אנאליז: זונטאג פ' בא איבערגעאיילטע טראמפ שריט שאפט פראבלעמען מען איז נישט געווען אזוי איבערראשט אז דער פרעזידענט "האלט ווארט" ,אז ער הויבט שוין אן מיט זיין קאמפיין קעגן מוסול־ מענער אימיגראנטן ,ווי מיט דעם "ווילדן" צו־ גאנג ,טעשעפענדיג אויך מיט לעגאלע אמעריקאנער איינוואוינער ,וואס דאס האט טאקע געברעגנט פאר טראמפ א פארשע־ מענדן געריכטליכן דורכפאל און אן אויסבע־ סערונג פון ווייסן הויז אין די פאליסי ,אז מען וועט טאקע נישט טשעפן עמיצן וואס האט א "גרינע קארד) ".דער "עי על סי יו" אדוואקאט האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון רייצן מיט טראמפ אין א טוויט ,אז שוין אין די ערשטע וואך האט ער געליטן זיין ערשטן געריכטליכן דורכפאל(. א סאך פון דעם פּראבלעם נעמט זיך וואס פּרעזידענט טראמפּ "שיסט" מיט עקזע־ קוטיווע פארארדענונגען איינס נאכ'ן צווייטן, וועלנדיג ווייזן אז ער איז א פּרעזידענט וואס "טוט" ,אבער ווען מ'טוט איבערגעאיילטע זאכן ,שאפט דאס אן אומקלארקייט מיט אומ־ געוואונטשענע לעגאלע קאנסעקווענצן .דאס זעלבע איז איצט געווען מיט די טראמפּ פאר־ ארדענונג קעגן די אימיגראנטן פון מוסולמע־ נער לענדער. אפילו אין ווייסן הויז איז מען נישט אזוי קלאר געווען וואס אלץ דער פּרעזידענט האט פארבאטן און וואס איז יא ערלויבט .נאך מער, כאטש פּרעזידענט טראמפּ האט דערקלערט אז זיין אדמיניסטראציע איז געווען "פולשטע־ נדיג צוגעגרייט" פאר זיין נייעם פּראגראם, זעט מען אז עס איז נישט אזוי ,ווייל דאס וויי־ סע הויז האט אפילו נישט געבעטן א לעגאלע אפּשאצונג פונעם אייגענעם לעגאלן אפּטיילונג ,פאר טראמפּ האט עס אונטערגע־ שריבן! די היימלאנד זיכערהייט דעפּארטמענט דארף אויספירן די אלע זאכן ,אבער זיי האבן דאס לעגאל אנאליזירט ערשט נאכדעם ווי עס איז שוין געווען אונטערגעשריבן .פרייטאג האבן זיי זיך געכאפּט אז דאס איז נישט א פארבאט אויף די וואס האבן שוין א "גרינע קארד" ,די וואס זענען לעגאלע אמעריקאנער איינוואוינער ,אבער די טראמפּ ראטגעבער סטיוו בענען און סטיווען מילער האבן גע־ זאגט פארקערט ,אז אויך די וואס האבן שוין א גרינע קארד טארן נישט אויטאמאטיש אריינגעלאזט ווערן אין לאנד ,נאר זיי דארפן באזונדער באטראכט ווערן ,יעדער פון זיי דארף באזונדער אויסגעפארשט און נאכגע־ קוקט ווערן ,און נאר אזוי ,ווען מ'איז אבסאלוט פארזיכערט אז דער לעגאלער אמעריקאנער איינוואוינער איז נישט קיין גע־ פאר ,זאל מען אים אריינלאזן. געווענליך ווען א פּרעזידענט וויל ארויס־ געבן אן עקזעקוטיווע פארארדענונג ,אי־ בערהויפּט איבער אזא טעמע ,איז די פּראצע־ דור צו ערלויבן פאר'ן יוסטיץ דעפּארטמענט און פאר די היימלאנד זיכערהייט אגענטורן דאס צו שטודירן ,אנאליזירן ,און לאזן הערן זייער ראט ,און אזוי קען דער פּרעזידענט עווענטועל באשליסן וואס ער וויל טאן ,גע־ ווענליך נאך מאכן געוויסע קליינע ענדערונ־ גען ,אויב נויטיג .