#2 חודש טבת שנת תשע"ב לפ"ק קרית יואל גרייט זיך מיט שפאנונג צום גראנדיעזן יערליכען דינער פאר ריזיגן חינוך אימפעריע: ישיבה תורה ויראה ובית רחל ויואל משה ד'סאטמאר קרית יואל דעם מוצש"ק ויחי ,לסדר האספו ואגידה לכם במקהלות אלפי אנ"ש תושבי הקרי' אין די פרעכטיגע תלמוד תורה קאמפלעקס 'בניני גאלדבערגער' – הולך וגדל – קרית יואל'ער מוסדות-נעץ: תלמוד תורה ,ישיבה קטנה און בית רחל ,בליען ,וואקסן און גאלאפירן אומגלויבליך, ברוחניות ובגשמיות, עד כי גדול מאוד – נחת דקדושה – – יסודות איתנים – – להתענג בתענוגים – ציענדער און גייסרייכער פריש-געגרינדעטער מפעל גליקליכע צופרידנהייט דינער פראגראם ,ווערטפולע 'תמידין כסדרן' צייכנט פון די מוסדות הק' שפיגלט געשאנקען און רייכע אפ שטוינענדע סוקסעס; זיך אפ אין די פארדאפלטע געווינסן ,ווערן צוגעגרייט אנטשפרעכט אי"ה פעסטער נתינות פון קרית יואל'ער פאר אלע משתתפים רוקן-ביין פאר קראנטן אנ"ש און עלטערן צום בגוף ובממון עקזיסטענץ פון די מוסדות הק' יערליכן דינער כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועט בעז"ה באשיינען און משמיע זיין צענטראלע דרשה לכבוד המעמד ליינט אויף זייט 4 1 גאסט עדיטאריעל: בואו ונחשוב חשבונו של עולם! נאך א קיילעכדיג יאר איז פאריבער ,און מיר האלטן שוין ווידער ביים יערליכן דינער פון די מוסדות הקדושים ויואל משה אין קרית יואל. געווענליך איז דאס א צייט פון התבוננות ,פונקט ווי א סוחר מאכט א אינווענטארי איינמאל א יאר צו זען וואס ער פארמאגט ,צו וויסן ווי ער האלט ,כדי צו באשליסן ווי אזוי צו פירן ווייטער די ביזנעס .כי טוב סחרה מכל סחורה ,די תוה"ק איז די בעסטע סחורה .דארף מען זיך געוויס אומקוקן צו וויסן ווי אזוי ס'גייט די ביזנעס ,און וואס דארף געטאן צו ווערן אז די ביזנעס זאל ווייטער אנגעפירט ווערן מיט'ן מאקסימום סוקסעס. און פונקט ווי די הנהלת המוסדות מאכט א חשבון פונעם פינאנציעלן צושטאנד פון די מוסדות ,די הוצאות און הכנסות ,דער דעפיציט ,און דער סך הכל פונעם בודזשעט ,איז וויכטיג צו מאכן א חשבון אויפ'ן רוחניות'דיגן טייל פון די מוסדות הקדושים ,וואס דאס איז דאך דער ציל און תכלית פונעם מוסד ,צו ערציען און האדעווען תינוקות של בית רבן אויפ'ן הייליגן וועג ,זיי אנצושטאפן מיט תורה יראת שמים און מדות טובות ,אזוי ווי חז"ל זאגן מכאן ואילך ספי ליה כתורא, פיטער דאס קינד ווי א אקס ,שטאפ אים אן וויפיל ס'גיייט אריין אין אים. דער דינער איז באשטימט געווארן אויף מוצאי שבת פרשת ויחי ,א זמן וואס ביי תלמידי וחסידי רבינו הקדוש האט דאס א ספעציעלן באדייט ,זכרנו ימים מקדם ,די לעכטיגע שובבי"ם וואכן אנגעהויבן פון די שלש סעודות תורה פרשת ויחי ,ווען רבינו הקוה"ט זי"ע האט געזאגט די ערשטע שובבי"ם תורה ,און דערמיט געגעבן דעם טאן צו די ערענסטקייט פון דעם סדר ימי השובבי"ם ,וואס סאטמארער חסידים האבן אפגעראכטן מיט תפלה און תשובה. די אלע וואס האבן געהאט די זכיה צו זיין עומדים צפופים ביי דעם רירענדן מעמד ,ווען רבינו הקוה"ט זי"ע האט געזאגט די פלאמפייערדיגע דיבורים ,און טייכן טרערן האבן זיך געגאסן פונעם ציבור ,וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן .דאס איז געווען א זעלטענער מעמד פון תשובת הרבים אויף וואס רבינו הקוה"ט פלעגט צוזאגן פון ישמח משה זי"ע ,אז דאס איז די העכסטע מדריגה פון Design by: C&G TYPOGRAPHIC / 718-935-1945 2 תשובה ,ס'האט דעם דין ווי תשובה מאהבה. וואו איז די פעדער און וואו איז די טינט אפצומאלן די געפילען פון די אידישע הערצער ארויסקומענדיג פון דעם "נהר דינור" .זייענדיג דורכגעווייקט פון די שטופעניש און דמעות וואס האבן זיך געגאסן ווי וואסער. אויף וואס האט רבינו הקוה"ט זי"ע געוויינט אין יענע פארכטיגע מינוטן? ער פלעגט שרייען און מעורר זיין אז מיר זענען אריינגעפאלן אין מדינת אמעריקע ,ערות הארץ ,ער פלעגט וויינען אויף די נסיונות פון זיך דערנענטערן צו די גויאישע וועלט, וואס איז פארזינקען אין טיפסטן אפגרונט פון טומאה און זוהמא. דער רבי זי"ע האט איינגעריסן אויף דעם רוחניות'דיגן שעבוד ,אויף דעם וואס מ'איז אונטערטעניגט צו די תאוות און רצונות .ס'קלינגט נאך אין די אויערן ווען ער פלעגט זאגן די ווערטער פון די הייליגע רש"י למה פרשה זו סתומה שכשמת יעקב אבינו נסתמו עיניהם ולבם של ישראל מצרת השעבוד. אויף די גייסטיגע צרת השעבוד האט ער איינגעריסן .אויף דעם משמת יעקב אבינו ע"ה, די הסתלקות פון די צדיקים הקודמים ,וואס האבן באלויכטן די אויגן און הערצער פון אידן. מיט דמעות שליש האט ער גערעדט וועגן די ירידת הדורות וואס איז אפהעניג אין די זמני השעבוד. דער נסתמו עיניהם ולבם איז נישט געגאנגען אין איין מינוט ,דאס איז געקומען שטאפלווייז .ווען יעקב אבינו איז נסתלק געווארן איז געווען איין ירידה און ווען יוסף הצדיק איז נסתלק געווארן איז געשען נאך א ירידה ,אבער כל זמן שאחד מהשבטים קיים איז נאך אלץ נישט געווען אינגאנצן חושך ,דער שעבוד איז נישט געווען פולשטענדיג. על דא קא בכינא ,אויף די דערווייטערונג פון די פריערדיגע דורות אויף דעם חלל וואס איז געבליבן מיט די הסתלקות פון אבותינו ורבותינו הקדושים. וואס האט דערפירט צו נסתמו עיניהם ולבם ,אידן נויגן אפ פון מסורת אבות פון דרכי אבות ,און זוכן זיך צו דערנענטערן צו די דרכי הגויים. און דאס איז געווען זיין ציל מיטן בויען די מוסדות הקדושים .צו שאפן א ווינקל וואס זאל אויסקוקן פונקט ווי ס'האבן אויסגעזען אונזערע דורות הקודמים ,אן קיינע התחכמות ,אן קיין מינדעסטע ענדערונג. ער האט געשאפן אין אמעריקא א אינזל אינמיטן א ברויזענדעם ים .אדער א מדבר אינמיטן א ישוב .אזוי ווי ס'איז באקאנט דער שמועס פון רבינו הקוה"ט זי"ע מיט הגאון האמתי בעל חזון איש זי"ע, איבער דעם באקאנטן רמב"ם הלכות דיעות ,ווען א מענטש וואוינט אין א מדינה וואס די איינוואוינערס זענען שלעכט ,און האבן שלעכטע מנהגים ,זאל ער אנטלויפן אין מדבר אריין און וואוינען איינזאם אליין, האבן זיי געזיפצט צווישן זיך וואס טוט מען היינט מיט דעם רמב"ם? האט מען געענטפערט )ס'איז דא א ספק ווער עס האט געפרעגט און ווער עס האט געענטפערט ,צו דער רבי זי"ע האט געפרעגט און דער חזון איש געענטפערט ,אדער פארקערט( ,אז די תלמוד תורות און ישיבות דאס זענען די מדבריות פון היינטיגע צייטן. אט דעם זעלבן חינוך וואס האט ערצויגן פילע טויזענטער קינדער יראים ושלימים וואס גייען בדרכי אבות ,און ס'איז שם רבינו הקוה"ט זי"ע עליהם נקרא, האבן מיר געזוכט אהער צושטעלן אין די הייליגע שטאט קרית יואל וואס רבינו הקדוש האט געגרינדעט מיט זיינע לעצטע כוחות ,כדי צושאפן דאס אינזעל, אינמיטן ברויזענדעם ים ,דאס זאל זיין דער מדבר וואו אהין אנ"ש וועלן אנטלויפן פון די טומאת ארץ העמים, פון די פארדארבענע גוי'אישע וועלט. משמת יעקב אבינו נסתמו עיניהם ולבם ,ווי מער מען דערווייטערט זיך פון די לעכטיגע יארן, ווען עס זענען נאך געווען מיט אונז די זקני שרידי גדולי ישראל ,זי"ע ,וועלכע האבן באלויכטן די אויגן און דערווארעמט די הערצער .האט זיך אנגעהויבן די סתימת הלב. נישט אין איין מינוט נאר איין ירידה נאך די אנדערע .עס האט זיך אויסגעפעלט צו שאפן א אינזל אין אינזעל .אזוי ווי רביה"ק פלעגט צו זאגן אויפן פסוק ותהי האמת נעדרת ,זאגן חז"ל שנעשית עדרים עדרים והולכת לה .ס'וועט פארבלייבן דער אמת ,נאר מען וועט מוזן אלץ מאכן פרישע עדרים .ווען איין עדר וועט פאלן וועט מען מוזן שאפן א פרישן עדר, וואס זאל זיך האלטן מיטן אמת. די מוסדות הקדושים "ויואל משה" וואס טראגן דעם נאמען פון דעם ספר הקדוש וואס סימבאליזירט די התרחקות פון דרכי המינות ,דער סימבאל פון די אמונה טהורה ושלימה ,דאס איז דער פונדאמענט פון די מוסדות הקדושים. דער זעלבער חינוך ,די זעלבע תורה ,דער הייליגער ציטער פאר די פריערדיגע דורות ,אין די מוסדות הקדושים איז מען מחנך אז אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם ,צו וויסן אונזער ערך קעגן די דורות הראשונים. נאכצוגיין די דרכי אבות אן קיין שום שינוי ,ביי אונז שעמט מען זיך נישט מיטן אויסדרוק ,בלי שינוי זיז כל שהוא ,דאס איז דער שטאלץ און דאס איז דער סימבאל אפילו קיין קוצו של יו"ד ,נישט צו ענדערן. דער ציל און צוועק איז צו ערציען דורות ישרים מבורכים .איידעלע טייערע קינדערליך ,וואס יראת שמים און מדות טובות דערקענען זיך אויף זייער געשטאלט .דורות וואס וועלן האבן דעם יסוד פון זיך דערווייטערט פון דרכי הגוים ,און נישט זוכן קיינע נייע דרכים. ערליכע אידישע קינדער ,וואס די תורה הקדושה איז זייער וועג ווייזער ,און זיי זענען נישט מלעג און מבזה תלמידי חכמים און צדיקים. מוסדות ויואל משה האבן זיך אנגעהויבן מיט א קליינע צאל קינדער .מיר קענען זאגן דערויף די ווערטער וואס רביה"ק האט געזאגט ביי איינע פון די דינערס .דעם תנדב"א אויפן פסוק אין קהלת ,עיר קטנה ואנשים בה מעט וגו' ,עיר קטנה שבישראל עמדו ובנו ביהמ"ד נמצא בתי מדרשות מרובים בישראל .האט דער רבי געזאגט ,עטליכע יאר צוריק האבן מיר אנגעהויבן מיט עיר קטנה ,א קליינעם ביהמ"ד ,מיט א קליינע צאל קינדער ,אנשים בה מעט, אבער יעצט דערזען מיר זיך נמצא בתי מדרשים מרובים בישראל ,ס'איז געווארן פון די עיר קטנה פילע בתי מדרשות בליעה"ר ,ווען מיר באטראכטן דעם וואונדערליכן וואוקס פון די מוסדות הקדושים ויואל משה ,די תלמוד תורה ,די ישיבה קטנה ,דער בית חינוך לבנות ,אזוי ווי דוד המלך זאגט :אשר בנינו כנטעים מגודלים בנעוריהם ,אונזערע זון זענען ווי הערליכע פלאנצונגען אין זייער יוגענט ,בנותינו כזויות מחוטבות תבנית היכל ,אונזערע טעכטער זענען אויפן העכסטן ניווא פון צניעות אזוי ווי דאס געשטאלט פון היכל ,זעט מען אז אלעס באגלייט די סייעתא דשמיא פון רבינו הקוה"ט זי"ע ,אונטער די שווערסטע אומשטענדן ,מען גייט גולה אחר גולה ,עשר גליות גלתה ...און דאך איז דאס דער כח המושך פאר יעדן איד וואס זוכט דעם הייליגן דרך החינוך דרכי אבותינו ורבותינו הקדושים. מיר דארפן אלע געדענקן ,וואס רבינו הקדוש האט אלעמאל געזאגט דעם באקאנטן מאמר חז"ל, ווען יעקב אבינו האט צוזאם גענומען די קינדער פאר זיין הסתלקות ,האט ער זיי געפרעגט ,שמא שמץ פסול יש בכם ,טאמער האט איר חלילה עפעס א באהאלטענע מחשבה פון שלעכטס ,האבן זיי געענטפערט שמע ישראל! הער צו ישראל סבא ד' אלקינו ד' אחד ,כשם שאין בלבך אלא אחד כך אין בלבנו אלא אחד. פלעגט דער רבי פרעגן וואס איז דער כשם שאין בלבך אלא אחד כך וכו' ,פארוואס איז נישט גענוג אז זיי זאגן ד' אחד .נאר ס'זענען פאראן אזעלכע וואס זייער אחד איז נישט אינגאנצן ריין ס'זענען פארמישט דערין פסולע מחשבות ,קרומע וועגן ,זיי האבן א פגם אינעם אחד ,דערפאר האבן זיי געזאגט :כשם שאין בלבך אלא אחד ,כך אין בלבנו אלא אחד ,פונקט ווי דער אחד פון יעקב שלימא ,דער בחיר האבות ,איז גאנץ ,זיין אמונה איז ריין תתן אמת ליעקב ,דער מקור האמת ,כך אין בלבנו אלא אחד ,דעם זעלבן אחד האבן מיר אויך. בואו ונחשוב חשבונו של עולם ,אז מיר האבן זוכה געווען צו די הייליגע מוסדות הקדושים ,וואס מיר האפן אז זיי וועלן זיין דער בית הגדול וואס וועט ווייטער פארזעצן דעם הייליגן דרך ,אז מיר זאלן קענען זאגן כשם שאין בלבך אלא אחד ,אז מיר רירן זיך נישט אוועק פון די יסודות האמונה ,כי הוא זה, וויפיל דארפן מיר שטיצן און מחזק זיין די מוסדות, און די עוסקים במלאכת הקודש ,די הנהלה ,די כלי קודש ,די חשובע מלמדים און מחנכים כולם אהובים וברורים ,וועלכע ברענגן אריין אין די קינדערליך ,דעם דרך הקודש ערציען זיי צו שטייגן אין תורה און יראת שמים און זיך דערווייטערן פון דרכי הגויים. יעדער דארף שפירן זיין פליכט ,צו געבן א האנט העלפן שטיצען ,ביישטייערן בכל לבו ונפשו ,שאו ידיכם קודש ,ארויסצוהעלפן צו פעסטן וואס איז א פעסטונג פאר אונז און אונזערע דורות ,דאס איז דער ריכטיגער חשבון ,חשבונו של עולם וואס מיר דארפן מאכן ,און ס'איז זיכער אז דער זכות פון רביה"ק וועט ביישטיין פאר אלע מסייעים ,צו זען דורות ישרים ומבורכים און די מוסדות הקדושים וועלן בליען ,תחת דגלו והנהגתו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א עד ביאת ינון במהרה בימינו אמן. 3 קרית יואל גרייט זיך מיט שפאנונג צום גראנדיעזן יערליכען דינער פאר ריזיגן חינוך אימפעריע: ישיבה תורה ויראה ובית רחל ויואל משה ד'סאטמאר קרית יואל דעם מוצש"ק ויחי ,לסדר האספו ואגידה לכם במקהלות אלפי אנ"ש תושבי הקרי' אין די פרעכטיגע תלמוד תורה קאמפלעקס 'בניני גאלדבערגער' – הולך וגדל – קרית יואל'ער מוסדות-נעץ: תלמוד תורה ,ישיבה קטנה און בית רחל ,בליען ,וואקסן און גאלאפירן אומגלויבליך, ברוחניות ובגשמיות ,עד כי גדול מאוד – נחת דקדושה – – יסודות איתנים – – להתענג בתענוגים – ציענדער און גייסרייכער פריש-געגרינדעטער מפעל גליקליכע צופרידנהייט דינער פראגראם ,ווערטפולע 'תמידין כסדרן' צייכנט פון די מוסדות הק' שפיגלט געשאנקען און רייכע אפ שטוינענדע סוקסעס; זיך אפ אין די פארדאפלטע געווינסן ,ווערן צוגעגרייט אנטשפרעכט אי"ה פעסטער נתינות פון קרית יואל'ער פאר אלע משתתפים רוקן-ביין פאר קראנטן אנ"ש און עלטערן צום בגוף ובממון עקזיסטענץ פון די מוסדות הק' יערליכן דינער כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועט בעז"ה באשיינען און משמיע זיין צענטראלע דרשה לכבוד המעמד עיר הצדק קרי' נאמנה ,קרית יואל— . שטייענדיג שוין געציילטע מעת לעת אוועק, הערשט א שפאנענדע ערווארטונג דא אין עיר הצדק קרי' נאמנה צום מעכטיגן מאנעפיסטאציע פון כבוד שמים און כבוד התורה ,א מעמד פון הרמת קרן התורה והיראה ,א מסיבה פון חיזוק דרכי אבותינו ורבותינו הק' זי"ע :דער 'מעמד הנשגב' יערליכער דינער פאר די ארטיגע נעץ פון ערליכע מוסדות התורה והחינוך לבנים ולבנות בדרך ישראל סבא "ישיבה תורה ויראה ובית רחל ויואל משה ד'סאטמאר" ,יסודתו בהררי קודש פונעם הייליגן מייסד כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע ,ועומדים בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ,וואס איז בעפארשטייענד 4 אפגעהאלטן צו ווערן ,גראנדיעז און פראכטפול, דעם קומענדיגן מוצש"ק לסדר 'הקבצו ושמעו' פר' ויחי הבעל"ט. א יערליכע מסיבה מיט הערליכע חידושים יאר נאך יאר איז דער יערליכער דינער פאר די ארטיגע מוסדות הק' פון די שענסטע געשעענישן און גרעסטע צוזאמענקופטן פון אנ"ש תושבי עיר הצדק קרית יואל ,וואו מ'קומט זיך צונויף דאנקען און לויבן השי"ת אויף די דערגרייכונגען אינעם עבר ,און מ'טוט אינאיינעם פארזיכערן דעם ווייטערדיגן עתיד ,פון בנינו ודורותינו אחרינו — ס'איז די אייגענע מוסדות פאר די אייגענע קינדער; ס'איז דער עתיד פון די אייגענע דורות על דרך ישראל סבא ,און ס'איז דעריבער נאטירליך אז יעדער תושב עיר הצדק וואס דער ריינער המשך הדורות איז יקר בעיניו, טוט ביי אזא מסיבה אנטיילנעמען ,מיט'ן גאנצן הארץ און געפיל ,על אבותינו ועלינו ,על בנינו ועל דורותינו .