר ווען די אידן וועלן זיין אין מדבר וועלן זיי‬
‫נתעורר ווערן צו דאווענען צו השי"ת אז ער זאל זיי אויף אייביג‬
‫אויסלייזן‪ ,‬דעריבער האט ער זיי געבעהטן‪"ַ :‬רק ַה ְר ֵחק ‪‬א‬
‫ַת ְר ִחיקוּ ָל ֶלכֶ ת" – בעהט'ס נישט קיין גרויסע זאכן‪ ,‬נאר אדרבה‪,‬‬
‫"ה ְע ִתּירוּ ַבּ ֲע ִדי" דאוונטס פאר מיר אז איך זאל ווייטער קענען‬
‫ַ‬
‫פירן מיין קעניגרייך מיט פרידן נאך אסאך יארן‪.‬‬
‫'אמרי שפר'‬
‫די הארץ פון פרעה איז געווארן 'כבד'‬
‫"כָּ ֵבד ֵלב ַפּ ְרעֹה ֵמ ֵאן ְל ַשׁ ַלּח ָה ָעם" )ז יד(‬
‫"'כָּ ֵבד ֵלב ַפּ ְרעֹה' – ער רעגט זיך‪ ,‬אזוי ווי די 'כבד' ]די לעבער[‬
‫רעגט זיך‪ ,‬אזוי איז זיין הארץ געווארן א 'כבד'" )שמו"ר ט ח(‪.‬‬
‫כדי צו ערקלערן די ווערטער פון מדרש ברענגט דער משגיח‬
‫רבי משה וואלפסאן שליט"א א וואונדערליכער יסוד וואס ער‬
‫האט געהערט פון דעם 'דברי יואל' פון סאטמאר אלץ א הסבר‬
‫אויף די נוסח וואס מיר זאגן ביי נשמת‪" :‬כי כל פה לך יודה‪ ,‬וכל‬
‫לשון לך תשבע‪ ...‬וכל הלבבות ייראוך"‪.‬‬
‫לכאורה‪ ,‬האט זיך געוואונדערט דער סאטמארער רבי‪ ,‬וויאזוי‬
‫קענען מיר זאגן מיט א פולן מויל "וכל הלבבות ייראוך"‪ ,‬מיר‬
‫זעהן דאך מיט אונזערע אויגן און די הערצער צוגיין ווען אסאך‬
‫אידן האבן ליידער נאכנישט זוכה געווען צו איינערקענען אין‬
‫דעם אויבערשטנ'ס מלוכה? נאר ערקלערט ער אזוי‪ :‬דער‬
‫מענטש דארף וויסן אז דער ציל פון באשאפן זיין קערפער‬
‫און זיינע גלידער איז אז דורך דעם זאל ער קענען דינען דעם‬
‫באשעפער‪ ,‬און דעריבער‪ ,‬א הארץ וואס האט נישט מורא פון‬
‫דעם אויבערשטן איז נישט גערעכנט ווי א 'הארץ'‪ ,‬און א 'מויל'‬
‫וואס לויבט נישט דעם אויבערשטן ווערט נישט אנגערופן א‬
‫'מויל'‪.‬‬
‫און אויף דעם יסוד האט דער מדרש געזאגט‪ :‬ווייל פרעה‬
‫האט נישט געהאט קיין יראת שמים אין זיין הארץ‪ ,‬האט עס‬
‫נישט געקענט אנגערופן ווערן א 'הארץ'‪ ,‬נאר ער האט עס‬
‫איבערגעדרייט אויף 'לעבער' על שם זיין אויפפירונג‪.‬‬
‫'אמונת עתיך' ‪ -‬אסתר‪ ,‬עמ' קעא‬
‫"בצרה קראת ואחלצך"‬
‫"ה ְע ִתּירוּ ֶאל ה' וְ יָ ֵסר ַה ְצ ַפ ְר ְדּ ִעים" )ח ד(‬
‫ַ‬
‫"כל לשון 'עתר' הרבות פלל הוא" )רש"י(‬
‫א טיפע מוסר‪-‬געדאנק האט פון דא ארויסגעלערנט רבי‬
‫משה שטערנבוך שליט"א‪ :‬אויב פרעה דער רשע און דער‬
‫אפיקורוס האט פארשטאנען אז אויך משה רבינו דער‬
‫די תכלית פון די מכות –‬
‫צו פארשטארקן די אמונה‬
‫ֹאמר ה' ֶאל מ ֶֹשׁה נְ ֵטה ֶאת יָ ְד‪ַ ‬על ַה ָשּׁ ַמיִ ם וִ ִיהי ָב ָרד‬
‫"וַ יּ ֶ‬
‫ְבּכָ ל ֶא ֶרץ ִמ ְצ ָריִ ם" )ט כב(‬
‫די ראשי תיבות פון‪ֶ " :‬אל מֹ ֶשׁה נְ ֵטה"‪ ,‬איז אמן‪ .‬פון‬
‫דא קענען מיר זיך לערנען אז די אמת'דיגע ציל פון די‬
‫מכות איז געווען כדי אז דורך דעם זאל געשטארקט‬
‫ווערן די אמונה אין די הערצער פון די אידן‪ ,‬אזוי ווי עס‬
‫שטייט ביי די ענדע פון די ניסים )שמות יד לא(‪" :‬ויאמינו‬
‫בה' במשה עבדו"‪.‬‬
‫'נפלאות מתורתך' ערך אמן‬
‫ענטפערן אמן ברענגט צו ידיעת ה'‬
‫"ל ַמ ַען ֵתּ ַדע כִּ י ֵאין כַּ ה' ֱא‪‬קֵינוּ" )ח ו(‬
‫ְ‬
‫"כִּ י ֵאין" – איז בגימטריה 'אמן'‪ ,‬צו לערנען פון דעם אז‬
‫מקפיד זיין אויף ענטפערן אמן מיט כוונה ווי עס דארף‬
‫צו זיין‪ ,‬ברענגט צו דעם מענטש צו ידיעת ה' און צו‬
‫יראת שמים‪.‬‬
‫'בצל יהודה'‬
‫וואס מיר בעהטן פון די צדיקים‬
