בס"ד נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר" הכל הולך אחר החתום: הונדערטער באטייליגט ביים לעצטן כולל ליל שישי בסיום ימי השובבי"ם כ"ק מרן רבינו שליט"א קומט ּפערזענליך מיטהאלטן די התמדה בתורה פון די מאות הלומדים בקדרותא דצפרא דעם פארגאנגענעם ליל שישי פ' משפטים העעל"ט ,דער לעצטער ליל שישי פון די ימי השובבי"ם היי יאר תשע"ב לפ"ק, האבן פילע הונדערטער לומדים ,בעלי בתים אברכים ובחורי חמד איבערגעפולט דעם ביהמ"ד הגדול ,און מיט חשקת והתמדת התורה אפגעראכטן די הייליגע שעה'ן מיט עמל התורה ועבודת ה' בקדושה ובטהרה .עס איז געווען ווי די נעילה פון די פארלאפענע 5 געהויבענע שובבי"ם וואכן. אינדערמיט פונעם העפטיגן פארטאגס-סדר איז כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשינען בהדרו אין ביהמ"ד הגדול זיך אליינס אומצוקוקן און פערזענליך מיטהאלטן דעם הערליכן מחזה הוד ,וואס שפילט זיך אפ וואך-וועכנטליך אין די ימי השובבי"ם ,וואס איז מיט עטליכע יאר צוריק געגרינדעט געווארן דורך רבינו שליט"א .פאר א לענגערע וויילע האט רבינו שליט"א זיך ארומגעדרייט אין ביהמ"ד צווישן די לומדים און ס'איז געווען קענטיג די הנאה און שטארקע קורת רוח ונחת דקדושה ,און צו דער זעלבער צייט איז עס אויך געווען א שטארקע חיזוק פאר די אנוועזענדע לומדים. דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אריין אין היכל הפאליש צום חק לישראל שיעור פון הרה"ח ר' ברוך יהודא שניצלער שליט"א ,וואו עס באטייליגט זיך א שיינער ציבור בעלי בתים וזקני העדה .ווי אויך האט דער רבי שליט"א דערביי באקומען א פילפארביגן רעפעראט פון הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו, דער ענערגישער מסדר השיעורים אין ביהמ"ד הגדול ,וואס ארבעט אומערמידליך לרומם קרן התורה אין ביהמ"ד .רבינו שליט"א האט זיך צוגעהערט מיט הנאה ווי עס קומען כסדר צו פרישע שיעורים און עס ווערן נתוסף די ספסלי הביהמ"ד לתפארת קהלא קדישא הדין. מאנטאג תרומה | תשע"ב 12 עס דארף ארויסגעברענגט ווערן א געוואלדיגע דאנק ,פאר האברך היקר מאוד נעלה ,בריך הכשרון והמעש ,העסקן הדגול והנמרץ מוה"ר יואל בר"נ ווייס הי"ו ,פארן זיך אוועקגעבן בכל כוחו להצלחת פונעם כולל ליל שישי ,יהי ה' אלוקיו עמו. ■■■ יומא קדישא בהילולא קדישא: הנהלת החברא קדישא גרייט זיך מיטן "ויתן ויחזור" קאמפיין צום יומא דהילולא פון משה רבינו ע"ה ,ז' אדר הבעל"ט פאפולערער 'ונתנו' גורל ווידעראמאל איינגעשטעלט ,צו געווינען 12מאל דעם סכום וואס מ'האט איינגעצאלט עס איז שוין היי יאר א חזקה ,צום דריטן מאל ,וואס די הנהלת החברא קדישא דקהלתינו הק' גרייט זיך אדורכצופירן דעם יערליכן גרויסארטיגן קאמפיין לטובת דעם מפעל ארץ החיים ,ביומא דהילולא קדישא פון משה רבינו עליו השלום ,ביום ז' אדר -א טאג וואס איז מאז ומקדם בקורות ימי ישראל געווען געווידמעט ומוקדש לטובת די פעולות פון דער חברא קדישא. טראץ וואס דער 'ארץ החיים' איז א גאנץ-יאריגער אונטערנעמונג אין וועלכן טויזענטער חברי הקהלה האבן זיך שוין אנגעשלאסן און צאלן חודש'ליך זייערע צאלונגען כפי הוראת כ"ק מרן רבינו שליט"א ובית דינו הצדק ,איז עס אבער פארט א שטארקע התעוררות ביים ציבור אין דעם גרויסן טאג ,זיך צו באשטייערן מיט גרעסערע סכומים אויפ'ן חשבון ,און מאנכע צאלן אפילו אויס זייער גאנצן באלאנס למען קנין והשלמת שטח החדש פונעם בית העלמין דקהלתינו בקרית יואל יצ"ו ,בהאי יומא דקאגרים. ווידעראמאל ווערט היי יאר אקטיוויזירט דער מעכטיגער און פאנטאסטישער 'ונתנו גורל' צוריקצוגעווינען 12מאל דעם ציפער וואס מ'האט שוין איינגעצאלט פאר מפעל ארץ החיים ,מיט א בתוככי הקהלה »»1 וויליאמסבורג מאקסימום געווינס פון העכער 20טויזנט דאלער .אין די לעצטע צוויי יאר האבן שוין צוויי גליקליכע געווינער אהיימגענומען דעם קאלאסאלן געווינס. אלע שמשים אין די בתי מדרשים פון קהלתינו הק' ,וועלן אי"ה איינקאסירן די התחייבות פונעם ציבור ,און עס ווערט אי"ה ערווארט א מאסן אנשלוס בחפץ לב וברוח נדיבה ,און מ'האפט שטארק אז איצט וועלן שוין אלע חברי הקהלה פולקאם אויסצאלן דעם איינמאליגן התחייבות און מיט דעם ארויסהעלפן די מסירות נפש'דיגע חברי הנהלת החברא קדישא ,אפצוקויפן און צורעכט שטעלן דעם בית החיים ,און אפראטעווען דעם כבוד און פארזיכערן די עקזיסטענץ פון קהלתינו הק' לדורות עולם. ויתן ויחזור ויתן. ■■■ חברה משניות שע"י קהל יטב לב דסאטמאר מעלדט יערליכע געלעגנהייט זיך איינצושרייבן אינעם חברה משניות ביומא דהילולא מרנא ורבנא בעל קדושת יו"ט זי"ע די חברה משניות דקהלתינו הק', ¯‡ÓˇÒß„ ·Ï ·ËÈ Ï‰˜„ ˙ÂÈ˘Ó ‰¯·Á וואס גייט שוין אן פאר צענדליגער יארן שוין לטובה ,לערנענדיג משניות đĜĕĦĤčē ĦĜģĦ לע"נ נשמות החברים הנעדרים יעדן ¤ ¤ טאג דורך א מנין יראים ושלמים ,כנהוג ¤ ¤ בכל קהלות ישראל ,האט אין די טעג ¤ ¤ געמאלדן אז ווידעראמאל ווערט געגעבן ¤ די געלעגנהייט זיך אריינצושרייבן אינעם חברה משניות ביום כ"ט שבט הבעל"ט. È¢ ¯Ú‚¯Ú·ÈÈ ˘È·‡ ¯¢‰ÂÓ È¢ ¯Ú‚¯Ú· ÌÈÈÁ χ¯˘È ¯¢‰ÂÓ כדי צו קענען זיין א חבר החבורה פאדערט זיך א מינימאלע אפצאל פון $25ביים איינשרייבן ,און דערנאך א דיוס פון $10יערליך ,און יעדער חבר דארף זיך פארפליכטן צו נעמען אויף זיך צו לערנען משניות לויט'ן איינגעשטעלטן סדר און דערמאנען די נאמען פון די נפטרים .ווער עס וויל זיך איינשרייבן זאל זיך מעלדן צו די גבאי החבורה מוה"ר אביש וויינבערגער הי"ו ,גבאי דקהלתינו ,אדער מוה"ר ישראל חיים בערגער הי"ו. ď"ĝč ďđĚĘĘ ,ĐĥđďģĐ đĜĕĦĘĐģ ĦđďĝĕĕĦĐ ĦĞč ĕ"ėĞđĞĕĒ đĜĕčĤ ěĤĚ ģ"ė ĕ"Ğ ĐďĝĕĕĦĜ ĦđĕĜĥĚ ĐĤčēĐ .