ציעט טאקע דער יערליכער דינער א ריזיגן השתתפות ,בגוף ובבמון. 'א יערליכער דינער' איז א טערמין וואס באדייט א יערליכע רוטין ,אן קיין ספעציעלע חידושים .אנדערש ,גאר אנדערש ,איז עס ביים יערליכן דינער פון די סאטמארער מוסדות אין קרית יואל .זינט דעם ערשטן יאר פונעם ווידערגרינדונג אין יאר תשס"ד איז נאך נישט פאריבער קיין יאר ,וואס מ'זאל קענען ביים 'יערליכן דינער' אנצייגן אז דאס איז דער זעלבער מוסד ווי פאראיאר .ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ .כסדר דארף מען צולייגן ,אלעמאל דארף מען צובויען ,נאכאנאנד טוט מען פארברייטערן ,אין אלע געביטן ברוחניות ובגשמיות — ס'איז א 'יערליכער דינער' וואס צייכנט אפ שטוינענדע 'חידושים' נפלאים בעז"ה. בלויז אין דעם לעצטן יאר האבן די מוסדות געשפאנט פאראויס מיט ריזיגע שריט אין אלע הינזיכטן :מ'האט באנייעט און אנגעפולט אלע אפטיילונגען פון דעם גרויסן "בנין גאלדבערגער" ,איבערפילנדיג די קרוב צו 60קלאס-צימערן פון דער דאזיגער ריזיגער תלמוד תורה געביידע אויף לארקין דרייוו, וואס איז א זעלטענע פעסטונג פון תורה ויראה ,די גרעסטע תלמוד תורה געביידע פון ממלכת סאטמאר איבער דער גארער וועלט, וואס שטייט צו פארפיגן פאר די טויזנטער קינדערלעך און זייערע מלמדים מיט א ברייטקייט ,באקוועמליכקייט און הרחבת הדעת; מ'האט שוין בעז"ה אנגעהויבן די מעכטיגע 'להקים' בוי-אונטערנעמונג אויפצובויען דעם בנין האדיר החדש פאר'ן בית רחל אין קרית יואל, וואו די העכער טויזנט בנות ישראל הכשרות וועלן אי"ה איינקווארטירט ווערן ,און וועלן דערין ערצויגן ווערן בדרכי התורה והצניעות, המסורים לנו מרבינו הקוה"ט זי"ע; עס איז צוגעקומען 'עטליכע הונדערט' פרישע קינדער צום נייעם שנת הלימודים אין דער תלמוד תורה ,אין ישיבה קטנה און בית רחל ,נישט בלויז דער נאטירליכער וואוקס ביי די קלענערע נוירסערי קלאסן וואס וואקסט נאכאנאנד מיט פרישע קינדער טאג-טעגליך ,נאר זאגאר אויך ביי די עלטערע קלאסן — וואו געווענליך איז שוין נישטא קיין וואוקס — זענען צום נייעם יאר צוגעקומען פילצאליגע קינדער פון אלע יאר-גענג ,וואס האבן אין די פריערדיגע יארן נישט געלערנט אין ראם פון אונזערע מוסדות ,גייענדיג אזוי ווייט אז מ'איז געצווינגען געווען צו עפענען עטליכע פרישע פּאראלעל קלאסן ,גרייכנדיג שוין ביי טייל קלאסן צו 4און 5פּאראלעלס פּער יאר גאנג ,כ"י; מ'האט אויפגענומען נייע מנהלים ,נייע מלמדים ,נייע מגידי שיעור ,נייע מנהלות און נייע מחנכות אין אלע אפטיילונגען פון די מוסדות; מ'האט איינגעשטעלט פרישע חלקים אין דער תלמוד תורה צוליב דעם כסדר'דיגן וואוקס; די בארימטע ישיבה קטנה מיט אירע 180 תלמידים בליעה"ר איז איינגעטיילט געווארן אין צוויי באזונדערע סניפים ,נאכצוקומען דעם ריבוי התלמידים ,כן ירבה וכן יפרוץ; מ'האט דעם פארגאנגענעם זומער געעפנט דעם הערליכן שפאגל נייעם פלייש-געשעפט וואס באדינט די טויזנטער אנ"ש איינוואוינער פון קרית יואל ,מיט די שענסטע הידורים בכשרות הבשר ,אונטער די השגחה פון הגה"צ דומ"ץ קהלתינו שליט"א ,וואס מ'האפט אז עס וועט עווענטועל אריינברענגען א שיינע הכנסה לטובת די מוסדות; מ'האט פון דאסניי ערעפענט די פרעכטיגע עלעגאנטע שמחה-זאלן 'שמחה ואורה' ,פריש אויפגעבויעט און אהערגעשטעלט מיט'ן פולסטן פּראַכט ,סיי פון דרויסנדיגן אויסזען ,און סיי פון אינערליכן שטאנדפונקט ,איז אלעס הערליך און נאבל אהערגעשטעלט צו פראווען דערין אידישע שמחות ברוב פאר והדר ,און ס'ווערט שוין טאקע באנוצט מדי יום ביומו לשמחת לב תושבי הקרי' ,און מ'קוקט ארויס אזוי עס וועט אי"ה אריינברענגען א שיינע איינקונפט פאר די מוסדות. און אזוי ווייטער און ווייטער ,טוען די מוסדות וואקסן און בליען אויף אן אומגלויבליכן פארנעם ,וואס קיינער וואלט זיך נישט געטרויעט פארצוזאגן .די מוסדות שטייען פעלזן-פעסט, די קינדער זענען צופרידן ,די עלטערן זענען גליקליך ,און כל קהל עדתינו בעיר הצדק קרית יואל שעפט הויפנס נחת דקדושה פון די הערליכע פירות מתוקין. די עלטערן זענען צופרידן ,אנשי שלומינו זענען געטריי ,און דער ציבור איז ווארים ס'שטעלט זיך ארויס א זייער קלאר בילד, אז דאס צופרידנהייט פון די הונדערטער גליקליכע עלטערן שיחי' ,פון דעם ווירטשאפט פון די מוסדות הקדושים אין אלע הינזיכטן ברוחניות ובגשמיות ,איז אויף א שטאפל וואס איז שוין לאנג נישט געווען .יעדער אנערקענט היינט פולשטענדיג ,אז דאס איינציגסטע וואס שטייט פאר די הנהלת המוסדות איז בלויז :דער תכלית פון די מוסדות הק' און דער וואוילזיין פון די העכער צוויי טויזנט לעכטיגע תלמידים ותלמידות ,אלע פון זיי ארויפצוברענגען אויף די שענסטע שטאפלען אין תורה ויראה. ווער עס האלט אביסל מיט — און ווער האלט דען נישט מיט — זעט קלאר און באשיינפערלעך אז די הנהלה האט נישט געשפארט קיין צייט ,כח און געלט ,צו פארבעסערן און אויסברייטערן יעדן ברענטש און יארגאנג פון די מוסדות ,און מ'קען מיט שטאלץ זאגן אז זיי האבן ב"ה באוויזן מיט וואונדערבארע סייעתא דשמיא ארויפצוארבייטן יעדן פרט ופרט אינערהאלב די מוסדות ברוחניות ובגשמיות ,און די עלטערן געניסן ב"ה אצינד פון די הערליכע פירות ,וואס דאס הערט מען כסדר צוריק פון די פאזיטיווע גריסן פון די צופרידענע עלטערן ,אויסדרוקענדיג זייער צופרידנהייט און התפעלות פון די געוואלדיגע כוחות וואס די איבערגעגעבנע מחנכים ומחנכות לייגן אריין אין די קינדער מיט א זעלטענע געטריישאפט ,אין אלע אפטיילונגען פון די מוסדות. ביים דינער וועט עס קומען צום אויבערפלאך! ביי דעם בעפארשטייענדן מעמד רבתי וועלן תושבי קרית יואל ,די הונדערטער ÈÕ‡‰ÁÂÓˆÀ «ÓŸÌÂÈ a ‡ÕˆÓŸ ‰Ã ‰Á¯‰ ÍÓÚÏ ĐēđĜĚ ęđĕ ĕČĢđĚ ęĞď ĐčēĤ ďĕč ğĦĦĥĚ ĖĕĕČ ĔĕĕĒ ěĞĜĞģ đĢ ĐĜĕĦĜ ĞĔĕĕĤč Č ĔĕĚ ĔĎĜĞĤč ĦđďĝđĚ ĞĎĕĘĕĕĐ ĕď ěĠĘĞĐĝĕđĤČ ĔĕĕĤč ¸É¿È³ÇÁ¿¸² ½´³È½»¯´¸´É´²À ½´·»Á°³¶»È¸´ÆÈÅ כולנו בהמונינו 5 „¯·Ú ¯Ú Ôȇ ¨Ï‡ÓÚχ Ô·‡‰ ¯ÈÓ ‚ͯ„· ÍÂÈÁ ‡ Ô·‡‰ ËχÂÂÚ Ë‡‰ ¯Ú È ¨Ú¢ÈÊ ˜¢‰È·¯Ó ÂÏ ‰¯ÂÒÓ‰ ‡Ë¯ÚÏÚ‚ ÔÈÈχ Ê „‰Â‰ ¯Ú Ôȇ ¨‰ÎÂÊ ËˆÚÈ ÔÚÚÊ ¯ÈÓ ˆ¨˙„ÒÂÓ ÔÂÙ ıÚ ‡Ê‡ Ô·‡‰  ÌÚ„ Ûȇ ˯ÈÙÚ‚ ˯Ú ҇ ‡Í¯„ ÌÚÚËχ‰Ú‚ÒÈ Ôȇ ¨Ô·‡‰ „¢Ò· Ò‡„ ÔÏÚ ¯ÈÓ „„È˙Ú ¯Ú „ÛÏȉ Ú‚ÈˈÚÈ ¯Úʇ ͯ ‡¯ÚÈ„ Ô‚È˯‡Òȯ‚ ÌÈÈ· ÚˆÈˢ Ô ˢÏÚ·‰ ˜¢˘ˆÂÓ ¸É¿È³ÇÁ¿¸² ½´³È½»¯´¸´É´²À ½´·»Á°³¶»È¸´ÆÈÅ כולנו בהמונינו 6 עלטערן און טויזנטער אנשי שלומינו ,זיך צונויפקומען על אלפיהם ,און אינאיינעם א דאנק און א לויב צום הייליגן באשעפער ,וואס האט אונז געמאכט דערגרייכן ביז אהער; און אין דער זעלבער צייט מיט'ן גאנצן הארץ זיך לאזן קאסטן אסטראנאמישע סומעס ,בכל לב ובכל נפש ,צו פארזיכערן אז אט דער הייליגער מוסדות נעץ זאל קענען ווייטער עקזיסטירן, וואקסן און בליען ,אויף גענוי די וועגן וואס דער רבי זי"ע האט פאר אונז אויסגעטראטן, עד ביאת הגואל במהרה ,ווען מיר וועלן אי"ה קענען דעם רבי'ן צייגן די פרעכטיגע גידולים, און רואיג קענען זאגן 'עשינו ככל אשר צויתנו'. יעדער פארשטייט און יעדער באנעמט אז דאס אלעס ,אט די אלע שטוינענדע דערגרייכונגען וואס ברענגען אזויפיל נחת דקדושה ,קומען נישט צופיסנס .אן א שיעור און אן א שאץ האבן די געטרייע הנהלה- לייט געטוען לייסטן ,ממון ודמי"ם ,דאס אלעס צושטאנד ברענגען לטובתינו ולטובת בנינו ,און ס'איז נישט מער ווי יושר ,ס'איז נישט מער ווי דאס ביסל אחריות וואס יעדער האט פאר'ן חינוך הבנים והבנות ,צוצולייגן א האנט און א פלייצע צו העלפן דעקן דעם שווערן דעפיציט פון נאנט צו 2מיליאן דאלער ,וואס די הנהלה ראנגעלט זיך אזוי ביטער אין די היינטיגע שווערע צייטן נישט אונטערצוברעכן פונעם משא הכבד והנורא. בכליון עינים קוקט די הנהלה ארויס אויף אט דער "דינער נאכט" וואס ברויך זיין דער יסוד אדיר און בריח התיכון פארן קיום המוסדות אויפן קומענדיגן גאנצן יאר .דורכאויס דאס יאר פרובירט מען צו שאפן געלט פון אלע מעגליכע קוועלער אבער ס'איז קיין צווייפל אז דער רוקנביין פון די הכנסות איז דער "צענטראלער דינער" דאהי צווישן אנ"ש תושבי הקרי' וועלכע האבן געוויס דעם גרעסטן התחייבות צו שטיצן דאס "אייגענע" מיט גרויסע סכומים .דער מעמד איז די ריכטיגע צייט ווען דער גאנצער ציבור קומט אויסדרוקן זייער געוואלדיגע הנאה און תענוג רוחני פונעם גאנצן קיילעכיגן יאר צוזעענדיג דעם אומגעהויערן בליה און וואוקס פון די הייליגע מוסדות ,מבצרי הרבצת התורה והיראה פאר אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אין די דרכים פון איר הייליגן מייסד מרן רבינו הקדוש זי"ע וועלכע ווערט געפירט בגאון ובעוז תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. הנה זה בא — דער מעמד אדיר הבא לקראתינו און אט שטייט מען שוין אפגעטיילט בלויז א וואך פון ווען ס'וועלן זיך עפענען די שערי בנין התלמוד תורה אויף לארקין דר .וועלכע ווערט ספעציעל צוגעגרייט און איינגערישט צו דעם פראכטפולן געשעעניש ווען דער ציבור האלפים וועט זיך צוזאמקומען כאיש אחד בלב אחד ,להתענג בתענוגים ,בשבת אחים לדעה גם יחד ,און דערביי ארויסצווייזן סאלידאריטעט און שטיצע פאר די מעכטיגע מבצרי התורה והחינוך. דער מעמד אנטשפרעכט צו זיין גאר א דערהויבענער ווען עס וועלן זיך צונויף טרעפן תחת קורת גג אחד אנשי שלומים ,תומכים חשובים ,בעלי בתים נכבדים ,אברכים יקרים, רבנן ותלמידהון ,ובראשם הרבנים הגאונים הצדיקים רבני ודייני דמתא שליט"א ,ומלכם בראשם וועט דער געהויבענער מעמד באשיינט ווערן מיטן פערזענליכן השתתפות פון כ"ק מרן אדמו"ר נשיא עדתינו שליט"א וועלכער וועט פראווען דעם געהויבענעם שבת ויחי בתוככי עיר הצדק קרית יואל ,צום אנהויב פון די ימי השובבי"ם ,כמנהגו מדי שנה בשנה. א שטאב פון געטרייע דינאמישע עסקנים נמרצים פון קרית יואל זענען שוין עטליכע וואכן טעטיג אנצופירן מיט די פילזייטיגע צוגרייטונגען און זענען פולקאם אנגעשלאסן אין די עבודת הקודש אין די הכנות צום דינער מיט אלע אירע פארצווייגטע דעטאלן .די עסקנים האבן זיך פערזענלי פארבונדן מיט אלע אנ"ש תושבי קרית יואל אנווארימען די הערצער אז יעדער זאל אנטיילנעמען און זיך אנשליסן אין דעם ספעציעלן 'תמידין כסדרן' קאמפיין וועלכע איז אונטערגענומען געווארן ווי באזונדער באריכטעט ,און דערמיט אנטקעגן צו קומען די געטרייע הנהלת המוסדות וואס מוטשען זיך אויסטערליש מיט דעם שווערן דעפיציט וואס שטערט אז מען זאל קענען ווייטער אנגיין להגדיל תורה ולהאדירה. א פראגראם ,שפאנענד און ציענד, ווערט אהערגעשטעלט ,וואס אנטשפרעכט צו דערקוויקן יעדן פון די פארזאמלטע מיט רייך- געניסנדע שעות פון עונג רוחני .אין שפיץ פון די מאורע נשגבה וועט מען האבן די זכי' אז עס וועט באשיינען מלכינו עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו שליט"א וועלכע וועט זיין א חטיבה אחת מיטן געהויבענעם שב"ק פ' ויחי וואס מען וועט פראווען בצלו פון רבי'ן שליט"א ,דערביי וועט מען הערן דברות קודש אלס דער משא המעמד וחובת השעה. * גרייטן זיך אצינד די טויזנטער תושבי קרית יואל ,על אלפיהם ועל ראשיהם ,מיט אומגעהויערע שפאנונג צו דעם מעמד אדיר וגדול :דער יערליכער דינער לטובת דער גולת הכותרת פון אנ"ש קרית יואל ,די הייליגע מוסדות הקדושים ,ביי וועלכן מ'וועט זיך אנשעפן בעונג גשמי ורוחני ,להתענג בתענוגים ,כאיש אחד ובלב אחד ,אין שפיץ פון די גדולי רבני ודייני העיר ,בראשות דעם גרויסן מנהיג העדה ,כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואס וועט דערביי אויפטרעטן מיט די צענטראלע יערליכע דרשה צו אנשי שלומינו תושבי קרית יואל. הנה זה בא — מוצאי שבת קודש פ' ויחי! יסודות איתנים: נייער מפעל 'תמידין כסדרן' אנטשפרעכט אי"ה פעסטער רוקן-ביין פאר קראנטן עקזיסטענץ פון די מוסדות תמידין כסדרן טוט פארזיכערן בעז"ה אז דאס געהאלט פון די כלי קודש קומט נאכאנאנד אומגעשטערט אדאנק ביז איצטיגן דערפאלג :אויסגעצאלט 6וואכן געהאלט פאר די מלמדים וכלי קודש אין די פארגאנגענע וואכן האלטן תושבי קרית יואל מיט מיט גרויס הנאה און קורת רוח די גרינדונג און פארשריט פון דעם נייעם ועד און מפעל 'תמידין כסדרן' וואס טוט פונקציאנירן אין צוזאמענארבעט ,אבער זעלבסטשטענדיג ,פון די הנהלת המוסדות ,צו באלאנסירן די פינאנציעלע פונדאמענטן פון די מוסדות הקדושים און פארזיכערן אז יהי' מה שיהי' ,ווי שווער די פינאנציעלע לאגע וועט נאר נישט זיין ,זאלן די געטרייע מצדיקי הרבים ככובים ,וואס זענען זיך מוסר נפש פאר די תשב"ר ,אלץ קענען באקומען באצאלט אין צייט. פון די הויפט פונדאמענטן צו דער הצלחה פון א מוסד התורה איז נאטירליך אז די איבערגעגעבענע מלמדים און אנגעשטעלטע זאלן טוען זייער עבודת הקודש מיט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט .געלויבט השי"ת אז אין די קרית יואל'ער מוסדות שטייען צו פארפיגן מלמדים און כלי קודש ,מסלתה ומשמנה, ערפארן און איבערגעבן ,וועלכע לייגן אריין הארץ און נשמה אין זייער עבודת הקודש .אבער ס'איז זעלבסט פארשטענדליך ,אז דערצו דארפן זיי באקומען באצאלט זייער געהאלט אין צייט כדי צו קענען אויספירן זייער ארבעט מיט די ריכטיגע הרחבת הדעת און ברייטקייט. אט דערפאר ,כדי צו פארזיכערן אז דאס געהאלט פון די טייערע שלוחים ,די געטרייע מצדיקי הרבים ,די חשוב'ע מלמדים ,זאל אלץ קענען אומגעשטערט — אפגעזען וואס עס איז די אלגעמיינע פינאנציעלע לאגע פון די מוסדות הק' — איז אוועקגעשטעלט געווארן דער 'תמידין כסדרן' קערפערשאפט .עס שטייט אונטער דער פירערשאפט פון אן ערנסטן קאמיטע פון אנשים חשובים אנשי שם וועלכע וועלן שטיין על המשמר צו פארזיכערן אז יעדער דאלער וואס קומט אריין גייט בלויז צום צוועק פון באצאלן די מלמדים — תמידין כסדרן. עס איז א געניאלער קאנצעפט און א רעיון נפלא וואס וועט פארזיכערן אז יעדער דאלער וואס קומט אריין מנדבות אנ"ש איז כולו קודש לה' ,יעדער קען זיין רואיג מיט'ן פולסטן באוואוסטזיין אז דאס געלט גייט גראד צו די מלמדים אלס באצאלדונג פאר זייער געטרייע עבודת הקודש .אט דערפאר איז עס אויפגענומען געווארן מיט אויסערגעווענליכע ענטוזיאזם צווישן גאנצן ציבור תושבי קרית יואל ,וועלכע באגריסן מיט צופרידנהייט דעם היסטאריש פאזיטיוון שריט פאר'ן עתיד פון די מוסדות הק'. מיט דעם ווארימען אפרוף ,האבן די עסקנים זיך ארויסגעלאזט צווישן תושבי קרית יואל אין צוגרייטונג צום יערליכן דינער ,זיי אנצושליסן מיט גרעסערע סומעס ,און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען .אידן זענען אזוי נתלהב געווארן צום עצם רעיון ,אז באלד האבן זיי אונטערגעשריבן שטרי שותפות און זיך אונטערגענומען שותפות'דיגע טיילן אין דעם דבר גדול ונשגב .