אפעלאט אורטייל: פעדעראלער ּ פרייטאג פ' בשלח טראמפּ דארף איבערטראכטן זיין פירערשאפט סטראטעגיע אין ליכט פון פעדעראלע געריכט אורטיילן קעגן אים אינערהאלב די טראמפּ אדמיניסטראציע, איז מען פאריגן פרייטאג פארנומען געווען מיט צוויי הויפּט טעמעס .דאס ערשטע איז גע־ ווען די באלדיגע פראגע ווי אזוי צו רעאגירן צו דעם איינשטימיגן פעדעראלן אפּעלאט געריכט אורטייל פון דאנערשטאג אווענט, וואס האט געלאזט אין קראפט דאס צייטוויילי־ גע אפּשטעלן דעם פּרעזידענט'ס עקזעקוטיווע פארארדענונג איבער פארבאטן איינטריט קיין אמעריקע פאר מענטשן וואס זענען געבוירן אין די זיבן לענדער וואס האבן א מאיאריטעט מוסולמענער באפעלקערונג. די צווייטע פילייכט וויכטיגערע פראגע איז געווען ,ווי אזוי דער נייער פּרעזידענט דארף טוישן זיין צוגאנג צו רעגירונג פי־ רערשאפט ,אין ליכט פון די פּראבלעמען אין וואס ער שטויסט זיך אן .ער קען טאקע איגנארירן די קעגנערשאפט אין קאנגרעס, אויסלאכנדיג זיך פון די דעמאקראטן ווייל ער האט געווינען ,און נישט זיי; ער קען זיך אויך ערלויבן צו איגנארירן די מאסן פּראטעסטן און אנדערע אויסדרוקן פון קעגנערשאפט צו אים וואס שפּילט זיך אפּ איבער'ן לאנד ,ווייל ער האט געווינען ,און נישט זייער קאנדידאט .ער קען אבער נישט איגנארירן ווען די געריכטן האלטן אין איין אורטיילן קעגן אים ,ווייל פע־ דעראלע ריכטער לאכן זיך אויס פון יעדן, אפילו פון א פּרעזידענט האבן זיי אויך נישט קיין מורא ,ווייל זיי זענען באשטימט צו לע־ בנסלענגליכע טערמינען ,טאקע צוליב די סיבה אז זיי זאלן נישט מוזן מורא האבן פאר קיין פּאליטישאנס אויב זיי דארפן אמאל אורטיילן קעגן איינעם פון זיי. א פעדעראלער ריכטער מוז זיך אפילו נישט רעכענען מיט'ן דעת הקהל ,מיט די מיינונג פון פאלק ,ווייל איינע פון די אויפ־ גאבעס פון די פעדעראלע געריכטן איז צו פאר־ זיכערן אז מען פאלגט אויס די קאנסטיטוציע. אפילו אויב די סענטימענטן פון פאלק שטופּן דעם קאנגרעס און דעם פּרעזידענט דורכצו־ פירן א געזעץ וואס איז אין קאנפליקט מיט איינע פון די קאנסטיטוציאנאלע גרונד פּרינציפּן ,ליגט די פליכט אויף די פעדעראלע ריכטער ריכטיג אויסצוטייטשן די קאנסטיטו־ ציע און גיין קעגן דעם פּאפּולערן שוואונג, אפילו צו די אויפרעגונג פונעם ברייטן פאלק און צו די אנטריסטונג פונעם פּרעזידענט. דאס איז די לעקציע וואס איז אנגעקומען צום ווייסן הויז ,ווען דער פּרעזידענט האט זיך אנגעשטויסן אין א קעגנערשאפט צו זיין עקזע־ קוטיווע פארארדענונג אויף די איינצוימונג פאר פּליטים אדער אימיגראנטן אדער באזו־ כער וואס קומען פון איראן ,איראק ,ליביע, סיריע ,תימן ,סאמאליע און סודאן ,די "זיבן לע־ נדער" ,וואס די ליסטע קען מעגליך פארגרע־ סערט ווערן ,ווייל א סאך פרעגן פארוואס מען נעמט נישט אריין אין חשבון אויך סאודי אראביע ,פון וואו רוב פון די סעפט11 . טעראריסטן זענען געקומען ,און פּאקיסטאן, וואס איז א הויפּט נעסט פון על קאידא און אנ־ דערע טעראריסטן. אנאליסטן האבן דאנערשטאג אווענט אנגעוויזן ,אז אין דעם איצטיגן געריכטליכן קאמף ,האבן שוין 4ריכטער געאורטיילט קעגן טראמפ 2 ,וואס זענען באשטימט געווארן דורך דעמאקראטישע פרעזידענטן און 2דורך רעפובליקאנער ,זאל דאס זיין דער בעסטער צייכן פאר'ן פרעזידענט אז דאס