‫וואס זענען אין עולם האמת‬
‫בדרך דרש האט געטייטש דער צדיק רבי שלמה פון ראדאמסק‪:‬‬
‫בעפאר די צדיקים ווערן נסתלק פון די וועלט‪ ,‬בעהט מיר‬
‫פון זיי‪"ַ :‬רק ַה ְר ֵחק ‪‬א ַת ְר ִחיקוּ ָל ֶלכֶ ת" – ענק זאלן זיך נישט‬
‫דערווייטערן ווען ענק זענען אין די ישיבה של מעלה‪ ,‬צו אזא‬
‫פלאץ וואו דארט וועלן ענק פארגעסן פון דעם עולם השפל און‬
‫פון די מענטשן וואס ווארטן אזוי שטארק נאך א ישועה‪ ,‬נאר‬
‫"ה ְע ִתּירוּ ַבּ ֲע ִדי" – אויך זייענדיג אין די‬
‫ענק זאלן פארזעצן צו ַ‬
‫עולמות העליונים אזוי ווי ענק האבן געדאוונט אויף אונז ווען‬
‫ענק האבן געלעבט אויף דעם וועלט‪.‬‬
‫'תפארת שלמה'‬
‫אין מתפללים על רוב טובה‬
‫אתי ֶאת ָה ִעיר ֶא ְפרֹשׂ ֶאת כַּ ַפּי ֶאל ה'" )ט כט(‬
‫"כְּ ֵצ ִ‬
‫פארוואס פונקט ביי די מכה האט משה געדארפט דאווענען‬
‫מיט 'פרישת כפים' וואס ד‪.‬מ‪ .‬אויסשפרייטן די הענט?‬
‫אין מסכת תענית )יט א‪ ,‬ע"פ תוספות ב"מ כח ב ד"ה אבן( ווערט‬
‫ערקלערט אז אויך ווען די מענטשן ווערן געשעדיגט דורך די‬
‫שטארקע רעגנ'ס וואס קומען אראפ‪ ,‬זאל מען נישט דאווענען‬
‫אז עס זאל זיך אויפהערן‪ ,‬ווייל מיר האבן דעם כלל‪" :‬אין‬
‫מתפללים על רוב טובה"‪ ,‬וואס דאס מיינט אז מ'דאוונט נישט‬
‫עס זאל זיך אויפהערן די סאך גוט'ס‪.‬‬
‫לויט דעם קענען מיר פארשטיין‪ :‬כאטש וואס די ברד איז‬
‫געווען ווי א שטראף פאר די מצרים‪ ,‬פון דעסוועגן האט עס‬
‫אויך געהאט אין זיך א געוויסע טובה‪ ,‬ווייל זייער ערד איז‬
‫געווען טרוקן און יעצט איז עס אנגעטרינגקען געווארן מיט‬
‫די רעגן‪ .‬וועגן דעם האט משה רבינו נישט געוואלט דאווענען‬
‫מיט זיין מויל אז עס זאל זיך אויפהערן די רעגן‪ ,‬נאר ער האט‬
‫אויפגעהויבן די הענט‪.‬‬
‫'פרדס יוסף'‬
‫אין הארץ האט פרעה ווייטער געלייקנט אין השי"ת‬
‫אתי ֶאת ָה ִעיר ֶא ְפרֹשׂ ֶאת כַּ ַפּי ֶאל ה'‪ ...‬וְ ַא ָתּה וַ ֲע ָב ֶדי‪ ‬יָ ַד ְע ִתּי כִּ י‬
‫"כְּ ֵצ ִ‬
‫ֶט ֶרם ִתּ ְיראוּן ִמ ְפּנֵ י ה' ֱא‪‬קִים" )ט כט‪-‬ל(‬
‫די טעם פארוואס האט משה רבינו געדארפט ארויסגיין פון‬
‫שטאט ‪ -‬ערקלערט רש"י ‪ -‬ווייל די שטאט איז פול געווען‬
‫מיט עבודה זרה'ס וואלט זיין תפילה דארט נישט אנגענומען‬
‫געווארן‪ .‬אבער אויף דעם איז שווער‪ :‬ביז יעצט האט ער‬
‫דען נישט געדאוונט? וויאזוי זענען אנגענומען געווארן זיינע‬
‫תפילות ביי די פריערדיגע מכות כאטש ער איז נישט ארויס‬
‫פון שטאט?‬
‫ערקלערט רבי שלמה קלוגער‪:‬‬
‫ריכטיג טאקע‪ ,‬אויך בעפאר מכת ברד האט משה רבינו‬
‫געדארפט ארויסגיין פון שטאט יעדעס מעל ווען ער האט‬
‫געוואלט דאווענען‪ ,‬אבער יעצט האט פרעה גע'טענה'עט אז‬
‫ער דארף שוין נישט ארויסגיין‪ ,‬ווייל עס איז א קלארע הלכה‬
‫אז א עבודה זרה וואס א גוי האט מבטל געווען – איז בטל‬
‫)ע"ז נב ב(‪ ,‬און ווייל נאך די מכה פון ברד האט פרעה זיך אועק‬
‫געשטעלט און אנגענומען אויף זיך דעם אויבערשטנ'ס מלוכה‪,‬‬
‫אתי ַה ָפּ ַעם‪ ,‬ה' ַה ַצּ ִדּיק וַ ֲאנִ י וְ ַע ִמּי‬
‫"ח ָט ִ‬
‫ווען ער האט אויסגערופן‪ָ :‬‬
‫ָה ְר ָשׁ ִעים" )לעיל פס' כז(‪ ,‬האט ער דאך מיט דעם מבטל געווען די‬
‫אלע געטשקעס פון מצרים און די פלאץ איז געווארן ראוי צו‬
‫קענען דאווענען דארט‪.‬‬
‫אבער משה רבינו האט אפגעשטויסן זיין טענה און האט אים‬