ęĕčĤč ĐĤđĦ ďđĚĘĘ ĘČĤĥĕ ĦđĢđĠĦ Ęėč ĎĐĜĚĐ 'ĕĐĥ đĚė ĦđĕĜĥĚ ĥďē ĤĐđĒč ČĦĕČ ęĎđ ,ĦđĕĜĥĚ ďđĚĕĘ ĦđėĒč ČĘČ ĦđĝĜėĦĚ ĦđĘĎĐ ěĕČ ĥĤďĚč ČĦĕČđ ĦđĎĤďĚĐ ĘėĘ ĐėĒ Ę"ĢĒ ğĝđĕ ĦĕčĐ ěĤĚĥ Ğđďĕđ ,Ĥ"ĐĢĕĐ ĞĕĜėĐĘ ČđĐ ĦđĕĜĥĚĐ ďđĚĕĘ ĦĘđĎĝĥ .ĦđĕĜĥĚ ďđĚĕĘ ĕ"Ğ Ĝ"ĞĘ ěĜčĤď ĥĕďģ ęĞ ČĦđĤčēč ĦđĕĜĥĚ ęĕďĚđĘ ,đĜĕĦĤčēč Ĥčē ČđĐĥ ĕĚ Ęė .ĐĜđĥČĤĐ ĐĜĥč ęđĕđ ęđĕ Ęėč ĐĜĥ ęĕĤĥĞđ ĐČĚ ĤēČĘ ĦČ ěĕĤĕėĒĚ Č"ėđ ĦđĕĜĥĚ ĦėĝĚ ĐĜĥč ęĕĚĞĠ 'ď ďđĚĘĘ ĖĕĤĢ đĜĕĦĤčēč Ĥčē Ęė .ČĕĐĐ ĐĜĥč Ğ"Ę ęĕĤďĞĜĐ ĦđĚĥ .ĘđĘČ 'đ À ěđĕĝ 'ė À ěĝĕĜ 'Ē À ĦčĔ 'đ :ČđĐ ęđĕĝĐ ĕĜĚĒ ĦČ ęĕčĤč ęĕĤĕėĒĚđ ,ĤĔĠĜĐ Ęĥ đĚĥč ĦđĕĜĥĚ ĕģĤĠ ęĕďĚđĘ ĔĕĕĢĤČĕĐ ęđĕč .Ĝ"ĞĘ ĤĜ ěĕģĕĘďĚ ė"Ďđ ,đĦĚĥĜ ĤČĘČď $25 ęĘĥĘ ĖĕĤĢ ĦđĕĜĥĚ ĐĤčēč Ĥčē ĐĥĞĜĥė ĐĜđĥČĤĐ ęĞĠč ).(ĤĕčĞĎĠĕđģĜĕĕČ דער פול געפאקטער זאל לטובת המוסדות אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק. לכבוד דעם גרויסן מעמד איז ערשינען א ספעציעלער מכתב קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בשבח המוסדות ,וואו די רבי שליט"א בעט פון יעדן ארויסצוהעלפן מיט דער עבודת הקודש 'ביד רחבה ורוח נדיבה יותר מכפי היכולת'. דער הערליכער ציבור וואס איז זיך צונויפגעקומען איז געווען א באשיינפערליכער איבערווייז איבער דאס געטריישאפט און אנטשלאסנקייט פונעם בארא פארק'ער ציבור פאר די אייגענע מוסדות .די עסקנים האבן אויפגענומען דעם ציבור און מ'האט זיך געוואשן צו דער סעודת מלוה מלכה' .משוררי בית סאטמאר' האבן געזונגען די זמירות למוצ"ש; הרבני החסיד ספרא רבא מוה"ר שלמה יעקב געלבמאן הי"ו האט באצויבערט די אנוועזענדע מיט 'זכרונות מימי קדם' פון די בארא פארק'ער מוסדות; הרבני הנגיד המפואר מו"ה נפתלי צבי שווארץ הי"ו ,האט געזאגט דעם 'דבר הנהלת המוסד'; און דעם 'דבר ההורים' האט מען געהערט פון איינעם פון די חשוב'ע עלטערן זעלבסט ,מיט אויסערגעווענליכע צופרידנהייט און רגשי תודה כלפי די מוסדות הק'. .ĤČĘĘČď ĐĤĥĞ ČđĐ ĐĜĥ ĘėĘ ĝđĕďĐ ĕĚď ĐĤčēĐč ďēđĕĚč đĚĢĞ ęĕĥĤĐĘ ĖĕĤĢ đĜĕĦĘĕĐģč Ĥčē ČđĐĥ ĕĚ ğČ :ĥĕĎďĐĘ đĜĕČĤ .Ę"ĜĐ ęĕĦđėĒ đĘ ĥĕ đĜĕĦĤčēč "Ĥčē" ČđĐĥ ĕĚ ģĤđ ,ĦđĕĜĥĚ ,đĜĕĦĤčēĘ ęĕĥďē ęĕĤčē ęĕĘčģĚ đĜČ Ĕčĥ Ĕ"ėčĥ Ğđďĕė 'ĕĐĕđ ,đĜĕĦĤčēč Ĥčē ĦđĕĐĘ Ğ"Č ęĕĥĤĐĘ ęĕĥģčĚ đĜČ ė"Ğ .ęĕčĤď ĐĤđĦ ďđĚĘĦč ģĘē đĘ ∫ψ‡ ÌÈ˘¯‰Ï ÌÈÏÂÎÈ .Č"čč đĥČĤč đĜĕėĘĚđ đĜģďĢ ēĕĥĚ ĦČĕčĘ čđĤģč ĐėĒĜ ęĕčĤď ĐĤđĦ ďđĚĕĘ ĦđėĒčđ ęĕČčĎĐ דער הויכפונקט איז געווען די דברות קודש מלהבות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ,צום ערשט בשבח המוסדות ובשבח פון די מחזיקי תורה וואס ערמעגליכן דעם עקזיסטענץ ,און דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום מצב אין ארה"ק ,ארויסברענגענדיג דעם וויי-געשריי פון די ערליכע אידן הנאנחים והנאנקים פון די סבלות הציונים ,און באהויפטעט זייער קלאר ,אז דאס קען נאר צושטאנד קומען ,ליידער ,דורך די וואס זענען 'מבכם ובכם' .רבינו שליט"א האט אויפגעפאדערט יעדן צו באשטייערן פאר די מערכה און מחזק זיין די שרידים אשר ה' קורא ,אית מאן דפרע בגופא ואית מאן דפרע בממונא ,און צום סוף אויסגעפירט מיט ווארימע ברכות קודש לכל העם הנאספים. ■■■ בארא פארק מסלתה ומשמנה פון תלמידי וחסידי סאטמאר באטייליגט ביים היסטארישן מעמד 'התחדשות המוסדות' קהל עדתינו אין בארא פארק יצ"ו האט מיטגעלעבט א זעלטן הערליכן געשעעניש פארגאנגענעם מוצש"ק פ' משפטים ביים מעמד הגדול 'התחדשות המוסדות' אינאיינעם מיט'ן יערליכן דינער טייל פונעם שיינעם אויבנאן ביים מעמד התחדשות המוסדות בתוככי הקהלה »»2 וואוילטעטיגער מפעל "שבת אחים" שע"י קהל יטב לב דסאטמאר שוין פול אקטיוו צום אנקומענדן יו"ט פסח הבעל"ט דער "מפעל שבת אחים" איז ברייט באקאנט צווישן חברי קהלתינו אין בארא פארק מיט זייערע געבענטשטע אקטיוויטעטן ארויסצוהעלפן' דעם ציבור אין פארשידענע הינזיכטן ,איבער אלעם זענען זיי בארימט מיט דעם ספעציעלן "פסח פראגראם" ארויסצוהעלפן קינדער געבענטשטע משפחות זאלן זיך קענען ספראווען מיט די אומגעהויערע הוצאות פונעם קאסטבארן יום טוב ,דורכ'ן פארקויפן גרעסערע קוואנטומען פון די פונדאמענטאלע פסח פראדוקטן ווי "מצות מהודרים" פון בית האופה דקהלתינו הק'' ,גרעיפ דזשוס' ,ציצית און נאך תשמישי קדושה ,פאר שפאט ביליגע פרייזן .און דאס איז אויסער די ברייטבאקאנטע קופת "מעיני הישועה" וועלכע פארטיילט שווערע טויזנטער דאלארן פאר משפחות לכבוד יום טוב און ווערט געפירט ע"י הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א. ·¯ÀE²°»°·¸»³Æ¸lÁÈ ½¯Ç עטליכע שטייענדיג וואכן בעפאר'ן יום טוב פסח הבעל"ט ,האט Æû°ÁÈɼ¸»Æȼ¸·ÃȽkÇÃÆÈÇÁ²À° זיך די הנהלה פון "שבת צוזאמגענומען אחים" פארגאנגענע וואך אין די ½¸·¼Á¿Á±¿¯±Ç¯Ã¼Á²µ¯Ç´°¸Å¾k°´È¶¾Ç¯Ã¾¸¸µÁ¸²´½Ç¸½¾»¸´´¼Á² אפיסעס פון קהל יטב °´·¼´¸¼´Å±¿´·¸¸Ç±Ç¯ÃÁ°¾¸¯³Ã¸À¯¾¯¾Á½´ÆÁ±Ç¯Ãµ¸¯·»ÁÁ³±¯·À¿¸² ¾¸¸µÁ¸²´½Ç¸½¾»¸´´¾º»ÁÇȯ°´·ÇÉ´¸³²Å»ÁÀÁ»¯¾¸¸µ´ÅDzÀ½¸²º¶Àà לב כדי צו דעבאטירן ¯Á¿Á±¿¯±Ç¯Ã¸²¸´´ÇÁ¸Çþ¸¸µ¾»Á´´ÀÁ¸Å¯Æ¸»Ã¯¸²¾°Á±´Å¿¸¸Ç¯¼¸¿½µ¸²µ און פלאנירן דער 'פסח ¸¯¼¸¿½µÁº¸»·Æ¿´Ã¸²ÇÁ°¸¯É´Á²´½Á±¸²ÇÁ·¸¸´´¹¯¿·±»¯ÃÁ·¸°¾Ç ¾Ç¯·¿Á½¯Æ¾´¯É´ÇÁ³·¯³ÀÁÇÁ´´¸¸À¾´Ã¾·Á°Ç¸½¾»¸´´±¸·¸¸Åº¸¸»± פראגראם' פון היי יאר »ÇÁ½´¿¾Ã¸´¯k¼¸¶¯É°Èk¾´ÃÀ¸Ã¯¾¸¯¾Ã´Ç¿¸¸Ç¯Á·¸°»¯µÇ´°¸Å³É»Á´É ]* לשנת תשע"ב .ביי דער אסיפה איז באשלאסן °Ç²´°º° ¼¸¶¯É°ÈÉ»³¿³ עטליכע געווארן ענדערונגען פאזיטיווע אי"ה מ'וועט וואס דורכפירן היי יאר אז דער פראגראם זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב צו יעדן איינעם'ס צופרידנהייט .