בס"ד פרשת בשלח מאוצרוﬨ אמוניםם מא פערל ווערטער איבער אמן און תפילה אין די פרשה פע עס זענען פארהוילן די וועגן פון די רעטענונג טענונג "מה ִתּ ְצ ַעק ֵא ָלי ַדּ ֵבּר ֶאל ְבּנֵ י יִ ְשׂ ָר ֵאל וְ יִ ָסּעוּ" )יד טו( ַ צו וועמען קענען דען די אידן דאווענען אויב נישט צום אויבערשטן? האט ערקלערט דער רבי ר' בונם פון פארשיסחא: ווען די אידן זענען געשטאנען אויפן בארטן פונעם ים ,ארום גענומען פון יעדע זייט מיט א סכנה ,האבן זיי אנגעהויבן צו שרייען צו השי"ת ,ווען יעדער איינער דאוונט אויף אנדערע וועג וויאזוי די ישועה זאל קומען טראכטנדיג אז אזוי קען מען געראטעוועט ווערן; איינער האט געבעהטן אז דער אויבישטער זאל אריינגעבן אין די הארץ פון פרעה א מחשבה צוריק גיין קיין מצרים ,דער צווייטער האט געבעהטן אז די מצריים זאלן שטארבן מיט א מגיפה ,א.ד.ג) .זעה דער רמב"ן אויבן פס' י'(. האט דער אויבישטער געזאגט פאר משה" :מה תצעק -אלי?" – ענק דארפן דען מיר געבן עצות וויאזוי ענק צו ראטעווען? "דבר אל בני ישראל ויסעו!" – ענק דארפן גיין צו די ריכטונג פון די ים און ענקער ישועה וועט אנקומען אויף א וואונדערליכן וועג, וואס קיינער פון ענק האט נישט פריער געטראכט פון דעם. 'קול מבשר' ווייטער" :ויכסו מים צריהם" – אויף די מצריים וואס זענען דערטראנקען געווארן אין ים. א רמז צו דעם נס וואס דער רוקח האט דערמאנט קענען מיר טרעפן אין דעם נוסח פון דעם פזמון 'מעוז צור'" :חיל פרעה וכל זרעו ירדו כאבן במצולה"; "חיל פרעה" זענען דערטראנקען געווארן אין ים" ,וכל זרעו" זענען דערטראנקען געווארן אין די כוואליע וואס איז אנגעקומען אין די לאנד מצרים. און עס זענען דא וואס זאגן איינס פון פופציג ,און עס זענען דא וואס זאגן איינס פון פינעף הונדערט. אויב אזוי קען מען זיך פארשטעלן אז יעדער איינער פון די יוצאי מצרים האט געהאט אסאך קרובים וואס זענען געשטארבן ,איז וויאזוי האבן זיי געקענט זאגן שירה ווען זיי זענען אזוי שטארק צוקלאפט געווען? נאר עס מוז זיין אז זיי האבן געגלייבט אז זייערע נאנטע וועלן צוריק לעבעדיג ווערן ביי תחיית המתים, און דאס האט זיי געטרייסט און בארוהיגט זייער צער ,אזוי ווייט אז זיי האבן געקענט זאגן שירה ,אויב אזוי איז פון די שירה א רמז אויף תחיית המתים. 'מצווה ועושה' ח"ב עמ' תשמט ֹאמר ה' ֶאל מ ֶֹשׁה ִהנְ נִ י ַמ ְמ ִטיר ָלכֶ ם ֶל ֶחם ִמן ַה ָשּׁ ָמיִ ם "וַ יּ ֶ וְ יָ ָצא ָה ָעם וְ ָל ְקטוּ ְדּ ַבר יוֹם ְבּיוֹמוֹ" )טז ד( ִ "מן ַה ָשּׁ ָמיִ ם וְ יָ ָצא" – איז סופי תיבות 'אמן' .