‫געזאגט‪" :‬יָ ַד ְע ִתּי כִּ י ֶט ֶרם ִתּ ְיראוּן ִמ ְפּנֵ י ה' ֱא‪‬קִים" – ווייל אין טיפן‬
‫הארץ גלייבן ענק נאך אין די כח פון ענקערע עבודה זרה'ס‪ ,‬און‬
‫וואס ענק האבן אויסגערופן איז נאר געווען אויסערליך מיטן‬
‫מויל‪ ,‬דעריבער וועל איך יעצט אויך ארויסגיין פון שטאט‬
‫כדי צו קענען דאווענען צו השי"ת‪.‬‬
‫'אמרי שפר'‬
‫קומען פריה‬
‫אין שוהל‬
‫די עיקר פון די מעלה פון ענטפערן אמן איז דווקא ווען ער ברענגט אויף זיך א חיוב פון ענטפערן אמן‪,‬‬
‫אויף דעם איז דא די הבטחה אין דעם פסוק‬
‫'פותחין לו שערי גן עדן'‪ ,‬דווקא פאר דעם 'שומר‬
‫כדי צו‬
‫אמונים'‪ ,‬ד‪.‬מ‪ .‬א מענטש וואס ווארט און וויל ווערן מחוייב צו ענטפערן אמן‬
‫‪ .‬און אויף‬
‫פון דעם פסוק‬
‫דעם דרש'נט מען אין 'תנא דבי אליהו'‬
‫‪" :‬בִּ ְפר ַֹע ְפּ ָרעוֹת בְּ יִ ְשׂ ָר ֵאל בְּ ִה ְתנַ ֵדּב‬
‫ָעם בָּ ֲרכוּ ה'"‪ ,‬אז דער אויבישטער שטראפט די גוים אין די זכות פון די אידן וואס מיט זייער ווילן קומען זיי‬
‫ענטפערן‬
‫פריה אין שוהל כדי צו ענטפערן אמן און דורך דעם ברענגען זיי ישועות פאר כלל ישראל‪.‬‬
‫אום שב"ק ר"ח שבט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי משה יחיאל אפשטיין זצ"ל פון אוז'רוב‪ .‬אין זיינע‬
‫חשובע ספרים האט ער אסאך געשריבן איבער די שבח פון די מצוה פון ענטפערן אמן‪ ,‬און אזוי שרייבט ער אין זיין‬
‫ספר 'באר משה' )נ"ך‪ ,‬שופטים פ"ה( אין די שבח פון די וואס קומען פריה אין שוהל כדי צו קענען ענטפערן אמן‪:‬‬
‫)ישעיה כו ב(‬
‫)רבה פ"י(‬
‫אמן‬
‫)שופטים ה ב(‬
‫'באר משה' על נ"ך‪ ,‬שופטים פ"ה‬
‫בני אמונים‪ .‬אויך איך זאג די ברכות השחר מיט א חברותא‪.‬‬
‫)שבת קיט ב וברש"י שם(‬
‫ﬦ‬
‫תענה אמוניﬦ‬
‫תע‬
‫א בבליק לויטן סדר פון דאווענען‬
‫נשמת כל חי תברך )ג(‬
‫אין לנו מלך עוזר וסומך אלא אתה‬
‫דער אלטער פון נובהארדוק פלעגט זאגן‪ :‬אויב וואלט דער מענטש זיך אינגאנצן פארלאזט‬
‫אויפן באשעפער‪ ,‬ווען ער גלייבט באמונה שלימה אז אויסער דעם אויבישטער קען אים‬
‫קיינער נישט העלפן‪ ,‬אין א בחי' פון "שברו על ה' אלוקיו"‪ ,‬וואלט ער זיכער געהאלפן‬
‫געווארן‪ ,‬אבער אסאך ווערן נכשל אין דעם מיינענעדיג אז 'בטחון' איז נאך א וועג פון‬
‫'השתדלות' און צוליב דעם האלט זיף אפ זייער ישועה‪.‬‬
‫משל למה הדבר דומה‪ ,‬צו א ארימאן וואס האט געהערט אז אין דייטשלאנד וואוינט דער‬
‫גרויסער גביר 'ראטשילד'‪ ,‬און האט באשלאסן צו פארן ספעציעל צו אים כדי צו בעהטן פון‬
‫אים זיין הילף‪ .‬נאך עטליכע חדשים איז דער מענטש צוריק פון זיין שווערע רייזע ווען זיין‬
‫פנים שיינט פון גליק‪ ,‬זיין וואגן איז אנגעפילט מיט טייערע סחורות און האלט אין האנט א‬
‫גרויסע סומע געלט וואס ער האט באקומען פון דעם גביר‪ .‬זיין חבר האט דאס צוגעזעהן‪,‬‬
‫האט ער באשלאסן צו פראבירן זיין מזל‪ ,‬אבער אנדערשט פון זיין חבר‪ ,‬האט באשלאסן‬
‫אויסנוצן דעם לאנגן וועג אריינגיין אין די דערפער אין די געגנט ארום און דארטן אויך‬
‫צוזאמען נעמען געלט‪.‬‬
‫ווען דער מענטש איז אנגעקומען צו דעם פאלאץ פון דעם גביר און אים געבעהטן ער זאל‬
‫אים העלפן‪ ,‬איז ער אריבערראשט געווארן ווען דער גביר האט אים אפגע'פטר'ט מיט א‬
‫קליינע נתינה‪ ,‬וואס דאס האט אים צוגעברענגט ער זאל ווערן פארביטערט און האט זיך‬
‫אפגערעדט‪' :‬פארוואס בין איך אנדערשט פון מיין חבר?'‬