אנ"ש האבן גענומען אויף זיך א טאג ,עטליכע טעג ,א וואך ,עטליכע וואכן און אזוי ווייטער ,אויסצוצאלן דאס געהאלט פאר די געטרייע מרביצי תורה ,וואס אין רעזולטאט איז אין בלויז געציילטע וואכן אריינגעקומען א פאנטאסטישע סומע וואס האט ערמעגליכט אויסצוצאלן גאנצע 6וואכן געהאלט. דער נייער וואונדערבארער 'תמידין כסדרן' קאנצעפט האלט ווירקליך געשפאנט די גאנצע שטאט ,און יעדער האלט מיט די דראמאטישע אנטוויקלונגען ווי די נדבות הציבור הייבן זיך מדי יום ביומו ,און יעדעס מאל באזונדער איינמאל ס'גרייכט צו די געפאדערטע סומע, ווערט עס תיכף ומיד איבערגעגעבן גראד צו די מלמדים וכלי קודש ,וואס גיט זיי אזויפיל חיזוק און שטויס-קראפט אנצוגיין ווייטער מיט זייער הייליגער ארבעט ללמד תורה לעמו ישראל, אויפצוהאדעווען אונזערע קינדער בדרך ישראל סבא. מיט געציילטע טעג בעפאר'ן דינער, אפעלירט דער ועד פון הארצן טיפן מיט א הייס געבעט צו יעדן איינעם וואס דער דבר חינוך בנינו ודורותינו איז יקר בעיניו ,אז יעדער אנשלוס ,כקטן כגדול ,איז קריטיש וויכטיג צו קענען דערגרייכן דעם ציל בעז"ה ,און מ'קוקט ארויס אויף די מאקסימום השתתפות אין קעש געלט פון יעדן באזונדער. עשה למען תינוקות של בית רבן! דער גאלדענער זכות 'המלמד תורה' רעדנדיג וועגן דעם נייעם מפעל תמידין כסדרן ,איז עקסטער ווערט ארויסצוהייבן דעם ספעציעלן זכות "המלמד תורה" )באזירט אויף דעם מאמר חכמינו ז"ל המלמד בן חבירו תורה כאילו ילדו( וואס גיט ספאנסארן איינער פון די פילצאליגע בני עניים פון די מוסדות די מעגליכקייט פאר נדיבים בעם צו ּ "כתקנת ר' יושע בן גמלא" ,וואס די בני עניים זענען די גרעסטער חלל וועלכע זענען גורם א גרויס טייל פונעם ריזיגן דעפיציט ,און צוליב דעם גרויסן זכות עצום האבן אומצאליגער אידן אין קרית יואל זיך אונטערגענומען במשך די לעצטע צייט איינע פון די זכותים ,איש איש כמתנת ידו כפי ברכת ה' אשר נתן לו. דער זכות 'המלמד תורה' איז באזירט אויפ'ן זעלבן געדאנק און לויפט פאראלעל ווי דער נייער מפעל 'תמידין כסדרן' .ס'איז שני תמידים כהלכתם ,ביידע מיט'ן זעלבן ציל און מאטיוו אראפצושטעלן פעסטע קראנטע פונדאמענטן פאר אונזערע הייליגע מוסדות ,צו פארזיכערן אז ס'ברעכט נישט אונטער בצוק העתים ,נאר אדרבה ס'זעצט פאר צו וואקסן און בליען בעוז ותעצומות ,דורכדעם וואס די מלמדים וכלי קודש באקומען באצאלט אין צייט .ס'איז צום ערווארטן און האפן אז איצט ביים דינער וועלן פילצאליגע פרישע נדיבים זיך אנשליסן אינעם גרויסן זכות. המלמד תורה לעמו ישראל. 7 8 9 לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה': ערשטמאליגער 'מקחו של צדיק' פּראָיעקט וועט צושטעלן היסטאָרישן יריד פון כל ספרי מרן רבינו הק' זי"ע שכר מצוה ,מצוה :אלע משתתפים מיט $180און ארויף וועלן בארעכטיגט אנטיילצונעמען ביים היסטארישן יריד דבר ה' אשר הי' אל יוא-ל :גראנדיעזער אויספארקויף פון 'אלע' ספרים הק' פון מרן רביה"ק זי"ע ואבותיו הק' מרנן עצי התמרים נבג"מ ,פאר כמעט חצי בחינם באונאס גורל :איין גליקליכער געווינער וועט אי"ה קענען געווינען א פולשטענדיגער סעט פון "כל ספרי רבינו" שוין לאנגע יארן וואס מ'געדענקט נישט אז אן איינפאכער מעלדונג צום בעפארשטיינדן דינער זאל ארויסרופן אזא אויסערגעווענליכע ענטוזיאזם און מעכטיגער נאכפראגע ווי מ'האט עס געזען ווען ס'איז פון דער דינער קאמיטע געמאלדן געווארן איבער דעם ערשטמאליגן גראנדיעזן 'ספרי רבינו יריד' אויספארקויף אויף אלע ספרים הק' פון מרן רבינו הק' זי"ע — א היסטארישע אונטערנעמונג וואס האט נישט קיין פריערדיגער פרעצעדענט אין קרית יואל סיי ווען פריער. תורתו מגן לנו היא מאירת עיננו די ספרי קודש פון הייליגן רבי'ן זי"ע זענען פאר אונזער שווער-געפּרואווטן דור בעקבתא דמשיחא — ווען מ'ראנגלט זיך נישט פארשוועמט צו ווערן פון די ענדלאזע ביטערע נסיונות און כוואליעס מים הזדונים פון פגעי הזמן — די ריכטיגע וועג-ווייזער און עמוד האש ההולך לפני מחנה בני ישראל ,א "תורה שלימה" צו קענען שטענדיג לערנען דעם הייליגן דרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, זיך צו קענען דערהאלטן ביים אריגינעלן דרך ישראל סבא אן קיין אפנויג .אין די שווערסטע זמנים טוען זיך אידן שטארקן און דערווארימען ביי די הייליגע זקוקין דנורא שיצאו מפה קודש הקדשים זי"ע ,וואס האט מיט רוח הקודש שהופיע בבית מדרשו מיט אונז געלערנט אלעס, אשר יקרא אותנו באחרית הימים. מדי יום ביומו ,מדי שבת בשבתו ,ומדי מועד במועדו ,זענען די הייליגע ספרים פון רבינו הקוה"ט זי"ע נכסי צאן ברזל פון אלפי שלומי אמוני ישראל ,בעלי בתים ואברכים, בחורי חמד וילדי תשב"ר ,אפילו די וועלכע האבן ליידער נישט געהאט די זכי' צו קענען מרן רבינו הקדוש זי"ע בחיים חיותו ,אבער דאך קלאמערן זיי זיך על מבועי תורתו ,ולשמו ולזכרו הק' תאוות נפשם כל הימים ,צו גיין אויף זיינע הייליגע וועגן הצרופה והסלולה לנו וואס ער האט איבערגעלאזט אלס אן אייביגע ירושה, הנחיל לנו מורשה ,פאר תלמידיו וחסידיו צווישן זיינע הייליגע ספרים ,יסודות איתנים ונאמנים, מיד ולדורות. עס איז א באגריסנסווירידיגער פאקט אז מידי יום ביומו ווערט נתרבה דער ספרים שראנק פון ספרי רבינו .כסדר טוען ערשיינען און אויפלייכטן נייע ספרים במשנתו של רבינו ,דרוש ואגדה ,ליקוטים ,סיפורי צדיקים וקורות הדורות ,און נאך פארשידענס ,וואס ווי פארשטענדליך לויט דעם היינטיגן ספרים מארקעט קאסט דאס אלעס אפ שווערע געלטער, און כסדר ווען עס קומען ארויס די פרישע ספרים ,איז דער וואונטש פון הונדערטער אידן צו קענען נהנה זיין פון דעם אור כי טוב ,אבער פארט קענען זיי נישט אלעמאל דאס זיך ערלויבן צו קויפן צוליב די גרויסע קאסטן. דער געניאלער בייפאל און היסטארישער אונטערנעמונג דער הייליגער ספרים שטוב פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע 10 אין א געניאלער איינפאל און רוחניות'דיגער רעוואלוציאנער געדאנק האט די הנהלת הישיבה ,מיט די מיטהילף פון דעם חשוב'ן נדבן ,באשלאסן אין צוגרייטונג צום יערליכן דינער ,משלב צו זיין די צוויי זכותים נשגבים הבאים כאחד .פון איין זייט ,די החזקת התורה אנצוהאלטן דעם מקחו של צדיק ושארית נחלתו אין דעם הייליגן שטאט וואס דער צדיק אמת האט געגרינדעט בשארית כוחותיו ודם לבבו, מיט'ן געבן די פינאנציעלע שטיצע פאר די עקזיסטענץ און בליה פון די הייליגע מוסדות וואס פירן זיך אויף דעם דרך הסלולה לנו מאותו צדיק זי"ע .און בד בבד צו געבן די געלעגנהייט פאר די אלע חשוב'ע מחזיקי תורה זיך צו קענען איינהאנדלען "מקחו של צדיק" פון די אלע ספרי קודש אשר השאיר לנו ולדורותינו עד עולם, אלעס פאר חצי בחינם פרייזן. נאך לאנגע וואכן שווערע באמיאונגען איז ב"ה ,מיט דער הילף פונעם חשוב'ן נדיב מחשובי תומכי מוסדותינו הק' ,איז געלונגען אהערצושטעלן דעם יאריד ,מיט יעדע נתינה פון $180דאלאר און העכער וועט מען באקומען א "מקחו של צדיק" קארטל און דערמיט קענען איינקויפן אלע ספרי רבינו הקדוש זי"ע פאר גאר ביליגע פרייזן ממש חצי בחנם ביים גרויסארטיגן "ספרי רבינו יריד" ,וואס וועט איינגעארדענט ווערן ,אין פיס טריט פון די צענטראלע סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג ,וועלכע האבן עס דורכגעפירט עטליכע יאר נאכאנאנד מיט אויסערגעווענליכע הצלחה. א היסטארישער אויסוואל דלאו בכל יומא מתרחיש ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון די געטרייע מקחו של צדיק עסקנים ,איז מען אין די טעג שוין פארבונדן מיט די פארשידענע מוציאי לאור פון ספרי רבינו זי"ע ,מיט'ן ציל אהערצושטעלן א ריזיגער יריד פון אלעס וואס איז פארבינדן מיט מקחו של אותו צדיק .די פילע ספרים על התורה ועל המועדים ,מכתבים, שאלות ותשובות ,זמירות ,מחזורים ,ליקוטים, מנהגים והנהגות ,סיפורים ותולדות ,אידישע מעשה ביכלעך ,טעיפס ,סי דיס ,עם פי טריס, העתקות ,און נאך פילע אנדערע ספרים מבית אבותיו הקדושים לשלשלת בית סיגוט ,ועוד, אלעס פאר אומגלויבליך ביליגע פרייזן וועלכע וועלן שפארן שווערע הונדערטער דאלער פאר די אלע תומכים וואס קוקן ארויס שוין לאנג פאר אזא זעלטענע געלעגנהייט. • איין אפטיילונג וועט זיין דירעקט פאר די ספרי קודש פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע על התורה ועל מועדים ,שאלות ותשובות וכדו' ווי אויך אן אפטיילונג לימי השובבי"ם והושענא רבא ,בענדער חידו"ת טעיפס מיט העתקות על ימי השובבי"ם יארן און הושענא רבה. • א באזונדערע אויסשטעל פאר די ספרים בעניני אמונה ודיעות ,איבער'ן מלחמה לה' בעמלק וואס רבינו הקוה"ט זי"ע האט כל ימיו אנגעפירט מציל צו זיין דעם דור פון דעם ביטערן נסיון הציונות ,אז מען זאל בלייבן מיט די ריינע אמונה טהורה והשקפה ברורה בה' ובתורתו הק'. • א באזונדערע אפטיילונג וועט זין צוגעשטעלט א גאנצן ליניע פון אידישע און לשה"ק לייען מאטעריאל פון די לעבנס ביאגראפיע פון מרן רבינו הקדוש זי"ע, ספעציעל געאייגנט פאר פרויען און קינדער זיי זאלן זיך איינקויפן ידיעות איבערן לעבן און שאפן פון רביה"ק, און איבער זיין הייליגע וועגן וואס ער האט מיט אונז געלערנט. • און ווי אויך אן אפטיילונג פאר די מנהגי קודש ווי זמירות ,מחזורים ,הקפות און הגדות של פסח אין אלע סארטן סייזעס און ערליי בענדער. א געלעגענהייט וואס קיינער וויל-וועט נישט פארפאסן! ס'איז קלאר אז ס'איז א זעלטענע געלעגנהייט און איינמאליגע מעגליכקייט ,זיך איינצוהאנדלען די ספרי רבינו הקוה"ט זי"ע פאר זיך און די קינדער ,פאר אזעלכע שפאט ביליגע פרייזן, און אט דערפאר רופט אויס אזא אומגעהויערע אינטערעסע' .קיינער' מאנשי שלומינו תושבי עיר הצדק זוכט נישט ארויסצובלייבן פון אט די געגעבענע פּריוויליגע אנטיילצונעמען און געניסן פונעם היסאטארישן יריד ,האבנדיג דערפון א טאפעלטן ריווח סיי מיטן אויספאלגן דעם רצון קדשו פון מרן רביה"ק זי"ע מ'זאל שטיצן זיינע הייליגע מוסדות הק' ,און סיי צו האבן די איינמאליגע געלעגענהייט צו באקומען אלע ספרי מרן רביה"ק זי"ע. די גענויע דעטאלן און איינצלהייטן איבער דער צייט און לאקאל ווען און וואו דער יאריד וועט אפגעהאלטן ווערן וועלן נאכפאלגן. כי מק"ח טו"ב נתתי לכם — קחו ברכה אל תוך בתיכם! 11 א זעלטענער גורלות-אויסוואל: זעלטענע ראפעל-קאלעקציע פרעזענטירט מיט ווערטפולע געווינסן און פאנטאסטישע געשאנקען און ווידעראמאל ,שטייענדיג אין די טעג בעפאר'ן דינער ,האט די הנהלת המוסדות אין צוזאמארבעט מיט'ן דינער קאמיטע, פרעזענטירט א רייכפולער ראפעל-קאלעקציע וואס מאכט שטוינען יעדן וואס זעט נאר דעם אויסוואל פאר די אויגן ,וואס באטראכטן דאס מיט אויפמערקזאמקייט און וואונדערליכע אינטערעסע .עס ווערט פארגעשטעלט אין צוזאמענהאנג מיט'ן דינער נאכט מוצש"ק ויחי 12 כדי אויפצוטרייבן די מאקסימום קעש געלט בשעת'ן דינער. די ראפעל-קאלעקציעס פון די לעצטערע עטליכע יארן פון אונזערע מוסדות הק' זענען אזוי סוקסעספול געלונגען און האט געגרייכט אזעלכע קלימאקסן ,ממש פארדאפלענדיג די קעש-סומעס וואס קומען אריין אינעם סאמע דינער נאכט ,אז די דינער קאמיטע האט באשלאסן צום היי-יאריגן דינער עס פונדאסניי איבערפרישן און בארייכערן ,אזוי אז ס'זאל מיט'ן פראכטפולקייט און רייכקייט איבערשטייגן און איבערוואקסן אלע יארן פון פריער. דער דינער-אפיס האט אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות ,און גענצליך איבערגעפרישט דעם גורל פלאן און מוסיף געווען א רייע פרישע גורלות פון גאר ווערדפולע חפצים און נוצבארע ארטיקלען וועלכעס זענען נתנדב געווארן דורך אייגענטומער פון געשעפטן און פירמעס דאהי אין קרית יואל ,בחפץ לבם וברוח נדיבם ,כדי ארויסצוהעלפן אויפטרייבן גרויסע סומעס .ובדין היא שיטלו שכרם בעולם הבא ובעולם הזה ,און אנשי שלומינו הורי המוסדות זאלן ארויסווייזן דעם ריכטיגן אנערקענונג מיט'ן שטיצן זייערע פירמעס און קויפן אין זייערע געשעפטן. אלעס אינאיינעם באשטייט דער גורל פון צענדליגער געווינסן אין ווערד פון פאנטאסטישע ציפערן ,וואס דאס באדייט אז די נדיבי עם האבן א שטארקער שאנס צו קענען זוכה זיין בגורל אויף איינס פון די געווינסן ,פון וועלכע מען וועט בעז"ה קענען הנאה האבן ,וויבאלד אלע זאכן קענען צוניץ קומען פאר א יעדן אידישן שטוב .דער גורל איז איינגעטיילט אין עטליכע סארט פלענער ,פאר די וואס באשטייערן $250 און א פילפאכיג טייערער אויסוואל פאר די וואס שליסן זיך אן מיט $500דאלער און ארויף. דער גורל פלאן איז ,ווי געשריבן ,געצילט אויפצוטרייבן דאס מערסטע קעש ביים דינער נאכט און אזוי פארשפארן די קאסטן און הוצאות פון נאכלויפן די פילע הבטחות און נתינות דורכ'ן יאר ,און ספעציעל צוליב וואס דער דינער ווערט געפראוועט מוצאי שבת קודש ,דינט דער גורל פלאן אלס דערמאנונג פאר די טויזנטער אנשי שלומינו אריינצולייגן אין די שבת'דיגע בגדים דעם טייסטער זיך צו קענען ביישטייערן ביים דינער מיט סכומים הגונים. עס איז צום האפן און ערווארטן אז דער ציבור אנשי שלומינו ,עלטערן און תומכים, וועלן דערהערן דעם הייסן רוף פון די הנהלת המוסדות וועלכע אפעלירן בכל לשון של בקשה צו אלע אנ"ש מיטצוברענגען צום דינער שיינע סכומים .געדענקט :מיט א קליינע אנשטרענגונג קען מען זיין בייהילפיג פארן הצלחה פונעם דינער לטובת אונזערע הייליגע מוסדות ,און דערביי באקומען זכותים אין די פילצאליגע ווערדפולע ראפעלס .ס'איז ווירקליך זה נהנה וזה נהנה. איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער! צהלי ורוני יושבת קרית יואל: תושבי קרית יואל קוקן אַרויס מיט התרגשות אויף געהויבענעם שבת קודש פרשת ויחי הבעל"ט בצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ערשטער שבת קודש בכניסת ימי השובבי"ם על משמרת הקודש פון די הייליגע מוסדות, און תחת הדרכתו ווערן די מוסדות הק' געפירט ברוב פאר והדר ,וועט ווידער דער רבי שליט"א אַרויסקומען וויילן אויף שבת קודש פרשת ויחי אין קרית יואל ,און פּראַווען גאָר ַא געהויבענעם שבת ברוב פאר והדר ,לשמחת לב מבקשי ה', קרית יואל - .מיט התרגשות דקדושה קוקן אַרויס תושבי קרית יואל אויף דעם געהויבענעם שבת קודש פ' ויחי הבעל"ט ווען מען וועט האָבן די זכי' צו פּראַווען בצלו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וועלכער וועט קומען באַשיינען די שטאָט קרית יואל לעשות את השבת בקרב קהילתינו ואנשי שלומינו תושבי קרית יואל. עס גייט שוין אזוי א שיינע פאר יאר שוים לטובה ,וואס מדי שנה בשנה טוט כ"ק מרן רבינו שליט"א פראווען 2שבתים אין עיר הצדק קרית יואל ,איין מאל ווינטער צום אנהייב פון די ימי השובבי"ם ,און דאס צווייטע מאל זומער אין די ימי הילולא קדישא כ"ו אב .