דא איז אבער אנדערש גע־ גאנגען .טראמפּ האט פרייטאג אונטערגע־ שריבן די נייע פארארדענונג ,און ערשט ביינאכט האט מען פארעפענטליכט די ליסטע פון די לענדער וואס זענען געפאלן אונטער דעם נייעם פארבאט ,נעמליך די 7מוסולמע־ נער לענדער ,ממילא האט דאס געשאפן א צע־ מישעניש ,ווען מ'האט באלד אנגעהויבן אראפּהאלטן יעדן וואס קומט פון די אויסגע־ רעכענטע לענדער ,אפילו לעגאלע אמעריקא־ נער איינוואוינער וואס קומען אהיים צו זייער איצטיגן היימלאנד ,אמעריקע .דער באשלוס פון מילער און בענען איז פרייטאג צו נאכטס צוגעשיקט געווארן צו אלע עירליינס ,און מ'האט אנגעהויבן אויסצופאלגן זייער דיקטאט ,און דאס האט בייגעשטייערט צו די שטורמישע דעמאנסטראציעס אין די עירפּארטס איבער'ן לאנד. עס איז געווען אזא אומקלארקייט ,אז מ'האט אפילו געפרעגט צי מ'זאל בכלל ארויפלאזן אויפ'ן עראפּלאן קיין אמעריקע מענטשן פון יענע לענדער ,די וואס האבן א גרינע קארד .דער באשלוס איז געווען אז מ'וועט זיי לאזן פליען קיין אמעריקע און דער־ נאך וועט מען זיי איינציגווייז אויספרעגן און נעמען אין באטראכט צי מ'זאל זיי אריינלאזן. מ'קען זיך אליין פארשטעלן די צעמישע־ ניש וואס דאס האט געשאפן ,און דאס האט זיך דערקענט אין דעם כאאוס צושטאנד אויף די אמעריקאנער עירפּארטס וואס האט עווענטועל געפירט צו די לעגאלע שריט קעגן די טראמפּ פארארדענונג. מ'איז אויך באזארגט געווען צוליב באריכטן אז דאס ווייסע הויז באטראכט צו פארלאנגען פון אויסלענדער וואס קומען קיין אמעריקע ,אז זיי זאלן איבערגעבן זייערע סע־ לפאון נומערן ווי אויך זייערע צוטריט אידע־ נטיפיקאציעס )פעסווארדס( צו געזעלשאפטלי־ כע מידיא אז מ'זאל קענען באקוקן אלע זייערע וועבסייטס ,א.ד.ג ,.נאכקוקן מיט ווע־ מען זיי האבן אלץ געהאט פארבינדונגען אויף זייערע סעלפאונס אדער סמארטפאונס ,און אויב עמיצער וויל נישט מיטטיילן אזא אינ־ פארמאציע ,וועט מען יענעם נישט אריינלאזן אין לאנד .דער אמעריקאנער מוסולמענער טעראריסט טאשפין מאליק ,פון די שיסעריי אין סען בערנארדינא ,קאליפארניע ,האט גע־ פּרעדיגט פאר "דזשיהאד" אויפ'ן אינטער־ נעט ,ממילא רעדט מען פון באקוקן אלע אינ־ טערנעט פארבינדונגען פון אויסלענדער וואס ווילן אריינקומען ,אבער מ'ווייסט נאכנישט ווי אזוי מ'קען דאס געהעריג דורכפירן. )אין מדינת ישראל ,איז שוין געווען מע־ רערע פאלן ווען מ'האט פארלאנגט ביים עירפּארט צו עפענען די וועבסייטס און אימיעל פון אויסלענדער ,אז מ'זאל דאס קע־ נען דורכשניטערן און זען אלע פארבינדונגען פון יענעם מענטש ,א.