איז נישט קיין פארטייאישער קאמף קעגן אים. אפילו אין דעם טראמפּ שטאב האט מען שוין אויך אנערקענט אז ווען ער האט ארויסגע־ געבן זיין עקזעקוטיווע פארארדענונג צוויי וואכן צוריק פרייטאג פארנאכטס ,איז דאס גע־ ווען אן איבערגעאיילטער שריט ,עס איז נישט געווען געהעריג פארגעברייט ,ווייל מיט אביסל מער פארזיכטיגקייט וואלט די פאראר־ דענונג געקענט אדרעסירן טייל פון די פּונקטן וואס זענען גענוצט געווארן אין די געריכטן אפּצושטעלן די פארארדענונג. מען האט אפילו נישט צעוויסן געטאן פריער די הויפּט באאמטע אין די טראמפּ אדמיניסטראציע ,אזוי ווי דעם דירעקטאר פון היימלאנד זיכערקייט ,אז די פארארדענונג קומט ,נאר זיי האבן דאס געמוזט הערן אין די אלגעמיינע נייעס באריכטן. דאס קומט מיט די אומערפארונג אין רע־ גירונג ווירטשאפט פון דעם נייעם פּרעזידענט מיט זיינע הויפּט געהילפן ,וואס מען האפט אז פאר'ן צוקונפטיגן דערפאלג פון די טראמפּ אדמיניסטראציע ,וועט מען זיך לערנען פון די טעותים און אביסל פארריכטן דעם צוגאנג. פאקטיש האלט רוב פונעם אמעריקאנער פאלק אז מען דארף יא צוימען די אימיגראציע פון די פּליטים ,מען דארף יא שליסן די אמעריקאנער טויערן פאר פרעמדע ,און כאטש מען וועט נישט ארויסזאגן אז די געפילן זענען קעגן מוסולמענער ,ווייל עס איז דאך אומקאנסטיטוציאנאל צו דיסקרימינירן קעגן רעליגיע ,איז דאס אבער א לאנג איינגעגעסענע אמעריקאנע טראדיציע ,ביים רוב פאלק ,נישט אריינצולאזן אימיגראנטן .דאס איז דאך געווען די הויפּט טעמע פון דעם טראמפּ פּרעזידענט וואל זיג ,זיין פארשפּרעכונג נאכאמאל צו מאכן אמעריקע גרויס! ער וועט צוריקברענגען דזשאבס צו די אמעריקאנער! ער וועט נישט אריינלאזן קיין אויסלענדער ווילאנג מען וועט נישט האבן א בעסערן סיסטעם צו פארזיכערן אז עס גליטשן זיך נישט אריין קיין מעגליכע טעראריסטן! אפילו אין די ערשטע צוויי וואכן פון דעם די דריי אפּטיילונגען פון די אמעריקאנער רעגירונג די קאנסטיטוציע טיילט צו די רעגירונג מאכט אין אמעריקע צו דריי אפּטיילונגען :די עקזע־ קוטיווע ,די לעגיסלאטיווע און די יורידישע. דער פּרעזידענט ווערט ער־ וויילט אנצופירן מיט די עקזע־ אפטיילונג .ער זיצט אין קוטיווע ּ ווייסן הויז ,אבער די מאכט איז ביים פּרעזידענט ,אפּגעזען וואו ער געפינט זיך. געזעצן דארפן דורכגעפירט ווערן אין די צוויי הייזער פון קאנגרעס. אין סענאט האט יעדע סטעיט א גלייכע מאכט ,האבנדיג צוויי ערוויילטע סענאטארן .עס זענען דא הונדערט סענאטארן .אין רעפּרעזענטאנטן הויז איז דא 435קאנגרעסלייט ,וואו יעדע סטעיט איז בארעכטיגט צו מינימום איין קאנגרעסמאן ,אבער דער ציל איז איינצוטיילן די קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטן לויט די באפעלקערונג. די יורידישע אפּטיילונג ווערט אנגעפירט דורך פעדעראלע ריכטער וואס ווערן נאמינירט דורכ'ן פּרעזידענט און באשטעטיגט דורכ'ן סענאט צו א לעבנסלענגליכע קאדענץ ,וואס דער ציל דערפון איז ,ארויסצונעמען די ריכטער פון פּאליטיק .