די שבתים מיט'ן בהדרת קודש וברגשי גיל וחדוה נבשר צדק לכל הקהל הקודש יואל רבי'ן אין קרית אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' ,ותושבי עירינו ,אשר האבן אן אייגנארטיגן חן און טעם וואס לאזט איבער אן אויסטערלישן איינדרוק צווישן אנ"ש תושבי הקרי' ההולכים יופיע בהדרו לשכון כבוד בתוכינו לאורו הבהיר פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, זיך אָנשעפּנדיג דערביי במלוא חפניים פונעם באר מים חיים ,די הבא עלינו לטובה וואַרימע דברות קודש ודרשות חיזוק היוצאים מן הלב כמים קרים על יהא בואו להרמת קרן התורה וקרן קהלתינו הק' נפש עיפה. שטייענדיג יעצט הנהלת הקהלה יערליכן דעם פאַר צענטראלן דינער פון די מוסדות הק' אין קרית יואל ,וואָס דער רבי שליט"א איז דער עומד בשבת קודש פרשת ויחי בעירנו "קרית יואל" המעטירה בקרית מלך רב אשר יסדה כוננה וטיפחה מרן רביה"ק זי"ע בערוב ימיו עלי אדמות. די וואָך פון שבת קודש ויחי רופט ווי באַקאַנט אַרויס גאָר ַא שטאַרקע רגש דקדושה און התעוררות עילאה ביי סאַטמאַרער חסידים איבעראָל ,ווען מען דערמאנט זיך צוריק אין די ליכטיגע צייטן פון אַמאָל בהלו נרו של מרן רבינו הקדוש זי"ע עלי ראשינו ,ווען מען האָט געהאַט די זכי' צו הערן די פלאַמפייערדיגע דברות קודש ודברי התעוררות אין די ימי השובבי"ם וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פרשת ויחי ,באגלייט פון די בכיות נוראות קורעות לבבות האָבן מיטגעשלעפּט דעם גאַנצן עולם קינד און קייט אין התעוררות דקדושה און תשובת הרביםַ ,א געוויין פון וועלכן יעדער האָט דערנאָך זיך געשפּירט ווי ניי געבוירן ,מיט נייע אויסגעוואַשענע נשמות. מטעם די הנהלת הקהלה איז געשטעלט געווארן א ועד פון טיכטיגע עסקנים וועלכע באפאסן זיך מיט די צוגרייטונגען צום גרויסן שבת ויחי ,וואס וועט אינאיינוועגס טאַקע אויך דינען ווי ַא הכנה דרבה צו דעם מעמד וואָס איז געווידמעט פאַר די המשכת הדרות על דרך הסלולה לנו מדור דור ,דאָס איז די יערליכע צענטראַלע דינער השנתי לטובת די מוסדות הק' אין קרית יואל וועלכע זענען די הערליכע מבצרי התורה והיראה וואָס שטייען לגאון ולתפארת בקרית מלך רב קרית יואל המעטירה תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ,וועלכע וועט געפּראַוועט ווערן בעזהשי"ת קומענדיגן מוצאי שב"ק פרשת ויחי הבעל"ט. אור ליהודים יום שבתון יום מחמדים. 13 הערליכע מאמענטן אונטער מוזיקאלישע באגלייטונג: בארימטע 'משוררים' קאפעליע וועט אנפירן מיט די הערליכע זמירות דורכאויס די דינער אווענט שטונדן אין א ספעציעלע מעלדונג ווערט איבערגעגעבן אז צום היי-יאריגן דינער מוצש"ק ויחי הבעל"ט זענען אויפגענומען געווארן די בארימטע בעלי מנגנים פון די 'חברת משוררים' קאפעליע וועלכע וועלן באגלייטן דעם דינער בשירה ובזמרה ,און מהנה זיין די טויזנטער משתתפים מיט שיינע ניגונים לכבוד היום ולכבוד המאורע די 'משוררים כאר' באשטייט פון א גרופע טאלאנטפולע חסידי'שע יונגעלייט ,אין שפיץ פון האברך מו"ה חיים בלומענפעלד הי"ו ,מיקירי היי יאר צום דינער ווערט צוגעגרייט מתנות יקרות וואס וועט פארטיילט ווערן ספעציעל פאר די חשוב'ע נדבנים וועלכע וועלן באצאלן די סכומים וואס איז באשטימט צו האבן דעם זכות פון א קינד מבני עניים אין דעם מפעל 'המלמד תורה', כתקנת ר' יושע בן גמלא. עס וועלן זיין מתנות פאר די וואס האבן זיך גענומען דעם מינימאלן פרייז פון 60דאלער א חודש ,און וועלן אויסצאלן ביים דינער דעם גאנצן יערליכן באטרעף פון $720אדער מער .און אויך באזונדערע טייערע מתנות פאר די נדיבים וואס האבן גענומען דעם זכות פון א קינד פארן סכום פון 100דאלער פער חודש ,און וועלן אויסצאלן ביים דינער די גאנצע $1200פער יאר. די שיינע מתנות וועל געגעבן ווערן פאר אלע תומכים וואס וועלן זיך משתתף זיין ביים דינער מיט די דערמאנטע סכומים אדער מער ,און דאס וועט אויך זיין פאר די אלע וואס וועלן געבן די סכומים ביים דינער אין העד טשעקס אדער באשטימטע קרעדיט קאר באצאלונגען במשך דעם יאר. 14 אברכי קהלתינו הק' ,וועלכע זענען אלע באקאנט אין דער נגינה-וועלט מיט זייער הארציגע און קלאסישע כוח נגינה און דערצו מיט א זעלטענעם חסידישן טעם ,און וואס אימער זיי זינגן לעבעדיגע אדער ווארימע ניגונים צעגייט דאס אין אלע ביינער און בארירט די סטרונס ביי אלע צוהערער. די גרופע טאלאנטפולע משוררים זינגער, אלע געבענטשט מיט גאלדענע שטימעס און מוזיקאלישע טאלאנטן ,וועלן באגלייט ווערן פון די קלינגענדיגע שיינע קעלעכלעך פון עטליכע געראטענע קינדער ,ילדי מוסדותינו הק' ,וועלכע באזיצן ב"ה וואונדערבארע שטימעס וואס באצויבערט אלע צוהערער ,וואס דאס וועט שטארקן דעם כח השירה און וועט אונטערהאלטן די פילע לאנגע שעות פונעם מעמד מיט ווארעמע נגינה ,און איבערהויפט ביי די זמירות למוצש"ק וואס וועלן געזונגען ווערן אינאיינעם פון די אלפי ישראל בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א. הנותן זמירות בלילה! מפי עוללים ויונקים: בא'חנ'טע ילדי מוסדותינו וועלן מיט קונסטליכע גראמען שילדערן דעם השתלשות הקרי' והמוסדות אין שפיץ פון בארימטן חזן מכבד את ה' מגרונו איינס פון די שענסטע הויכפונקטן פונעם בעפארשטייענדן מעמד אדיר ונשגב וועט זיין ,ווען ס'וועלן אויפ'ן פלאטפארמע ערשיינען א צאל בא'חנ'טע לעכטיגע קינדערלעך ,ילדי תינוקות של בית רבן ,וואס האבן די זכי' נתחנך צו ווערן בין כותלי מוסדותינו ,בדרך שהורה לנו זקן ,און מיט זייערע זיסע קלינגעדיגע קעלעכלעך פארשטעלן צום טויזנט-קעפיגער ציבור פון אנשי שלומינו און עלטערן ,דעם גלאררייכן עבר הוה און עתיד פון אונזערע מוסדות הק' ,וואו זיי ,די ליכטיגע קינדער ,ווערן דערין נתחנך טאג-טעגליך. די שענסטע קלאנגען וואס טוען באצויבערן א מענטשליכן אויער ,איז געוויס די זיסע ריינע שטימעס פון ילדי תשב"ר ,און אצינד וועט עס זיכער זיין א גייסטרייכע נחת רוח צו הערן די מייסטערפולע פרעזענטאציע, מפי עוללים ויונקים .דאס וועלן זיין מאמענטן וואס פארשפרעכן צו האלטן דעם גאנצן זאל פארגאפט און באצויבערט ,און אין דער זעלבער צייט קוועלן פון נחת דקדושה פון די פירות מתוקין פון אונזערע מוסדות הק'. עקסטער וועט דער ציבור געניסן צו הערן קולו האדיר והנעים פון בארימטן חזן ומשורר הר"ר יששכר גוטמאן הי"ו ,מיקירי יוצאי ישיבתינו הרמה אין ברוקלין ,וועלכער איז ב"ה געבענטשט מיט א וואונדערבארן קול ערב ,א הערליכע מתיקות'דיגע שטימע ,מיט וואס ער טוט שטענדיג אנטציקן אלע צוהערער ,און וועט אצינד אויך מהנה זיין די אלפי ישראל שהתאספו ובאו ,צו זיין א טייל פונעם גרויסארטיגן מעמד הנשגב ,בזמירות שירות ותשבחות. בשעה שהתינוקות מצפצפין בקולם! בני בינה ימי שמונה -ימי ביקורי ענווים: גייסטרייכע באזוכן פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקהלתינו ומוסדותינו הק' דורכאויס די ימי חנוכה העעל"ט לאזט איבער גייסטרייכען רושם הדלקת נר חנוכה ברוב עם נר ז' דחנוכה אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה דקהל יטב לב קרית יואל דערהויבענע סעודת ראש חודש מיט נאנט צו 200תלמידי ישיבה קטנה אין ביהמ"ד הגדול — ווארימע דברות קודש ודברי חיזוק משיבות נפש זיך מחזק צו זיין מיט לימוד התורה בימי חנוכה לחזות בנועם :הערליכע באַזוכן מיטוואָך זאת חנוכה אין אלע אפטיילונגען פון דער תלמוד תורה קרית יואל — .אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאַטמאַר תושבי קרית יואל ,און איבערהויפט די טויזנטער תינוקות של בית רבן פון אונזערע מוסדות הק' ,האָבן אין די פאַרגאַנגענע ימי החנוכה מיטגעלעבט געהויבענע טעג ,ווען מ'האָט געהאַט די זכי' אַז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז ארויסגעקומען עטליכע מאל באַזוכן אין די קהילה קדושה און די מוסדות הקדושים ,וואָס זענען מתנוסס לשם ולתפארה בקרית מלך רב קרית יואל .ווי ס'איז איינגעפירט מדי שנה בשנה אין די ימי החנוכה קומט דער רבי שליט"א אַרויס קיין קרית יואל באַזוכן די קהלה הק' ,ובפרט די תלמידים הקרויים בנים וואָס ווערן נתחנך אין די מוסדות הק' אין קרית יואל ,וועלכע קוקן ַא גאַנץ יאָר אַרויס אויף די הערליכע באַזוכן. אויך היי יאָר איז דער באַזוך פאַריבער גאָר פּראַכטפול און דערהויבן ,און איז איינגעטיילט געוואָרן אויף די צוויי טעג מאָנטאָג אָווענט ר"ח טבת און מיטוואָך אינדערפרי זאת חנוכה ,וואָס ביידע מאָל באזונדער איז עס געווען הערליכע געשעענישן וואָס איז אַלעמען געבליבן אין די ביינער. ביהמ"ד הגדול איז דאס ביהמ"ד געווען פול- געפאקט מקצה אל הקצה מיט בעלי בתים, אברכים ובחורי חמד ,און אידן זענען געשטאנען ביז אינדרויסן פון טיר אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט נישט קענענדיג זיך אריינשטופן אין ביהמ"ד. דער היכל פונעם ביהמ"ד הגדול איז געווען איבערגעפולט עד אפס מקום מיט זקנים עם נערים ,אין שפּיץ פון די רבני העיר שליט"א, צווישן זיי הגאון דומ"ץ דקהלתינו בקרית יואל שליט"א ,הרה"ג אב"ד טאָלטשווא שליט"א, הרה"ג אב"ד נירמאַדא שליט"א ,הרה"ג דומ"ץ ליזענסק שליט"א ,הרה"ג דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה שליט"א און נאך .דער רבי שליט"א איז ערשינען אין היכל הביהמ"ד אַרום 9:30און באלד צוגעטרעטן צום צינדן די ליכט .יעדער והדליקו נרות בחצרות קדשיך — הדלקת הנרות אין בית מדרשינו הגדול מאָנטאָג נאַכט נר ו' דחנוכה איז דער רבי שליט"א געקומען פּראַווען הדלקת נר חנוכה אין בית מדרשינו הגדול ויואל משה דקהל יטב לב וואו פילע הונדערטער אנשי שלומינו תושבי העיר זענען זיך צונויפגעקומען און מיטגעהאַלטן דאָס צינדן פון רבי'ן שליט"א ברוב עם הדרת מלך .ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין דער הערליכער באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין תלמוד תורה 15 איז געשטאנען און מיטגעהאלטן מיט יראת הכבוד ווי דער רבי שליט"א איז עומד ומדליק את הנרות .די כאָר פון די אברכים וילדי תשב"ר איז ארויסגעקומען ספעציעל קיין קרית יואל און יעדן באצויבערט מיט די שיינע קאמפאזיציעס אויף הנרות און מעוז צור. דעם חרוז חשוף האט געזינגען החזן מו"ה משה דוד בערקאוויטש הי"ו ,זון פון הרה"ח ר' אלי' בערקאוויטש שליט"א מזקני תושבי הקרי', וועלכער פלעגט לאנגע יארן אנפירן מיט'ן חנוכה-כאר ביי מרן רבינו הקוה"ט זי"ע .ר' דוד משה ,וועלכער פלעגט אליינס אויך זינגען אלס יונגל ביים רבי'ן זי"ע ,האט אויסגעזינגען א הערליכע קאמפאזיצע וואס דער ציבור האט מיטגעהאלטן מיט גרויס הנאה. דער הויכפונקט איז געווען די טיפזינגע דברי תורה פון רבינו שליט"א ,וואס האט גענומען נאנט צו א שעה ,והדברים משמחין ומאירין ,דער רבי איז אריין אין עטליכע סוגיות קלארשטעלנדיג די שיטות אין די ראשונים ,און דערנאך פארענטפערט בטוב טעם פילע קושיות מיט עליכע בחינות מיט הערליכע הקדמות מפי ספרים וסופרים .דער ציבור איז פשוט אונטערגעשפרינגען און מיטגעלעבט מיט די חידושים נפלאים ,און די שמחת התורה האט זיך געשפירט אין די לופטן. עשו לי סעודה קטנה — הערליכע מאמענטן ביי סעודת ראש חודש מיט תלמידי הישיבות קטנות תיכף נאך די הדלקת נר חנוכה די האבן די עסקני הקהלה שנעל אויסגעשטעלט דעם ביהמ"ד פונדאסניי און צוגעראכטן א הערליכע סעודת ראש חודש טיש ,וואס דער רבי שליט"א האט געפראוועט אינאיינעם מיט די בחורי חמד ,תלמידי הישיבות קטנות פון קרית יואל. ווי די פארגאנגענע יאר האט רבינו שליט"א געפראוועט דעם סעודת ראש חודש טבת ביומין דחנוכה בעיר עוז לנו קרית יואל אויך היי-יאר איז עס פארגעקומען אויף א הערליכן שטייגער לשם ולתפארת דאסמאל ספעציעל אינאיינעם מיט תלמידיו הנאמנים תלמידי הישיבה קטנה. מטעם הנהלת הישיבה איז צוגעשטעלט געווארן א הערליכע סעודה לכבוד היום כיד המלך .די תלמידים האבן זיך געוואשן און פארנומען די ערטער און מיט כבוד התורה מקבל געווען עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו שליט"א .דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן און פארטיילט שיריים צו אלע תלמידים הקרויים בנים ,און ס'האט געהערשט א הערליכע ווארימע און היימישע אטמאספערע ביי דער פראכטפולער סעודה של מצוה ,ווי עס זיצן אינאיינעם רבנן ותלמידיהון. הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א ר"מ בישיבה ,האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע ווערטער מקבל פנים געווען און ארויסגעברענגט די זכי' פאר אלע תלמידים צו האבן רבינו שליט"א דא בתוכינו אין די ימי חנוכה ,און 16 די געלעגנהייט צו הערן די דברות קודש וואס וועט געוויס ווארימען אויפ'ן גאנצן יאר. די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א איז געווען א חטיבה אחת פון הערליכע דברי דרוש וחידושים נפלאים ,נאכגעפאלגט פון ווארימע דברי חיזוק והתעוררות צו די תלמידים מקשיבים, וועלכע זענען געזעסן מיט יראת הכבוד זיך איינגעהערט צו די דברים היוצאים מפום ממלל רברבין .דער רבי שליט"א האט אויסגעשמועסט דעם יתרון האדם מן הבהמה אז מ'האט די כח הבחירה ,און נאר מיט'ן כח הבחירה קען מען צוקומען צו עבודת ה' .דער ציל פון די יונים איז געווען אויסצורייסן און אוועקנעמען פון די אידן דעם כח הבחירה ,ווי מ'זעט אז זיי האבן זיך פארלייגט און געצילט אויף די הייליגע מצות פון שבת ,חודש און מילה ,וואס דער רבי שליט"א האט אלעס הערליך מבאר געווען בדרוש נפלא אז דאס קומט מכח הבחירה ,און דאס איז די עבודה בימי חנוכה ובפרט אויף א 'בחור' צו זיין א בוחר רע מטוב און זיך מתחזק זיין בעבודת ה'. דער איינציגסטער וועג מנצח צו זיין דעם שטן ,זעען מיר ,איז נאר מיט'ן כח התורה 'וזדים ביד עוסקי תורתיך' .דער כח התורה איז מגינא ומצלי פון אלדאס בייזן ,ברוחניות ובגשמיות, און דאס איז דער לימוד וואס מ'דארף ארויסנעמען פון דעם גרויסן יום טוב ,יעדער זאל זיך פארשטארקן אין לימוד התורה ועבודת ה' ,און צוגעוואונטשן ווארימע ברכות צו אלע תלמידים זיי זאלן שטייגן און וואקסן במעלות רמות בתורה ויראה. דער רבי שליט"א האט מכבד געווען הרה"ג ר' אליעזר פריעדמאן שליט"א מנה"ר בישיבה קטנה ,צו בענטשן על הכוס ,און דערנאך האבן די תלמידים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה ,אונטער'ן אויסערגעווענליכן רושם פון די שעות של תענוג רוחני בצלא דמהימנותא. לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו - מיטוואך זאת חנוכה מיטוואָך ,זאת חנוכה ,אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ווידער אַרויסגעקומען קיין קרית יואל ,וואו מ'האָט צום ערשט געדאַווענט תפלת שחרית ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול .דאָרט איז אויך פאָרגעקומען ַא שמחת ברית מילה בבית האברך מוה"ר אהרן הכהן ראָזנבערג נ"י פון וויליאַמסבורג זון פון הרה"ג המפו' רבי דוד הכהן ראָזנבערג שליט"א מנהל בית האופה ומחנות רב טוב דקהל יטב לב ,וואו דער רבי שליט"א איז מכובד געוואָרן מיט סנדקאות. נאָכ'ן דאַווענען איז מען אַריבער אויף ַא קורצן אָפּשטעל בבית ידידינו הרה"ח הנגיד המרומם מוה"ר מענדל שוויממער הי"ו ראש הקהל וחבר הנהלת המוסדות ,דער קביעות'דיגער בעל אכסני' פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. פון דאָרט איז דער רבי שליט"א צוגעפאָרן מיט דער גאנצער פמלי' ,אנשים חשובים חברי ועד הנהלת המוסדות ,צו דער הערליכער און ריזיגער תלמוד תורה געביידע "בנין גאָלדבערגער" אויף לאַרקין דרייוו ,וואו ס'איז אָפּגעשטאַט געוואָרן גאר א שיינער באַזוך צווישן די ילדי תשב"ר ביי אַלע אָפּטיילונגען פון דער תלמוד תורה ,וואו די לעכטיגע קינדערלעך זענען שוין געקומען אנגעטון בבגדי שבת לכבוד דעם גרויסן טאג און געהויבענעם גאסט. צום ערשט איז דער רבי שליט"א אַריבער צו דער אָפּטיילונג וואו ס'זענען פּלאַצירט די יונגערע צאן קדשים פון די דרדקי כיתות .די הונדערטער לעכטיגע בא'חנ'טע קינדערלעך זענען געשטאַנען מייסטערהאַפט אויסגע'שורה'ט אין די קאָרידאָרן אונטערן אויפזיכט פון די חשוב'ע מלמדים שליט"א און מיט זייערע זיסע קלינגענדיגע שטימעס האבן זיי געזונגען שיינע ניגונים וואס האט אלעמען באנומען און באצויבערט .דער רבי שליט"א איז אַדורכגעגאַנגען די קינדערלעך און פאר אלעמען מיט ליבליכקייט פאַרטיילט זיסווארג און חנוכה געלט ,פון וואס די קינדער האבן זיך דערקוויקט. אינצווישן ,האבן זיך די הונדערטער קינדער פון אלע עלטערע כתות פארזאמלטע אינעם ריזיגן זאל פון די תלמוד תורה געביידע ,וואָס איז געווען מייסטערהאַפט צוגעגרייט לכבוד דעם געהויבענעם באזוך פון נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו שליט"א. די קינדער זענען געווארן אויסגעזעצט אין א געניטער ארדענונג איינגעטיילט לויט זייערע קלאסן ,און א שיינער אויבנאן איז אויפגעשטעלט געווארן פאר די חשוב'ע מלמדי תשב"ר ומנהלים רוחניים שליט"א. ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין גרויסן זאל ,אין באגלייטונג פון די חשוב'ע חברי ועד הנהלת המוסדות ,האבן אלע קינדער אויסגעבראכן אין א פייערליכע געזאנג בשיר ורננים ,זייענדיג מקבל פנים דעם רבי'ן שליט"א בשמחה וצהלה .די קינדער האבן דערך געזונגען שיינע ווארימע ניגונים לכבוד חנוכה ולכבוד המאורע ,און דערנאָך האָבן די ילדי הת"ת זיך צוגעהערט מיט גרויס ערנסטקייט צו די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א ,וואָס איז געווען איין לאַנגע קייט פון וואַרימע דברי מוסר והדרכה פאַר די תינוקות של בית רבן. נאך די דברות קודש ,וואס האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די תינוקות של בית רבן ,האָט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר אלע מלמדים ומנהלים וחברי ועד הנהלת המוסדות ,און פאַרטיילט לקח פאַר די קינדער און מטבעות חנוכה געלט. די געהויבענע ימי החנוכה וואָס דער רבי שליט"א האָט געפּראַוועט אין קרית יואל ,האָט געלאָזט ַא געוואַלדיגן רושם ביים ציבור אנשי שלומינו תושבי הקרי' און די טויזנטער קינדער וואָס ווערן נתחנך בין כותלי מוסדותינו הקדושים ,מוסדות סאטמאר קרית יואל. די קלענערע קינדער אויסגע'שורה'ט אין האל פון ת"ת 17 טראַנספּאָרטאַציע פלאָטע פון די מוסדות באַרייכערט מיט שפּאָגל נייעם 'באָס' ערהאַלטן פון רעגירונג-גרענט נייער פארגעשריטענער באס שוין אריין אין טאג טעגליכן באנוץ די הנהלת המוסדות ,די חשוב'ע עלטערן און די טייערע קינדער האבן מיט צופרידנהייט באגריסט די גונסטיגע אנטוויקלונג אינערהאלב די וואויל בארימטע טראנספארטאציע דעפארטמענט פון די מוסדות הק' ,אז מ'האט בסייעתא דשמיא ערהאלטן, דורך א ספעציעלן גרענט פון דער סטעיט רעגירונג ,א שפאגל-נייעם באקוועמען אויטאבוס ,אויסגעשטאט מיט אלע מאדערנע איינריכטונגען, הייצונג און עירקאנדישאן ,און אזוי ווייטער ,צום פולסטן באקוועמליכקייט פון די טעגליכע רייזנדע ,די ילדי תשב"ר. צווישן אלע עלטערן פון די מוסדות הק' הערשט א שטארקע צופרידנהייט פון די וואונדערבארע ארבעט וואס די טראנספארטאציע דעפארטמענט שטעלט אהער מיט גרויס געניטשאפט און געטריישאפט יעדן איינציגן טאג. טאג איין טאג אויס צירקולירן די פילע באסעס, מיט די הערליכע ליכטיגע אויפשריפטן 'ישיבה תורה ויראה ובית רחל ויואל משה דסאטמאר', זיך אפשטעלנדיג גאסן ,ך ן, איבער די שטעטל'ישע טיר צו טיר ,אויספירנדיג מיט אחריות די ערנסטע אויפגאבע אפצונעמען די לעכטיגע קינדערלעך פון זייערע געטרייע מאמעס יעדן אינדערפרי ,זיי אפצופירן אין חדר ,און שפעטער אויפדערנאכט זיי צוריק אפברענגען אהיים נאך אן אויסגעפולטן טאג פון תורה ויראה ,וואקסן און שטייגן אין אלע געביטן. די דרייווערס ,ארנטליכע היימישע חסידישע יונגעלייט ,פירן אויס זייער ארבעט מיט א שטארקע פאראנטווארטליכקייט, לויפט יפט לויפ אלעס לו לעס פונטקליכקייט .אאלע ייט. כקייט לי ק כק טקלי ונ ק טק און פפונ ווארימקייט א ן ון קייט יט ימקקי ארימ וואר וו גענוי אויפ'ן זייגער און קלאפט אויפ'ן טאקט לויט'ן פארגעשריבענעם סקעדזשועל, און פראפעסיאנאל פונקטליך ,צום פולסטן צופרידנהייט פון אלע חשוב'ע עלטערן .די טראנספארטעישאן דעפארטמענט איז א מעכטיגע אפאראט וואס מ'דארף זיך כסדר אפגעבן דערמיט ,צו קויפן, מעינטענען ,פארריכטן ,אויפהאלטן, די פילצאליגע באסעס ,וואס קאסט אפ פארמעגנס מיט געלט פאר די הנהלת המוסדות. איז עס דערפאר א שטארקע צופרידנהייט צווישן יעדן אז מ'האט עררייכט דעם פרישן באס וואס איז שוין אנגעשלאסן אין דער עבודת הקודש פון פירן די קינדער אל בית הספר אויף א טעגליכן פארנעם, וואס טוט איינשפארן אסאך געלט פון די קאסע פון די מוסדות ,איינס מיט'ן עצם געשאנק ,וואס איז אין ווערד פון צענדליגער טויזנטער דאלער, און צווייטנס אזוי ווי ס'איז א גענצליך-נייער באס פארנוצט עס אסאך ווייניגער געלט צו אויפהאלטן און מעינטענען דורכאויס'ן יאר. ויהי בנסוע! קליינער טייל פון די באסעס אויסגע'שורה'ט ,מערקט אויף לינקס דער נייער באס 18 צום אויסערגעווענליכן צופרידנהייט פון אנ"ש תושבי הקרי': בארימטע סאטמאר פלייש געשעפט עפענט אויף פולשטענדיגער טעיקאוט דעפארטמענט די פלייש-באנק שע"י קהלתינו הק' דאהי אין קרית יואל וואס איז ווי באריכטעט אין פאריגן נומער ,אין א קורצע וויילע אויסגעשטיגן אלס ווירבלדיגער צענטער ,וואו אלע אנ"ש תושבי הקרי' האנדלען איין אלע זייערע פלייש געברויכן ,זייענדיג בארימט אלס א ַא ציכטיג זויבער געשעפט ,פרישע העכסטע קוואליטעט פליישן ,און א העפליכע היימישע סטעף ,וואס שטייען גרייט צו באדינען די קונדן ,אומטער די שטרענגע השגחה פון הגה"צ דומ"ץ קהלתינו שליט"א צום צופרידנהייט פון אנ"ש מדקדקים בכשרות ,אויספירנדיג דערביי רצון קדשו פון רבינו הקוה"ט זי"ע ,צו קויפן דייקא אין די אייגענע פלייש געשעפט. די געטרייע פארוואלטשערשאפט פון דעם פלייש-געשעפט רוען נישט ,נאר זענען שטענדיג אקטיוו וויאזוי נאך מער צו פארשענערן דאס געשעפט ,פארבעסערן די באדינונגען און פארברייטערן די סערוויסעס צום צופרידנהייט פון אלע קליענטן .אצינד ,די פארגאנגענע וואך, איז געקומען די פריידיגע מעלדונג אז אויפ'ן פארלאנג פון פילע תשובי הקרי' איז געעפענט געווארן דער נייער 'טעיקאוט-דעפארטמענט' וואו ס'ווערט צוגעשטעלט פרישע געשמאקע מאכלים ,היימיש אפגעקאכט אין געשעפט אויך אונטער דער השגחה פון הגה"צ דומ"ץ קהלתינו שליט"א. די טעיקאוט דעפארטמענט הייבט אן צום ערשט מיט די מאכלי שבת קודש ,וואס ווערט צוגעשטעלט דאנערשטאג און פרייטאג ,מיט א רייכן געשמאקן אויסוואל פון אלע סארט מאכלי שבת און צושפייזן פאר די סעודות שב"ק .שוין אין די ערשטע וואך איז די פארלאנג געווען אזוי גרויס ,אז מ'האט עטליכע מאל געדארפט צושטעלן די מאכלים פונדאסניי נאכצוקומען דעם געברויך פון די קונדען ,וועלכע זוכן נישט קיין קאמפראמיסן ווען ס'קומט צו כשרות המאכלים און ווילן דורכאויס עסן נאר פון אונזער היימישער פלייש געשעפט ,און דערביי אויך שטיצן די מוסדות הק' מיט אירע טויזנטער קינדערלעך ,מיט יעדן איינקויף באזונדער. ווי ערווענט האט מרן רביה"ק זי"ע, אויפגעפאדערט אנ"ש צו קויפן פלייש נאר ביי די פלייש געשעפטן וואס ער האט אוועקגעשטעלט מיט די חומרות והידורים - ,און עס האט זיך שוין עטליכע מאל איבערגעוויזן די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס די סאטמאר פלייש באנק ווערט באגלייט בכוחו ובזכותו של אותו זקן, און אדאנק די שטרענגע מהדור'דיגע השגחה דורך הרבנים הגאונים הצדיקים דייני וחברי הביד"ץ ובראשם כ"ק מרן ראב"ד דקהלתינו הק' שליט"א. מטעם די פארוואלטונג ווערט אויסגעדרוקט א הארציגן דאנק צו די פירערשאפט פון די צענטראלע סאטמאר פלייש געשעפט אין וויליאמסבורג ,אין שפיץ פונעם חשוב'ן מענעדזשער ,האברך העסקן מו"ה משה לוי ברוין הי"ו ,וועלכע שטעלן זיך צו מיט א שטארקע געטריישאפט ארויסצוהעלפן אין אלע געביטן פונעם פלייש-געשעפט אויף טריט און שריט, און איבערהויפט מיט'ן איינריכטן דעם טעיקאוט דעפארטמענט .יבואו על שכרם מן השמים. יאכלו ענוים וישבעו! 19 היסטארישע אונטערנעמונג פאר'ן עתיד המוסדות פראגרעסירט פלייסיג: באַדייטנדע פאָרשריט ביי מאַסיווע אַרבעט זאָנע פון נייעם בית רחל געביידע 'בניני גאלדבערגער' קרית יואל — .טראץ די קאלטע וועטערס, טוט די בוי-ארבעט ביים נייעם בית רחל געביידע אין קרית יואל פּראגרעסירן העפטיג .דער געדרענג צווישן די מיידלעך איז אזוי גרויס און דער געברויך פאר א נייעם בנין איז אזוי שטארק, אז ס'דערלויבט נישט איינפאך אפצושטיפּן די ארבעט אפילו מיט איין טאג .מאכט מען ב"ה ווירקליך יעדן טאג באדייטנדע פארשריט און די ארבעט רוקט זיך פאראויס ,נענטער צו דערגרייכן דעם ציל בעז"ה. די פונדאמענטן פון דער ריזיגער 80 טויזנט סקווער פיס געביידע איז — ווי שוין באריכטעט אין פאריגן אויסגאבע — איז שוין ב"ה געגאסן געווארן מיט גרויס סוקסעס מיט פון דארט האט סייעתא דשמיא ,און באלד וון אויס צו די פאראויס א מען זיך גענומען גיין נעקסטע פאזעס וואס פאדערןן זיך יר. האדיר. י צום אויפבוי פון דעם בנין דער נעקסטער שטאפל וואסס האט נאכגעפאלגט איז געווען: אנדערגראונד פלאמבינג .דאס באדייט דאס אינסטאלירן און אויפבויען א פולקאמער 20 פלאמבינג ארכיטעקטור טיף אונטער דער געביידע ,וואס וועט פארזארגן דעם גרויסן באנוץ פון וואסער און ווי אויך די אפלויף סיסטעמען פאר'ן ריזיגן בנין. ווי א להקים עסקן ערקלערט עס ,איז אט די 'אנדערגראונד פלאמבינג' שטאפל ,א פונדמאנטעלע פאזע פון יעדע גרויסע געביידע, און ס'איז אין צווייט-וויכטיגסטן ראנג נאכ'ן גיסן די פונדאמענטן .מ'דארף אריינלייגן אסאך קאפ און מח ,מ'ברויך דערצו נוצן אסאך ארכיטעקטועלע פארשטאנד און ערפארונג אז ס'זאל דורכגעפירט ווערן ווי ס'געהער צו זיין. צו דעם צוועק האט מען אנגאזשירט העכסט דערפארענע און געניטע פאך-לאט וועלכע האבן אראפגעגראבן אזוי טיף ווי 8פיס אונטער אראפגעגראבן לענגאויס די גאנצע געביידע .מיט דער ערד ,לע די צצוויי הויפט-פאזעס סוקסעספול דורכגעפירט ,גרייט מען זיך צו דו אאנהייבן אינסטאלירן די גרויסע זוילן-ביעמס ,וואס וועלן בילדן דעם אייזערנעם סטרוקטור פון דער געביידע וואס אויף דעם וועט מען קענען אי"ה ארויפציען די ציגל .אין די איצטיגע טעג איז דער וועד קרן הבנין אונטער דער אויפזיכט פונעם בונה ומקים הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו שטארק פארטוען אין אויסקלויבן די ריכטיגע סטיעל-ביעמס ,און דורכפירן דעם גרויסן באשטעלונג ביי דער באטרעפענדער פירמע, אין ווערד פון הונדערטער טויזנטער דאלער. מ'לייגט אריין אסאך צייט נאכצוגיין די פרייזן פון מערערע קאמפאניס ,צו פארזיכערן אז מ'שפארט זיך די מאקסימום ממון הקדש .ווי נאר די וועטער וועט ערלויבן ,וועט מען אי"ה קענען אנהייבן ארויפצוציען די ציגל ,די גרויסע 'בלאקס' פאר די פרעכטיגע געביידע ,דער פאלאץ פאר'ן חינוך הטהור פון די בנות ישראל הכשרות אין עיר הצדק קרית יואל. צו דער זעלבער צייט ,אין ברען פון די אנגייענדע בוי-ארבעט ,בעטן זיך די געטרייע חברי ועד קרן הבנין פון 'להקים' ,די עומדים על הפקודים וועלכע באגלייטן דעם היסטארישן פראיעקט מיט געטריישאפט ,א הייס געבעט צו יעדן איינעם מאנ"ש תושבי קרית יואל :מיר טוען אלעס אין אונזערע מעגליכקייטן ,נאך העכער פון די מעגליכקייטן ,מען זאל קענען פארצוזעצן מיט א פעסטקייט אויפצובויען דעם בנין בית רחל פאר אונזערע טעכטער. אבער אליינס ,אן אייער הילף ,קענען מיר נישט .ס'איז איינפאך נישט מעגליך ,אן יעדנ'ס מיטהילף צו קענען דורכפירן דעם פראיעקט. אלעמענס אונזער ס'איז אחריות אז דער בנין זאל געבויעט ווערן ,ס'איז אונזער אלעמענס פאראנטווארטליכקייט אז דעם רבינ'ס 'בית רחל' זאל זיין בכבוד'דיג און הרחבה'דיג פלאצירט ,ס'איז אונזער אלעמענס אינטערעסע אז דער בית חינוך וואו אונזערע טעכטער ווערן ערצויגן ,זאל האבן א קראנטן פעסטן פונדאמענט; אלזא ,עמדו נא והתייצבו נא ,העלפטס אונז ארויס מיט גרעסערע סכומים ,נאך מער פון די מעגליכקייטן ,אז ס'זאל שוין טאקע נישט נעמען לאנג ,ביז מיר וועלן זוכה זיין עס צו באנייען ווי אמשנעלסטנס ,לשמחת לב יראי ה' וחושבי שמו. להקים! אינערהאלב דעם 'אבן היסוד' קאמפיין: 2גליקליכע געווינער שוין געצויגן אינעם 'חודש'ליכן גורל; דריטער ציאונג דערנעטערט זיך ווי באריכטעט אין דער פריערדיגער אויסגאבע זענען די להקים עסקנים אויפגעקומען מיט א שיינעם דערפרישנדן געדאנק צו העלפן אויפטרייבן די שטיצע פאר'ן אבן היסוד דאס איז צו מאכן א חודש'ליכן גורל אלע צוועלף מאנאטן פונעם יאר ארויסצוצייגן אנערקענונג צו די טייערע אנ"ש וועלכע שטרענגען זיך אן צו זיין אפדעיטעד מיט זייערע חודש'ליכע באצאלונגען זיי מיט זייער שטיצע טוען פאקטיש ערמעגליכן די בוי-ארבעט און זיי קומט זיך דעם פולסטן דאנק און אנערקענונג. אינעם ערשטן גורל פון דעם חודש חשון איז געצויגן געווארן א געווינער אויף א חודש פריי 'פלייש' ביי אונזער מהודר'דיגער 'סאטמאר פלייש' געשעפט :מו"ה נחמן שטעסל הי"ו חודש כסליו איז אויסגעראפעלט געווארן א פרייע שמחה אין די פראכטפולע שמחה ואורה זאלן דער גליקליכער געווינער איז געווען :מו"ה יעקב אלי' ראטענבערג הי"ו. אויף דעם חודש טבת איז פראקלאמירט געווארן דער ווערדפולער גורל אויף א סערטיפיקאט אין בארימטן 'שפע אפלייענס' געשעפט דער גורל ווערט אפגעהאלטן יעדן ראש חודש אויפ'ן פארלאפענעם מאנאט און ס'איז ראטזאם יעדער זאל זיך צואיילן מיט זיין אנשלוס צו זיין אפדעיטעד מיט די חודש'ליכע צאלונגען נישט צו פארפאסן דעם ווערדפולן ראפעל-ציאונג. על פי הגורל! העכער 30נדיבים בעם שוין אפגעקויפט זכותים נצחיים אין נייעם בית רחל געביידע ס'איז א נחת דקדושה און א פרייד אז מ'קען באריכטן איבער די אויסערגעווענליך ווארימע אפרוף פון נדיבים בעם אנשי שלומינו וועלכע זענען קעגנגעקומען די עסקנים און בחפץ לבם וברוח נדיבם אנגעבאטן אפצוקויפן א טייל פון די ארויסגעשטעלטע זכותים אדירים אין דער נייער קווארטיר פונעם בית רחל ויואל משה אין קרית יואל. ס'איז א זכותים-אויסוואל פון א זעלטענעם קאליבער וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג מ'רעדט פון זכותים אדירים ונצחיים אינעם סאמען אויפבוי פון א בנין וואו בנות ישראל וועלן נתחנך ווערן בקדושה ובטהרה עד ביאת הגואל. די אידן וואס נעמען א טייל אין אזא געביידע די נדיבים וואס זייערע נעמען וועלן פארשריבן זיין אויף די ווענט פון אזא בנין די האבן דאך א גלייכן טייל אינעם סאמע אויפבוי פון אידישע שטיבער לה' ולתורתו א גלייכן טייל אין דעם ווייטערדיגן ריינעם המשך פון כלל ישראל און אינעם אויפציען דורות נאמנים לה' אלוקי ישראל ווי גליקליך זענען אט די אידן וואס כאפן זיך אצינד צו צו אזא געשעפט אפצוקויפן אן אייביגן ַארבטייל אין אזא געביידע און ווי גרויס און אומשאצבאר זענען די אייביגע פארדינסטן פון וואס זיי וועלן אי"ה געניסן אויף דער וועלט און געוויס אויף יענער וועלט. דער געטרייער אנשלוס פון די נדיבים בעם האט אריינגעבלאזן דעם ריכטיגן חיזוק אין די עסקנים אנצוגיין ווייטער מיט דער עבודת הקודש פארצושטעלן צו נדיבים בעם די נאך פארבליבענע זכותים דלאו בכל יומא מתרחיש ס'ווערט ערווארט אז ביי די ענדע וועט נישט פארבלייבן אפילו איין זכות אומפארקויפט נדיבים בעם וועלן אי"ה באשטייערן פאנטאסטישע סכומים און זיך איינקויפן אייביגע זכותים און הנצחות אינעם בנין בית רחל האדיר. שכרם הרבה מאוד! צו ערהאלטן די דאזיגע חודש'ליך אויסגאבע אויף בליץ פאסט -ביטע שיקט אריין צום פאלגעדען אדרעס[email protected] : 21 גריסן פון אונזערע קינדער... צווישן די ווענט פון אונזערע מוסדות אריינפיר: ס'איז באמת א שווערע אויפגאבע צו באריכטן נייעס און נאטיצן פון אונזערע קינדער אין אונזערע מוסדות הקדושים .