איינער פון די זאכן וואס איז באשלאסן געווארן איז אז דער ציבור זאל אנהייבן אריינגעבן די נויטיגע אפליקאציעס מיט עטליכע וואכן פריער כדי מען זאל זיך ריכטיג קענען צורישן און דורכפירן דעם אויספארקויף לשביעת כל הציבור. /FFICE.EW5TRECHT!VENUEs"ROOKLYN.EW9ORKs4ELs&AX ½´³°´È¶³Á² פארגאנגענעם שבת פרשת משפטים איז שוין ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה מטעם "שבת אחים" איבער די פלאנירטע טויש אין די זמנים ,דער ציבור האט גאר ווארעם באגריסט דעם שריט און אויסגעדרוקט זייער דאנקבארקייט פאר די הנהלה פאר'ן צושטעלן די נאבעלע חסד אונטערנעמונגען וואס האבן שוין במשך די פארגאנגענע יארן געשפארט צענדליגע טויזנטער דאלארן פאר היימישע משפחות ,און א דאנק 'שבת אחים' האבן פילע משפחות געקענט פראווען דעם יום טוב פסח מיט א ריכטיגער הרחבת הדעת ושמחת החג. קמחא דפסחא! ■■■ קרית יואל שירו לו שיעור חדש: פארמיטאג שיעור פון הרה"ג ר' יואל רייז שליט"א פארענדיגט מסכת ביצה; אנגעהויבן מסכת פסחים אנהויב פונעם היי-יאריגן ווינטער האט די הנהלת התאחדות אברכים ספעציעלן שיעור גפ"ת מסדר געווען א ּ פאר בעלי בתים ואברכים וואס זענען פריי פון דער ארבעט אין די פארמיטאג שטונדן ,פארגעלערנט פונעם חשוב'ן מגי"ש ,הרה"ג ר' יואל רייז שליט"א ר"מ בישיבה קטנה ,וועלכער לערנט פאר לעבהאפט און געשמאק ,אזש א גייסטיגער געשמאק צעגייט זיך אין אלע שעפן ּ גלידער און די משתתפי השיעור זיך אן מיט גייסטרייכער פארגעניגן און סיפוק הנפש. בעזהשי״ת יום א' פרשת תרומה מתחילין מסכת פסחים אצל השיעור שנלמד ע"י הר"ר יואל רייז שליט"א בשעה 10:15עד 11:15לפנצ"ה ביום א' משעה 11:15עד 12:15 בעזרת נשים ובעת כזאת "הזדמנות מיוחדת" לאלו שפנוים ממלאכה בשעות לפנצ"ה לקבוע בשיעורי תורה דרבים! הנהלת התאחדות אברכים אין די געציילטע חדשים פונעם אנהויב יאר האבן די משתתפי השיעור באוויזן דורכצולערנען גאנץ מסכת ביצה .צום יום הסיום איז געפראוועט געווארן דער יומא טבא לרבנן דעם פארגאנגענעם מוצש"ק אינאיינעם מיט א רייכע סעודת מלוה מלכה ,אין שטוב פון הרה"ח משמח אלוקים ואנשים ר' אליעזר יקיר ברוין הי"ו פון די מקשיבי השיעור ,וואו עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד בעהוץ שליט"א מיט ווארימע דברי חיזוק בלימוד התורה ,און מיט'ן הדרן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל רייז שליט"א דער מגי"ש. יעדער איז ארויס מיט א שטארקע חיזוק אויף ווייטער פארצוזעצן בלימוד התורה ,כי הם חיינו ואורך ימינו! ■■■ הערליכע מלוה מלכה פאר די ילדי תשב"ר וועלכע באטייליגן זיך ביי חברת תהלים פארגאנגענעם מוצש"ק פ' משפטים איז פארגעקומען א הערליכער מעמד פאר די הונדערטער ילדי תשב"ר כ"י וועלכע זענען זיך משתתף ביי די וועכנטליכע חברת תהלים אין ביהמ"ד הגדול וביהמ"ד תהלות יואל דקהלתינו הק' .דער מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה בת"ת בנין גאלדבערגער עס האבן זיך דארט פארזאמעלט הונדערטער קינדער כ"י. געעפנט דעם מעמד האט הר"ר יודא בעריש לויפער הי"ו ,דער געטרייער אנפירער פון חברת תהלים ,וועלכער גיט זיך אוועק מדי שבוע בשבוע בלב ובנפש ,ער האט ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די טייערע קינדער וואס שטייען אויף פרי יעדן שב"ק צו זאגן די הייליגע פסוקי דרחמי פון דוד מלך ישראל .עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודת מלוה מלכה צוגעשטעלט דורך מוה"ר יואל גאנץ הי"ו ,קעכער פון די מוסדות הק' ,אויך האט בתוככי הקהלה »»3 גאר שטארק ארויסגעהאלפן ר' בן ציון יואל זילבערשטיין הי"ו, מענעדזשער פונעם בנין ת"ת. במשך דעם מעמד איז געזונגען געווארן דורך די קינדער הערליכע ניגונים באגלייט בתופים ומחולות צוגעשטעלט דורך די חשוב'ע משפחת קארפען שיחי' .עס האט אויפגעטרעטן הר"ר חיים יצחק האכהייזער שליטא מיט א הערליכע באלערנדע מעשה פון דעם כח התפלה פון תינוקות של בית רבן וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם ,און דערנאך איז פארטיילט געווארן ממתקים און א הערליכע געשאנק פאר אלע קינדער, נתנדב געווארן דורך הרבני ר' אברהם יושע מענדלאוויטש הי"ו .די קינדער זענען אוועק מלא חיות וחיזוק פארצוזעצן ווייטער זיך צו באטייליגן ביי די חברת תהלים און פועל'ן אלעס גוטס בכוחן של תשב"ר. נריעה לצור ישענו! ■■■ מאנטריאל לפאר ולרומם: סעריע איבערפרישונגען אנגעהויבן אין ביהמ"ד הגדול; פאזיטיוו באגריסט פון ברייטן ציבור חברי הקהלה אין א לעצטערן באשלוס האט די הנהלת הקהלה באשלאסן אנצוהייבן מיט א ריי וויכטיגע איבערפרישונגען מינדערוויכטיגע און ביהמ"ד אין רענאוואציעס הגדול ,לפאר ולרומם את בית ה' .פארגאנגענעם מאנטאג פ' משפטים האט מען אנגעהויבן איבערקאלעכן און איבערפארבן אלע קארידארן ,וואס האט שוין אריינגעבלאזן א באנייטע פרישקייט אין דער אטמאספערע .ווי אויך איז אביסל פארגרעסערט געווארן די לאבי ביי די הויפט אריינגאנג וואס גיט פיל א שענערן און פרישער אויסקוק פאר'ן גאנצן בנין באלד ביים אריינקומען ,אז ס'זאל זיין כראוי וכיאות לכבודה של האי מקום תורה ותפלה. ווי די עסקנים אינפארמירן צום 'בתוככי' איז דאס בלויז דער אנהייב פון א רייע פעולות לטובה ולברכה וואס ווערט אי"ה געפלאנט אהערצושטעלן דער בית מקדש מעט און איבערפרישן דעם בנין הבית מדרש כלול בתפארתה ,און דאס אלעס ווערט געטוען דורך געטרייע עסקנים עוסקים בצרכי ציבור באמונה, די חברי ועד הנהלת הקהלה אינאיינעם מיט די עסקני הקהלה, וועלכע געבן זיך אוועק בלב ובנפש על כל צעד ושעל וויאזוי צו פארשענערן און פארבעסערן און דערהייבן דעם קרן התורה והיראה בקרב הקהלה. חפץ ה' בידם יצליח. ■■■ גייסטרייכע דרשת חיזוק והתעוררות פון הרה"ג רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א ,לסיום ימי השובבי"ם דעם פארגאנגענעם מיטוואך פ' משפטים איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול א הערליכע דרשת חיזוק והתעוררות ל סיום ימי השובבי"ם דורך הרה"ג רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א, וועלכער וויילט אצינד אין מאנטריאל .