זיי דארפן נישט באזארגט זיין אז זיי וועלן מוזן געפעלן פאר א פּרעזידענט וואס איז אין אמט אדער אז זיי וועלן מוזן קאמפּיינען פאר ווידערערוויילונג צי ביים פאלק אדער ביים סענאט ,ווייל ווען זיי זיצן שוין אין אמט ,איז דער איינציגער וועג ווי אזוי מען קען ּפטור ווערן פון זיי דורך אן אימפּיטשמענט פּראצעדור וואס פאר דעם פאר־ לאנגט זיך א מערהייט פון צוויי דריטל סענאטארן צו באזייטיגן א ריכטער. דאס קומט פאר זייער ,זייער זעלטן ,נאר ווען מען כאפּט א ריכטער ביי א פארברעכן אדער ערנסטע עטיקס פארלעצונגען. דאס איז איין צענטראלע פראגע וואס איז איצט באהאנדלט געווארן אפ־ אין דעם אפּעלאט אין סאן פראנציסקא ,וואו אלע דריי ריכטער האבן ּ געווארפן די באהויפּטונג פון פּרעזידענט טראמפּ אז ווען דער פּרעזידענט טוט עפּעס אין באצוג צו נאציאנאלע זיכערקייט ,האבן נישט די געריכטן א רעכט צו שטעלן פראגעס אויף דעם .אלע ריכטער האבן געאורטיילט אז א פעדעראל געריכט האט יא א רעכט אויף דעם ,און זיי האבן ציטירט פּרעצעדענטן ווען עס איז שוין אזוי געווען. די צייטונג -נייעס בולעטין -פרייטאג פ' בשלח ,תשע"ז אפעלאט אורטייל: פעדעראלער ּ פרייטאג פ' בשלח איצטיגן קאמף ,נאך די טראמפּ עקזעקוטיווע פארארדענונג ,איז דאס פאלק נאך אלץ גע־ שטאנען מיט'ן פּרעזידענט. די געריכטן מוזן אבער קוקן אויף די סארט זאכן אנדערש .אויף די פעדעראלע ריכ־ טער ליגט די פליכט צו רעכעכנען זיך מיט די קאנסטיטוציע ,און דאס האט איצט געברענגט איין דורכפאל נאכ'ן צווייטן פאר די טראמפּ אדמיניסטאראציע. דער איצטיגער אורטייל דאס איז וואו דער איצטיגער קאמף האט זיך אנגעהויבן ,אין פעדעראלן געריכט אין סיאטעל ,וואשינגטאן ,וואו א ריכטער האט איינגע־ פרוירן )צייטווייליג אפּגעשטעלט( די עקזעקוטיווע פארארדענונג פון טראמפ ,אויפ'ן גאנצן לאנד. ּ דער אפּעלאט איז געהערט געווארן דורך דריי ריכטער פון '9טן קרייץ וואס זיצט אין דעם געריכט אין סאן פראנציסקא וואו אלע דריי ריכטער האבן באשטעטיגט דעם אריגינעלן אורטייל .דער פּרעזידענט האט א רעכט צו פארלאנגען א פארהער פון אלע אפּעלאט ריכטער אין דעם קרייץ ,וואס ביי אן ערנסטע זאך ווערט דאס אמאל נאכגעגעבן ,כאטש עס איז נאך זעלטענער אז דער פולער קרייץ זאל אנידערשטימען דעם אפּעלאט אורטייל .דאס וועט אבער פארנוצן צייט ,ווייל אפילו אונטערגע־ יאגטערהייט וועט דאס אויך דויערן ארום א וואך צייט ,דעריבער איז א סופרים קאורט. סברא אז דער פּרעזידענט זאל הייסן באלד גיין צום ּ דאס איז די מאיעסטעטישע סופּרים קאורט געביידע אין וואשינגטאן אויפצונעמען אן אפּעלאט ,מוזן מינימום פיר ריכטער איינשטימען אויף דעם .אין עמוירדזשענסי פאלן אזוי ווי דא ,אויב פיר ריכטער וועלן גרייט זיין אויפצונעמען דעם אפּעלאט ,קען דער פארהער פארקומען סופרים קאורט שוין ,און ביז אין געציילטע טעג וועט ארויסקומען א ּ אורטייל .אזוי ווי דער סופּרים קאורט איז איצט צעטיילט אויף גלייך ,מיט פיר ריכטער וואס זענען באשטימט געווארן דורך רעפּובליקאנער פּרעזי־ דענטן און פיר פון די דעמאקראטן ,איז די אנגענומענע מיינונג אז דער אפצואווארפן סופּרים קאורט וועט נישט האבן די נויטיגע פינף שטימען ּ דעם אפּעלאט אורטייל ,ממילא וועט דאס בלייבן אין קראפט .צוליב דעם איז גאנץ מעגליך אז זיי וועלן אפילו אינגאנצן נישט אויפנעמען דעם אפעלאט. עס איז שוין געווען אורטיילן קעגן די פארארדענונג אין ערשטן מעת לעת נאכדעם וואס עס איז אריין אין קראפט ,צוליב די בריי־ טע שטרענגקייט פון די אריגינעלע פארארדע־ נונג .