די מוסדות הקדושים איז היינט-צו-טאגס א ווירקליכע אימפעריע א מבצר פון תורה ויראה .אין אלע אפטיילונגען פון די מוסדות הק' ,פון די קליינע דרדקי קלאסן ,ביז צו די עוואקסענע ישיבה קטנה בחורים גייען די הונדערטער געטרייע אנגעשטעלטע ארויס טאג טעגליך צו זייער הייליגער ארבעט ,עבודת הקודש ,זיך אפצוגעבן מיט'ן גאנצן הארץ און געטריישאפט מיט דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן ,עמלנו אלו הבנים והבנות ,די אריבער 2,150טייערע תשב"ר בלי עין הרע — ,אין צוגאב צו די איינגעשריבענע פרישע 80קינדער בלויז דעם איצטיגן ווינטער ביז חג הפסח הבעל"ט — מיט איין איינציגן ציל :יעדן פון זיי ארויפברענגען אויף די שענסטע שטאפלען אין תורה ויראת שמים ,איידלקייט ,ערליכקייט און באשיידנקייט ,גענוי ווי ס'איז דער וואונטש און שטרעבן פון אלע עלטערן. סיי ביי די יונגלעך אין תלמוד תורה ,סיי אין בית רחל ביי די מיידלעך ,סיי אין ישיבה קטנה ביי די בחורים ,איבעראל ,פון קליין ביז גרויס ,ביי די טויזנטער תלמידים ותלמידות און הונדערטער אנגעשטעלטע ,לייגט מען אריין אויסערגעווענליכע כוחות ,מיט הארץ און געפיל ,מיט שווייס און מי ,מיט צייט און געלט ,פאר'ן תכלית ,פאר'ן וואוילזיין פון יעדעס איינציגסטע קינד ,און ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז ס'איז נישט מעגליך ,מיט'ן בעסטן ווילן צו געבן א פולקאמען בילד ,פארט לויט'ן כלל פון 'פטור בלא כלום אי אפשר' וועלן מיר אין די פאלגענדע שורות געבן א שטיקל איבערבליק פאר די חשוב'ע עלטערן איבער די אימפעריע פון אונזערע מוסדות. אדרבה ,כאפט א בליק ,און קוועלט פון פרייד און גליק צו הערן ווי אלעס אין די מוסדות פירט זיך אזוי שיין און הערליך ,לשם ולתפארת קהל עדתינו הק'. מרבה ישיבה מרבה חכמה: ישיבה קטנה ישיבות קטנות איינגעטיילט אין צוויי באזונדערע אפטיילונגען די ישיבה קטנה ,וואס איז שוין היינט בארימט אומעטום מיט א זעלטענעם שם טוב וואס קלינגט אומעטום ,באשטייענדיג פון העכער 180תלמידים ,בחורי חמד יקרים ,מסולאים מפז ומפנינים ,וועלכע הארעווען על התורה ועל העבודה פון פרי פארטאגס ביז שפעט ביינאכט ,און דער קול תורה אדיר וחזק איז לא ימוש מפי האהל .אויך דא ,צוליב'ן זעלטענעם כתר שם טוב וואס איז ב"ה עולה על גבה ,טוען כסדר צוקומען פרישע תלמידים ,אפילו אזעלכע וואס האבן אין די קינדער-יארן נישט געלערנט במסגרת מוסדותינו .דאס האט געצוואונגען די הנהלה איינצוטיילן די ישיבה קטנה אין צוויי באזונדערע חלקים ,כדי צו פארזיכערן אז מ'גיט זיך אפ מיט יעדן איינציגן תלמיד באזונדער. די ערשטע אפטיילונג פון דער ישיבה קטנה באשטייט פון די יונגערע תלמידים, באלד נאכ'ן ארויסקומען פון דער תלמוד תורה ,וואס ביי זיי דארף מען ווידמען ספעציעלע כוחות ביים שוועל פון די ימי הבחרות ,וואס וויאזוי מ'שטעלט זיך אראפ איז א שטארקער יסוד פאר אלע שפעטערע יארן .די הנהלה האט ספעציעל אפגעדונגען דעם ספינקא ביהמ"ד זכרון צבי אויף ליזענסק בלווד .דארט איינצוקאווארטירן דעם אפטיילונג פון די ישיבה קטנה ,וואס ערמעגליכט זיך אפצוגעבן מיט איטליכער תלמיד באזונדער .דער חלק הישיבה קטנה ווערט אנגעפירט מיט גרויס געניטשאפט פון געטרייען מנהל רוחני הר"ר יואל מארקאוויטש שליט"א ואתו עמו הר"ר יואל שטיינפעלד שליט"א ,באגלייט פון א געטרייעם שטאב מרביצי תורה ,תלמידי חכמים מופלגים ,וועמענ'ס פאראייניגטע ארבעט למען הצלחת התלמידים שפיגלט זיך אפ אויף יעדן תלמיד הישיבה. דער חלק פון ישיבה קטנה וואס באשטייט פון די צוויי עלטערע יארגענג פון די תלמידים ,איז קווארטירט אין דעם בנין האדיר בנין גאלדבערגער אויף לארקין דרייוו, וואס איז פריש רענאווירט געווארן מיט נייע פראכטפולע איינריכטונגען ,לכבודה של תורה ולהרחבת לומדי' .דער חלק ווערט אנגעפירט ברוב כשרון והצלחה פון מנהל הר"ר אליעזר פריעדמאן שליט"א ,ואתו עמו הר"ר יואל ליפשיץ שליט"א ,אינאיינעם 22 מיט'ן געטרייען שטאב מרביצי תורה ויראה ,תלמידי חכמים ויראי ה' ,און דין גרמא אז דער קול תורה טוט זיך נישט אפ פון פרי פארטאגס ביז שפעט ביינאכט ,אין וואס די בחורים הארעווען בתורת ה'. תלמידי ישיבה קטנה רעכטן אפ הערליכע התאספות ליל שב"ק כ"א כסלו יום הצלה והשחרור של מרן רבינו הק' זי"ע לכבוד דעם יום הצלה והשחרור פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע ,איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע התאספות בליל שבת קודש פאר די תלמידים פון ישיבה קטנה חלק א' אינאיינעם מיט זייערע מנהלים און מגידי שיעור .דאס איז צוגעשטעלט געווארן מטעם הנהלת הישיבה אלס אות הוכרה ,אנערקענונג פאר זייער הצטיינות און קבלות פון לימוד ברציפות אין די וואכן בעפאר חנוכה אלס הכנה צום הייליגן יום טוב. פאר לאנגע שעה'ן איז מען געזעסן אינאיינעם און פארברענגט בזמירות שירות ותשבחות לקל חי ,דברי תורה וסיפורי צדיקים ,און די חשוב'ע מרביצי תורה האבן אויפגעטרעטן צו די תלמידים ארויסצוברענגען דעם גרויסן נס ,ואי לאו האי יומא דקאגרים ,ווען רבינו הקוה"ט זי"ע איז ארויסגעראטעוועט געווארן מגיא צלמות לשום לנו שארית בארץ. קול תורה הילכט 'בין הסדרים' אין ישיבה קטנה חלק ב'; וועכנטליכע מראי מקומות שטארקע הילף אין די לימודים נישט נאר די אפיציעלע סדרי הישיבה טוען די חשוב'ע תלמידים פארנוצן צו הארעווען און שטייגן בתורה ועבודה ,נאר אויך די פרייע צייטן' ,בין הסדרים' ווי ס'רופט זיך ,גייט פון ביהמ"ד אזא קול תורה ,אז ס'קען זיך גאר דוכטן אז מ'האלט אינדערמיט פון א פעסטן פארמיטאג סדר .די תלמידים יקרים הוגים בתורת ה' לערנען דעמאלט זייטיגע סדרים וואס ווערט אויך באגלייט פון די מנהלים און מגידי שיעור .די דאזיגע 'זייטיגע שיעורים' ווערן באזונדער פארהערט און די מצטיינים ווערן דערויף באלוינט מיט שיינע פרסים. עקסטער טוען די תלמידים שטארק נהנה זיין פון דעם ספעציעלן מראי מקומות וואס די מנהלים טוען ארויסשטעלן ,אז די בחורים זאלן זיך קענען צוגרייטן ווי ס'געהער צו זיין בעפאר מ'גייט אריין אין די כתות אויסהערן די טיפזיניגע שיעורים בגפ"ת וואס די מגידי שיעור לערנען פאר מיט גרויס עמקות און בקיאות אין ים התלמוד. בנינו כנטיעים מגודלים: כיתות ח' ט': תלמוד תורה נייער איינשטעל פון אפטיילן עלטערע קלאסן; אויסערגעווענליכע סוקסעס ביזן היינטיגן יאר איז די תלמוד תורה געווען איינגעטיילט אין 3אפטיילונגען: צום ערשט די נוירסערי-קינדערגארטן קלאסן; פון כתה א' ביז כתה ה'; און פון כתה ה' ביז נאך כתה ט' — .היי-יאר האט די הנהלה באשלאסן צוליב'ן וואוקס ,און תכלית התלמידים ,אפצוטיילן די עלטערע קלאסן פון ח' און ט' וואס פירן שוין פיל מער אן ערנסטן סדר היום ,אנהייבנדיג צו לערנען גמרא תוספות ,און זיך גרייטנדיג אריינצוגיין לעול התורה והמצוות ,וואו מ'דארף זיך באזונדער אפגעבן מיט יעדן תלמוד לויט זייער ערוואקסענעם שכל ,זיי ארויפצוברענגען במעלות רמות און אריינפירן אין די ימי הבחרות. אין שפיץ פון כתות ח' און ט' ,שטייט על משמרתו דער לאנג-יאריגער מנהל במוסדותינו הק' ,הר"ר מאיר יצחק בערקאוויטש שליט"א ,וועלכער איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע געטריישאפט און מומחיות ,און גיט זיך אפ אויסערגעווענליך געטריי מיט יעדן קינד ווי א בן יחיד .אזוי ארום איז עס געווארן ווי א באזונדערער מוסד פאר זיך מיט אן אייגנארטיגן ,ערנסטן סדר היום .דער נייער איינשטעל פונעם איינטיילן די אפטיילונגען האט זיך ב"ה ארויסגעשטעלט אין די ערשטע וואכן פונעם זמן ,מיט א גאר שטארקע דערפאלג און גוטע רעזולטאטן ,די קינדער שטייגן און וואקסן ,און ווערט זייער פאזיטיוו באגריסט פון אלע חשוב'ע עלטערן מיט א גרויס צופרידנהייט. קושיות און תירוצים פראגראם ברענגט אריין ידיעות מיט שטארקע חשק; ספעציעל אין די ימי חנוכה טאג טעגליך ,ביים עסן פרישטאג ,ווערן די ידיעות פון די טייערע ערוואקסענע תלמידים בארייכערט מיט תורה'דיגע תוכן ,און נאך אויף א גאר געשמאקן לעבעדיגן פארנעם ,אנשטאט די עסן- צייט זאל פארברענגט ווערן מיט דברים בטלים און נארישקייטן. דער חשוב'ער מנהל שטעלט ארויס עטליכע פראגעס ,אמאל הלכה'דיגע שאלות און אמאל אינטרעסאנטע ידיעות בקורות הצדיקים ועם ישראל, און די קינדער ווערן פארבעטן צו ענטפערן .עס איז צוגעשטעלט געווארן א ספעציעלער קעסטל וואו די קינדער קענען אריינווארפן זייערע טרעפליכע תשובות כהלכה אויף די געשטעלטע פראגן ,וואס ווערט שפעטער אויפגעליינט ברבים פאר אלע קינדער אין עס-זאל .די קינדער וואס האבן צוגעטראפן מיט זייערע תשובות ווערן שיין באלוינט. דורכאויס די ימי חנוכה האט דער פראגראם אריינגעבלאזן א ספעציעלן חשק צווישן די קינדער ,ווען יעדן טאג איז געשטעלט געווארן אנדערע פראגן ארום די הלכות ועניני חנוכה ,און ס'איז געווען א נחת דקדושה ווי שיין די קינדער האבן געוואוסט צו ענטפערן ,מיט א לעבהאפטן חיות דקדושה ,מלא חשק. תלמידי מוסדותינו פייערן נס הצלה כ"א כסלו ביי הערליכן סעודת הודאה אויך די טייערע תלמידי מוסדותינו האבן מיט שמחה דקדושה געפייערט דעם נס הצלה פון הייליגן רבי'ן זי"ע ,און געדאנקט און געלויבט דעם רבוש"ע אויף די חסדי ה' כי לא תמנו פאר'ן אונז איבערלאזן דעם צדיק הדורות להחיות לנו לפליטה גדולה, ביי דער שיינער 'סעודת הודאה' וואס איז אפגעראכטן געווארן זונטאג פר' מקץ. אין גרויסן עס-זאל איז צוגעשטעלט געווארן א שיינע סעודה פאר די קינדער, און דער מנהל הר"ר מאיר יצחק בערקאוויטש שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה צו ערקלערן די קינדער דעם תוקפו של נס .מיט שפאנונג האבן די קינדער זיך צוגעהערט צום רייכן אויפטריט פון א גאר חשוב'ן גאסט ,הר"ר מענדל וואלדמאן שליט"א פון די ערשטע תלמידים אין רבינ'ס מוסדות און פון די ערשטע תושבים און מרביצי תורה אין שטעטל קרית יואל מיום הווסדה ,וועלכער האט אביסל געשילדערט די צאן קדשים דאס מסירות נפש פונעם צדיק הדורות צוריקצושטעלן אידישקייט אין די הארטע אמעריקע ,און אויפגעבויעט צוריק אריגינעלע אידישקייט אזוי ווי אין דער אלטער היים. אגב איז כדאי צו דערמאנען אז אויך ביי די יונגערע קלאסן איז פארגעקומען א שיינער סעודת הודאה וואו עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל גאנץ שליט"א, וועלכער האט געהאט די זכי' צו זיין הויז-בחור ביים רבי'ן ,וועלכער האט געעפענט זיינע זכרונות און עס איבערגעגעבן פאר די קינדער וועלכע האבן געשלונגען זיינע רייד מיט גרויס דורשט. קובץ על יד :פלייסיגע התמדה צווישן די קינדער צו חזר'ן די גאנץ-יאריגע לימודים 'דער תכלית פון לערנען איז חזרה' זאגט מען נאך פון די פריערדיגע צדיקים .מיט אט דעם כלל פאר די אויגן טוט מען צווישן די עלטערע כתות פון ח' און ט' כסדר חזר'ן אן אויפהער די לימודים פונעם גאנצן יאר און אויך פון די פריערדיגע יארן ,מ'זאל עס קונה זיין ווי עס באדארף צו זיין ,ביז ס'זאל זיין שגור בפי כל תלמיד ותלמיד ,שאם ישאל אדם אל יגמגם. די תלמידים פון כתה ט' לערנען און חזר'ן פרק האיש מקדש פון מסכת קידושין ,און ביינאכט קומט מען צוריק צו א פרישן סדר פון לימוד מסכת ביצה, ביי מתמידים ,וואס ווערט פערזענליך באגלייט דורכ'ן מנהל .מ'לערנט מיט'ן ציל און האפענונג צו קענען ענדיגן ביים ענדע יאר גאנץ מסכת ביצה .סוף יאר ווערט געפלאנט גרויסארטיגע חזרות און סיום'ס אויף קידושין ,ביצה ,און סוכה ,וואס מ'האט געלערנט אין די פריערדיגע יארן .די תלמידים פון כיתה ח' לערנען פרק הישן פון מסכת סוכה, עקסטער קומט פאר יעדן אויפדערנאכט א מתמידים צו לערנען מסכת מגילה ,וואס ווערט באגלייט דורך הר"ר זרח שפירא שליט"א ,בעל מחבר חזרת פרשיות על חומש רש"י ,וועלכער באגלייט אויך חומש רש''י לימודים ,כידוע האט מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, געלייגט אן אויסערגעווענליכן דגוש און שטענדיג פארלאנגט מ'זאל לערנען מיט די קינדער חומש רש"י ,נאכזאגנדיג פון הייליגן רבי ר' מרדכי'לע מ'נדבורנא זי"ע ,אז אויב לערנט מען נישט קיין חומש רש"י קען מען זיין א גרויסער תלמיד חכם אבער נישט וויסן וואו דער רבוש"ע געפינט זיך. וואונדערבארע אויסגאבע 'מילין יקירין' בארייכערט ידיעות התלמידים א גייסטרייכע וואונדערבארע ווערק טוט וועכנטליך ערשיינען ספעציעל פאר די קינדער פונעם עלטערן אפטיילונג פון דער תלמוד תורה, אונטער'ן פאסיגן נאמען 'מילין יקירין' .