ד.ג(. די נייע טראמפּ פארארדענונג האט ארויס־ גערופן אויפרעגונג אפילו ביי טייל פון זיינע שטיצער ,ווי איין אינטערנאציאנאלער זשורנא־ ליסט וועלכער איז געווען א טראמפּ שטיצער האט ארויסגעברענגט ,אז אויב טראמפּ וויל ראטעווען אמעריקאנער לעבענס ,פארוואס גיט ער נישט קיין עקזעקוטיווע פארארדענונג צו צוימען גאנס? קיינער פון די 7אויסגערע־ כענטע לענדער איז נישט באגאנגען אפילו איין טעראר אטאקע אין אמעריקע! דאקעגן אין די ערשטע 9טעג זינט טראמפּ'ס איינ־ שווערן ,זענען איבער 750מענטשן גע'הרג'עט געווארן פון גאנס אין אמעריקע, וואס מיינט 85מענטשן וועלן דערשאסן ווערן צום טויט יעדן טאג .אין ,'16זענען מער אמעריקאנער גע'הרג'עט געווארן דורך אינטערנאציאנאלע רעאקציעס איראק סטראשעט אמעריקע -פון איראק איז געקומען א ווארענונג אז אויב אמעריקע וועט דיסקרימינירן קעגן איראקער פרידליכע מענטשן וואס ווילן קומען קיין אמעריקע ,וועט מען פארבאטן פאר אמעריקאנער צו קו־ מען קיין איראק. שיאיטן מיליצן האבן שוין פארלאנגט ארויסצואווארפן אלע אמעריקאנער בירגער פון לאנד. מער מעסיגע פּראטעסטן זענען געקומען פון די דייטשע קאנצלער אנגעלא מערקעל ,וואס זי האט גערעדט וועגן דעם טעלעפאניש מיט פּרעזידענט טראמפּ שב"ק ,אנווייזענדיג אז אן אינטערנא־ ציאנאלער פּליטים פּאקט וואס מ'האט אונטערגעשריבן אין גענף אין ,'51פארלאנגט אז מ'זאל ארייננעמען פּליטים וואס אנטלויפן פון מלחמות. איר ווארטזאגער האט באטאנט אז מערקעל איז איבערצייגט אז אפילו די נויטיגע פעסטע שריט אינעם קאמף קעגן טעראריזם בארעכטיגט נישט צו לייגן אלע מענטשן פון א ספּעציפישן אפּשטאם אדער רעליגיע אונטער אן אלגעמיינעם פארדאכט. אויך האט איר ווארטזאגער ארויסגעברענגט אז די דייטשע רעגירונג וועט פארזיכטיג אונ־ טערזיכן וואס פארא קאנסעקווענצן דער אמעריקאנער באשלוס וועט האבן אויף דייטשע בירגער וואס האבן אויך אמעריקאנער בירגערשאפט ,און ווען נויטיג ,פארטרעטן זייערע אינטערעסן צו אונזערע אמעריקאנער שותפים. איינע פון די ערשטע אינטערנאציאנאלע פּראטעסטן איז געקומען פון פראנצויזישן פּרעזידענט פראנסוא האלאנד וועלכער האט ש"ק געזאגט אז "ווען טראמפּ ווארפט אפּ דאס אריינלאזן פּליטים אין די צייט וואס אייראפּע האט יא געטאן איר פליכט ,זאלן מיר רעאגירן צו אים". דער פּרעמיער מיניסטער פון קאנאדא ,דזשאסטין טרודאו ,האט געזאגט ,אז קאנאדא וועט אריינלאזן די פּליטים וואס אמעריקע וויל נישט אריינלאזן. ווי פארשטענדליך האבן רעכטע עקסטרעמיסטישע און נאציאנאליסטישע גרופּעס אין אייראפּע אפּלאדירט דעם אמעריקאנער פארבאט אויף פּליטים. די צייטונג -נייעס בולעטין -זונטאג פ' בא ,תשע"ז בעיביס ,קליינע קינדער מיט גאנס ,דורך עקסי־ דענטס ,ווי דורך טעראריסטן! פארשטייט זיך אז דאס איז אבי גערעדט, אבער עס שפּיגעלט אפּ די שארפע געפילן קעגן אזא ברייטע פארארדענונג ,אפילו ביי געוויסע טראמפ שטיצער. די בריטישע פּרעמיער מיניסטער טערע־ סע מעי האט פאריגע וואך געהאט א פריינטליכן באזוכן אין ווייסן הויז ביי פּרעזי־ דענט טראמפּ ,און ווי עס פירט זיך ,האט זי איינגעלאדן דעם פּרעזידענט אפּצושטאטן א באזוך אין ענגלאנד .אויך מעי האט אבער גע־ מוזט פארדאמען דעם טראמפּ אימיגראציע פארבאט ,און דער בריטישער אפּאזיציע פי־ רער האט פארלאנגט אז מ'זאל אפּרופן די טראמפּ איינלאדונג קיין ענגלאנד. איבער 280,000בריטישע בירגער האבן אונטערגעשריבן אן אינטערנעט פּעטיציע אפּ־ צורופן דעם טראמפּ באזוך ,אין די ערשטע פּאר שעה זינט מ'האט דאס ארויסגעלייגט אויפ'ן אינטערנעט! אויסלענדישע עירליינס האבן שווער גע־ ארבעט אראפּצונעמען פון זייערע עראפּלאנען פּילאטן און אנדערע עראפּלאן ארבייטער אויב זיי קומען פון די 7אויסגערעכענטע מוסולמענער לענדער. בכלל טענה'ט מען אז עס איז נישט דער אמעריקאנער וועג צו דיסקרימינירן קעגן א רעליגיע .דער געוועזענער ניו יארקער מעיאר רודי זשוליאני האט אין א "פאקס נייעס" אינ־ טערוויו שב"ק דערציילט אז טראמפּ האט אים געזאגט אז "איך וויל מאכן א מוסולמע־ נער פארבאט" ,אבער ער האט געשמועסט מיט זשוליאני איבער דעם "ריכטיגן וועג" ווי אזוי דאס אויסצושטעלן .טראמפּ איז דאך נישט קיין אדוואקאט ,דאקעגן זשוליאני איז יא אן אדוואקאט מיט צענדליגער יארן פעדער־ אלע לעגאלע ערפארונג אלס פּראקוראר און אלס הויכער יוסטיץ דעפּארטמענט באאמ־ טער ,האט טראמפּ אים געבעטן צונויפשטעלן א קאמיסיע אויסצורעכענען ווי אזוי מ'קען דאס טאן .זשוליאני'ס אינטערוויו איז לכאורה געווען א סתירה צו טראמפּ'ס באהויפּטונג עטליכע שעה פריער ,אז זיין אימיגראציע פאר־ באט איז נישט געבויט אויף רעליגיע. ווען מ'האט געפרעגט זשוליאני פארוואס סאודי אראביע )דאס לאנד פון רוב פון די סע- פט 11 .טעראריסטן( און פּאקיסטאן )דאס לאנד פון על קאידא און אנדערע טעראריסטן( זענען נישט אויף די ליסטע ,האט זשוליאני גע־ ענטפערט ,אז סאודי אראביע גייט איצט דורך מאסיווע ענדערונגען ,און אונטער דעם נייעם פּרינץ האבן זיי א ווירקליכן פארשטאנד אז מ'האנדעלט מיט א מאסיווען פּראבלעם פון ראדיקאלע איסלאמישע טעראריזם .עס איז נישט די אלטע סאודי אראביע ,טראמפּ האט איצט צו טאן מיט גאר אן אנדערע סאודי אראביע ווי פּרעזידענט אבאמא האט געהאט, א סאודי אראביע וואס מוז האבן נאענטערע באציאונגען מיט אונז און מיט איזראעל. אויף פּאקיסטאן ,מוז איך טאקע וויסן אביסל מער ,ווייל אויך איך האב אביסל פּראבלעמען דערמיט.
© Copyright 2024