מען האט נישט צוריק אריינגעלאזט אין לאנד קיינעם וואס איז געבוירן אין איינע פון די זיבן לענדער .אפילו די וואס זענען געווען לעגאלע איינוואוינער אין אמעריקע ,זיי האבן געהאט א "גרינע קארד" ,זענען אויך אפּגע־ שטעלט געווארן דורך די גרעניץ באאמטע אין די עירפּארטס ,ווייל עס איז דא א צייטוויילי־ גער פארבאט אריינצולאזן זיי קיין אמעריקע און מען מוז זיי צוריקשיקן ,ארויפלייגן אויף אן עראפּלאן אוועקצופארן פון אמעריקע! די אלע וואס האבן געהאט וויזעס צו קו־ מען קיין אמעריקע ,האט מען שוין אפילו נישט ארויפגעלאזט אויף די עראפּלאנען אין אויסלאנד צוליב דעם פארבאט ,און די הונדער־ טער מענטשן וואס זענען שוין געווען אונ־ טערוועגנס ,אדער האבן שוין געלאנדעט אין אמעריקע ,האט מען אויך געדארפט צוריקשיקן. אדוואקאטן זענען געלאפן אין די פע־ דעראלע געריכטן אין עטליכע שטעט ,און דער ערשטער אורטייל איז געקומען מוצ"ש בא ,פעברואר ,4אין פעדעראלן געריכט אין ברוקלין )וואס האט די יוריסדיקציע אויף קע־ נעדי עירפארט( וואו א ריכטער האט סוספּענדירט דעם פּונקט פון די פארארדענונג ביז צו א שפּעטערדיגן פארהער ,נעמליך ,אז מען טאר נישט ארויסווארפן פון אמעריקע, מען טאר נישט צוריקשיקן די מענטשן וואס האבן א לעגאלע רעכט צו זיין אין אמעריקע, אדער אריינצוקומען קיין אמעריקע. עס איז געווען א מעכטיגער זיג קעגן דעם פּרעזידענט ,און עס האט געצווינגען די אדמיניסטראציע צו טוישן די פארארדענונג אז די וואס האבן א גרינע קארד מעגן יא אריינקומען אין לאנד ,זיי ווערן יא באטראכט ווי לעגאלע אמעריקאנער איינוואוינער. בלויז אין איין פעדעראל געריכט ,אין באסטאן ,האט א ריכטער יא באשטעטיגט די טראמפּ פארארדענונג ,אבער אין אלע אנדערע שטעט זענען די אורטיילן געגאנגען קעגן די פארארדענונג ,וואס איבעראל האט מען גע־ טראפן פעלערן דערין. געווענליך אין אזא צייט ,קען דער פּרעזי־ דענט זיך לערנען פון די אורטיילן .ווען די רע- דע איז פון אן עקזעקוטיווע פארארדענונג, קען ער דאך צוריקציען זיין פריערדיגן דעק־ רעט און ארויסגעבן א פרישע פארארדענונג וואס זאל זיך יא רעכענען מיט די אלע לעגא־ לע טענות וואס די געריכטן האבן ארויסגע־ די צייטונג -נייעס בולעטין -פרייטאג פ' בשלח ,תשע"ז שטעלט קעגן דעם אריגינעלן באפעל ,און דער פּרעזידענט וואלט ווייטער געקענט אנגיין מיט זיין פּראגראם נישט אריינצולאזן קיין אמעריקע אזעלכע מענטשן וואס קענען אויך זיין טעראריסטן .דאס אמעריקאנער פאלק שטיצט דאך אין פּרינציפּ דעם געדאנק צו האבן מער פארזיכערטע גרעניצן. עס דויערט איצט ארום צוויי יאר פאר איינוואוינער פון יענע לענדער צו באקומען א וויזע קיין אמעריקע .מען פארשט נאך זייער פארגאנגענהייט ,זייערע פארבינדונגען ,זיי אליין ווערן דורכדרינגליך עטליכע מאל אויס־ געפרעגט און אויסגעפארשט ,דעריבער ,אויב זיי דארפן שוין סיי ווי ווארטן א צוויי יאר ,קע־ נען אפילו יושר'דיגע אמעריקאנער פארשטיין אויב מען לייגט צו נאך א שיכט צו דעם פּרא־ צעדור ,וואס וועט דויערן נאך א פּאר חדשים, ווייל קיינער וויל דאך נישט לאזן אמעריקע אויף הפקר. די ליבעראלע עלעמענטן שרייען אז די טעראר אקטן וואס זענען פארגעקומען אין אמעריקע איז געווען פון לעגאלע אמעריקא־ נער איינוואוינער און בירגער ,און אין קיין איין פאל איז עס נישט געווען פון עמיצן וואס שטאמט פון די זיבן לענדער אויף די ליסטע, אבער דער דעת הקהל אין אמעריקע איז דער־ שראקן פון טעראריזם און מען וועט שטיצן דעם פּרעזידענט אין אלע זיינע באמיאונגען צו באשיצן אמעריקע. די נאטור פון פּרעזידענט טראמפּ איז אבער אנדערש ,ער קען נישט אנערקענען אדער אראפּשלינגען א דורכפאל ,האט ער איגנארירט די מער מעסיגע ראטגעבער וואס האבן פארגעשלאגן צו טוישן די עקזעקוטיווע פארארדענונג .