ס'איז ווירקליך אזוי הערליכע ,טייערע פערל-רייד, דברי תורה ,סיפורי צדיקים ,יומי דפגרא ,לימוד לשון הקודש ,ידיעות אין ספרי חסידות מתלמידי בעש"ט ,ספרי מרן רבינו זי"ע ,און פילפארביגע ידיעות שונות אין אלע הינזיכטן ,צו בארייכערן אויף אן אינטרעסאנטן אופן די ידיעות און פארשארפן די קעפ פון די תלמידים. עקסטער איז ווערד צו באריכטן ,וואס יעדע סוף וואך ,נאך תפלת שחרית, איידער די קינדער גייען צום עס-זאל פרישטאג ,שטעלט זיך דער מנהל אוועק פאר די עטליכע הונדערט קינדער כן ירבו ,און טרעט אויף מיט א הערליכן שיעור אויף דער וואכעדיגער פרשה ,מתובל מיט ידיעות און מוסר ,וואס מ'לערנט זיך אפ פון די סדרות, איבערהויפט אין די ווינטער-סדרות ,וואס כידוע איז אלעס א פועל דמיוני ,וכל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף ,און בעפאר שבת קודש ,זיי זאלן פארשטיין די סדרה ,ווי ס'פאסט זיך פאר עלטערע קינדער וואס זענען שוין אריין ,אדער גרייטן זיך אריינצוגיין, לעול התורה והמצות. 23 כיתות ה' ו' ז': געטרייע כוחות פון נייעם מנהל רוחני, מערקבאר אויף טריט און שריט צום נייעם יאר איז אויפגענומען געווארן אלס מנהל רוחני פאר די יונגערע קלאסן ,א פרישער כח ,א מרביץ תורה בחסד עליון רבות בשנים ,הר"ר ישראל מאיר ראזענבערג שליט"א ,בן הרה"ח ר' אברהם שליט"א און איידעם פון הרה"ח ר' חיים הערמאן שליט"א מחברי ועד החינוך דמוסדותינו הק' ,וועלכער ברענגט מיט זיך לאנגיאריגע ערפארונג בחינוך הבנים .די אויפנאמע איז באלד באגריסט געווארן פון אלע עלטערן צוגלייך אלס גאר א פאסיגער אויסוואל לתועלת מוסדותינו הק' ,און ס'האט זיך ווירקליך ארויסגעשטעלט מיט שטארקע הצלחה. דער געטרייער מנהל רוחני לייגט אריין אויסערגעווענליכע געטרייע כוחות צו הייבן דעם ניווא פון אלע קלאסן בכלליות און יעדן תלמיד באזונדער אין אלע געביטן און אין יעדן הינזיכט ,שאפנדיג און אנקניפנדיג א וואונדערבארע געמיינזאמע מיטארבעט און פולשטענדיגע הארמאניע מיט אלע געטרייע מלמדים ,וועלכע ארבעטן אינאיינעם שכם אחד להצלחת כל תלמיד ותלמיד ,און אויך אן אוזן קושבת צו אלע חשוב'ע עלטערן .געלויבט דער אויבערשטער אז די געטרייע עבודת הקודש דערקענט זיך ווירקליך אויף די זרע ברך ה' און די עלטערן קוועלן פון נחת דקדושה. וועכנטליכע פארבנרייכע גליון 'אז תתענג' דערקוויקט קינדער און עלטערן צוגלייך אין איינס פון די פילצאליגע רינגלעך אינעם קייט פון פעולות לטובה אין ראם פון דעם חלק המוסד ,טוט ערשיינען יעדע וואך א הערליכער גליון מיט'ן פאסיגן נאמען 'אז תתענג' ,צוזאמגעשטעלט דורך די חשוב'ע מחנכים אונטער'ן אויפזיכט פונעם מנהל .מלא וגדוש מיט רייכע און לייכטע תוכן ספעציעל געקליבן פאר די ילדי תשב"ר ,געאייגנט פאר זייער פארשטאנד, עס צו פארשטיין און הנאה האבן דערפון .עס אנטהאלט צווישן אנדערן שיינע תורות נאכצוזאגן ביים שבת טיש ,מוסר על השבוע ,דערציילונגען פון צדיקים ,ווי אויך א קורצע חזרה אויף די טעגליכע הלכות אין די ראמען פון 'השונה הלכות בכל יום' וואס פארגעלערנט פונעם מנהל אין עס-זאל ביי מיטאג צייט ,וואס דאס ווערט דארט אויך איבערגעדרוקט ,און אהיים געשיקט צו דינען אלס א חזרה פאר'ן קינד. יעדע וואך בעפאר שבת קודש ,טוט דער מנהל 'פארלערנען פון אינעווייניג' אינעם גליון אז תתענג ,אין בית המדרש ,וואו דער מנהל שליט"א גייט איבער יעדן דף פונעם גליון ,לערנט פאר די תורות און אויסשמועסנדיג דעם גאנצן אינהאלט ,אזוי ארום קענען די קינדער ,דורכאויס'ן שבת קודש ,נאכזאגן דערפון כזקנים ורגילים ,ברענגענדיג הויפנס 'תענוג' ונחת פאר זייערע עלטערן שיחי'. פרייע צייטן פון עסן מיטאג ,אינהאלטסרייך פארנוצט מיט'ן שונה הלכות פראגראם; 180קינדער פארהערט און באלוינט נישט נאר די שעות וואס מ'געפינט זיך צווישן די ווענט פון קלאס ווערט יעדע מינוט און סעקונדע אויסגענוצט אריינצופרעגן אין די הערצער פון די קינדערלעך אהבת תורה ויראת שמים ,נאר אויך זאגאר אין די פרייע צייטן בעת'ן עסן מיטאג ,גייט נישט די 24 צייט לאיבוד ,נאר מ'מאכט זיכער אז ס'ווערט פארנוצט מיט רייכע תורה'דיגע תוכן. טאג טעגליך לערנט דער חשוב'ער מנהל שליט"א פאר אקטועלע הלכות ,אין וואס מ'איז נישט אפגעהיטן ,איינפאך מחמת חסרון ידיעה .די קינדער האלטן עס מיט מיט גרויס הנאה און נייגער ,געוואויר ווערנדיג אזויפיל פרישע ידיעות. מידי פעם בפעם ווערט געמאכט חזרות אויף די הלכות ,קינדער טוען זיך פרייוויליג לאזן פארהערן און ווערן באלוינט מיט מתנות וגורלות .נארוואס די פארגאנגענע וואך ערב חנוכה איז פארגעקומען א גרויסארטיגע בחינה ,אין וואס 180קינדער האבן זיך פרייוויליג געשטעלט צום פארהער און די מצטיינים זענען שיין באלוינט געווארן פאר'ן זיך אויסצייכענען .אל תקרי הליכות אלא הלכות. עקסטער ,איינמאל א וואך ,גיט דער מנהל שליט"א א שיינע מוסר דרשה פאר אלע קינדער ,ביי וועלכען ער שמועסט ארום בעניני הפרשה ,און נוצט אויס די געלעגנהייט מעורר צו זיין בענינים העומדים על הפרק ביי די קינדער ,אין די הינזיכטן וואו ס'פאדערט זיך צו פארבעסערן און מחזק זיין .די קינדער הערן אויס מיט דרך ארץ און די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען ,ב"ה. געניאלער געדאנק איינגעשטעלט; יעדער מלמד טרעט אויף מיט דרשות פאר די קינדער מיט א שיינעם בייפאל איז דער חשוב'ער מנהל אויפגעקומען און עס באלד איינגעפירט ,אז איינמאל א חודש טרעט אויף איינער פון די מלמדים אין יעדע יארגאנג ,אן אנדערער מלמד ,מיט א ווארימע מוסר שמועס .עס איז זייער אן אינטרעסאנטער געדאנק, פון וואס די קינדער האבן זייער הנאה צו הערן אן אויפטריט פון איינעם פון די אנדערע מלמדים פון די אנדערע פאראלעל קלאסן. פרישער וועכענטליכער לימוד אנגעהויבן אין אלע קלאסן: קורצע הלכות אין ספר דרך החיים ווי באקאנט האט רבינו הקוה"ט זי"ע שטענדיג אויפגעפאדערט די מנהלים און מלמדים ,אז מ'זאל לערנען מיט די קינדער קורצע הלכות פסוקות 'כדי צו וויסן וויאזוי צו זיין א איד' .ס'איז נישט גענוג די רעגלמעסיגע לימודים אין גמרא ,חומש רש"י אא"וו, נאר מ'דארף אויך לערנען הלכות קצרות וואס מ'דארף וויסן מדי יום ביומו. מ'האט אנגעהויבן לערנען פון אינעווויינג ,אין ספעציעל געדרוקטע קונטרסים מיט הלכות וואס זענען נוגע מידי יום ביומו ביי די קינדער אין די יאר-גענג פון ה'-ח' ווי הנהגת הבוקר ,נטילת ידים ,ברכות ,אא"וו .יעדער מלמד לערנט פאר אין זיין כתה פאר זיינע תלמידים די הלכות וואס יעדעס אידיש קינד דארף וויסן טאג טעגליך ,מ'לערנט פאר קורץ און גרינטליך .יעדער האט גרויס הנאה דערפון און מ'נעמט ארויס די ידיעות הלכה למעשה. כיתות א' ב' ג' ד': אויסערגעווענליכע ארבעט פון מנהל און מלמדים קענטיג אויף די הצלחה פון די קינדערלעך ב"ה די דרדקי קלאסן אנגעהויבן פון כתה א' און ארויף זענען פון די וויכטיגסטע יארן פון א קינד'ס אנטוויקלונג אויף זיין גאנץ לעבן .דעמאלט הייבט מען ביסלעכווייז לערנען אל"ף בי"ת ,עברי ,דאווענען ,חומש ,שפעטער רש"י ,משניות און אזוי ווייטער .לייגט מען דעריבער אין ראם פון אונזערע מוסדות אריין געוואלדיגע כוחות אויסצונוצן אט די קריטישע יארן צום מאקסימום און צו אנטוויקלען יעדעס קינד לשם ולתפארת. דאס ווערט אויסגעפירט פונעם גלענצענדן שטאב געטרייע מלמדים ,אונטער דער באגלייטונג פון געטרייען מנהל רוחני הר"ר לוי חיים שפיטצער שליט"א. די ראמען פון קורצע נאטיצן זענען נישט געאייגענט צו שילדערן וויפיל כוחות הנפש והגוף מ'לייגט אריין ביי די קינדער אין זייערע שטאפלען .אנגעהויבן ביי עברי, וואו מ'האלט א וואכזאם ,זארגפעלטיג אויג אויף יעדעס קינד אז ער האלט מיט ,און פאלט נישט ארויס חלילה ,און טאמער מאכט זיך אז א קינד כאפט שווערער אויף, איז מען עס משלים וואו עס פעלט אויס .ווי אויך האלט מען חשבון אויף יעדן קינד מיט זיינע צייכענונגען און דערגרייכונגען ,וואס ווערט נאכבאגלייט פון מלמד צו מלמד יאר נאך יאר. ס'ווערט באגלייט פון א גאנצער אפאראט ,וואס באגלייט די מלמדים און די לימודים מיט טבלאות ,צייכענונגען, בילדער ,צו פארזיכערן אז די קינדער לעבן מיט מיט די פרשה און זייערע לימודים מיט געוואלדיגע חשק און די ריכטיגע הבנה. אייגן געדרוקטע קונטרס "לימוד קריאה" ווערט באוואונדערט און באגריסט אין די ראמען פון די כסדר'דיגע באמיאונגען און גרויסע כוחות אויפצוארבעטן האבן די מלמדים פון אייגענע ערפארונג אליינס ערצייגט אן אייגענארטיגן "לימוד קריאה" געאייגענט פאר די יונגע קינדער צו לערנען און חזר'ן די אל"ף בי"ת און נקודות. ס'איז געווען א פארצווייגטע און קאסטבארע פראיעקט וואס צאלט זיך ב"ה פולקאם אויס ,און ס'ווערט באוואונדערט אויך פון אנדערע מוסדות התורה. ויש ביניהם דברי תורה :קינדער שלינגען מיט דארשט אינהאלטסרייכע סיפורי צדיקים ביי די טעגליכע מאלצייטן אפילו ביי די גאר קליינע קלאסן מאכט מען זיכער אז קיין שום צייט אין טאג גייט נישט אריבער ליידיג .נאר יעדע רגע ווען מ'געפינט זיך צווישן די ווענט פון מוסד, זאל ווערן אויסגענוצט צום מאקסימום צו אריינפרעגן אין זייערע יונגע הערצער תורה און יראת שמים. די טעגליכע מאלצייטן פון פרישטאג און מיטאג זענען ווי באזונדערע תוכנ'דיגע סדרים ,ווען דער געטרייער מלמד מומחה הר"ר ישראל יוסף ווייס הי"ו טרעט אויף אויפ'ן מיקראפאן צו די קינדער ,אמאל סיפורי צדיקים ,אמאל שיינע ידיעות לויט זייער יונגען פארשטאנד ,מ'לערנט אויס די קינדער און מ'זינגט אינאיינעם ווארימע חסידישע ניגונים ,וואס אזוי ארום איז אויך די צייטן ווען מ'עסט ,פארנוצט אויפ'ן שענסטן אופן ,פון וואס די יונגע תשב"ר דערקוויקן זיך אן א שיעור. עקסטער דארף ארויסגעברענגט ווערן וואס די מלמדים באגלייטן נאך די קינדער יעדער זאל עסן געהעריג צו דער זעט ,וואס אין די עלטער קען זיך צומאל מאכן א קינד זאל זיך ארויסדרייען פון עסן ,און ס'קלאפט שפעטער אויס אויף זיין גאנצן אויפפירונג דורכ'ן טאג. נוירסערי קינדערגארטן געטרייע כוחות פון ענערגישן מנהל און געטרייע מלמדים פירן צו זעלטענע הצלחה און צופרידנהייט די אויסגעצייכנטקייט פון די נוירסערי-קינדערגארטן אפטיילונג ,וואו ס'ווערן געהאדעוועט די הונדערטער קליינטשיגע צעירי הצאן ,איז א שם דבר נישט בלויז צווישן עלטערן פון אונזער מוסד ,וועלכע שעפן נחת גליקליך און צופרידן ,נאר אויך איבער דער גאנצער שטאט. אדאנק די געטרייע כוחות פונעם ענערגישן מנהל הר"ר יואל אברהם כ"ץ שליט"א ,מיט די באגלייטונג פון די געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים וועלכער ארבעטן האנט-ביי-האנט האט מען באוויזן אויסערגעווענליך ארויפצוארבעטן דעם ניווא פון די דרדקי קלאסן ,צו פארזיכערן אז יעדע איינציגסטע טאג איז אנגעפולט מיט הנאה פאר די לעכטיגע קינדערלעך ,און אויף די גוטע פירות קענען די עלטערן מעיד זיין .מ'לייגט אריין גרויסע כוחות צו לערנען די סדרה און אויפשפילן לעבעדיג די געשעענישן וואס ווערן מבואר אין די פרשה ,די קינדער ערצייגן און ברענגען אהיים הערליכע ארטס און קרעפטס ,אלע פראקטישע דעטאלן ,די אלע מאטריאלן ,ביכלעך, פרשה-צעטלעך אד"ג. עלטערן דערקוויקן זיך מיט וועכענטליכע רעפארטן פון די אקטיוויטעטן קליינע קינדער רעדן פון נאטור גאר ווייניג ארויס פון זיך אליין ,נאר אויב מ'עפענט זיי אויף .שיקט מען דעריבער אהיים מיט יעדעס קינד פון חדר א רעפארט פון די אקטיוויטעטן וואס האט זיך אפגעשפילט דורכאויס די וואך אין חדר ,וואס אזוי ארום פאר די קינדער פונעם צעטל ,דערמאנען זיך די קינדער פאר ַ ווען די עלטערן ליינען ָ צוריק ,עפענען זיך אויף און הייבן אליינס אן צו פארציילן ווי שיין און פיין זיי האבן די וואך פארברענגט צווישן די אזוי באליבטע חדר-ווענט. קינדער ערצייגן ,און צינדן, אין זייערע אייגענע פאבריצירטע מנורות פארגאנגענעם חנוכה דינסטאג מקץ ,דער טאג אין וועלכע מ'האט געצינדן דעם ערשטן ליכטל חנוכה, האבן אלע קינדער ,אפשטייגענדיג פון באס ,שטאלץ און גליקליך אהיימגעברענגט די שיינע הערליכע מנורות וואס 'זיי האבן אליינס צוזאמגעשטעלט' אין חדר מיט די הילף פון זייערע געטרייע מלמדים .די מנורות וואס די קינדערלעך האבן צוזאמגעשטעלט זענען אויף אן אמת געווען ווירקליך שיינע מייסטערווערק ,וואס האבן יעדן באאיינדרוקט. ווי די מלמדים זאגן האט מען אן א שיעור צוריקגעהערט פון די עלטערן וועלכע האבן באדאנקט די הנהלה פאר די וואונדעבארע אינציאטיווע פון צושטעלן די שיינע מנורות ,אין וואס די קינדער האבן געצינדן מיט גרויס הנאה אין זייערע אייגענע מנורות און אגאנצן טאג האבן זיי שוין ארויסגעקוקט אויפ'ן חנוכה ליכט צינדן ,שפירנדיג זיך ווי ערוואקסענע צו צינדן די ליכטלעך ביי זייער אייגענע מנורה ,וואס די מלמדים און הנהלה האבן מיט אזויפיל הארץ און געפיל צוגעשטעלט. נייע פארגעשריטענע קאמפיוטערייזד סיסטעם איינגעשטעלט ,צו פארזיכערן וואוילזיין און זיכערהייט פון אלע קינדערלעך בעז"ה האלטנדיג פאר די אויגן די אויסערגעווענליכע פאראנטווארטליכקייט אנצופירן מיט אזא מעכטיגן אפאראט פון אזויפיל טויזנטער תינוקות של בית רבן ,אריינגערעכנט עטליכע הונדערט קליינע צאן קדשים ,וואס יעדער איז אן עולם מלא פאר זיך ,האט די הנהלה איינגעשטעלט א גאר פארגעשריטענעם קאמפיוטערייזד סיסטעם ,מיט'ן ציל צו האלטן א דירעקטע אויפזיכט און חשבון באזונדער אויף יעדעס קינד. 25 אינעם נייעם סיסטעם זענען פונקטליך פארשריבן אלע קינדער מיט זייערע אויספירליכע אינפארמאציע ,נעמען פון עלטערן ,אדרעס און טעלעפאן נומערן, ספעציעלע נומערן אין פאל פון סיי וועלכע עמערזשענסי ,אלע מעדיקעל אינפארמאציע, ס'ווערט נאטירט אויב א קינד איז אלערזשיק צו סיי וואס מ'זאל אים קענען באהיטן דערפון בעז"ה .יעדן טאג באזונדער ווערט פונקטליך אריינגעשטעלט אינעם סיסטעם אלע קינדער וואס זענען געקומען אין חדר און ווער ס'פעלט ,מאיזה סיבה שיהי' .אין פאל די עלטערן קומען זעלבסט אפנעמען א קינד אינמיטן טאג ווערט די אינפארמאציע באלד אריינגעפיטערט אינעם סיסטעם ,וואס אזוי ארום ווערט פארמיטן בעז"ה אן א שיעור עגמת נפש און מיספארשטענדעניש. דאס זעלבע איז אנבאלאנגט טראנספארטאציע וואו ס'ווערט געהאלטן א פונקטליכער חשבון אויף יעדעס איינציגסטע קינד ,וואו ער ווערט אפגענומען און וואו ער ווערט צוריק אפגעטראגן אהיים .אין פאל א מאמע רופט אריין פאר א באס טשעינזש ווערט עס באלד אריינגעפיטערט אינעם קאמפיוטער .ביים אהיימגיין באקומט יעדער 'באס רבי' א גענויע ליסטע פון אלע קינדער וואס קומען היינט מיט זיין באס און וואו זיי ברויכן אפשטייגן ,אזוי ארום אזוי ווערט געהאלטן א גענויער חשבון אויף אלע קינדער זאלן אנקומען יעדן טאג צוריק אהיים געזונט און פריש מיט אחריות און פאראנטווארטליכקייט. ואת עלית על כולנה: פרי סקול: בית רחל צווישן אלע עלטערן איז א שם דבר די זעלטענע צופרידנהייט פון די יונגערע קלאסן ,פרי נורסערי ,נורסערי ,קינדערגארטן ,וואס איז סטאנציאנירט אין די גרויסע געביידע פון די מוסדות אויף לארקין ,אונטער די געטרייע פירערשאפט פון די חשוב'ע מנהלת מרת פריעדמאן תחי' ,מיט די מיטהילף פון די געטרייע ערפארענע, הארציגע לערערינס ,וועלכע פלעגן מיט ליבשאפט און ווארימקייט ,אזוי געטריי און איבערגעגעבן ,די קליינע קינדערלעך ,מיט ווארימקייט און געטריישאפט ווי א מאמע צו קינדער. די יונגע קלאסן ,זענען הערליך איינגערישט געווארן אינעם נארוואס פארענדיגטן בנין האדיר ,מיט אלע הינזיכן און צוגעהערן מיט א געוואלדיגע הרחבת הדעת, פארגרינגענדיג מיטצוהאלטן דעם כסדר'דיגן וואוקס בליעה"ר מיט די נייע תלמידות וואס קומען צו כסדר ,בלויז אין פרי סקול ציילט זיך שוין אצינד קרוב צו 300מיידלעך, און ווערט ערווארטעט דורכאויס די יאר ארויפצוגיין העכער .