בס"ד נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר" מאנטאג צו | תשע"ב 17 על מזוזות ביתך ובשעריך: תל תלפיות שהכל אלי' פונים: כ"ק רבינו שליט"א איז קובע מזוזות ביי נייע חדרי תורה ותפלה אין ביהמ"ד מוירטל צענטראלער ביהמ"ד הגדול דקהלתינו, ווירבלט דורכאויס די ימי בין הזמנים דעם פארגאנגענעם זונטאג איז געווען א פרייליכער טאג צווישן די מתפללים ובאי בית מדרשינו בית יעקב נחמי' דקיט"ל מוירטל, ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אריבערגעקומען קובע זיין די מזוזות אויף די 2נייע פראכטפולע שטיבלעך לתורה ותפלה ,וואס עס האבן אויפגעבויעט די 2לעגענדארע בונים ומקימים עולמות של תורה ויראה ,הרבני הנגיד מו"ה דוד לייבוש הי"ו ואחיו הרבני הנגיד מו"ה אברהם בער הי"ו ,חבר ועד הפועל דקהלתינו ,וועלכע אומפארגעסליכן ַ האבן מנדב געווען דעם ביהמ"ד לע"נ זייער ָ פאטער הרה"ח ר' יעקב נחמי' ז"ל ,און איז דעם פארגאנגענעם יום ָ טוב פורים אריין אין טעגליכן באנוץ לרחבת המתפללים והלומדים, ווי אויספירליך באריכטעט מיט 2וואכן צוריק. פילפארביגע רייכע שיעורי תורה הכנה לחג אין אלע טאג-שטונדן ציען הונדערטער אידן זקנים עם נערים ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען איז דער רבי שליט"א אנטפאנגען געווארן בפאר וכבוד פון די פילצאליגע מתפלים ולומדים אין שפיץ פון די חשוב'ע נגידים בוני הבנין .עס איז צוגעגרייט געווארן א שיינער מסיבת לחיים ,וואו עס האבן זיך באטייליגט א ריזיגער ציבור אין שפיץ פונעם דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג רבי אשר מאנן שליט"א. רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות צו די חשוב'ע אחים הנדיבים שיחי' ,צום דומ"ץ הביהמ"ד און דערנאך צו כל הקהל הקודש. דערנאך איז רבינו שליט"א צוגעטרעטן צו די קביעת מזוזה ווערנדיג מיטגעהאלטן מיט גרויס התרגשות פונעם גאנצן ציבור ,און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן מקירות לבו אז מ'זאל זוכה זיין צו קענען באנוצן די בתי מקדש מעט מתוך נחת והרחבה און עס זאל דערהייבן דעם קרן התורה והתפלה אין בית המדרש ,ובפרט די חשוב'ע אחים הנדיבים שיחי' זאלן קענען ווייטער מרבה זיין מיט זייערע פעלים אדירים לתורה ולתעודה מתוך נחת ושמחה ,אמן. ■■■ דער צענטראלער בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט איז דורכאויס דעם גאנצן יאר דער פיבערדיגער תל תלפיות בה"א הידועה וואס ווירבלט פון אינדערפרי ביז ביינאכט מיט תורה ותפלה ,אבער אין די איצטיגע וואכן פון בין הזמנים ווערט עס פילפאכיג פארשטארקט ,ווען עס ווערט פארוואנדעלט אין דער רוחניות'דיגער צענטראל-פונקט און נערוו-צענטער ,מיט א פארדאפלטן פארקער פון די טויזנטער בחורי חמד תלמידי ישיבתינו הקדושות ,וועלכע קערן זיך אום פון די ישיבות און קומען בין כותלי הבית המדרש צו דאווענען ,לערנען ,און מיטהאלטן די רייכע שיעורי תורה בין כותלי בית מדרשינו. די טויזנטער אנ"ש בעלי בתים ואברכים ובחורי חמד ,באגריסן דעם וואונדערבארן סיסטעם וואס איז לעצטנס איינגעשטעלט געווארן מיט די מנינים מנחה מעריב ,וואס דער באגאבטער ממונה מטעם קהלתינו ,האברך היקר מלמד תשב"ר ,מוה"ר בערל שווארץ הי"ו ,פירט אן מיט גרויס כשרון צו יעדנס צופרידנהייט. יעדע פינף מינוט שטעלט זיך א פרישער מנין מנחה מעריב. א קאפיטל פאר זיך זענען די רייכע שיעורים וואס די התאחדות אברכים האט צוגעשטעלט אין אלע עניני החג ,הלכה, דרוש ואגדה ,וואס ציען פילצאליגע דורשי ומבקשי ה' .דעם פארגאנגענעם שבת קודש נאכמיטאג איז עס געווען ביי די רייכע הלכה שיעור פון הרה"ג ר' משה ארי' ליבערמאן שליט"א ,מו"ץ בקהלתינו ,וועלכער האט געזאגט זיין שיעור אין הלכות פסח ,פאר א ציבור פון העכער 500משתתפים וועלכע האבן זיך צוגעהערט צו די הלכות החג ,געבנדיג דעם ריכטיגן אפטייטש פון 'שואלין ודורשין בהלכות החג' וואס דער דיין שליט"א האט לעבהאפטיג אראפגעגעבן מיט'ן אויסערגעווענליכן קלארקייט. בתוככי הקהלה »»1 מעכטיגער סעד ועזר "פסח יריד" דורך התאחדות אברכים גיגאנטישן נ.י .סטעיט ארמארי פארקומען אין ַ טמאר וועט ָ ד'סא ַ ַ דעם יאר ווערט אפגעצייכענט 12יאר זינט דעם גאלדענעם איינפיר אין יאר תש"ס לפ"ק האבן אויפגענומען די וויליאמסבורג - .מיט גרויס פרייד ָ ַ וויליאמסבורג בכלל און אנ"ש תלמידי וחסידי ַ טויזנטער תושבי טמאר בפרט די פריידיגע בשורהַ ,אז ס'איז געלונגען פאר די סא ַ ַ הנהלה פון די ַאלעמען באקאנטע "סעד ועזר" שע"י התאחדות היי-יאר דעם ָ טמארַ ,אהערצושטעלן אויך דסא ַ ַ אברכים צענטראלן ריזיגן פסח יריד ,וואו מען קען איינקויפן הונדערטער ַ ראדוקטן פאר שטוינענד ביליגע ּפרייזן לכבוד אייטעמס און ּפ ָ יארק סטעיט גיגאנטישער פעסטונג "ניו ָ ַ חג המצות ,אין דער רמארי". ַא ָ ַא גרעסערער ציבור איז ָאנגעוויזן אויף די הילף פון סעד ועזר און קאנט זענען די ּפרייזן אויסערגעווענליך געשטיגן ,זענען די בא ַ ווי ַ געארבעט אימערמידליך מיט היי-יאר געזעסן און ַ ָ עסקנים אויך ראדוקטן. מפ ַאניס פון די ּפ ָ קא ּ די דיסטריביוטערס און מיט די ָ מ'האט איינגעקויפט ַא סאך ַא גרעסערע קוואנטום כדי צו ָ רשאפן פא ַ האט ּפרובירט צו ַ באקומען בעסערע ּפרייזן און מען ָ ַ געווארן ָ נאר שייך .עס איז צוגעשטעלט וואס איז ָ די ביליגסטע ָ ראדוקטן נוצבארע פרישע ּפ ָ ַ סאך קוואנטום פון ַא ַ ַ גאר ַא גרויסע ָ האלסעילָ ,אן יאר ,ביליגער ווי ָ פאר ַא ָ לכבוד פסח ,פיל מער ווי ַ קיין "לימיט" ּפער משפחה וויפיל מען קען נעמען. ווי די עסקני התאחדות אברכים געבן איבער צום 'בתוככי' לייגט די הנהלה פון סעד ועזר ַאריין איבערמידליכע כוחות יארן, רגאנגענע ָ פא ַ היי יאר ,מער ווי די ַ גאר ַא סך האבן אינוועסטירט ָ און זיי ָ לאנירן די ַאלע אויספ ַ ּ כוחות אינעם דעטאלן איינצוריכטן דעם ַ טעכנישע וואס איז רמארי געביידעָ , גיגאנטישן ַא ָ ַ בלאק, ָ גאנצן סקווער ַא ריזן בנין פון ַא ַ נטהאלט איבער 70טויזנט סקווער ַ און ַא פיס ,וועט אויסגעשטעלט ווערן ווי ַ סופ ּ ַא מעכטיגער לאנגע רייעס מיט ערמארקעט מיט עטליכע ַ רומצופארן מיט ַא וועגעלע ,און ָ לאץ בהרחבה גדולה ַא גענוג ּפ ַ פאר שטוינענדע ּפרייזן. איינקויפן לויטן געברויך ַ עס וועט זיין צוגעשטעלט אויפן שטאב מיט עסקנים, ַ לאץ ַא גרויסער ּפ ַ באדינען וואס וועלן בעזהי"ת העפליך ַ ָ צום צופרידנהייט פונעם ציבור .