ער הערט ענדערש אויס די ראט פון סטיווען בענאן און זיינע הויפּט גע־ הילפן וואס איז א קעמפערישע ראט ,נישט נאכצוגעבן ,אדרבא נאכמער קעמפן ,וואס דאס האט דאך געהאלפן פאר טראמפּ געווינען די וואלן ,אז ער איז א קעמפער קעגן דעם עסטאבלישמענט ,ממילא וועט ער אויך קעמ־ פן פאר גאנץ אמעריקע ,און מען איז ווייטער געגאנגען מיט'ן לעגאלן קאמף. די קעגנער צו דעם פארבאט האבן סטרא־ טעגיש אויסגערעכענט אריינצוגעבן א ברייטע אנקלאגע קעגן די גאנצע עקזעקוטיווע פאראר־ דענונג אין פעדעראלן געריכט אין סיאטעל, וואשינגטאן ,מיט'ן חשבון אז דארטן האבן זיי די בעסטע אויסזיכטן צו געווינען .אפילו אויב דער אריגינעלער דיסטריקט ריכטער וועט אורטיילן לטובת דעם פּרעזידענט ,זענען אבער צוויי דריטל פון די אפּעלאט ריכטער אין '9טן קרייץ ,וואס איז הויפּטקווארטירט אין סאן פראנצסיקא ,קאליפארניע ,באשטימט געווארן דורך דעמאקראטישע פּרעזידענטן, ווייל אזוי איז געגאנגען דאס מזל אז דארטן זענען ליידיג געווארן זיצן ווען א דעמאקראט איז געזעצן אין ווייסן הויז ,אזוי איז דאס '9טע קרייץ געווארן דאס ליבעראלסטע אפּעלאט געריכט אין אמעריקע .לויט דעם איז די סברא אז דאס אפּעלאט געריכט וועט אורטיילן קעגן דעם פּרעזידענט ,ווייל אויב מען קלויבט אויס דריי ריכטער צום אפּעלאט איז דאך די סברא אז צוויי פון זיי וועלן זיין פון די ליבעראלע אפעלאט אורטייל: פעדעראלער ּ זייט ,און אויב מען וועט האבן א פארהער ביים גאנצן געריכט וועט דאך זיכער זיין א צוויי דריטל מאיאריטעט קעגן טראמפּ ,איז אריינגעגעבן געווארן די קלאגע אין וואשינג־ טאן סטעיט. אין וואשינגטאן רעגירט א דעמאקראטי־ שער גאווערנאר ,דזשעי אינסלי .וואס פארא מחותן איז די סטעיט אין אזא אנקלאגע? ווייל די סטעיט אוניווערזיטעט האט אויך סטו־ דענטן וואס שטאמען פון אויסלאנד ,און זיי זע־ נען איצט בא'עוולה'ט געווארן דורך דעם איינ־ טריט פארבאט .אזוי האט די סטעיט א רעכט און א פליכט צו אינטערווענירן ,אננעמען זיך פאר די סטודענטן. באלד האט זיך אנגעשלאסן אין די אנקלא־ גע אויך די סטעיט פון מינעסאטא. די אנקלאגע איז צוגעטיילט געווארן צום פעדעראלן ריכטער דזשעימס ראובארט ,וועל־ כער איז באשטימט געווארן צו זיין פּאסטן דורך דעם רעפּובליקאנער פּרעזידענט דזשארדזש דאבליו בוש .ממילא האט מען נישט געקענט זאגן אז ער וועט אינסטינקטיוו זיין גענויגט קעגן דעם רעפּובליקאנער פּרעזי־ דענט טראמפּ. פרייטאג פ' בא ,האט ראובארט גע־ אורטיילט קעגן די טראמפּ אדמיניסטראציע. ער וואלט געקענט ארויסגעבן זיין צייטווייליגן אפּשטעל ,א פארבאט אויף די גאנצע פאראר־ דענוג מיט א קורצן באפעל פון עטליכע זאצן, וואס אזוי טוט מען דאס גאנץ אפט ,ווען מען באשטימט דערנאך א ברייטערן פארהער אויף די טעמע אין די נאכפאלגנדע טעג .