ביי די געהויבענע דרשה וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען רובם ככולם פון אנ"ש חברי הקהלה ,האט הרה"ג ר' יצחק משה שליט"א ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פארבארגענע כוחות וואס יעדער מענטש פארמאגט, מ'דארף עס נאר אפירטרעפן ,ידלם איש תבונה .ער האט שטארק ארומגערעדט פון ישראל ואורייתא וקוב"ה חד הוא ,און מען טאר נישט דורכלאזן די ימי השובבי"ם ,נאר מען מוז זיך מיטנעמען קבלות טובות אויך אויף ווייטער .בקול רעש גדול ובקול בוכים האט דער משפיע הגדול מתריע געווען איבער דעם חורבן האיום וואס די היינטיגע כלי משחיתים זייען אן אינעם יוגענט ,און אויפגעפאדערט יעדן אז מען זאל זיך היטן ,שמרו מכל משמר, ווייל אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה ,און מען דארף זיין בבחינת גודר גדר ועומד בפרץ און נאר אזוי וועט מען בעזה"י קענען מחנך זיין די דורות לתורה וליראה. כי אם לשמוע את דבר ה'! לאנדאן ריזיגער ציבור חברי הקהלה באטייליגט ביים 'מאסן פראטעסט' קעגן די ממשלת הכופרים ,פארנט פון זייער קאנסולאט על פי פקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ובית דינו הצדק ,וקריאת הקודש פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א א מאסן ציבור חברי קהלתינו ואנ"ש שלומי אמוני ישראל תושבי העיר הבירה לאנדאן יצ"ו ,זענען ארויס דעם פארגאנגענעם מאנטאג פ' משפטים צו א שטורמישער פראטעסט פארנט פון דער ציוניסטישער קאנסולאט ,אויסצושרייען דעם וויי-געשריי קעגן די רדיפות הדת פון דער ציוניסטישער ממשלה ,וואס האט געגרייכט נייע קלימאקסן די לעצטערע וואכן .דער יו"ר איז געווען הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א ,און עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' משה יצחק לונצער שליט"א ,מו"ץ בקהלתינו ,וועלכער האט ארויסגעברענגט דאס ווייטאג פון כלל ישראל; הגאון רבי דוד יהודא הירשפעלד שליט"א ,דומ"ץ ק"ק מונקאטש מאנסי; הרה"ג רבי יעקב מארמארשטיין שליט"א אב"ד אהל משה האט גערעדט אין די ענגלישע שפראך; העסקן הדגול ר' אשר גראד הי"ו האט פארגעלייענט אויף ענגליש דעם אפיציעלן פרעס רעליעס; העסקן מו"ה משה אלימלך שטערן הי"ו האט באדאנקט די פאליציי; און החסיד הישיש מו"ה אברהם שווארץ הי"ו האט פארגעזאגט פסוקי תהלים. דער עצרת מחאה האט אפגעקלינגען מיט א מעכטיגן קידוש שם שמים אומעטום ,און אויסערגעווענליך מחזק געווען די שרידים אשר ה' קורא בעיר ה' שמה. בתוככי הקהלה »»4 מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת תרומה זונטאג משפטים אין די נאכמיטאג שטונדן זענען אריבערגעקומען די חברי הנהלת מוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג ,צו באהאנדלען פארשידענע אויפקומענדע אנטוויקלונגען אינערהאלב די מוסדות הק' און מטכס עצה זיין אויף וויכטיגע אנגעלעגנהייטן וואס זענען עומדים על הפרק. עקסטער האבן די חברי ועד הנהלה רעפערירט צום רבי'ן שליט"א איבער די פארשריט ביים בנין האדיר החדש פאר'ן בית רחל וואס ווערט אויפגעבויעט לשם ולתפארת. ■ שפעטער איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ביקור גומלין צו מחותנו כ"ק הגה"צ רבי יושע ראזענבערגער שליט"א ,אבד"ק קרית רמ"א וחבר הביד"צ העדה החרדית ,בבית הרבני הנכבד המפו' מוה"ר אברהם יושע גראס הי"ו .דער חשוב'ער רב שליט"א האט אויפגענומען רבינו שליט"א מיט גרויס כבוד באותות אהבה והערצה און מ'האט אינאיינעם פארברענגט א לענגערע צייט בדברי תורה וסיפורי צדיקים. ■ אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום זאל פון ראוז קעסטל צו באשיינען ביי דער שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו ,לכבוד זיין חשוב'ן פאטער הרבני הנגיד המפורסם ,הטפסר הגדול ,נדיב ושוע ,ישרא"ל עושה חיל, הרבני החסיד המפורסם בצדקת פזרונו הר"ר ישראל גאלדבערגער הי"ו, דער בארימטער בונה ומקים עולמות של תורה ויראה בעיר קרית יואל יצ"ו ,וועלכער האט אט פארענדיגט דעם הערליכן פרעכטיגן תלמוד תורה געביידע "בנין גאלדבערגער" און האלט אינמיטן אויפבויען דעם נייעם פרעכטיגן בנין פאר'ן בית רחל. רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען אין א געהויבענער שטימונג און נאכ'ן זאגן די שבע ברכות האט דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן און די מחותנים ובפרט מיט'ן חשוב'ן זיידן הרה"ח ר' ישראל הי"ו ,וועלכער איז עומד לימין רבינו שליט"א מיט א מסירות נאמנה מיט'ן אויפבויען די בנינים אדירים למען המוסדות בעיר קרית יואל. ■ מאנטאג משפטים רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביי א משפחה-שמחה ,שמחת פדיון הבן ביי האברך מו"ה יעקב יודא ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו אן אייניקל פון הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א מנהל רוחני במוסדותינו הק' ,און אן איידעם ביי גיסו הרב יעקב דוב שפיץ שליט"א ר"מ בישיבת ליזענסק מאנסי ,וואס איז פארגעקומען באולם קראסנא אין וויליאמסבורג. ■ נאכמיטאג זענען אריבערגעקומען אל ביתו נאוה פון רבינו שליט"א