עס איז טזאם צו וויסן ַאז דער "פסח יריד" רא ַ ַ איז אויסדריקליך נישט קיין צדקה ניזאציע רגא ַ ניזאציע ,נאר ַא הילף ָא ַ רגא ַ ָא ַ וואס העלפן פון געטרייע וואלונטירן ָ ספעציעל פאר פארגרינגערן דעם ציבור ּ ַ זא גרויסן יו"ט ווען ס'איז צרכי ישראל ַא ַ מרובים ,בבחינת איש לרעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק! דעריבער באזונדער עראציע פון יעדן ַ קא ָא ּפ ַ ערווארטן די פולסטע ָ ַ איז צו זאל קענען צופרידן שטעלן יעדן עצהיו"ט. כדי מען ָ וואך פיבערן שוין די גאסן ארום די דורכאויס די היינטיגע ָ פארשידענע ערליי טרעילארס פון ַ ָ ארמארי מיט די צענדליגער טאנען סחורה צום פאבריקן וועלכע לאדענען אפ די צענדליגער ָ ַ גרויסארטיגן יריד ,און ווערט באלד איבערגענומען פון די עסקנים ַ פארנעם. מייסטערהאפטן ַ ַ און הערליך אויסגעשטעלט אויף ַא נערשטאג ָ דא לאן וועט זיך דער יריד ָאנהייבן דעם ָ לויטן ּפ ַ גיגאנטישן בנין וועלן געעפנט ַ כמיטאג ווען די טויערן פונעם ָ נא ָ ווערן. דאס ָ טמאר" צייכנט שוין ב"ה ָא ּפ דסא ַ ַ "סעד ועזר ראיעקטן לטובת יאר פון פילע לייסטונגען און ּפ ָ צוועלעפטע ָ דאן ווערט עס וואס ַ פאר די ימים טובים ָ הציבור ,ובפרט ַ פארגרינגערן די פארנעם ,צו ַ גאר ַא גרויסן ַ אויסגעברייטערט אויף ָ שווערע הוצאות פון די ימים טובים ובפרט די הוצאות פונעם יו"ט פסח ,און טויזנטער חברי קהלתינו הק' וואונטשן פון פיל הצלחה ראיעקטן ,צו קענען מוסיף והולך זיין נאבעלע ּפ ָ אין ַאלע זייערע ָ לטובת הכלל מיט זייערע פעולות לטובה. טראכט דער מצב הפרנסה בכלל וואס פיל בא ַ נעמענדיג אין ַ כה לחי! בתוככי הקהלה »»2 עקסטער דארף ארויסגעהויבן ווערן די עבודת הצדקה וואס לייכט אין די טעג מיט די שענסטע פארבן .דער ביהמ"ד הגדול איז דער הויפט-קווארטיר פאר די פילצאליגע קמחא דפסחא קאמפיינס ,פון די מוסדות הק' ,ישיבה גדולה ,מוסדות יטב לב, קרן הצלה ,קהל'ישע קמחא דפסחא קאסע ,צדקה פעקלעך פון הרה"ח ר' שלום לויפער ז"ל ,און הרה"ח ר' מרדכי פאלאטשעק ע"ה ,און אנדערע צענדליגער מוסדות התורה און יחידים .ממש יעדן טאג ווערן צוזאמגעשטעלט צענדליגער טויזנטער דאלער'ס קמחא דפסחא און מעות חיטין ,וואס אנשי שלומינו לאזן זיך קאסטן ,מיט די איינגעווארצלטע מדת הצדקה והחסד וואס רבינו הקוה"ט זי"ע האט אין אונז איינגעפלאנצט. הבית שמגדלין בו תורה ,עבודה וגמילות חסדים! ■■■ איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק: אנשי שלומינו קוועלן פון טעגליכע פארשריט מיט לפאר ולרומם אקטיוויטעטן אין ביהמ"ד הגדול רידארן און שטיגן-צימערן ציכטיג-פריש קא ָ אלע ָ איבערגעפארבט לכבוד יו"ט ַ געקאלעכט און הערליך ַ מ'האט שוין איבער די שפאלטענעס פונעם 'בתוככי' עטליכע מאל באריכטעט איבער די לפאר ולרומם אונטערנעמונגען אין בית המדרש הגדול ,אבער איצט האלט עס שוין ביים שטאפל ווען 'בילדער רעדן מער פון טויזנט ווערטער' ,און ווער אימער עס טרעט נאר איבער דעם שוועל פון ביהמ"ד הגדול אין די איצטיגע טעג, אויף סיי וועלכע זייט ,מזרח מ'ערב צפון דרום ,באמערקט באלד אין די העפטיגע און טיכטיגע פראיעקטן לפאר ולרומם את בית אלוקינו. צום ערשטן טוט מען איצט פריש איבערפארבן אלע אריינגענג טרעפן-צימערן פונעם בית המדרש הגדול ,מיט פריש ציכטיג- ּ און ווייסע ּפעינט ,די זעלבע שיינע קאליר איבעראל ,וואס מאכט א דערפרישענדן פנים חדשות פאר'ן בית מקדש מעט; ביים הויפט מערב זייט אריינגאנג ,נעבן דעם קאווע שטיבל האט מען פארענדיגט אינסטאלירן אלע הערליכע מארמארענע טיילס ,וואס גיט צו דעם שלימות'דיגן ּפראכט; ביים מזרח-זייט פון ביהמ"ד ווערט צוגעלייגט נאך לעקטער צו פארשטארקן די באלייכטונג אין בית המדרש; אין אלע ביה"כ איז ציכטיג ריין אויפגערוימט און זויבער אויפ'ן בכבוד'דיגסטן פארנעם; דאס הענגען די מודעות ספעציעל באשטימטע ערטער; באזונדערע איז איינגעהאלטן אויף ּ דעזיגינירטע ּפלעצער פאר די קהל'ישע מודעות פון שיעורי תורה און התאחדות אברכים; איבעראל ,אויף יעדן טריט און יעדן שריט, מערקט זיך און ס'איז קענטבאר אז דא ארבעט מען מיט כח און מחשבה ארויפצוברענגען די 'מעינטענענס און זויבערקייט' אויפ'ן העכסטן שטאפל. ווי דער ועד הנהלת הבית המדרש גיט איבער ,איז דאס בלויז די ערשטע פאזע אינעם לאנגען קייט פון אויפטוען לטובת אנשי שלומינו מתפללי בית המדרש הגדול ,צום ערשט צורעכט שטעלן דאס פלאץ על צד היותר טוב ,און דערנאך וועט מען זיך נעמען צו די פאקטישע בוי-ארבעט על מלאכת בית ה' צו רענאווירן און איבערפרישן לויט די גראנדיעזע ּפלענער וואס שטייען אויפ'ן טיש אריינצוגיין אין קראפט אין די קומענדיגע זומער-חדשים ,וואס וועלן אי"ה אויסערגעווענליך דערהייבן דעם קרן בית המדרש הגדול. קרית יואל הונדערטער תלמידי הישיבות נעמען אנטייל ביי ישיבת בין הזמנים אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל יצ"ו אנגעהויבן פון ר"ח ניסן ,דעם פארגאנגענעם זונטאג ,איז דער יערליכער 'ישיבת בין הזמנים' שע"י התאחדות אברכים דקהלתינו הק' אין קרית יואל אריין אין פולסטן שוואונג ,און דער ביהמ"ד הגדול ווירבעלט שוין מיט די הונדערטער בחורי הישיבות ,תלמידי ישיבתינו הקדושות די בכל אתר ואתר ,וועלכע קומען זיך צונויף אין בית המדרש הגדול צו הארעווען אין די תורה הק' מיט גרויס פלייס און התמדה ,אז ס'קען זיך דוכטן ווי מ'האלט פעסט אינמיטן זמן. די סדרי ישיבת בין הזמנים הייבן זיך שוין אן פרי פארטאגס, קומו רונו בלילה ,ווען צענדליגער טייערע תלמידים קומען צו גיין פון אלע עקן שטאט עוסק זיין בתורה בקדרותא דצפרא בחברותא, דאן איז צוגעשטעלט א גרויסער מנין במתינות ובכוונה ווי עס ּפאסט זיך פאר תלמידי הישיבה, און דערנאך פאלגן נאך די סדרי הישיבה פאר'ן גאנצן טאג ,וואס ווערט באטייליגט פון הונדערטער בחורי חמד .