‫די ענטפער פון דעם גביר האט אים איבערגעלאזט געפלעפט‪' :‬א געוואלדיגע צווישנשייד‬
‫איז דא צווישן ענק ביידע‪ ,‬זיין חבר האט זיך אנגעשטרענגט און איז געגאנגען די גאנצע‬
‫שווערע וועג נאר כדי אנצוקומען צו מיר‪ ,‬ווען ער איז אנגעקומען אהער איז ער געווען‬
‫אינגאנצן פארמאטערט‪ ,‬כמעט ביים חלש'ן‪ ,‬און ווען ער האט געבעהטן מיין הילף האב איך‬
‫געפיהלט אז עס איז נישט פארהאן נאך איינער וואס קען אים העלפן אויסער מיר‪ ,‬אבער דו‬
‫האסט דאך צוזאם גענומען נדבות אויפן גאנצן וועג‪ ,‬דו ביזסט געקוען צו מיר און נאך מיר‬
‫וועסטו ווייטער אויך גיין‪ ...‬וועל איך דיר געבן א קליינע נדבה פונקט ווי אלע‪...‬‬
‫אויך אונז‪ ,‬אויב מיר וועלן אמת'דיג פילן "כי לך לבד בטחנו‪ ...‬ומבלעדיך אין לנו מלך גואל‬
‫ומושיע"‪ ,‬וועט דער אויבישטער אונז העלפן פון זיין ברייטע האנט וואס איז אפן פאר יעדן‪,‬‬
‫אבער אויב מיר נעמען צוזאם 'פון דא און דארט' און צו דעם ווענדט מיר זיך אויך צו אים‪,‬‬
‫וועלן מיר באקומען פון אים 'פונקט ווי פון אלע' )הגש"פ 'מעשה רב' עמ' ‪.(287‬‬
‫על כן איברים שפילגת בנו‬
‫אסאך פרעגן אויף וואס מיר זאגן ביי 'נשמת'‪ ,‬ווען אין אנהויב זאגן מיר‪" :‬ואילו פינו‪...‬‬
‫ולשוננו‪ ...‬ושפתותינו‪ ...‬אין אנחנו מספיקים להודות"‪ ,‬און נאכדעם זאגן מיר‪" :‬על כן אברים‬
‫שפילגת בנו‪ ...‬הן הם יודו ויברכו"‪ ,‬וואס איז לכאורה ווי א סתירה צו די פריערדיגע ווערטער‪.‬‬
‫האט דער מעזריטשער מגיד עס ערקלערט מיט א משל צו א קעניג וואס האט באפוילן פאר‬
‫איינעם פון זיינע איינפאכע קנעכט ער זאל אנגרייטן אויף מארגן א סעודה ביי אים אין שטוב‬
‫פאר אים און פאר די חשובע שרים‪ .‬ווען דער קנעכט האט געהערט די בקשה פונעם קעניג‬
‫האט אים אנגעכאפט א ציטער און א טרייסל‪ ,‬ווייל ער מיט זיינע באגריפן וועט נישט קענען‬
‫צושטעלן אפילו אביסל פון דעם קעניג'ס ווילן; פון וואו זאל ער וויסן וואספארא עסן פאסט‬
‫צו דערלאנגען ביי דעם קעניגליכן מאלצייט? אבער דער קעניג האט אים באלד בארוהיגט‬
‫ווען ער האט אים געזאגט אז ער נעמט אויף זיך דעם עול פון צושטעלן די אלע געברויכן פון‬
‫די סעודה‪ ,‬און אויף אים ליגט נאר עס אנגרייטן ווי עס פאסט זיך‪.‬‬
‫אזוי אויך לענינינו‪ ,‬ווען מיר פילן אז דער מויל איז 'פינו' אונזער מויל‪ ,‬און דער צונג איז‬
‫'לשוננו' אונזער'ס א‪.‬ד‪.‬ג‪ .‬איז טאקע ריכטיג אז "אין אנו מספיקים להודות‪ ...‬על אחת מאלף‬
‫אלפי אלפים ורבי רבבות‪ ...‬הטובות שעשית עם אבותינו ועמנו"‪ ,‬אבער נאך וואס מיר‬
‫האבן אויסגערופן אז "אברים שפילגת בנו ורוח ונשמה שנפחת באפנו" – אלע אונזערע‬
‫גשמיות'דיגע כוחות ליגן אין השי"ת'ס הענט און זענען אונטערגעטעניגט אונטער אים צו‬
‫טוהן זיין ווילן‪ ,‬קענען מיר ווייטער זאגן‪" :‬הן הם יודו ויברכו ויפארו וירוממו‪) "...‬הגש"פ‬
‫'שלשלת הזהב' רוז'ין(‪.‬‬
‫עד הנה עזרונו רחמיך‬
‫די ארטיקלען פון 'נשמת' זענען מוקדש לטובת נשמת דעם טייערער איד‪ ,‬עמוד התפילה‪,‬‬
‫רבי חיים בן ציון מארמארשטיין זצ"ל‪ ,‬וואס זיין ספעציעלע הקפדה צו זאגן ברכות השחר‬
‫בחברותא איז געווען דער פונדאמענט פון די אויפטוה פון 'בני אמונים' וואס זיין זוהן‬
‫הרב ר' יעקב דב שליט"א האט געגרינדעט‪ ,‬און זיין ספעציעלע עבודת התפילה האט זיך‬