א גאר חשוב'ע דעלעגאציע פון גדולי רבני ומנהיגי העיר מאנסי איבער א וויכטיגע שטאטישע אנגעלעגנהייט העומד על הפרק ,וועלכע זיך זענען געקומען זיך דורכרעדן און הערן חות דעתו הרמה פון רבינו שליט"א. ביי דער אסיפה נחוצה האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע די פאלגענדע רבנים הגאונים מנהיגי הקהלות :הגאון רבי משה גרין שליט"א ראש ישיבה דמאנסי ,הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אב"ד נייטרא מאנסי ,הרה"ג רבי מיכאל דוב ווייסמאנדל שליט"א ,ראש ישיבת נייטרא טשעסטער ,הרה"ג רבי ישראל שמחה שארר שליט"א ראש ישיבת אור שמח ,הרה"ג רבי אלימלך בן הגאון ר' חיים פלאהר שליט"א, און עטליכע חשוב'ע עסקני הכלל. ■ נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א בבית האכסני' פון הרה"ח המפו' ר' יוסף יחיאל גאלדבערגער הי"ו ,מגדולי עסקני היהדות החרדית. דער קאסובער רבי שליט"א האט אנטפאנגען רבינו שליט"א מיט גרויס כבוד והערצה ,און עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים .דער קאסובער רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א בפירות ויין ונפרדו לשלום. ■ אויפדערנאכט האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי דער שמחת נישואין פון המחותנים הרה"ח ר' זאב וואלף באש הי"ו און הרה"ח הנגיד ר' יוסף שווימער הי"ו ,חבר הנהלת המוסדות פון בארא פארק ,וואס איז פארגעקומען אין זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג .לכבודו פונעם חשוב'ן מחותן וואס איז פון די גדולי התומכים ועמודי התוך פון די קהלה און מוסדות אין בארא פארק, ולכבוד אביו הדגול הנגיד המפו' הרה"ח מוה"ר מענדל שווימער הי"ו, ראה"ק וחבר הנהלת המוסדות אין קרית יואל ,און זיין שווער הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו חבר הנהלת המוסדות אין בארא פארק ,איז רבינו שליט"א צוריקגעקומען שפעטער זיך משתתף זיין ביי דער חתונה און טאנצן מיט'ן חתן און די מחותנים. ■ בתוככי הקהלה »»5 רבינו שליט"א האט אנגערופן קיין פלארידא צו הרה"ח הישיש הנגיד מוה"ר מענדל וויינשטאק הי"ו ,וועלכער איז געזעסן שבעה נאך דער פטירה פון זיין חשוב'ן ברודער .רבינו שליט"א האט ארומגערעדט א וויילע מיט'ן חשוב'ן נדיב און דערנאך ווארים געוואונטשן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולו. ■ דינסטאג משפטים דאנערשטאג משפטים אין די פארמיטאג שעות זענען אריבערגעקומען די חברי הנהלה פונעם בארימטן בית חינוך לבנות 'בנות ירושלים' בירושלים עיה"ק אויף אן אסיפה נחוצה בבית רבינו שליט"א ,צו באהאנדלען דעם ביטער שווערן לאגע אין וואס זיי געפינען זיך פינאנציעל אין די לעצטערע צייטן .מ'האט אויסגעשמועסט פארשידענע עצות און שריט וואס דארפן אונטערגענומען ווערן ,רבינו שליט"א האט שטארק מחזק געווען די שומרי משמרת הקודש אנצוגיין ווייטער ביתר שאת וביתר עוז ,און פארשפראכן צו שטיין צו הילף מיט וואס נאר מעגליך. רבינו שליט"א האט געדאווענט אין ישיבה גדולה און דערנאך פארהערט 2כתות אויף די לימודים פון דער פארגאנגענעם וואך כמנהגו מידי שבוע בשבוע. ■ אויפדערנאכט האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי דער שמחת נישואין פון המחותנים הרה"ג ר' אברהם חיים גליק שליט"א, ר"מ בהישיבה גדולה ,און הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו ,עסקן לטובת מוסדות יטב לב ,אין די תקנות-זאל פרדס פיגא. ■ שפעטער נאכמיטאג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך דער קלויזענבורגער רבי שליט"א פון בארא פארק .מ'האט ארומגערעדט בדברי תורה וסיפורי צדיקים פאר א וויילע ,און דערנאך איז עפ"י בקשת רבינו שליט"א ארויסגעשיקט געווארן אלע אנוועזנדע ווי דער רבי שליט"א האט דורכגערעדט פריוואט בדברים נחוצים הנוגעים לחיזוק הדת פאר א שטיק צייט ,און דערנאך האט מען זיך געזעגנט לשלום. מיטוואך משפטים ■ רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה ,וואו רבינו שליט"א איז פארבליבן ביז נאך תפלת מנחה .עס זענען פארגעקומען עטליכע אסיפות צווישן די ראשי ישיבות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, שפעטער האט רבינו שליט"א פארהערט עטליכע תלמידים דעם לימוד פון נאכמיטאג סדר בפרק השואל אין מס' בבא מציעא. ■ דערנאך זענען אריבערגעקומען די חברי ועד הנהלת בית האופה דקהלתינו הק' ,וועלכע קומען אריבער יעדע שטיק צייט אל ביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א מיטצוטיילן דעם רבי'ן שליט"א מיט אלע אויפקומענדיגע אנטוויקלונגען און איינצלהייטן אינעם בית האופה וואס שטעלט צו די מצות פאר אלפי חברי קהלתינו הק' ,און רבינו שליט"א איז כסדר משגיח בעינא פקיחא אויף אלע עניני הבית האופה. נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק זיך באטייליגן ביי דער יארצייט סעודה לע"נ גיסו ומחותנו הגה"צ אבד"ק מאקעווע זצ"ל ,וואס איז פארגעקומען אין מאקעווער ביהמ"ד אין בארא פארק. ■ ■ רבינו שליט"א האט געלייגט תפלין פאר'ן חתן הבר מצוה נ"י בן מוה"ר יחזקאל סאנדער הי"ו פון וויליאמסבורג. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער באזוכן ביי הגה"צ רבי ישעי' יעקב פארטוגאל שליט"א ולרפו"ש ,אבד"ק מאור הגולה במאנטריאל, וועלכער ערהוילט זיך נאכ'ן אריבערגיין א שווערן מעדיצינישן פראצעדור .רבינו שליט"א האט שואל געווען בשלומו ובשלום אביו כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א ,און א לענגערע צייט ארומגעשמועסט בדברי תורה והתחזקות. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק צו דאווענען תפלת שחרית אין ביהמ"ד ביסטריץ ,וואו עס איז פארגעקומען א שמחת ברית מילה ביי בן הנולד למזל טוב ביי הרב יעקב ישראל בן הרה"ג רבי מאיר שפיץ שליט"א אבד"ק ביסטריץ ,א שוואגער פון רבינו שליט"א ,וואו רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. צו דער ענדע האט רבינו שליט"א ווארים אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות אויף א רפואה שלימה ומהירה מתוך בריות גופא ונהורא מעליא ,ונפרדו לשלום. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי א שמחת פדיון הבן פון בן הנולד למזל טוב ביי האברך מו"ה יואל יוסף פעקעטע הי"ו בן הרה"ח ר' עזריאל פעקעטע הי"ו ,וואס איז פארגעקומען בבית אביו הרה"ח ר' עזריאל הי"ו. ביינאכט זענען אריבערגעקומען די ראשי הקהלה צו רבינו שליט"א אויף א וויכטיגע אסיפת הנהלת הקהלה דן צו זיין איבער עטליכע וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק בעניני הקהלה ,רבינו שליט"א האט אויך געהערט א רעפעראט פונעם יערליכן מעמבערשיפ קאמפיין וואס איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס הצלחה ב"ה ,און עס איז ברייט ארומגערעדט געווארן די פינאנציעלן מצב פון די הוצאות הקהלה, און פארשידענע הצעות איבער הייבן די הכנסות פון קהל. ■ ■ עש"ק משפטים שבת קודש פ' משפטים דער געהויבענער שבת שקלים ושבת מברכים ר"ח אדר איז פאריבער גאר דערהויבן בחצרות קדשינו .ביי די תפלות ועריכות השלחנות האט זיך אנגעזען א גרעסערער ציבור געסט ואנשי שלומינו, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א. בתוככי הקהלה »»6 ביים עריכת שלחן הטהור בליל שבת קודש האט זיך באטייליגט א גרויסער ציבור בעלי בתים אברכים ובחורי חמד .עס איז פארגעקומען דערביי די שמחת השלום זכר פון בן הנולד למזל טוב ביי האברך מו"ה יצחק פריעד הי"ו ,בן הרה"ח ר' חיים דוד הי"ו וחתן הרה"ח ר' אבא בערקאוויטש הי"ו. שבת אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט תפלת שחרית לפני התיבה מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש .עס זענען געפראוועט געווארן די שמחות עלי' לתורה פון די חשוב'ע חתנים תלמידי ישיבתינו הק' :החתן אברהם יצחק יודא בן הרה"ח הנגיד ר' אהרן גבריאל הויער הי"ו עב"ג הרה"ח הנגיד ר' שמשון מארמארשטיין הי"ו; החתן ליפא בן הרה"ח ר' יחזקאל גאלדמאן הי"ו עב"ג הרה"ח ר' משה בר"נ שווארץ הי"ו פון קרית יואל; החתן יוסף רזיאל יהודה בן הרה"ח ר' משה יונה וויינבערגער הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' אברהם אהרן ראטה הי"ו. די עליות זענען צעטיילט געווארן צווישן די חתנים ,מחותנים און געסט .עקסטער האט עולה געווען הבחור יעקב שטיין ני"ו ,וועלכער האט געבענטש גומל נאכ'ן געראטעוועט ווערן בנסי ניסים פונעם שרעקליכן אינצידענט ממחרת יום הצלה פון רבינו הקוה"ט זי"ע כ"א כסליו ,ביים ארויסהעלפן מיט'ן צורעכט ברענגען דעם זאל ,און בחסדי ה' כי לא תמנו איז ער שוין ב"ה פולקאם ערהוילט געווארן בבריאות השלימות. כ"ק מרן רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפלת מוסף ,כנהוג בשבת שקלים און לכבוד דער יארצייט פון מרן זקינו הק' בעל קדושת יום טוב זי"ע וואס געפאלט די קימענדיגע וואך. ■ מוצש"ק משפטים מוצש"ק איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק צו מפאר זיין בראש המסובים ביים דינער לטובת המוסדות אין בארא פארק )זעט אויספירליכע באריכט ביי די קהל'ישע נייעס(. ■ זונטאג תרומה רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול. בעפאר'ן דאווענען האט רבינו שליט"א געלייגט תפילין פאר די חתני בר מצוה ,בן הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו און בן הרה"ח ר' בערל סטרולאוויטש הי"ו ,אייניקל פון הרה"ח ר' חיים משה סטרולאוויטש הי"ו פון לעיקוואד. ■ זונטאג פארמיטאג איז דער רבי שליט"א געפארן אויף א בליץ- באזוך קיין מיאמי אין פלארידא לטובת מוסדותינו הק' אין באגלייטונג פון אן ענגע דעלעגאציע צווישן זיי די גבאים ומשמשי בקודש הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א און הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א, און צוויי מיטגלידער פון מוסדותינו הקדושים אין וויליאמסבורג ,הרבני הנגיד המפואר ר' אשר אלימלך מייזעלס הי"ו און מוה"ר אהרן הערש פריינד הי"ו. דער רבי שליט"א איז פון לופט פעלד אריינגעפארן קיין מיאמי אין די קאר פון הרה"ג ר' ישראל ווייס שליט"א מגי"ש בביהמ"ד בית ישעי' מחשובי אנ"ש אין מיאמי יצ"ו. במשך די שעות וויילענדיג אין מיאמי האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי פילע נגידים און פילאנטראפן ,צווישן אנדערע האט דער רבי שליט"א אפגעגעבן ביקורי כבוד ביי האחים הנגידים החשובים מוה"ר אהרן און מוה"ר מנחם צבי וויינשטאק הי"ו ,הרבני הנגיד המפואר ר' שלמה הייזלער הי"ו ,הרבני הנגיד המפואר רבי יעקב כהנא הי"ו ראש הקהל דקהלתינו הק' ,הרבני הנגיד המפואר מוה"ר אליעזר קעסטנבוים הי"ו ,און הרבני הנגיד המפואר ר' מאיר בראנד הי"ו ,און ביי הרבני החסיד המפורסם רבי עזריאל גליק שליט"א משב"ק רבינו הקוה"ט זי"ע ,וואו עס איז אויך געווען אנוועזנד זיין איידעם הרה"ג רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל ישיבה גדולה. ביי יעדן באזונדער האט מען א לענגערע צייט שיין פארברענגט בדברי תורה וסיפורי צדיקים אויף גאר אן איינגענעמען אופן .