ווען אימער איבער'ן טאג מ'פאלט נאר אריין אין בית המדרש הגדול ווערט מען באלד דערשטוינט פון דעם קול תורה, פון אזויפיל הונדערטער יונגע בחורי חמד ,וואס טראץ ס'איז נישט פארהאן קיין עמטליכע זמני הישיבה און קיינער קאנטראלירט עס נישט ,זיצן זיי און הארעווען פלייסיג בדברי תורה. בתוככי הקהלה »»3 כל היום היא שיחתי: בעלי בתים ,אברכים ובחורי חמד גרייטן זיך צום גרויסן יום טוב מיט הערליכע צוגעשטעלטע שיעורי הלכה ואגדה 4באזונדערע שיעורים דעם פארגאנגענעם זונטאג צווישן אנ"ש אומעטום איז שוין היינט באקאנט די הערליכע אויפטוען פונעם התאחדות אברכים אין קרית יואל, וואס שפרודלען אן אויפהער מיט כסדר'דיגע פעולות לטובה, איבערהויפט צייכענען זיי זיך אויס אינעם הינזיכט פון מרבה זיין ּ דעם כח התורה מיט'ן צושטעלן כסדר שיעורים אין אלע צייטן אין אלע מקצועות ,וואס האט אן א שיעור מרומם געווען דעם קרן התורה בתוככי הקהלה ,און הונדערטער חברי הקהלה ,בעלי בתים ואברכים זענען נהנה פון די שיעורים ביי יעדער געלעגנהייט. איבערהויפט ווען ס'קומט בעפאר א יום טוב ,דעמאלט זענען די חשוב'ע עסקנים דאפעלט פארנומען ,אהערשטעלנדיג רייכע אויסוואלן פון אינהאלטספולע שיעורים ,כדי אידן זאלן זיך קענען גרייטן צום יום טוב ווי ס'געהער צו זיין .ובפרט שטייענדיג איצט פאר'ן יום טוב פסח ,וואס איז מקיף אזויפיל ברייטע ענינים, בהלכה ואגדה אא"וו ,האבן די חשוב'ע עסקני התאחדות אברכים צוגעשטעלט פילע הערליכע שיעורים ,און בלויז דעם פארגאנגענעם פ' צו ,איז געווען צוגעשטעלט 4באזונדערע שיעורים ,און ביי יעדע שיעור האבן זיך באטייליגט פילע אידן הצמאים לדבר ה'. הרה"ג ר' ברוך פעקעטע שליט"א האט פארגעלערנט א הערליכן שיעור בהלכות אפיית מצות ,בשעה 11:30אינדערפרי אין 'בית נידערמאן'; הרה"ג ר' חיים יוסף גאטליב שליט"א האט פארגעלערנט א שיעור אין הגדה של פסח מלא טעם וחן ,מיט א געשמאקן פירוש אויפ'ן פיוט אז רוב ניסים הפלאת בלילה, באגלייט מיט די סיפורים וואס דער עולם האט געשלונגען מיט דארשט ,בשעה 4:30נאכמיטאג אין 'חדר טאלטשווא'; הרה"ח ר' פייוול ווייס שליט"א האט פארגעלערנט ספה"ק גבורות ה' למהר"ל בשעה 7:00אחצ"ה אין 'בית שמעון'; ווי אויך איז געווען באזונדער צוגעשטעלט א רייכער שיעור פון הרה"ג רבי יעקב יודא ברוין שליט"א ,דומ"ץ ביהמ"ד תהלות יואל ,ספעציעל פאר אינגעלייט ,וועלכע הייבן אן דאס ערשטע מאל מיט א ווירטשאפט אין שטוב אויף פסח ,זיי זאלן קענען די פילע און הלכות פארצווייגטע מנהגים וואס אנבאלאנגט דעם יום טוב פסח. אנ"ש תושבי קרית יואל מאכן א ברכת הנהנין אויף די גייסטרייכע תוכנ'דיגע שיעורים און אנערקענען די געטרייע עסקנים פאר'ן אהערשטעלן פרוכטבארע אלע די רוחניות'דיגע פעולות לטובה לטובתם ולהנאתם ,ולהגדיל תורה ולהאדירה. בארא פארק הונדערטער חברי הקהלה ביי שמחת תנאים בבית הגה"צ הדומ"ץ וחבר הביד"ץ שליט"א דעם פארגאנגענעם מוצש"ק פרשת ויקרא העעל"ט האבן זיך הונדערטער בני קהלתינו הק' פון איבער גאנץ בארא פארק זיך מיטגעפרייט מיט שמחת הגה"צ הדומ"ץ וחבר הביד"ץ שליט"א ווען עס איז פארגעקומען די שמחת התנאים פון בתו הכלה החשובה בתש"ק תחי' מיט החתן המו"מ בתוי"ש ני"ו בן הרה"ג רבי בעריש טירנויער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה וומס"ב ורב דביהמ"ד תורת משה ,בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א ,און איידעם פון הרב החסיד המפורסם רבי משה הכהן גראס שליט"א ,לאנגיאריגער מרביץ תורה במוסדותינו הק'. דער אויבן אן איז געווען באזעצט פון גדולי הרבנים שליט"א פון די שטאט און בני המשפחה ,און א ריזן ציבור אנ"ש ותושבי העיר וואס זענען כסדר נהנה מאור תורתו פון דיין שליט"א ,וואס אלע זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט שמחת הגה"צ הדומ"ץ שליט"א .מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער שווער פון הדומ"ץ שליט"א הגאון הגדול גאב"ד לאנדאן שליט"א ,און באלד נאכ'ן קריאת התנאים האבן זיך פארמירט לאנגע רייען פון פילצאליגע אנ"ש וחברי הקהלה אפצוגעבן מזל טוב דעם באליבטן דיין שליט"א בעת שהשמחה במעונו. סימן טוב ומזל טוב יהא לנו. ■■■ רא ּפ ַארק בא ָ טמאר ָ ד'סא ַ ַ בית האופה וועט בעזה"י צושטעלן אויך היי יאר ערב פאר אנ"ש שיחיו פסח מצות ַ אונטער דער השגחה פון הגה"צ הדומ"ץ שליט"א רא ּפ ַארק - .מיט גרויס צופרידנהייט ווערט אויפגענומען די בא ָ ָ טמאר שיחיו אין דסא ַ ַ בשורה טובה ביי אנ"ש חברי קהל יטב לב באנוץ די יאר וועט בעזה"י שטיין צום ַ רא ּפ ַארקַ ,אז אויך היי ָ בא ָ ָ גאר הערליכע און מהודר'דיגע מצה בעקעריי שע"י קהלתינו הק' ָ רא ּפ ַארק. בא ָ אין ָ געווארן ָ יארן מסודר רגאנגענע ָ פא ַ קאנט איז אין די ַ בא ַ ווי שוין ַ פאר ערב פסח מצות, דורך די הנהלת הקהלה די מצה בעקעריי ַ לאץ ַא מקום רחבת ידים ,צוגעשטעלט מיט גאר הערליכן ּפ ַ אין ַא ָ נדארט און כשרות סטא ַ ַ באקוועמליכקייטן אויפן העכסטן ַאלע ַ והידורים כפי תקנת מרן רביה"ק זי"ע ,אונטער דער שטרענגער השגחה פון הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ דקהילתינו און חבר ביד"ץ דקהל יטב לב ,וואס שטייט על המושמר ַאז זאל זיין על צד היותר טוב בעזהשי"ת. ַאלעס ָ רגאנגענעם יאר ווערט די ַארבעט ָאנגעפירט פא ַ ווי אין דעם ַ דורך דעם געניטען ָאנפירער ,מו"ה אליעזר פרייזלער ני"ו, וואס פירט ָאן די ַארבעט מיט ַא גרויסע איבערגעגעבנהייט צו ָ יאר איז אויך דער צופרידנהייט פון ַאלע חברי חבורה ,און היי ָ בתוככי הקהלה »»4 נאך מער מאכן ָ פארשידענע תיקונים צו ַ געווארן ַ ָ איינגעשטעלט פארן ציבור המשתתפים. באקוועמער ַ ַ ב"פ ,וועט ּ ווי ס'ווערט איבערגעגעבן פון ָאפיס פון קהל אין באשטעלן און ווי אויך ַארויפקומען אין ָאפיס מען קענען בעזה"י ַ זונטאג ָ קארטלעך ,יום ב' ,ג' ,ד' ,ה' ,פרשת צו און ָא ּפנעמען די ַ מיטאג ,מען קען רופן אין ָ שבוע שחל בו פסח צווישן 5:00 - 12:00 ָאפיס פון קהל .718-437-1730 על מצות יאכלוהו. ■■■ נכדו ני"ו בן הרב הגאון רבי אהרן שמואל פאדווא שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ ,און לכבוד די שמחת תנאים בבית חתנו הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א .