‫באזונדער אנגעזעהן ביים זאגן 'נשמת כל חי' וואס ער האט עס געזאגט מיט א פלאם פייער‪,‬‬
‫אין די בחינה פון 'כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך'‪.‬‬
‫ת‪.‬נ‪.‬צ‪.‬ב‪.‬ה‪.‬‬
‫מתים ומפענח נעלמים‬
‫מחיה מת‬
‫אין א טייל פון די נוסחאות אין די סידורים זענען אויך‬
‫דא די שבחים‪" :‬מחיה מתים‪ ...‬והמשיח אלמים‪...‬‬
‫והמפענח נעלמים"‪ .‬איבער דער מקור פון דעם נוסח‬
‫ברענגט דער החיד"א און רבי ישראל יעקב אלגאזי‬
‫די פאלגנדע געשיכטע‪ ,‬וואס האט פאסירט אין די‬
‫הייליגע שטאט ירושלים ארום פיר הונדערט יאר‬
‫צוריק‪ ,‬אין די תקופה וואס רבינו קלונימוס‪ ,‬דער‬
‫שווער פונעם מהרש"ל‪ ,‬האט געדינט אלץ דער‬
‫הויפט פון די ירושלים'ער רבנים‪:‬‬
‫דאס צוריק קומען פון די אידן קיין ירושלים און‬
‫זיך דארטן באזעצן האט זייער געשטערט פאר די‬
‫מוסלעמענער איינוואוינער‪ .‬זיי האבן נישט פארבירט‬
‫צו באהאלטן זייער שטארקע שנאה וואס האט‬
‫ארויסגעשפראצט פון זיי פון מאל צו מאל ווי פון א‬
‫הייסע קעסל וואסער‪ ,‬ווען עס פאסירן פאגראמען‪,‬‬
‫צי עס זענען פארגעקומען פארשידענע רציחות‬
‫און אויך פאלטשע בלבולים‪ .‬מיט אזעלעכע און‬
‫אנדערע סארט מיטלען האבן די רשעים געהאפט צו‬
‫פאר'מיאוס'ן די ליבשאפט וואס ירושלים האט אין די‬
‫אויגן פון די אידן און צוברענגען אז זיי זאלן וועלן‬
‫צוריק גיין צו זייערע פריערדיגע לענדער‪ ,‬אבער מיטן‬
‫אויבערשטנ'ס הילף איז זיי עס נישט געלונגען‪.‬‬
‫דאס האט פאסירט אין א שפעטע נאכט שטונדע ווען‬
‫עס האט אויסגעבראכן א קריג צווישן א באנדע יונגע‬
‫מוסלעמענער‪ .‬א קריג וואס האט זיך געענדיגט מיטן‬
‫רצח'ענען איינעם פון די יונגען‪ ,‬א זוהן פון איינס פון‬
‫די אנגעזענע פאמיליעס אין שטאט‪ ,‬דורך זיין פריינד‪.‬‬
‫די ווילדע יונגען האבן זיך שנעל צושפרייט צו אלע‬
‫זייטן ווען זיי לאזן איבער זייער חבר זיך וואלגערן אין‬
‫זיין בלוט‪ ,‬אבער דער מערדער אליין וואס האט זייער‬
‫געציטערט פון די נקמה פון די פאמיליע פון דעם‬
‫גע'הרג'עטן‪ ,‬האט זיך נישט געאיילט צו פארלאזן‬
‫דאס פלאץ‪.‬‬
‫אין זיין מח וואס האט געפיבערט האט זיך אנגעהויבן‬
‫צו קאכן א רשעות'דיגן פלאן וואס האט אים געזאלט‬
‫רייניגן פון די אחריות און אויך דערהייבן זיין שטעלע‪,‬‬
‫און מיט דעם אויך נקמה נעמען פון די אידן‪.‬‬
‫דער יונג האט שנעל צוריק גערופן די וואס זענען‬
‫אנטלאפן און ווען זיינע אויגן ברענען פון שנאה האט‬
‫ער זיי פארגעשטעלט זיין פלאן‪ ,‬נישט בעפאר וואס‬
‫ער האט זיי באשוואוירן צו באהאלטן דעם סוד אין‬
‫זייער הארץ‪:‬‬
‫"לאמיר אויפהויבן און טראגן דעם קערפער פון‬
‫דעם גע'הרג'עטן צו די אידישע קווארטל‪ ,‬און‬
‫אים אראפלייגן אין די הויף פון שוהל‪ ,‬און מיר‬
‫וועלן מעלדן פאר די טערקישע פאליציי אז ער‬
‫איז פארשווינדן געווארן‪ .‬ווען מ'וועט טרעפן דעם‬
‫קערפער פון דעם גע'הרג'עטן‪ ,‬איז נארמאל אז די‬
‫פארדאכט וועט באלד פאלן אויף די אידן און אזוי‬
‫וועלן מיר אויף אייביג פטור ווערן פון זיי"‪.‬‬
‫אן עס זאל זיי עפעס קלאפן אין הארץ האבן די‬
‫יונגטליכע זיך געאיילט צו טראגן דעם קערפער‬
‫פון חבר צו די אידישע געגנט‪ ,‬דארט האבן זיי אים‬
‫אראפגעלייגט אין די הויף פון שוהל און זענען באלד‬
‫אנטלאפן‪ ,‬גראד צו די טערקישע פאליציי‪.‬‬