ראובארט האט אבער פארשטאנען די ערנסטקייט פון די זאך און האט ארויסגעגעבן א לענגערע ערקלערונג אויף זיין אורטייל ,וואס איז גע־ ווען געצילט צו פארבעסערן די אויסזיכטן אז די העכערע געריכטן זאלן דאס באשטעטיגן. אין '9טן קרייץ איז איינגעפירט אז מען קען נישט אפּעלירן אזא סארט צייטווייליגן אפּשטעל .דאס איז געווען איינע פון די טענות פון די אדוואקאטן וואס האבן פארטרעטן די סטעיטס קעגן דעם יוסטיץ דעפּארטמענט אז מען קען בכלל נישט אויפנעמען אזא אפּעלאט, און עס זענען געווען לעגאלע אנאליסטן וואס האבן געזאגט אז עס איז מעגליך אז דאס אפּעלאט געריכט וועט נוצן טאקע דעם אויס־ רייד זיך ארויסצודרייען פון אורטיילן אויף די סענסיטיווע פראגע ,אפּווארפנדיג דעם אפּעלאט אויף א פּראצעדוראלע אורזאך און זאל דער סופּרים קאורט איבערנעמען דאס גאנ־ צע פּעקל ,אויב זיי ווילן דאס יא טאן. מען דארף געדענקן אז רוב פון די טראמפּ פארארדענונג איז אויף א צייטוויליגן פארבאט אויף 90טעג ,ביז די זיכערהייט אינסטאנצן וועלן צושטעלן פאר'ן פּרעזידענט רעקא־ מענדאציעס ווי אזוי מען קען זיך באשיצן פון טעראריזם ,און דאן וועט מען איינשטעלן נייע אימיגראציע מאסנאמען .אויב מען הויבט אן שלעפּן די זאכן אין די געריכטן ,לויפט זייער שנעל די צייט ,און אויב דער טראמפּ פארבאט איז ביז דאן אפּגעשטעלט געווארן ,האט דאך דאס געעפנט די טויערן פאר מעגליכע טעראריסטן זיך איצט אריינצוגליטשן קיין אמעריקע .דאס איז דאך געווען איינע פון די אויסריידן וואס טראמפּ האט גענוצט עטליכע וואכן צוריק ,ווען מען האט אים פארגעהאלטן פארוואס ער האט דאס נישט צוערשט איבער־ געשמועסט מיט זיינע גענעראלן און מיט די קאנגרעסיאנאלע פירער אזוי ווי עס איז איינגע־ פירט אז א פּרעזידענט מעלדט איין פאר זיי, ווען ער וויל איינפירן א נייע זאך .די טראמפּ טענה איז געווען ,אז אויב מען וואלט גערעדט דערפון אז מען האלט עס שוין ביים טוען, וואלטן זיך זאפארט אריינגעכאפּט די אלע מעגליכע טעראריסטן קיין אמעריקע. טראמפ טשעפעט דעם ריכטער דאס זעלבע האט מען אויך איצט גע־ פרעגט ,פארוואס טראמפּ ברעכט נישט זיין עקשנות ,פארוואס ער ציט נישט צוריק די אפּ־ געשטעלטע פארארדענונג און קומט אפיר מיט א נייעם פארבאט וואס זאל יא זיין לעגאל אויסגעהאלטן? אבער אויף טראמפּ לאזט זיך נישט פרעגן אזעלכע קשיות ,נוצן דאס די לי־ בעראלן אלס נאך א באווייז אז טראמפּ איז נישט באמת אינטערעסירט צו באשיצן אמערי־ קע פון מעגליכע טעראריסטן וואס וועלן זיך מעגליך אריינגליטשן אין לאנד. דער אורטייל פון ריכטער ראובארט האט סוספּענדירט צייטווייליג דעם פארבאט אויף אריינקומען קיין אמעריקע ,און דער פּרעזידענט האט פארארדענט זאפארט וויי־ טער צו גיין מיט אן אפּעלאט .טראמפּ איז דאך אבער טראמפּ ,האט ער אויך אנגעהויבן צו טוויטן זיינע אויפרעגונג אויסדרוקן, אטאקירנדיג פּערזענליך ריכטער ראובארט, וועמען ער האט באצייכנט ווי אן "אזוי גערו־ פענער ריכטער" ,און האט אין טוויטס אפילו אנגעגריפן דעם יורידישן סיסטעם בכלל .