לכבוד די געלעגנהייט האט חתנו הגדול הדומ"ץ שליט"א איינגעלאדענט דעם שווער גאב"ד לאנדאן שליט"א צו מהנה זיין דעם ריזן ציבור אנ"ש שיחיו ביי סעודה שלישית מיט דברי הכנה לחג הפסח הבעל"ט ,וואס יעדער האט געשלינגען מיט דארשט זיינע ווארעמע דיבורים. לאנדאן קרוב צו הונדערט טויזענט דאללער קמחא דפסחא ווערט פארטיילט דורך די צדקה קאסע "קופת מעיני הישועה" אנ"ש תושבי לאנדאן אנטפאנגען חשוב'ע שלוחים לטובת קופת קמחא דפסחא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א קופת צדקה פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ב"פ שליט"א הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א ,משב"ק, ברענגט ּפערזענליכן מכתב קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ליסוד קיום וביסוס הקהלה אין די פאלגענדע טעג ווערט אונטערגענומען דער יערליכער גרויסארטיגער קאמפיין פאר'ן "קופת מעיני הישועה -קמחא דפסחא קאמפיין" לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט .ווי עס שטעלט זיך ארויס ווערט אויסגעטיילט דורכן "קופת מעיני הישועה", וואס ווערט אנגעפירט פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק שליט"א ,פארן בעפארשטייענדן יו"ט פסח ,די אסטראנאמישע סכומים פון קרוב צו הונדערט טויזענט דאללער! וואס דאס ברענגט אריין א קוואל פון הילף פאר די משפחות בעת דחקם, ווען זיי פרעגן מאין יבא עזרי ,איז די קופה מעיני הישועה ,א ריכטיגע קוואל פון הילף ,און מען איז זיי מהנה מיט הערליכע סכומים בדרך כבוד ,ובפרט אין די פאר פסח טעג וואס די הוצאות זענען געוואלדיג גרויס. פארשטייט זיך אז כדי צו קענען טיילן די ריזיגע סכומים, פארלאנגט זיך דערצו דאס הילף פונעם ציבור אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר שיחיו ,דערפאר זענען די עסקנים פונעם דיין שליט"א גאר שטארק אקטיוו מיטן צוזאמען נעמען ריזיגע סכומים ,כדי מען זאל קענען אויסטיילען וואס מער געלט ,און פאר מערערע משפחות ,אז זיי זאלן זיך קענען זעצן צום סדר טיש כבני מלכים ,בהרחבת הדעת ,ובפרט היי יאר וואס דאס יקרות איז זייער גרויס ,דארף מען צוזאמענשטעלן גרעסערע סכומים אז מען זאל קענען אריינברענגען א שמחת יום טוב אין די שטובער פון די נצרכים. די פארגאנגענע וואך האבן אנשי שלומינו תושבי לאנדאן באגריסט בכבוד והערצה הני תרי צנתרי דדהבא ,הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א ,משב"ק מרן רבינו שליט"א ,און הרה"ח ר' שלמה יודא מאשקאוויטש הי"ו ,חבר הנהלת המוסדות ,וועלכע זענען געקומען צו פארן צו נדיבים בעם לטובת די קופת קמחא דפסחא פון כ"ק מרן רבי רבינו שליט"א ,וואס דער הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק ,און הרה"ח ר' שלמה יודא שליט"א טיילט אויס שווערע מאשקאוויטש הי"ו ,ביי כ"ק אדמו"ר סכומים פאר נצרכי קהלתינו מפשעווארסק שליט"א ואנשי שלומינו ערבי פסחים. די חשובע געסט האבן אויך באזוכט ביי די נייע מעכטיגע בנינים וואס ווערן אויפגעבויעט פאר'ן בית רחל דסאטמאר ,בנשיאות כ"ק מרן רבינו שליט"א ,און האלט שוין אט ביים פארענדיגט ווערן לשם ולתפארת. עס איז צו האפן אז הנדיבים בעם ,וועלן זיך אנרופען מיט שיינע סכומים לטובת די חשובע קופת צדקה ,מקיים צו זיין דערמיט כל דכפין ייתי וייכול ,כל דצריך ייתי ויפסח. עקסטער איז דער משב"ק אויפגענומען געווארן בכבוד ובהערצה אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער האט זיך יענעם טאג געפונען צוגאסט אין לאנדאן, אין דער אכסני' בבית הרבני הנגיד המפורסם הרה"ח ר' אלי'ש ענגלענדער שליט"א ,ביי וועלכן דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט זיך אינטרעסירט און באפוילן איבערצוגעבן א ּפערזענליכן גריס לידידו הנאמן כ"ק מרן רבינו שליט"א וברכת חג כשר ושמח, און דערביי צוגעוואונטשן מברכותיו הטהורות. דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת ויקרא ביי סעודה שלישית האבן הונדערטער אנ"ש תושבי ב"פ שיחיו געהאט די געלעגענהייט צו הערן ווארעמע דברי מוסר והתעוררות פון אן אורח גדול ונכבד כ"ק הגאון הגדול גאב"ד לאנדאן שליט"א ,וואס האט געוויילט דא אין שטאט לרגל השמחה במעונו בנישואי דורכאויס דעם קורצן באזוך האבן אנ"ש נדיבי לב תושבי לאנדאן ,אויסטערליש ווארעם זיך צוגעשטעלט מיט הערליכע שטיצע פאר די צדקה קאסע פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ,און דער קורצער באזוך האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם און חיזוק רב פאר קהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן ומוסדותי'. ■■■ ווארעמע שלש סעדות מיט געהויבענעם גאסט כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א בתוככי הקהלה »»5 מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת ויקרא/צו מאנטאג ויקהל פקודי רבינו שליט"א איז געפארן קיין מאנסי ,צו מסדר קידושין זיין ביי דער שמחת נישואין פון המחותנים הרה"ח ר‘ מענדל בינער הי"ו און הרה"ח ר‘ משה יחזקאל קארפען הי"ו אין זאל פון עטרת חי‘ שרה אין מאנסי. דערנאך איז רבינו שליט"א צוריק געקומען קיין וויליאמסבורג וואו רבינו שליט"א האט מסדר קידושין געווען ביי דער שמחת נישואין פון המחותנים הרה"ח ר‘ שמעלקא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר‘ חיים לייב סאקס הי"ו אין זאל פון קאנקארד אין וויליאמסבורג. אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געגאנגען זיך משתתף געווען ביי דער הלוית המת פון הרה"ח ר‘ אברהם שמחה סאמעט ז"ל, וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו פון א שוידערליכן עקסידענט ,און א ריזיגער ציבור האט זיך פארזאמלט צו באוויינען דעם גרויסן אומגליק ,פארנט פון בית המדרש הגדול וואו דער חשוב‘ער נפטר האט עוסק געווען בתורה ועבודה ,און נאך יענעם טאג געדאווענט תפלת שחרית. רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען און מלוה געווען דעם ארון ביז צו די הייוועי. דינסטאג ויקהל פקודי רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען ביי דער שמחת שבע ברכות פון המחותנים הרה"ח ר‘ יעקב ברוך טירנויער הי"ו און הרה"ח ר‘ חיים אלימלך קאהן ,צוליב וואס רבינו שליט"א האט נישט געקענט אנקומען צו די סידור קידושין ביי דער חתונה זייענדיג אין מאנסי .