‫ווען טרערן פון א קראקאדיל רינען פון זייערע אויגן‬
‫האבן די יונגטליכע פארגעשטעלט פארן אפיציר‪,‬‬
‫לויט וואו זיי האבן געקענט גוט פאנטאזירן‪ ,‬וויאזוי‬
‫זענען ארויס געגאנגען אויף א געווענליכע שפאציר‬
‫אויף די וועג פון 'נחל קדרון'‪ ,‬ווען זייער פארלוירענעם‬
‫חבר שלעפט זיך נאך אונטער זיי‪ .‬פלוצלינג האבן‬
‫זיי געהערט א שטארקע געשריי‪ ,‬און ווען זיי האבן‬
‫זיך אויסגעדרייט אויף צוריק האבן זיי אנגעיאגט צו‬
‫באמערקן צוויי געשטאלטן וואס כאפן אן זייער חבר‬
‫מיט די הענט און פוס און אנטלויפן פון דארטן צו די‬
‫ריכטונג פון דעם אידישן געגנט‪.‬‬
‫זיי האבן פראבירט נאכיאגן האבן עס איז זיי‬
‫נישט געלונגען‪ ,‬און יעצט בעהטן זיי די הילף פון‬
‫דעם אפיציר ער זאל זיי העלפן צו טרעפן זייער‬
‫פארלוירענעם חבר ווייל ווער ווייסט וואס ווילן זיי‬
‫טוהן מיט אים‪ ,‬אויב עס וועט אונז נאך געלונגען אים‬
‫צו ראטעווען‪.‬‬
‫דער אפיציר וואס שוין א לאנגע צייט האט נישט‬
‫פאסירט אזא ערענסטע פאסירונג אין זיין ארבעט'ס‪-‬‬
‫צייט‪ ,‬האט זיך זייער געפריידט אויף די געלעגנהייט‬
‫וואס האט זיך יעצט געמאכט און האט זיך געאיילט‬
‫צו שיקן א באנדע פאליציאנטן צו דעם אידישן‬
‫געגנט‪ ,‬ווען ער זאגט זיין אן אז זיי זאלן איבערקוקן‬
‫יעדע הויז באזונדער און נישט איבערלאזן א שטיין‬
‫אום גערירט ביז מ'וועט טרעפן דעם יונגן און די‬
‫צוכאפער וועט מען איינשפארן‪.‬‬
‫עס איז נישט אדורך קיין קורצע צייט און מ'האט אים‬
‫שוין געמאלדן אז מ'האט געטראפן דעם גע'הרג'עטן‬
‫אין די הויף פון שוהל‪.‬‬
‫גאר פרייליך האט דער אפיציר זיך געאיילט צו גיין צו‬
‫דעם הויז פון דעם טערקישן פחה‪ ,‬א מענטש וואס‬
‫איז קיינמאל נישט געשאנקען געווען מיט איבעריגע‬
‫אהבת ישראל‪ .‬דער האט שנעל אפגעמאכט ביי זיך‬
‫וואס ער דארף טוהן‪ ,‬און נאך בעפאר עס איז געווארן‬
‫טאג האט מען שוין געשיקט א גרופע פאליציאנטן‬
‫איינשפארן די אידישע ראשי הקהילה‪.‬‬
‫אין א פריה פארמיטאג שטונדע האט זיך ווי פייער‬
‫אין א דערנער פעלד צושפרייט צווישן די קליינע‬
‫אידישע קהילה די קלאנג אויף די בלוט‪-‬בלבול‪ .‬די‬
‫ציטער וואס האט אלעמען אנגעכאפט איז געווארן‬
‫מער שטערקער ווען דער פחה האט געשיקט‬
‫אויסרופן‪ ,‬אז אויב ביז אכט און פערציג שעות וועט‬
‫מען נישט איבערגעבן די מערדער אין זיינע הענט‪,‬‬
‫וועט מען אלע אידן פון ירושלים פארטרייבן ביזן‬
‫דעם לעצטן פון זיי‪ ,‬און זיי וועלן קיינמאל נישט‬
‫קענען צוריק קומען‪.‬‬
‫די דעלעגאציע פון שתדלנים וואס מ'האט מיט‬
‫איילעניש געשיקט צום פאלאץ פון דעם פחה האבן‬
‫פראבירט צו רעדן צו זיין הארץ‪ ,‬אבער זיי האבן זיך‬
‫אנגעשטויסן אין א פארשטאפטן וואנט‪ .‬די שארפע‬
‫רייד פון דעם פחה האט זיי קלאר געמאכט אז עס‬
‫איז א שאד צו פראבירן אים איבערצורעדן‪" :‬אויב‬
‫ענק וועלן איבערגעבן די מערדער וועלן ענק ווייטער‬
‫קענען דא לעבן רוהיג‪ ,‬אבער אויב נישט‪ ,‬וועט קיינער‬
‫פון ענק נישט בלייבן אין די גרעניצן פון ירושלים!"‪.‬‬
‫זייענדיג פארקלעמט זענען די אידן אריבער צו דעם‬
‫הויז פון זייער גרויסן רבי'ן רבינו קלונימוס וואס איז‬
‫דעמאלטס געווען איינגעשפארט אין זיין צימער‪ ,‬ווען‬
‫ער לערנט פלייסיג‪ ,‬אן צו וויסן פון דעם טומל וואס‬
‫הערשט אינדרויסן‪ .‬ווען דער רב האט געהערט די‬