באזונדער איז דער רבי שליט"א מיט גרויס התרגשות געזעצן א לענגערע צייט ביי הרבני הנגיד מוה"ר אליעזר קעסטנבוים הי"ו ,ערוועקנדיג מיט נאסטאלגיע די ווארעמע גייסטרייכע זכרונות פון די יארן וואס דער דירה האט געדינט אלס דער ביתו נאוה קודש פון מר אביו כ"ק מרן רבינו הגה"ק זי"ע בעל ברך משה. דער רבי שליט"א איז במשך פונעם טאג ארומגעפירט געווארן אין די אויטא פון העסקן מוה"ר דוד יודא שווארץ הי"ו ,וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיט'ן אראנזשירן אלע איינצלהייטן און באדערפענישן וואס האט זיך אויסגעפעלט צום הצלחה פונעם באזוך. צו תפילת מנחה ומעריב איז דער רבי שליט"א אין שפיץ פון די דעלעגאציע געגאנגען דאווענען אין קערעסטירער בית המדרש ,וואו עס איז זיך צוזאמענגעקומען א ציבור פון העכער 150חסידים ואנשי מעשה ,צווישן זיי חשובי זקני קהלתינו הק' ,פון די גאנצע געגנט, וועלכע האבן געוואלט אריינכאפן דער געלעגנהייט מיט צו דאווענען במחיצת פון רבין שליט"א .עס האט זיך געשפירט אין די לופט א יום טוב'דיגער אטמאספער ,פון כל זמן שהצדיק בעיר היא הודה זיוה והדרה. צווישן מנחה מעריב האט באגריסט דעם רבי'ן שליט"א הרה"ג ר' ניסן פריעדמאן שליט"א אן ארטיגער ראש הכולל ,וועלכער האט בשם כל הקהל הקודש ארויסגעברענגט רגשי לבבם אז מ'האט די זכי' צו ענטפאנגען דעם מנהיג של רבבות אלפי ישראל מרן רבינו שליט"א, ערקלערנדיג וואס פאר א טיפער רישומא דקדושה און התחזקות אזא באזוך לאזט איבער פאר'ן היימישן ציבור וואס וואוינט א גאנץ יאר אין מיאמי .נאך מעריב האט זיך ווי נאטורליך פארמירט א לאנגע ליניע אפצוגעבן שלום פאר'ן רבי'ן שליט"א ,ואף היא ענה כנגד המברכים באנפין נהירין. ביי ענדע פונעם באזוך איידער רבינו שליט"א האט זיך צוריקגעקערט קיין ניו יארק ,איז דער רבי שליט"א זיך געגאנגען אפרוען אויף א וויילע אין די דירה פון הרבני הנגיד המפואר ר' שלמה מיכל ראזנער הי"ו מראשי קהלתינו הק' אין קרית יואל ,וועלכער איז געווארן אראנזשירט דורך בנו הרה"ח ר' משה דוד הי"ו חבר הנהלת המוסדות, וואו עס איז געווארן צוגעשטעלט א ברייטע סעודת ערב פאר אלע געסט דורך הרה"ח ר' יעקב יצחק ב"ר שמשון גאלדשטיין הי"ו. שפעט ביינאכט האט דער רבי שליט"א מיט די גאנצע דעלעגאציע געלאנדעט אין ניו יארק. בתוככי הקהלה »»7 ברכת מזל טוב ברכת מזלא טבא ,מעמקי דלבבא ,לידידינו היקרים ,אנ"ש הנכבדים, מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים ,שמם הטוב מפוארים לרגל שהשמחה במעונם ביהמ“ד הגדול • הרב מאיר טייטלבוים הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • הרב אהרן מנחם כ"ץ הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה יעקב גליק הי"ו מגבאי בביהמ"ד לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה שאול פערלשטיין הי"ו סגן ראש הקהל דקהלתינו לרגל הולדות נינו למז"ט • מו"ה זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש דקהלתינו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה משה וואלף רייך הי"ו לרגל הולדות נינו למז"ט • מו"ה משה גליק הי"ו לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה מאיר ראטה הי"ו לרגל אירוסי נכדתו למז"ט • מו"ה אהרן יעקב רייך הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה וואלף שטארק הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה יעקב גליק הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה נחמן קעפעטש הי"ו לרגל הולדות נינו למז"ט • מו"ה פייביש ראזענבערג הי"ו לרגל אירוסי נכדתו למז"ט • מו"ה יצחק בלומענפעלד הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה מנשה אליעזר ראזענבערג הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט • מו"ה משה דוד גרין הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה חיים אלי' בערגער הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה אהרן גבריאל הויער הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה שמשון מארמארשטיין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה יחזקאל גאלדמאן הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה משה יונה וויינבערגער הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה אהרן פריעדמאן הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה משה לויפער הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה וואלף שווארטץ הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה קלמן פריעד הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה יצחק שמואל שניטצער הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט • מו"ה יושע יעקב טירנויער הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה חיים ראטה הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט • מו"ה שמעון משה טירנויער הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה יונתן ווייס הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יוסף יוחנן לאנדא הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט קיט"ל אברכים זופניק • מו"ה יודל קאהן הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה אברהם יוסף יו"ט ווייזער הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט קיט"ל תהלות יואל • מו"ה נתן יוסף גרין הי"ו לרגל נישואי נכדתו הי"ו • הרב משה מרדכי בוכינגער הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה יצחק אהרן גרין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה נתנאל פערלשטיין הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה יוסף ברש"ד לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה אברהם אהרן גרובער הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה שלמה ברייער הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה אהרן יודא וועזל הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה שמשון מארמארשטיין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה יחזקאל גאלדמאן הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה חיים הערש מויזקאפף הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה אברהם ראטענבערג הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט • מו"ה מנחם מאניש ניישטיין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה אברהם וואלף בר"ב שטויבער הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה הערשל נידערמאן הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה דוד ניישטיין הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט קיט"ל קליימער סט. • מו"ה חיים אלי' צבי מערמעלשטיין הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט בתוככי הקהלה »»8 ברכת מזל טוב • מו"ה מנשה אליעזר ראזענבערג הי"ו קיט"ל אוהל פיגא לרגל אירוסי בתו למז"ט סאוט 8סט. • מו"ה משה יונה וויינבערגער הי"ו • מו"ה חיים גליק הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה אברהם אהרן ראטה הי"ו • מו"ה עזרא משה קויפמאן הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה נפתלי אייזיקאוויטש הי"ו קיט"ל בארא פארק לרגל נישואי בנו הי"ו • מו"ה חיים אפרים פרענקל הי"ו • מו"ה משה יצחק ווייזער הי"ו • מו"ה יוסף שלמה גרינפעלד הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה אהרן אייזדארפער הי"ו לרגל תגלחת בנו למז"ט • מו"ה שלמה אדלער הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה משה אדלער הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה ישראל בן ציון פערל הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה חיים הערש לעפקאוויטש הי"ו • מו"ה נח משה שטיינבערג הי"ו • מו"ה חיים פריעדמאן הי"ו • מו"ה אברהם שמואל ווייס הי"ו קיט"ל בניני יאקאבאוויטש לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה משה לייב מייזעלס הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה שמואל בר"ט בראך הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה שמעון משה טירנויער הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט קיט"ל בית יעקב נחמי' מורטול עוו. • מו"ה יוסף שווימער הי"ו מגבאי בביהמ"ד לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה משה יצחק ווערצבערגער הי"ו • • מו"ה נתנאל פערלשטיין הי"ו לגרל הולדות בנו למז"ט לרגל הולדות בנו למז"ט לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה יונתן בנימין קרויס הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יצחק אהרן ווייס הי"ו לרגל הולדות התאומות למז"ט קיט"ל קרית יואל • הרב אלטר וואגשאהל שליט"א לרגל נישואי בתו למז"ט לרגל אירוסי בנו למז"ט • לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה משה חיים בערקאוויטש הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה אהרן פערענץ הי"ו • מו"ה הערשל יאקאבאוויטש הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה זונדל פייערווערגער הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יצחק אפפעל הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט מאנטריאל • ר' נתן נטע פויגעל ני"ו לרגל לנשואי נכדו למז"ט • • מו"ה יואל בר"י לויפער הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט ר' הערשל פליישמאן שליט"א מנהל בית אסתר לרגל הולדות נכדתו למז"ט • ר' אייזיק פריעדמאן הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • ר' חיים נחום קאהן הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • ר' מרדכי צבי הכהן קאהן ני"ו ראה"ק דקהלתינו הק' לרגל הולדת נכדתו למז"ט לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה ישראל ארי' גאלדבערגער הי"ו מו"ה שלמה אדלער הי"ו מנהל הפלייש געשעפט לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה יצחק סרוגא הי"ו • מו"ה מענדל שווימער הי"ו ,ראה"ק • מו"ה שמואל דוד פישער הי"ו • מו"ה יוסף הלוי לעפקאוויטש הי"ו • מו"ה אברהם שווארטץ הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה זלמן לייב טייטלבוים הי"ו לרגל הכנסת בנו לעול התוהמ"צ למז"ט לרגל נישואי נכדתו למז"ט לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה חנני' יו"ט גאלד הי"ו • מו"ה משה מאיר טייטלבוים הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט לרגל הולדות נכדתו למז"ט ליע גארדנס לרגל הולדות נכדתו למז"ט • ר' שמחה בונם שווארטץ ני"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט לרגל הולדת בתו למז"ט יהי רצון מלפני אבינו שבשמים ,שישלם להם משכורתם בכפליים ,משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים ,שפע ברכה והצלחה משמי מעונים ,רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים ,כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים ,חסדי ה' לעולמי עולמים . המברכים באהבה השמחים בשמחתם ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ-פאסט שיקט אן אימעיל צו[email protected] : SFI A Fully vertical approach to trade finance [email protected] Sponsored By: Project: YF MARKETING | 718.514.6717 בתוככי הקהלה »»9
© Copyright 2024