די שבע ברכות איז פארגעקומען בבית מוה"ר ליפא טירנויער הי"ו .רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים ,געזאגט די שבע ברכות ,און דערנאך געטאנצן מיט‘ן חתן און די מחותנים. ■ רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען בבגדי שבת ביי דער שמחת נישואין בבית מחותנו הגה"צ המפו‘ רבי יקותיאל יהודא פילאפף שליט"א ,חבר הביד"ץ דקהלתינו הק‘ ,מיט הרה"ג ר‘ יוסף הערש אילאוויטש שליט"א ,בן הגה"צ אב"ד יעמערינג שליט"א ,אין זאל פון פרדס פיגא אין וויליאמסבורג. שפעטער האט רבינו שליט"א זיך משתתף געווען ביי דער שמחת שבע ברכות פון המחותנים הרה"ח ר‘ אנטשיל ווייס הי"ו און הרה"ח ר‘ אהרן אלעזר אראן הי"ו ,צוליב וואס רבינו שליט"א האט נישט געקענט אנקומען צו די סידור קידושין ביי דער חתונה זייענדיג אין מאנסי .רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים ,געזאגט די שבע ברכות ,און דערנאך געטאנצן מיט‘ן חתן און די מחותנים. זונטאג ויקרא רבינו שליט"א איז אריבערגעפארן קיין בארא פארק מנחם אבל זיין ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר צאנז גריבוב שליט"א על פטירת אחיו. רבינו שליט"א איז געזעסן דארט א לענגערע וויילע ,און מ‘האט דערביי ארומגעשמועסט פון דעם גרויסן אפשטאם פונעם גריבובער רבי‘ן שליט"א ,ובפרט האט זיך פארצויגן דער שמועס איבער דעם הייליגן ראש השושלת מרן הדברי חיים מצאנז זי"ע ,שיינע עובדות וסיפורים במשנתו הטהורה ,און דערנאך האט רבינו שליט"א איבערגעלאזט זיינע ווארעמע ברכות ,המקום ינחם אתכם בתוך אבלי ציון וירושלים ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולם. ■ נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין מאנסי ,כדי מנחם אבל צו זיין ניחום ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ,על פטירת אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ז"ל פון בני ברק .דער רבי שליט"א איז געזיצן א לענגערע צייט און מנחם געווען דעם וויזניצער רבי‘ן שליט"א. ■ צוריקומענדיג קיין וויליאמסבורג האט רבינו שליט"א אנגערופן קיין בני ברק מנחם אבל זיין כ"ק האדמורי"ם מויזניץ בני ברק שליט"א. מאנטאג ויקרא רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה ,און נאכ‘ן דאווענען פארהערט לערך 40תלמידים פון די חבורת בבא מציעא פון חלק ב‘ אויפ‘ן פרק השואל אין מסכת בבא מציעא, וועלכע האבן זיך אויסגעצייכענט בלימודם ,און רבינו שליט"א האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש זיי מחזק צו זיין זיך צוצופלייסן מיט די לימודים צו קענען פארענדיגן די גאנצע מסכתא אויף סוף יאר .רבינו שליט"א האט זיך דערביי בתוככי הקהלה »»6 אויסגעדרוקט אז ס‘וועט אים זיין פערזענליך א נחת רוח יעדער תלמיד וואס וועט זיך קענען שטעלן על כור המבחן אויף די גאנצע מסכתא בבא מציעא. דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויפגעגאנגען מאלן ווייץ און ספעציעלן חדר אין ישיבה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט פאר טחינת חיטים פאר‘ן רבי‘ןס מצות .דער רבי האט א לענגערע צייט אליין געמאלן די ווייץ ,און דערנאך געגעבן אנווייזונגען פאר די תלמידי הישיבה וויאזוי מחמיר צו זיין בחומרות והידורים ביים מאלן און זיפן די ווייץ ווי אויך נישט צו רעדן בשעתן מאלן ,די בחורי חמד גבאים אויף דעם רבינ'ס ווייץ האבן אויפגעשטעלט א ספעציעלן מהודרדיגן שטיבל פאר זיפן די מעהל מיט אייגן געמאכטן זיפ וואס ווערט געמאכט מיט אסאך הידורים וחומרות, דער רבי איז פארבליבן א גאנצן טאג אין די ישיבה ווי ער איז מזמן לזמן אריינגעגאנגען משגיח זיין אויף דאס מאלן די ווייץ און זיפן די מעהל. ■ דערנאך איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה אין חדרו הפרטי פון רבינו שליט"א אין די ישיבה מיט עסקני ירושלים ובראשם הרב ר‘ אברהם סלונים שליט"א און הרב ר‘ זעליג מענדלאוויטש שליט"א פון מאנסי וועלכע זענען געקומען איבער וויכטיגע עסקנות פאר די מוסדות על טהרת הקודש אין ארץ ישראל. די עסקנים האבן אויך באזוכט דעם היכל הישיבה ווי זיי זענען ארויסגעגאנגן פון התפעלות אז די לעצטע וואך פון זמן זאלן זיצן קרוב צו טויזענט בחורים מיט אזא התמדה רבה ווי עס וואלט געווען די ערשטע וואך פון יאר. ■ מאנטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אסיפה נחוצה בביתו נאוה פון רבינו שליט"א מיט די הנהלת הישיבה גדולה בבית רבינו ,ווי מען האט דורכגערעדט ענינים דחופים פארן קומענדיגן זומער זמן ,און אויך באטראכטן די פלענער פאר קומענדיגן יאר הבעל"ט ווי די בניני המתיבתא זענען צר מהכיל אריינצונעמען אזויפיל תלמידים. דינסטאג ויקרא דער רבי שליט"א האט געדאווענט אין ישיבה ,נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א געהאט אן אסיפה מיט די מגידי שיעור פון די ישיבה צו באהאנדלען וויכטיגע פרטים איבער די סדרי השיעורים בנוגע דעם זמן הקיץ הבא עלינו לטובה. שפעטער איז רבינו שליט"א איז ארויפגעגאנגען אין די כיתה מיוחד משגיח זיין טחינת חטים פון די בחורים. דער רבי איז ספעציעל פארבליבן אין די ישיבה א גאנצן טאג ביז נאך מנחה כדי מחזק צו זיין די לעצטע טעג פון דעם זמן ,אז סזאל נישט זיין קיין התרשלות בהתמדה בלימוד. רבינו שליט"א האט מנחם אבל געווען אין בארא פארק ביי הרה"ח ר‘ גרשון איידעלשטיין הי"ו ובניו ,מאנ"ש בבארא פארק על פטירת אשתו ואמם ע"ה. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער שמחת שבע ברכות ביי אן אייניקל פון הרה"ח הנגיד המפו‘ מוה"ר הערשל הערבסט הי"ו ,מראשי קהלתינו אין בארא פארק, ונדיב היכל בית המדרש הגדול ההולכת וניבנית .רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט‘ן זאגן די שבע ברכות און דערנאך געטאנצט מיט‘ן חתן און די מחותנים. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער שמחת בר מצוה פון הבחור היתום דער חתן הבר מצוה ,אן אייניקל פון הרה"ח ר‘ נתנאל קויפטייל ע"ה ,מחשובי העסקנים פון כולל שומרי החומות וועלכער איז נפטר געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק .רבינו שליט"א איז געקומען אויף די איינלאדונג פון א א פעטער פונעם בר מצוה בחור ,הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל קויפטייל הי"ו .