‫ערציילונג איז ער מיטאמאל ערנסט געווארן און ער‬
‫האט פארמאכט זיינע ספרים‪ ,‬ער האט אנגעטוהן זיין‬
‫הוט און זיך געאיילט ארויסגיין פון שטוב‪.‬‬
‫זיינע באגלייטער האבן קוים געקענט דערגרייכן דעם‬
‫רב וואס איז זייער שנעל געגאנגען‪ .‬זיין יאגענישט‬
‫איז געווען אין זייערע אויגן וואו א פארהוילענע זאך‪,‬‬
‫איבערהויפט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואו אהין‬
‫ער גייט‪.‬‬
‫וואו גרויס איז געווען זייער איבערראשונג ווען‬
‫עטליכע מינוט נאכדעם זענען זיי שוין געשטאנען‬
‫ביים אריינגאנג פונעם פאלאץ פון דער פחה‪ .‬אן קיין‬
‫ציטער און מורא האט דער רב געקלאפט אויף די‬
‫שיינע טיר‪ ,‬און א וועכטער האט עס געעפנט‪ .‬דער‬
‫וועכטער האט געפרעגט וואס איז זייער ווילן‪ ,‬און‬
‫דער רב האט געענטפערט אז ער האט עפעס צו‬
‫רעדן מיט דעם פחה און ער וויל זיך טרעפן מיט אים‪.‬‬
‫אלץ כבוד פון דעם רב האט דער פחה אנגענומען זיין‬
‫בקשה און אים איינגעלאדנט אריין צוקומען‪.‬‬
‫דער פחה וואס איז געזיצן אויף זיין בענקל ווען‬
‫פונקען פון צארן שפריצן פון זיינע אויגן‪ ,‬האט‬
‫געפרעגט "וואס האסטו צוזאגן?"‪.‬‬
‫"איך בעהט אז דער פחה זאל שוין באפעלן צו‬
‫באפרייען די וואס זענען איינגעשפארט‪ ,‬און אויך‬
‫מבטל זיין די גזירה‪ .‬דאס איז א פאלטשער בלבול‪,‬‬
‫און עס פאסט נישט אז דער פחה זאל באשולדיגן‬
‫תמימות'דיגע מענטשן ווען מ'פארלאזט זיך אויף‬
‫פאלטשע עדות" – האט דער רב געענטפערט אן קיין‬
‫ציטער‪.‬‬
‫אויף איין מינוט איז דער פחה שטיל געווען‪ .‬האט‬
‫ער זיך נישט געראכטן אויף אזא ענטפער‪ ,‬אבער‬
‫רבי קלונימוס האט נישט געלאזט אסאך צייט‬
‫טראכטן‪" :‬דו דארפסט אוועק שטעלן ספעציעלע‬
‫ריכטער וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די געשעהניש‪,‬‬
‫אן זיך צו רעכענען מיט קיינעם‪ ,‬איך בין זיכער אז די‬
‫גערעכטיקייט פון מיינע ברודער וועט זייער שנעל‬
‫ארויף קומען קלאר פאר אלעמען" – האט דער רב‬
‫געענדיגט זיינע ווערטער מיט זיין דרייסטן שטימע‪.‬‬
‫"וויאזוי וועסטו עס קענען אויפווייזן?" – האט‬
‫דער פחה זיך געוואונדערט‪ ,‬און דער רב האט‬
‫געענטפערט‪" :‬די זארג לאז איבער אויף מיר‪ ,‬אבער‬
‫פריער באפעל אז די ריכטער זאלן זיך צוזאמזעצן"‪.‬‬
‫ביז א קורצע צייט האבן זיך צוזאם גענומען דריי‬
‫ריכטער פון דעם מוסלעמענישן געריכט הויז אין‬
‫די הויז פון דער פחה‪ .‬אבער דער רב האט זיך נישט‬
‫באגענוגט מיט דעם‪" :‬איך בעהט אז דו זאלסט‬
‫באפעלן מ'זאל דא ברענגען דעם טויטן קערפער‪,‬‬
‫און אויך זיינע חברים און זיין פאמיליע" – האט ער‬
‫געזאגט מיט זיין שטארקן שטימע‪.‬‬
‫אויך די געבעהט האט דער פחה אנגענומען‪ .‬די‬
‫קערפער פון דעם גע'הרג'עטן איז אהין געברענגט‬
‫געווארן‪ ,‬ווען נאכדעם קומען אריין זיינע חברים און‬
‫די פאמיליע פון דעם גע'הרג'עטן‪.‬‬
‫דער רב האט געבעהטן פון די אנוועזנדע זיי זאלן‬
‫אביסל צו ווארטן‪ ,‬ער איז צוגעגאנגען צו די ווינקל‬
‫פון צימער און האט אנגעהויבן צו מייחד זיין זיינע‬
‫געהויבענע יחודים‪ .‬נאך עטליכע מינוטן האט זיך‬
‫דער רב אויפגעכאפט פון זיין דביקות‪ ,‬ער האט‬
‫ארויסגענומען זיין פעדער‪ ,‬און האט אויפגעשריבן‬
‫אויף א שטיקל קלף איינס פון די שמות הקדושים‪,‬‬
‫עס געלייגט אויף די שטערן פון דעם טויטן און האט‬