דאס האט זייער נישט גוט אויסגענומען אין די יורידישע קרייזן ,און אפילו ערנסטע רעפּובלי־ קאנער האבן זיך אנגענומען פאר'ן ריכטער. עס איז געגאנגען אזוי ווייט ,אז אפילו דער פעדעראלער אפּעלאט ריכטער ניעל גארסוטש ,וועמען טראמפּ האט נאמינירט צום סופּרים קאורט ,האט אויך מיט איינגע־ האלטנקייט געלאזט פאלן באמערקונגען קעגן אזעלכע אטאקעס אויפ'ן יורידישן סיסטעם, ווען גארסוטש האט זיך געטראפן מיט דע־ מאקראטישע סענאטארן ,ווען ער גייט ארום אין די קעפּיטאל צו באקענען זיך מיט די סענאטארן ,וואס אזוי איז איינגעפירט אז א סופּרים קאורט קאנדידאט שטעלט זיך פאר אז די וויכטיגע סענאטארן זאלן זיך בעסער אויס־ קענען מיט אים אין פארבערייטונג צו זיין אפי־ ציעלן אויפטריט ביי א סענאט באשטעטיגונג פארהער. שפּעטער האט דאס ווייסע הויז פּרובירט אויסצובעסערן אז גארסוטש האט נישט קריטיקירט דעם פּרעזידענט ,נאר ער האט גע־ רעדט אין אלגעמיין ,אז יעדער דארף רעס־ פּעקטירן די יורידישע אפּטיילונג ,אבער עס איז בשום אופן נישט געווען געצילט קעגן דעם פּרעזידענט... מען האט פארשנעלערט דעם אפּעלאט פּראצעדור אז דינסטאג אווענט איז פארגעקו־ פרייטאג פ' בשלח מען דער פארהער אין סאן פראנציסקא ,און מען האט געזען אז דער אפּעלאט ריכטער ריטשארד קליפטאן ,וועלכער איז באשטימט געווארן דורך פּרעזידענט דזשארדזש דאבליו בוש ,האט טאקע געשטעלט פראגעס וואס איז געווען מער גענויגט לטובת דעם טראמפּ בא־ פעל ,און די אנדערע צוויי ריכטער ,וויליאם קענבי וועלכער איז נאך באשטימט געווארן דורך פּרעזידענט קארטער ,און מישעל פרידלאנד ,וועלכע איז באשטימט געווארן דורך פּרעזידענט אבאמא ,האבן געשטעלט פראגעס קעגן די טראמפּ באהויפּטונג. געוויסע לעגאלע באאבאכטער האבן פאר־ אויסגעזאגט אז עס וועט זיין אן איינשטימי־ גער אורטייל קעגן טראמפּ ,און נישט בלויז ווייל דאס געזעץ לויטעט אזוי ,ווייל טראמפּ איז געגאנגען ווייטער ווי לעגאל ערלויבט מיט זיין פארארדענונג ,נאר ווייל אויב טראמפּ שפּעט אפּ פון ריכטער -ער האט דאס זעלבע געטאן אין לויף פון זיין קאמפּיין ווען ער האט אפּגעשפּעט פון א פעדעראלן ריכטער אין סען דיעגא -איז א נאטורליכע זאך אז די ריכטער זאלן זיך האלטן אינאיינעם ,ארויסווייזן אחדות אין ליכט פון אזא באליידיגונג ,פון אזא אטאקע .אפילו אויב ריכטער קליפטאן וואלט געווען גענויגט צו טראמפּ ,וואלטן אים די אנדערע צוויי ריכטער אויפגעקלערט אז דער אורטייל וועט דאך סיי ווי גיין קעגן טראמפּ מיט א מערהייט פון 2צו ,1ממילא זאל קליפטאן ענדערש קוקן אויפ'ן גרעסערן בילד ,וואס אן איינשטימיגער אורטייל וועט שיקן א מעסעדזש פאר דעם נייעם פּרעזידענט טראמפּ ,אז ריכטער קענען נישט טעראריזירט ווערן פון קיין שום פּרעזידענט. דאנערשטאג פארנאכטס איז טאקע געקו־ מען דער איינשטימיגער אורטייל ,אז דער אריגינעלער צייטווייליגער פארבאט אויף די טראמפּ פארארדענונג בלייבט אין קראפט. דער נייער אורטייל האט באשטעטיגט אלע פּונקטן מיט'ן אויסנאם פון דעם מאקסימום 50,000פּליטים פאר וועמען טראמפּ האט געגעבן באשטעטיגונג אריינגע־ לאזט צו ווערן קיין אמעריקע ,שניידנדיג דאס פון די 110,000מאקסימום וואס פּרעזידענט אבאמא האט געהאט באשטימט .עס בלייבט אויך אין קראפט די פארארדענונג פאר די סעק־ רעטעריס אוו סטעיט און היימלאנד זיכער־ הייט ,צו געבן פּריאריטעט פאר פּליטים פון פארפאלגטע רעליגיעזע מינאריטעטן .