רבינו שליט"א האט גאר ווארים אנגעוואונטשן און מחזק געועון דעם בר מצוה בחור ,און זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד די שמחה ,און איבערגעלאזט מברכותיו הטהורות פאר אלע מסובים, און ספעציעל פאר די חשובע אלמנה מרת ברייער שתחי‘. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן ביי דער שמחת שבע ברכות בבית מחותנו הגה"צ רבי זלמן לייב פילאף שליט"א אין ספינקא זאל אין וויליאמסבורג .רבינו שליט"א איז נתכבד געווארן ביותרת הכבוד ,געוואונטשן לחיים לכל הנאספים, געזאגט די שבע ברכות און דערנאך געטאנצט מיט‘ן חתן און די מחותנים. מיטוואך ויקרא דער רבי האט געדאווענט אין ישיבה און געווען אין ישיבה א גאנצן טאג ביז נאך תפלת מנחה. אינמיטן טאג זענען אריבערגעקומען א פאליצייאישע דעלעגאציע אין די ישיבה זיך אומקוקן אויף די זיכערהייטס מאנסאמען .אלס שלום המלכות איז די פאליצייאישע דעלעגאציע קעפטעין ,אריינגעפירט געווארן ּ אין שפיץ פון דעם הויכראנגיקן צום חדר המיוחד פון כ"ק מרן רבינו שליט"א .דער געטרייער מענעדזשער מוה"ר אברהם יושע מארקאוויטש הי"ו ,האט קעפטעין און ארויסגעברענגט אז ער שטייט ּ פארגעשטעלט דעם צו הילף אגאנץ יאר פאר דער ישיבה מיט וואס נאר מעגליך ,און געבעטן רבינו שליט"א זאל אים אנוואונטשן. עס איז געווען א קידוש ה‘ ווען דער קעפטעין האט גענומען ּ דאס ווארט און אויסגעלויבט דאס איידלקייט און דרך ארץ פון די תלמידי הישיבה ,זאגנדיג אז ס‘איז א זעלטענהייט אז א קאלעדזש מיט אזויפיל בחורים זאל מען קיינמאל נישט ברויכן קיין פאליצייאישע אינטערווענץ צוליב פארברעכן וכדו‘ ,די בחורים פירן זיך אלעמאל אויף רעספעקטירנד און סאליד און די אדמיניסטראציע קאאפערירט און שטייט אלץ צו הילף מיט אלעמען אויפ‘ן שענסטן אופן. דערנאך האט כ"ק מרן רבינו שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן ער זאל האבן אסאך סוקסעס אין אלע זיינע אונטערנעמונגען ,צו בתוככי הקהלה »»7 העלפן באשיצן די געגענט און די פילע טויזנטער איינוואוינער, דארונטער אויך די ישיבה מיט אירע הונדערטער תלמידים כ"י -א ברכה וואס דער קעפטעין האט אויפגענומען זייער גערירט און זיך באדאנקט פאר דער צוגעטיילטער כבוד און זכי‘. ■ אויפדערנאכט האט זיך רבינו שליט"א משתתף געווען ביי דער שמחת נישואין פונעם גר צדק תלמיד ישיבתנו הקדושה החתן ראובן יצחק טיללער הי"ו וועלכער איז נתקרב געווארן תחת כנפי השכינה און האט זיך אסאך געפינען בחסותם פון הגה"צ אבד"ק יאוואזשנא שליט"א און הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א, חבר הביד"ץ ,וואס איז פארגעקומען אין זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג ,מיט‘ן השתתפות פון א ריזיגן ציבור פון הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען משמח זיין חתן וכלה .ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען האט מען אפגעשטעלט די ריקודים פאר א וויילע .רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן דעם חשוב‘ן חתן מברכותיו הטהורות ,אזוי אויך פאר די מחותנים מצד החתן הרה"ח ר‘ יושע צבי בראך הי"ו און מצד הכלה הרה"ח ר‘ יחזקאל שרגא פייביש קויפמאן הי"ו ,און ווי אויך פאר די חשוב‘ע אויבנדערמאנטע רבנים שליט"א וועלכע זענען געווען מלובש בבדי שבת .דערנאך האט רבינו שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים מיט‘ן חתן ,און דערנאך אויך מיט די חשוב‘ע רבנים שליט"א ,וואס דער גאנצער ציבור האט מיטגעהאלטן מיט גרויס התרוממות הנפש ,ברינה וצהלה ,וינועו אמות האסיפים. דאנערשטאג ויקרא רבינו שליט"א איז ארויסגעפארן קיין קרית יואל .צום ערשט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן מנחם אבל זיין ביי משפחת הרה"ח ר‘ יודל רייזמאן הי"ו על פטירת אשתו\אמם החשובה ע"ה .רבינו שליט"א האט מנחם געווען די חשוב‘ע קינדער הרה"ח ר‘ חיים, הרה"ח ר‘ מרדכי ,הרה"ח ר‘ משה הערש ,משב"ק אצל רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל ,און הרה"ח ר‘ אלי‘ .רבינו שליט"א האט שטארק ארויסגעברענגט די חשיבות פון די משפחה וואס זייער שטוב האט געדינט אלס אן אכסני‘ פאר אביו כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע די ערשטע יארן אין אמעריקע. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר‘ יחזקאל יואל שטעסיל הי"ו ,מגדולי עסקנים ומסדרי שיעורים בבית מדרשינו ביהמ"ד ויואל משה בקרית יואל וועלכער איז געזעסן שבעה נאך די פלוצלינגדיגע פטירה פון זיין חשוב‘ע טאכטער ע"ה .רבינו שליט"א האט ווארעם געטרייסט שהמקום ינחם אותם בתוך אבלי ציון וירושלים ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולם. ■ דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א פלוצים‘דיגן באזוך צו דער מצה בעקעריי אין קרית יואל ,כדי מיטצוהאלטן ּפערזענליך פון דערנאנט די העפטיגע עבודת הקודש פון אפיית המצות לצורך אלפי בני קהלתינו הק‘ תושבי קרית יואל ,וואס גייט אן ב"ה אין פולסטן שוואונג לשמחת לב אנשי שלומינו תושבי הקרי‘. רבינו שליט"א האט באלד אנגעהויבן ארומגיין איבער דער גאנצער בית האופה צו בעאבאכטן און אבזערווירן אלע טיילן פון דער ארבעט .הערנדיג אז רבינו שליט"א געפינט זיך אין די בעקעריי, זענען תיכף אריבערגעקומען די חברי הנהלת בית האופה ,וועלכע האבן זיך מיטבאגלייט מיט‘ן רבי‘ן שליט"א און געגעבן אויספירליכע רעפעראטן איבער די עבודת הקודש פון די אפיית המצות וואס ווערט ב"ה אויסגעפירט מיט די גרעסטע חומרות והידורים וואס זענען איינגעפירט געווארן ע"י כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע. די באזוך האט גענומען א לענגערע וויילע ,בעת רבינו שליט"א איז אדורך בפרטיות ובדקדוק יעדע איינציגסטע דעטאל און שטאפל פון די מערכת אפיית המצות ,און דערביי אויך געגעבן פארשידענע אנווייזונגען ,הוראות והדרכות פאר די חברי הנהלת בית האופה וואס אנבאלאנגט די אפיית המצות. נאכ‘ן באזוך האט רבינו שליט"א אויסגעדרוקט קורת רוחו פון דעם גאנצן סדר האפי‘ און איבערגעלאזט זיינע ווארימע ברכות מ‘זאל האבן הצלחה און סייעתא דשמיא אין דער עבודת הקודש צו קענען צושטעלן כשר‘ע מהודר‘דיגע מצות פאר אנשי שלומינו, היראים והחרדים לדבר ה‘ ,אויפ‘ן יום טוב פסח. ■ אויפדערנאכט ,נאכ‘ן זיך צוריקקערן למען קדשו אין וויליאמסבורג ,איז פארגעקומען א גרויסארטיגע אסיפה מיט די חברי וועד הכשרות שע"י קהלתינו הק‘ אין וויליאמסבורג און קרית יואל ,אין שפיץ פון הרבנים הגאונים שליט"א וואס שטייען אין שפיץ פונעם ועד ,צו באהאנדלען עטליכע וויכטיגע כשרות אנגעלעגנהייטן וואס שטייען אויפ‘ן סדר היום ,און ווי אויך די ספעציעלע פארשטארקטע כשרות מאסנאמען וואס ווערן אונטערגענומען ערב דעם חג המצות ביי די מקומות וואס זענען אונטער די אויפזיכט און אויטאריטעט פונעם ועד הכשרות .