‫אים באפוילן‪" :‬שטיי אויף פון דיין בעט און זאג אקעגן‬
‫אלעמען‪ :‬ווער האט דיך גע'הרג'עט?"‬
‫צו אלעמענ'ס וואונדער האט זיך דער טויטער‬
‫פלוצלינג אויפגעזעצט אויף זיין בעט‪ ,‬און האט‬
‫געוויזן מיט זיין פינגער אויף איינעם פון די יוגנטליכע‬
‫און האט קורצערהייט געשילדערט וויאזוי ער האט‬
‫אים גע'רצח'עט‪ ,‬און באלד נאכדעם איז צוריק‬
‫אראפגעפאלן טויט אויף זיין בעט‪.‬‬
‫אין די מינוט האבן א גרופע פאליציאנטן ארום‬
‫גערינגלט דעם רוצח‪ ,‬און מ'האט אים אפגעפירט‬
‫צו די פאליציי סטאנציע‪ ,‬דארט האט ער זיך זייער‬
‫שנעל מודה געווען אין די מארד און מ'האט אים‬
‫גע'אורטיילט צו טויט‪.‬‬
‫פון דעמאלטס און ווייטער האבן די חכמי ירושלים‬
‫מתקן געווען ביי די תפילה פון נשמת מ'זאל‬
‫יח‬
‫חוֹלים‪ַ ...‬ה ֵמּ ִשׂ ַ‬
‫רוֹפא ִ‬
‫"מ ַחיֵּ ה ֵמ ִתים‪ ,‬וְ ֵ‬
‫דערמאנען‪ְ :‬‬
‫ִא ְלּ ִמים‪ ,‬וְ ַה ְמ ַפ ֲענֵ ַח נֶ ֱע ָל ִמים"‪ ,‬לזכר צו דעם נס וואס‬
‫דער אויבישטער האט לעבעדיג געמאכט דעם טויטן‪,‬‬
‫און געעפענט זיין מויל און מיט דעם האט קלאר‬
‫געמאכט די פארהוילעניש פון זיין מערדער‪.‬‬
‫הגש"פ 'שמחת הרגל'; 'שלמי חגיגה' )מהד' סאלוניקי עמ' רד(‬
‫"בני אמונים" ת‪.‬ד‪ 102 .‬בני ברק | פקס‪ | 08-9746102 .‬מייל‪ | [email protected] .‬ניתן לקבל עלון זה במייל מידי שבוע‬
‫‪ shay‬עיצובים‬
‫ביי די המשך פון 'נשמת' דאנקען מיר און מיר בעהטן‪" :‬עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו‬
‫חסדיך‪ ,‬ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח"‪ .‬א הערליכער פשט אויף דעם האט געזאגט דער‬
‫ווילנער גאון אין זיין פירוש אויף משלי )כה טו(‪:‬‬
‫אויב דיין הילף פאר אונזערע אבות וואלט געווען צוליב זייערע גוטע מעשים און ערליכע‬
‫הנהגות‪ ,‬וואלט מיר געדארפט ציטערן‪ ,‬ווייל מיר זענען נישט צוגעקומען צו זייערע‬
‫דערהויבענע מדריגות און ווער ווייסט צי אונזערע עבירות וועלן נישט שטערן פאר אונז‬
‫אינמיטן וועג‪ .‬אבער ווייל דיין הילף פאר זיי איז געקומען נאר צוליב 'רחמיך'‪ ,‬און אויך וואס‬
‫דו האסט זיי נישט פארלאזט נאר איז געווען צוליב 'חסדיך'‪ ,‬דעריבער זענען מיר פארזיכערט‬
‫אז אויך מיר וועלן זוכה זיין צו דעם און דו וועסט אננעמען אונזער געבעהט‪" :‬ואל תטשנו‬
‫ה' אלוקינו לנצח"‪.‬‬
‫דער יסוד דארף מוטיגן און דערפרייען די צובראכענע הערצער‪ ,‬וואס די געדאנקען פון יאוש‬
‫פרובירן זיי אינגאנצן צוצוברעכן ווען זיי מיינען אז צוליב זייער נידריגן רוחניות'דיגן מצב‬
‫זענען זיי נישט ראוי צו חסדים פון השי"ת‪ ,‬אזוי ווי דער חסיד וואס איז געקומען צו הרה"ק‬
‫רבי נח פון לעכאוויטש און האט געוויינט אינגאנצן מיואש'דיג אז ער פילט אז ער האט נישט‬
‫קיין זכותים‪ ,‬און וויאזוי קען ער האפן צום אויבערשטנ'ס רחמנות?‬
‫דער רבי האט אים אנגעקוקט מיט זיין ליבליכע בליק און האט אים געענטפערט ווען א‬
‫שמייכל איז אויף זיינע ליפן‪" :‬און ביז יעצט ביזסטו יא ווערד געווען דערצו? פון ווען דו‬
‫ביזסט אראפגעקומען אויף דעם וועלט האסטו זוכה געווען צו א מתנת חינם‪ ,‬וואס השי"ת‬
‫מיט זיין מדת הרחמים וואס האט נישט קיין גרעניץ קען דיר שטענדיג משפיע זיין פון זיין‬
‫גוט'ס‪ ,‬אויך אין דיין נידריגן מצב‪.‬‬
‫אמוניﬦ‬
‫ﬦ‬
‫מעשה ני‬
‫מע‬
‫א וועכנטליכע ערציילונג‬
‫אאויף אמן און תפילה‬