בלויז קינדערגארטן .אליינס ציילט שוין צו 6פאראלעל קלאסן כ"י צו די הנאה פון די קינדער איז צוגעשטעלט א הערליכע ריזיגע פלעי-גראונד מיט גליטשערס און בייקס ,וואו זיי שפילן זיך ביי מיטאג לעבהאפט און זארגלאז, געניסענדיג פונעם ריזיגן פרייען שטח ארום די גרויסע געביידע פון זייער אזוי באליבטע בית רחל ,די צווייטע היים ,וואו די קינדערליך שפאנען זייערע ערשטע טריט אין דעם גרויסן ווארימען היים וואו זיי גייען בעז"ה פארברענגן און זיך אנטוויקלען ביז זיי וועלן אויסשטייגן פון קליינע צארטע בלומעלעך ,אין פעסט-געבויעטע ,ערליכע אידישע מאמעס. פרי-1-עי און קלאס :1 אט די דעליקאטע אפטיילונג ,וואס איז פון די מערסט פונדאמענטאלע יארן ווען די קליינע קינדערלעך טוען זיך אנטוויקלען אויפ'ן גאנצן לעבן ,פונקציאנירט הערליך און ערליך אונטער די פירערשאפט פון די מנהלת מרת היללער תחי' ,וועלכע האט זיך ערווארבן איר נאמען דורכאויס אירע פילע יארן אינערהאלב בית חינוך לבנות צו ארויפארבייטן די עברי לימודים ביי די קליינע מיידלעך. אנגעהויבן פון פרי-1-עי וואו זיי הייבן אן דאס ערשטע מאל לערנען די אל"ף בי"ת און נקודות אז דאס זאל טאקע ווערן אויסגעלערנט אויפ'ן ריכטיגן תורה פון אמאל און נישט ווי די היינטיגע פרעמדע מעטאדן ווי עס איז ליידער אין אנדערע פלעצער. 26 דערנאך דאס באפעסטיגן אין די ערשטע קלאס ,וואס די יאר וואס איז באשטימט איבערצו'חזר'ן די אלע לימודים ,און דאך דורכגיין פארזיכטיג און פארזיכערן אז קיין איין תלמידה פאלט נישט ארויס חלילה ,נאר יעדער קען גוט די לימודים דורך און אדורך. עלעמענטרי סקול: קלאסן :2-5 די חשוב'ע געלונגענע מנהלת מרת עהרנטאל שתחי' לייגט אריין אלע אירע געוואלדיגע געבענטשטע כשרונות און גוטע געדאנקען אויפצוהייבן דעם ניווא פון איר אפטיילונג ,די קלאסן פון 2ביז ,5און געלויבט דער אויבערשטער אז די רעזולטאטן זענען וואונדערבאר .די טיטשערס ארבעטן פאראייניגט אין א הארמאניע, אריינצוברענגן אין די קינדערלעך א גייסט פון חשק און אן אטמאספערע פון רצון צו קונה זיין גוטע מידות בין אדם לחברו און בין אדם למקום ,און מאכן גוטע פארשריט אין די אלגעמיינע לימודים. אנגעהויבן מיט די וואונדערבארע 'ראש חודש פראגראם' ,און נאכגעפאלגט בעפאר יעדע יום טוב ,וואס די טאלאנטפולע מנהלת קומט אויף מיט טיפזיניגע געדאנקען ,וואס האלט געשפאנט אלע מיידלעך אין א לעבהאפטע אטמאספערע, ווען דערביי ווערט געשטעלט א הויפט געוויכט ,ארויסצוהייבן די גוטע כשרונות און אייגנשאפטן פון יעדעס מיידל ,און געבן זיי די געלעגנהייט זיך אויפצועפענען און זיך אויסגעבן יעדע מיידל די כוחות וואס דער אויבערשטער האט איר באשאנקען. קלאס :6-8 אט די אפטיילונג ,ווען די תלמידה קומט ארויס פון אירע יוגנט יארן ,און זי הייבט זיך אן גרייטן צו פארענדיגן אירע עלעמענטארע יארן אין שולע ,בעפאר'ן אריינטרעטן אין הויך-שול ,דא לייגט מען אריין אומגעהויערע כוחות ,אז יעדעס מיידל זאל זיך קונה זיין אלעס וואס א אידישע טאכטער ברויך פארמאגן ,ספעציעל אין אידישקייט און צניעות טוט מען שטארק אריינפרעגלען און אריינבאקן אין די יונגע הערצער א שטאלץ זיך צו פירן אויף די וועגן פון אונזערע אמהות ,לויט די הייליגע אנווייזונגען וואס מיר האבן מקבל געווען פון רבינו הקוה"ט זי"ע. יעדע לערערין באזונדער איז האנט-געקליבן און אויסגעצייכנט אין איר פאך, באזעלט מיט אסאך געדולד און מיט די ריכטיגע מעטאדן מצליח צו זיין אויף זייער הייליגן פאסטן ,געפירט מיט געטריישאפט אונטער די באגאבטע מנהלת מרת פריינד שתחי' .ספעציעל גיט מען זיך אפ ארויסצוהייבן יעדע תלמידה זאל זיך גוט געפינען און שפירן א ווערד ביי זיך ,סיי צווישן חבר'טעס געזעלשאפט ,און סיי כלפי השי"ת אין אידישקייט ,און אזוי ארום איר ערמעגליכן ווירקליך אויסצושטייגן וואס אירע געטרייע עלטערן ערווארטן פון איר בעז"ה. הויך-שולע צו קענען ווירקליך באשרייבן די אויסערגעווענליכע דערפאלג און הצלחה פון די אונזער הויך-שולע וואלט זיך באמת געפאדערט א גאנצער בוך ,און הערשט וואלט עס נישט גענוג געווען .דאס זענען דאך די יסודות'דיגע יארן ,ווען זיי שטעלן די סאמע לעצטע טריט פון ווי זיי שפאנען ארויס צו ווערן אידישע מאמעס און גיין אויפשטעלן ערליכע אידישע הייזער בתים נאמנים לה' ולתורתו אז דאס זאל זיין אויף די ריכטיגע דרכי המסורה ,עס ווערט אריינגעלייגט א געוואלד כוחות אין די תלמידות אין אלע כללי היהדות וואס א אידישע טאכטער דארף וויסן צו פירן א שטוב ,אנגעהויבן פון הלכות מידי יום ביומו ווי פירן א אידישע קאך ,שבת ויו"ט ,השקפה אמונה וצניעות, וואו אויך אין פראקטיק ,קאכן באקן נייען און אזוי ווייטער. די חשוב'ע מנהלת מרת פריעד תחי' מיט אירע געטרייע לערערינס ,לייגן אריין אומבאשרייבליכע כוחות .די מי און כוחות וואס מען לייגט אריין אין יעדן טאג באזונדער איז ממש אין לשער .עס מאכט זיך זייער אפט אז שוין נאך די עלעפטע קלאס שטעלט זיך א תלמידה אוועק ,און עס עפנט זיך איר הארץ און איר פארשטאנד, אדאנק די גייסטרייכע שיעורים און הדרכות מיט וואס זי זאפט זיך דא איין .די היי סקול לערערינס זענען ווי דיאמאנט שלייפערס וואס לייגן צו די לעצטע קונסטליכע קריצן צום דיאמאנט שטיין ,אז עס זאל בליטשקענען מיט איר פולן פראכט .אויך ברענגט מען כסדר פאר די מיידלעך אויסגערופענע גאסט רעדנערינס וואס דערקוויקן זייער זעל און לייגן צו אייגנטארטיגע צוגאבעס צו די מיידלעך'ס אוצר פון השקפות טובות. ווען די מיידלעך פארלאזן די הויך שולע ווענט ,זענען זיי בעז"ה גרייט אריינצוטרעטן אינ'ם צוקונפט .זיי זענען באלאדנט מיט פולע באגאזשן פון תורה'דיגע השקפה און מידות טובות ,און זיי פארשטייען די וויכטיגע אויפגאבע וואס ליגט אויף זיי אלס די גרונדשטיינער פון אלע צוקונפטיגע דורות! ¯Ç¸½¾ÁÁµÇ¯¸Ä¿¯± ¾»¯µÇÁ²¿¸Æ¸² ·¸¸Å¾¸¯¾Á½´Æ ¯¸¾½´²À ÇÁ¸¸µÇ¯Ã ·´¾±Á´´³° שומרי משמרת הקודש אין שפיץ פון אט די ריזיגע בית רחל חינוך אימפעריע ,שטייט ווי א געטרייער גענעראל דער חשוב'ער באגאבטער מנהל בית רחל הר"ר נחמן זיגעלמאן שליט"א מיט זיין גאנצע געטרייע שטאב אינטער זיך ,די מנהלת מרת שטויבער תחי'; די געטרייע סעקרעטארן און צוגאב מיטארבייטער ,די גאנצע ענגליש סטעף די פרינציפעלס און טיטשערס ,די נייען סטעף ,די ספעשל עד אפטיילונג – .אלע ארבייטן אומערמידלעך במסירות נפש ממש צו אנגיין מיט די עבודת הקודש טאג טעגליך. דער חשובער מנהל בית רחל שליט"א איז שוין עוסק עטליכע יאר אינעם געביט פון חינוך הבנות ,און מיט זיין עקספערטיז טוט ער באגלייטן יעדן פראבלעם ביז עס איז געווארן געלעזט הונדערט פראצענט ,און ספעציעל ביי זיין זיך אפגעבן מיט ארויפארבייטן די לימודים צום העכסטן שטאפל. דער מנהל שליט"א איז גוט באוואוסט מיט זיין זעלטן-גוטן צוגאנג ,און האט ב"ה די ריכטיגע כלים זיך אומצוגיין מיט א רואיגקייט און באהאנדלן יעדן איינצעלהייט באזונדער אויפ'ן ריכטיגען וועג .און ארבייט האנט ביי האנט אינאיינעם מיט די געטרייע חברי וועד החינוך וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש לטובת די הצלחה פונעם חינוך פון אונזערע טעכטער שיחיו אז זיי זאלן נתגדל ווערן אויפן אויסגעטראטענעם וועג פון אבותינו הק' ,אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט, און אויף וואס מיר זענען ערצויגן געווארן .אז די נייע דור זאל אויך ממשיך זיין מיט אונזער הייליגע מסורה און קענען אויפשטעלן בתים נאמנים לה' עפ"י דרכי התורה אן קיין שום שינוי. דער חשובער מנהל שליט"א טוט ערליך פארזיכערן אז די חשובע מנהלות און זייער איבערגעגעבענע סטעף פירן אויס דעם צאי לך בעקבי הצאן ורעי את גדיותיך על משכנות הרועים .זיך אויפצופירן און נתגדל ווערן ערליך און איידל ,באשיידן און צניעות'דיג ,און טוט צוהעלפן צו די געטרייע סטעף אויסצופירן זייער ארבייט בשלימות ,און צו משקיע זיין מיטב כוחותם ,אונם ומרצם פאר'ן תכלית פון די הונדערטער תלמידות. רעדנדיג פונעם בית רחל קען נישט ארויסגעלאזט ווערן דער גרויסער פראבלעם פון פלאץ-געדרענג .יא ,אמת אז מ'געפינט זיך נאך ביז דערווייל אין די פראוויזארישע לאקאלן ,אבער פארט לייגט די הנהלה ,די לערערינס ,די מנהלות ,אריין אזעלכע מסירת נפש'דיגע כוחות ,אז ב"ה אז ס'רופט זיך נישט אפ אויפ'ן קוואליטעט פונעם חינוך .ווי געטרייע פלאנצערס געבן זיך די טיטשערס אפ מיט יעדע תלמידה באזונדער איר צו האדעווען ,פלעגן און ערציען אויפ'ן שעסטן פארנעם' — .יעדע תלמידה א בת יחידה' איז אין אונזערע מוסדות נישט בלויז אן אויסדרוק ,נאר אויך א פריידיגער מציאות ,אויף וואס אלע גליקליכע שילערינס ,אלע גליקליכע עלטערן ,קענען דערויף צופרידנערהייט מעיד זיין. מיט געשפאנטע הערצער קוקט מען שוין ארויס אויף דער פולקאמער אויפבוי פון די נייע מעכטיגע בית רחל געביידע 'בנין גאלדבערגער' וואס ווערט שוין געבויעט אין פולסטן טעמפע ,און ס'פארשפרעכט אי"ה צו זיין א הערליכע פאלאץ פאר'ן חינוך הטהור ,נאבל און פרעכטיג מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך נאר אויס פאר'ן חינוך הבנות ,פון וואנעט ס'וועט אי"ה ארויסגיין חינוך לבנות ישראל בדרך ישראל סבא עד ביאת הגואל במהרה בימינו אמן. ¯¸·ÁµÇ¯¸¾¸¯»¯½¿¸¸¯·Å ¾»¯µ¾ÇÁ·»Á¸² ·¸¸Å¾¸¯¾Á½´Æ ¯¸¾½´¹¸´¯²À ÇÁ¸¸µÇ¯Ã ·´¾±Á´´³° ¸É¿È³ÇÁ¿¸² ½´³È½»¯´¸´É´²À ½´·»Á°³¶»È¸´ÆÈÅ » » עלינו נצא בהמונינו על בנינו ועל דורותינו 27 קרית יואל יצ"ו נתייסדה ע"י מרן רבינו הקוה"ט זי"ע · בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בס"ד בהאי שעתא דקא גרים ,בעמדינו לפני המסיבה השנתית להחזקת מבצרי תורה הכבירים ,הננו לברך בצדק ובמישרים ,לכבוד הני מרביצי תורה לעדרי עדרים ,אשר בבית ה' הם עומדים ,ומשימים לילות כימים ,להשריש אהבת תורה ויראת טהורה בלב צאצאינו היקרים, בראש וראשון קולינו נרים ,לכבוד אלו המגידי שיעורים ,אשר בכתר שם טוב וכתר תורה המה מעוטרים, מופלגים בכח תורתם ומפורסמים ,ברוחב בינתם ללמדלבני הנעורים ,תורת ה' דרכי ישרים ,ה"ה ישיבה קטנה ח"א מנהלי הישיבה ה ישיבה קטנה ח"ב מנהלי הישיבה הרה"ג ר' יואל מארקאוויטש שליט"א הרה"ג ר' יואל שטיינפעלד שליט"א הרה"ג ר' אליעזר פריעדמאן שליט"א הרה"ג ר' יואל ליפשיץ שליט"א ה הרה"ג ר' אברהם יעקב בלום שליט"א הרה"ג ר' אברהם שלמה גרובער שליט"א הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א הרה"ג ר' ארי' לייב וויינער שליט"א הרה"ג ר' מיכאל דוב פישער שליט"א הרה"ג ר' יואל רייז שליט"א הרה"ג ר' שמעון רייכמאן שליט"א הרה"ג ר' שניאור זלמן גרינפעלד שליט"א הרה"ג ר' יואל אהרן דרעזנער שליט"א הרה"ג ר' דוד הורוויץ שליט"א הרה"ג ר' אליעזר וויינבערגער שליט"א הרה"ג ר' שלום יושע יארעסלאוויטש שליט"א הרה"ג ר' יוסף מאשקאוויטש שליט"א הרה"ג ר' יעקב יוסף קרויס שליט"א הרה"ג ר' שמואל יואל ראאב שליט"א הרה"ג ר' ליפא ראזענפעלד שליט"א הרה"ג ר' חיים הערש שפירא שליט"א הרה"ג רבי צבי טעללער שליט"א ,בוחן כללי נורסערי קינדערגארטן -צאן קדשים הר"ר יואל אברהם כ"ץ שליט"א -מנהל הר"ר פנחס שמעי' פערענץ שליט"א -סגן נורסערי הר"ר אהרן אייזדארפער שליט"א הר"ר שמעון בלייך שליט"א הר"ר מנחם כהן שליט"א הר"ר שאול יצחק כהן שליט"א הר"ר שלמה לויפער שליט"א הר"ר מנחם יודא פעדער שליט"א הר"ר יואל פריעדמאן שליט"א הר"ר יושע יואל שפילמאן שליט"א קינדערגארטן הר"ר יואל הורוויץ שליט"א הר"ר הערשל ווייס שליט"א הר"ר משה פאלקאוויטש שליט"א הר"ר נחמן פריעדמאן שליט"א הר"ר אהרן יוסף שווארטץ שליט"א הר"ר יוסף משה שווארטץ שליט"א הר"ר שמעון יוסף שטעסל שליט"א כיתות א' ב' ג' ד' כיתות ה' ו' ז' הר"ר ישראל מאיר ראזענבערג שליט"א -מנהל כיתה ה' הר"ר נחמן חיים יאקאבאוויטש שליט"א הר"ר יואל נאה שליט"א הר"ר מנחם ראכליץ שליט"א הר"ר שמעון עוזר שווארטץ שליט"א כיתה ו' הר"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט"א הר"ר ישראל גוטמאן שליט"א הר"ר אברהם יודא פיש שליט"א כיתה ז' הר"ר משה לייב פאזען שליט"א הר"ר משולם פייש פערלמוטער שליט"א הר"ר חיים לייב קויפמאן שליט"א כיתות ח' ט' הר"ר לוי חיים שפיטצער שליט"א -מנהל הר"ר מאיר יצחק בערקאוויטש שליט"א -מנהל כיתה א' הר"ר זלמן לייב שטעסל שליט"א -סגן כיתות ג' -ט' הר"ר הערשל טייטלבוים שליט"א הר"ר ארי' הערשקאוויטש שליט"א הר"ר משה אהרן טייטלבוים שליט"א הר"ר אביגדור מערמעלשטיין שליט"א הר"ר זושא שאלאמאן שליט"א כיתה ח' הר"ר יודא בינער שליט"א הר"ר יוסף ישעי' גראס שליט"א הר"ר צבי הערש פירטה שליט"א כיתה ב' כיתה ט' הר"ר נטע ווייס שליט"א הר"ר יואל זוסמאן יארעסלאוויטש שליט"א הר"ר שמעון שמואל שווארטץ שליט"א הר"ר יעקב משה גרינפעלד שליט"א הר"ר שמואל נתן גרינפעלד שליט"א הר"ר יושע פעלדמאן שליט"א הר"ר יואל גאלדבערגער שליט"א כיתה ג' לימוד חומש ורש"י הר"ר יצחק אפענהיים שליט"א הר"ר ישראל יוסף ווייס שליט"א הר"ר אברהם שמחה קעסטענבוים שליט"א הר"ר משה מנחם גרינפעלד שליט"א הר"ר זרח שפירא שליט"א -מנהל הר"ר יעקב יצחק אלחנן פעלדמאן שליט"א -סגן כיתה ד' הר"ר טובי' צבי גראס שליט"א הר"ר יעקב וואלף לעבאוויטש שליט"א הר"ר יצחק רובינשטיין שליט"א חובה עלינו להביע ברכה מרובה להאי גברא העומד על הפקודים אצל בנותינו כזויות ,ה"ה הר"ר נחמן זיגעלמאן שליט"א מנהל בית רחל ארשת שפתינו יערב לפני שוכן מרומים ,שיזכו להמשיך בעבודתם בקודש רבות בשנים ,מתוך שמחה והרחבת הדעת בכל הדברים ,ותלמידיהם ותלמידי תלמידהם יהי' להם לפארים ,וכי הם זרע ברך ה' כל רואיהם יכירום ,וגם מיוצאי חלציהם ומכל משפחתם ירוו תמיד עונג ורב נחת בתענוגים ,עושר ואושר בלי גבולים ומצרים ,עד אשר נזכה בקרוב בימינו לקבל פני משיח צדקינו ומלכינו בראשינו בב"א הנהלת הישיבה 28 מפי עוללים ויונקים... א לעבעדיגער בליק אין די דרדקי קלאסן די קינדער שטעלן אליינס צוזאם מייסטערהאפטע מנורה'ס לכבוד חנוכה ,אהערגעשטעלט דורך הר"ר חיים רפאל פערענץ הי"ו 29 א לעבעדיגער בליק אין די דרדקי קלאסן די קינדער'לעך מאכן אליינס געשמאקע לאטקעס אין די חנוכה טעג ביים שפילן דריידל לכבוד חנוכה פארגאנגענעם כ"א כסלו אין חדר — עס איז אנגגעקומען א טרעין און אלע קינדער האבן געהאט די געלעגנהייט צו פארן אינעם טרעין 30 31 32
© Copyright 2024