דאס מיינט פּראקטיש גערעדט ,אז אמעריקע וועט אריינלאזן בלויז נאך ארום 16,000פּליטים אין דעם בודזשעט יאר וואס לויפט ביז סעפּטעמ־ בער ,30ווייל מען האט שוין ביז איצט ,זינט אקטאבער ,1אריינגעלאזט באלד 34,000 פּליטים ,איבער 5,000פון זיי ,פון סיריע. איין הויפּט פּונקט פון דעם אורטייל איז געווען ,אז די געריכטן האבן אפּגעווארפן טראמפּ'ס באהויפּטונג אז דאס געריכט האט נישט קיין רעכט איבערצוקוקן אדער אורטיילן אויף א פּרעזידענט'ס פארארדענונג .עס איז נישטא אזא זאך אז א פּרעזידענט האט אן אומ־ געצוימטע מאכט .דאס געריכט האט אנגעוויזן אויף פריערדיגע פאלן ווען מען האט יא גענו־ מען א שטעלונג קעגן א פּרעזידענט'ס די צייטונג -נייעס בולעטין -פרייטאג פ' בשלח ,תשע"ז פארארדענונג. אויך האבן די ריכטער גע'טענה'ט ,אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט אויפגעוויזן אז עס איז נויטיג אפּצושאפן דעם אורטייל פו־ נעם נידריגען געריכט ווייל אויב נישט ,וועט דאס שאפן א שאדן פאר אמעריקע וואס קען נישט פארראכטן ווערן .ריכטער ראובארט האט פארלאנגט און די אפּעלאט ריכטער האבן מערערע מאל געבעטן די יוסטיץ דעפּארט־ מענט אדוואקאטן אויפצוקלערן דעם דרינ־ גענדן נויט ,און זיי האבן נישט געקענט צו־ שטעלן קיין שום באווייזן אפּצופרעגן די טע־ נות פון די סטעיטס אז דער אורטייל פון ראו־ בארט האט בלויז צוריקגעשטעלט אמעריקע צייטווייליג צו די פּאזיציע וואס זי האלט שוין א סאך יארן .די רעגירונג האט נישט געקענט צושטעלן קיין שום באווייזן אז כאטש ווער וואס קומט פון איינע פון די זיבן לענדער האט דורכגעפירט א טעראריסטישע אטאקע אין אמעריקע. אויך איז ארויסגעברענגט געווארן ביי דעם אפּעלאט פארהער ,אז כאטש די יוסטיץ אדוואקאטן האבן גע'טענה'ט אז דאס איז נישט מיט'ן ציל צו דיסקרימינירן קעגן מוסול־ מענער ,האט מען אבער ארויפגעברענגט אין געריכט די אנטי-מוסולמענער אייסערונגען פון טראמפּ אין לויף פון זיין קאמפּיין ,און נאכ־ מער וואס איינער פון זיינע הויפּט ראטגעבער, רודי זשוליאני ,האט אויך אפען געזאגט אז די מוסולמענער שאפן א געפאר פאר אמעריקע, ממילא זעט עס יא אויס ווי רעליגיעזע דיסקרימינאציע וואס דארף אפּגעשטעלט ווערן ביז עס וועט פארקומען א פולער פאר־ הער אינעם אריגינעלן געריכט ,ביי ריכטער ראובארט. די ערשטע רעאקציע פון פּרעזידענט טראמפּ איז געווען ,פארצוזעצן דעם קאמף. ער האט גע'טענה'ט אז דאס שטעלט אמעריקע אין געפאר ,און מיר וועלן "אייך זען אין געריכט" האט ער געשריבן אויף א טוויט ,מיי־ נענדיג ווייטערע אפעלאטן ,אויף וואס דער דע־ מאקראטישער גאווערנאר פון וואשינגטאן האט צוריקגעשאסן מיט זיין טוויט אז ,מיר האבן זיך געטראפן אין געריכט ,און דו האסט פארלוירן... די אנגענומענע מיינונג איז ,אז טראמפּ וועט נישט טוישן זיין כאראקטער ,ער וועט ווייטער גיין מיט'ן קאמף צום סופּרים קאורט, אבער די גאנצע קאנטראווערסיע האט אנגע־ הויבן ארויסברענגען זארג אפילו ביי פּא־ ליטישאנס וואס שטיצן טראמפּ ,אז מען וואלט אים געדארפט אויפקלערן אביסל צו טוישן זיין צוגאנג .ער איז שוין "פּרעזידענט" טראמפּ ,נישט "קאנדידאט" טראמפּ. עס זעט נישט אויס שיין ,עס איז נישט גוט פאר'ן פּרעזידענט'ס ווירטשאפט אריינגע־ שלעפּט צו ווערן אין קריגערייען און סקאנדאלן כמעט טאג-טעגליך. די וואך האט שוין טראמפ פארשפראכן א נייע פארארדענונג .מען האפט אז דאס וועט זיין בעסער אויסגעהאלטן ,לעגאל. *
© Copyright 2024