די חברי הועד האבן פארגעלייגט פאר רבינו שליט"א פארשידענע אנפראגעס אויף וואס רבינו שליט"א האט געזאגט חות דעתו און אנגעוויזן הדרך ילכו בה. ■ אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין פלעטבוש מנחם אבל זיין ביי משפחת הרה"ח הנגיד איש החסד ר‘ שלמה גראס ע"ה ,וועלכער איז פלוצים אוועקגעריסן געווארן אין יונגען עלטער איבערלאזנדיג א חשוב'ע שטוב ערשיטערט און צעבראכן .ר' שלמה ע"ה איז געווען שטארק נאנט צו די גזע פון סיגוט-סאטמאר ,און זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון ר‘ ארון פון די גרויסע סאטמארער חסידים. רבינו שליט"א האט ארומגעשמועסט פון זיין געוואלדיגע אויסטערלישע צדקה וחסד וואס זענען געווען א שם דבר ,און פילע יחידים און מוסדות האבן גענאסן פון זיין ברייט האנט. רבינו שליט"א האט ווארעם געטרייסט די חשוב‘ע משפחה און אנגעוואונטשן שהמקום ינחם אותם בתוך אבלי ציון וירושלים ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולם. בתוככי הקהלה »»8 ערב שב"ק ויקרא רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין בית המדרש הגדול. בעפאר‘ן דאווענען איז פארגעקומען א הנחת תפילין ביי חתן הבר מצוה בן מוה"ר יודל עפשטיין הי"ו ,משב"ק אצל כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל. שפעטער האט רבינו שליט"א זיך באטייליגט ביי דער לוי‘ פון הרה"ח ר‘ וואלף גליק ע"ה ,מחשובי זקני אנ"ש ,וואס איז פארגעקומען פארנט פון זיין שטוב אין וויליאמסבורג. שבת קודש ויקרא שבת קודש אינדערפרי איז פארגעקומען די שמחות האויפרוף פון החתן יודל בן הרה"ח ר‘ משה שמילאוויטש הי"ו ,עסקן נמרץ לטובת קהלתינו ומוסדותינו הקדושים ,עב"ג בת הרה"ח ר‘ מענדל מאיר פריעדמאן הי"ו; החתן אהרן מנחם בן הרה"ג ר‘ ישראל ארי‘ הכהן ראלניצקי שליט"א ,מרביץ תורה במוסדותינו הקדושים עב"ג בת הרה"ג ר‘ יחזקאל גאלד שליט"א רב דק‘ שערי חסד – מאנסי; החתן אברהם יחיאל מרדכי בן הרה"ח ר‘ יעקב דוב אראן הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר‘ ליפא לעפקאוויטש הי"ו. נאכ‘ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה ביי בן הנולד למזל טוב ביי האברך מוה"ר ישעי‘ יעקב בן הרה"ח ר‘ שמואל דוד בירנבוים הי"ו .רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. מוצש"ק ויקרא מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען גאר א הערליכער מסיבת מלוה מלכה פאר העכער 200בחורים ,תלמידי הישיבות קטנות, וואס האבן געלערנט שובבי"ם שעות רצופות אין די חבורה וואס איז נתייסד געווארן היי יאר דורך כ"ק רבינו שליט"א ,און הערנדיג איבער די שטארקע הצלחה בעז"ה ,האט רבינו שליט"א זעלבסט פאררופן די מסיבת מלוה מלכה בביתו נאוה קודש אין ביהמ"ד ברך משה ,כדי מחזק צו זיין די חשוב‘ע תלמידים הקרויים בנים .עס האבן זיך באטייליגט אלע חשוב‘ע מנהלים פון די ישיבות קטנות ,ווי אויך הרה"ג ר‘ יואל שליט"א בן רבינו שליט"א ,מנהל החבורה. דער יו"ר המסיבה איז געווען הרה"ג ר‘ יואל ב"ר מרדכי ישעי‘ יאקאבאוויטש מרמ"י הישיבה; דער נואם הכבוד איז געווען הרה"ג ר‘ מנשה מאיער שליט"א ,ר"מ נייטרא; און דערנאך האט איינער פון די חשב‘ע תלמידי הישיבה דברי חרוזין ע"י אחד מתלמידי הישיבה, וועלכער האט מיט פאסיגע חרוזים ארויסגעברענגט די גרויסע זכי‘ פון די תלמידים ,אז מ‘האט ממלא געווען רצון קדשו פון רבינו שליט"א ,און בשם כל התלמידים אנגעוואונטשן רבינו שליט"א צו קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש בטוב ובנעימים. דערנאך האבן די תלמידים געהאט די זכי‘ צו הערן גאר ווארימע דברות קודש וברכה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ,דברי תורה מתובל מיט מיט ווארעמע דברי חיזוק והתעוררות .רבינו שליט"א האט זיך געוואנדן צו די בחורים ”איך רעד צו ענק ווי איך וואלט גערעדט צו מיינע אייגענע קינדער" ,און דערביי געבעטן מקירות לבו מ‘זאל ווייטער אנהאלטן די תקנה וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט אז מ‘זאל לערנען פארן דאווענען און גלייך דערנאך זיך שטעלן דאווענען ,נישט פארברענגן חלילה מיט קיין דברים בטלים ,בעפאר מ‘שטעלט זיך דאווענען פאר‘ן מלך שומע תפלה .דערנאך האט רבינו שליט"א געגעבן א כתב פאר יעדן בחור וואס האט געלערענט ,אונטערגעשריבן בחתי"ק ,און יעדער בחור האט באקומען א הערליכע מתנה :זמירות עיר התמרים ,אלס אות זכרון פון דער הערליכער מסיבה בבית כ"ק מרן רבינו שליט"א ,פון וואס זיי האבן געשעפט פיל חיזוק און התרוממות הנפש. ■ שפעטער אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר‘ משה ארי‘ הארטמאן הי"ו מחשובי אנ"ש בבארא פארק ,על פטירת אשתו ע"ה. זונטאג צו רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול .פאר‘ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר חתן הבר מצוה ,בן הרה"ח ר‘ אלחנן וואלף קלאגסבאלד הי"ו. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן צום ביהמ"ד בית יעקב נחמי‘ דקיט"ל מוירטל צו די מסיבת לחיים ומעמד קביעת מזוזות צו די 2נייע שטיבלעך לתורה ותפלה וואס זענען אויפגעבויעט געווארן ע"י האחים הנדיבים הרה"ח ר‘ דוד לייבוש און הרה"ח ר‘ אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו) .זע אויספירליכע באריכט ביי די קהל‘ישע נייעסן( ■ שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה מיט די חברי הנהלת המקווה טהרה פון קהל יטב לב סאטמאר בארא פארק ,וואס ווערט אויפגעבויעט מיט די שענסטע הידורים והוראות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע .עס האבן זיך באטייליגט הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הקדושה אים בארא פארק שליט"א ,זיין ברודער הרה"ג ר‘ שלום עליעזר שליט"א .די חברי הוועד :הרה"ג ר‘ יעקב גאלד שליט"א רב הצעיר דק"ק קראלי בארא פארק ,הרה"ר‘ יעקב יודא קאהן הי"ו ,הרה"ח ר‘ שלמה שווימער הי"ו ,הרה"ח ר‘ משה גוטמאן הי"ו ,און אויך די אברכים עסקנים וואס פירן אן מיט אלע פארמאליטעטן פון בויען די בנין .רבינו שליט"א האט געגעבן חות דעתו אויף די פילע הלכה‘דיגע און פראקטישע אנגעלעגנהייטן וואס שטייען אויפ‘ן סדר היום ביי דער בניית המקוה. ■ שפעטער איז אריבערגעקומען הרה"ג ר‘ אפרים גראס שליט"א בן הרה"ח ר‘ משה גראס ע"ה .מו"ץ ומגיד שיעור בבית מדרשינו בלאנדאן וואס האט דורכגערעדט מיטן רבי‘ן א לענגערער זמן עטליכע אקטועלע עניני הקהלה והמוסדות בעיר לאנדאן יצ"ו. ■ אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריבער זיך באטייליגן בבגדי שבת ביי דער שמחת החתונה בן גיסו הרה"ג ר‘ הערשל שפיץ שליט"א עב"ג הרה"ג ר‘ אהרן שמואל פאדווא שליט"א ,מו"ץ בקהלתינו בארא פארק ,וואו רבינו שליט"א איז מכובד געווארן ביי דער חופה מיט ברכה אחריתא ,און שפעטער געטאנצט מצוה טאנץ לפני הכלה. בתוככי הקהלה »»9 ברכת מזל טוב ברכת מזלא טבא ,מעמקי דלבבא ,לידידינו היקרים ,אנ"ש הנכבדים, מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים ,שמם הטוב מפוארים לרגל שהשמחה במעונם ביהמ"ד הגדול • מו"ה משה יואל פריעדמאן הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה אביגדור קארנבלי הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה שמואל גרין הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה משה דוד גרין הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה ישעי‘ וויינשטאק הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה משה זילבערשטיין הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה זלמן לייב פריעדמאן הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה וואלף דייטש הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה משה שמילאוויטש הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה מענדל מאיר פריעדמאן הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה משה הענדלער הי"ו לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה ישראל ארי‘ ראלניצקי הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה יעקב דוב אראן הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה יוסף עזרא אראן הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • מו"ה עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה ברוך יודא לעפקאוויטש הי"ו לרגל נישואי נכדתו למז"ט • מו"ה חיים יושע לעפקאוויטש הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה ליפא לעפקאוויטש הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה יושע וואלף יאקאבאוויטש הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה אברהם יושע וואלדמאן הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה ישעי‘ קרויס הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה ליפא שטרויס הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה משה לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה נתן אליעזר שטרויס הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה אברהם וואלדמאן הי"ו לרגל הולדות נכדות התאומים למז"ט קיט"ל אברכים זופניק • מו"ה יצחק יודא וויינגארטן הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה משה יואל פריעדמאן הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה חיים נחום קאהן הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה שמואל גרין הי"ו לרגל הולודת בנו למז"ט • מו"ה חיים משה בראדי הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט קיט"ל טרופ עוו. • מו"ה יודא פרץ שאלאמאן הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט קיט"ל מורטול עוו. בית יעקב נחמי‘ • מו"ה משה אהרן קארפען הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה ליפא מייזעלס הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה יוסף לעבאוויטש הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה יצחק יודא וויינגארטען הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה ליפא לעפקאוויטש הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • מו"ה צדוק פארקאש הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • מו"ה ישעי משה בערקאוויטש הי"ו לרגל הולדות התאומות למז"ט • מו"ה לוי חיים ברייער הי"ו לרגל הולדת התאומות למז"ט • מו"ה אברהם זאב גליק הי"ו לרגל הולדת נכדות התאומות למז"ט קיט"ל בארא פארק • הגה"צ דומ"ץ שליט"א לרגל ארוסי בתו למז"ט • הרב אהרן שמואל פאדווא שליט"א| מו"ץ בקהלתינו -לרגל נישואי בנו למז"ט • מו"ה ישראל מרדכי לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • מו"ה נחמן מאשקאוויטש הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט קיט"ל קרית יואל • מו"ה שמואל אהרן לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • מו"ה יוסף גאלדבערגער הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • מו"ה אביגדור יודא האלפערט הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה דוד ירמי‘ ברייער הי"ו לרגל הולדות הנכדים למז"ט • מו"ה חיים דוד מענדלאוויטש הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • מו"ה שמואל דוד בירנבוים הי"ו לרגל אירוסי בתו ולהולדות נכדו למז"ט צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ-פאסט שיקט אן אימעיל צו[email protected] : SFI A Fully vertical approach to trade finance [email protected] Sponsored By: Project: YF MARKETING | 718.514.6717 בתוככי הקהלה » » 10
© Copyright 2024