דא איז א רמז אויף וואס דער זוהר הקדוש שרייבט )וילך רפה ב( אז אין זכות פון ענטפערן אמן ברענגט דער אויבישטער אראפ א שפע פון הימל פאר די אידן. תפילה טוהט אויף אויך אויף שפעטער א שפע פון הימל אין זכות פון אמן 'קרן לדוד ולזרעו' דער סוד פון 'מן' ֹאמרוּ ִאישׁ ֶאל ָא ִחיו ָמן הוּא" )טז טו( "וַ יּ ְ וזדים טבעת וידידים העברת "וַ יִּ ְר ְדּפוּ ִמ ְצ ַריִ ם וַ יָּ בֹאוּ ַא ֲח ֵר ֶיהם כֹּל סוּס ַפּ ְרעֹה ִרכְ בּוֹ ָוּפ ָר ָשׁיו ֶאל תּוַֹ היָּ ם" )יד כג( אסאך נסים זענען געטוהן געווארן פאר די אידן אריבער גייענדיג דעם ים ,איינס פון זיי ווערט געשילדערט אין די 'בעלי התוספות' על התורה: ווען די מצריים זענען נאכגעלאפן די אידן אין ים ,האט דער אויבישטער געמאכט אז די ערד אונטער זייערע פוס איז געווארן ליים ,און אזוי האבן זיי נישט געקענט דערגרייכן די אידן .נאר נאך וואס דער לעצטער איד איז ארויס פון ים ,איז עס צוריק געווארן אזוי ווי פריער און עס האט פארדעקט די מצריים וואס זענען דארטן געווען. מיט דעם ערקלערן די בעלי התוספות די סדר פון די געשעהנישן וואס מיר לויבן ביי 'עזרת אבותנו'" :וים סוף בקעת, וזדים טבעת ,וידידים העברת ,ויכסו מים צריהם"; אין אנהויב האט דער אויבישטער געשפאלטן דעם ים כדי די אידן זאלן קענען אריבער גיין ,ווען די מצריים זענען אריין נאך זיי האט ער געמאכט אז זייערע פוס זאלן איינגעזינקען ווערן אין די ליים, און ווען די אידן ]ד.מ' .ידידים'[ האבן געענדיגט אריבער גיין, דעמאלטס "ויכסו מים צריהם". 'מושב זקנים' נאך א ערקלערונג אויף די סדר שרייבט דער 'רוקח' אין זיין פירוש אויף תפילה: ווען די מצריים זענען אריין אין ים ,איז ארויסגעקומען א כוואליע פון ים און האט דערטראנקען די וואס זענען געבליבן אין לאנד מצרים ,און די מצרים וואס זענען איבערגעבליבן אין ים זענען דערטראנקען געווארן נאר נאך ווען די אידן זענען ארויס )זעה רש"י ווייטער אויף פסוק כה( .דעריבער זאגן מיר פריער: "וזדים טבעת" – אויף די מצריים וואס זענען דערטראנקען געווארן אין מצרים ,און נאך "וידידים העברת" לויבן מיר דאס ענטפערן 'אמן' האט אין זיך אסאך טיפע רמזים און סודות; אויך איז באקאנט אז די אות א' אין די ווארט 'אמן' איז א רמז אויף השי"ת וואס ער איז דער 'אלופו' של עולם )ראה שבת קיט ב(. נאך וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים זענען די דור המדבר געווען אויף אזא הויכע מדריגה אז זיי זענען געווען אין די בחינה פון "שויתי ה' לנגדי תמיד" ,ד.מ. אז דעם אויבערשטנ'ס נאמען איז שטענדיג געווען אקעגן זייערע אויגן .לויט דעם קען מען זאגן בדרך רמז אז דעריבער האבן די אידן געזאגט 'מן' אן דעם א', ווייל די אות א' וואס איז א רמז אויף דעם אויבערשטן איז שטענדיג געווען אקעגן זייערע אויגן ,און איז פון זיך אליינ'ס צוגעקומען צו 'מן' און משלים געווען דעם סוד 'אמן'. 'חכימא ברמיזא' בשלח רמז לתחיית המתים מן התורה וּבנֵ י יִ ְשׂ ָר ֵאל" )טו א( "אז יָ ִשׁיר מ ֶֹשׁה ְ ָ "'אז ישיר משה ובני ישראל' ...מכאן לתחיית המתים מן התורה" )סנהדרין צא ב( אין דעם ערשטן שבת וואס הרה"ק רבי אהרן פון בעלזא איז ארויף געקומען קיין ארץ ישראל ,נאך וואס ער איז געראטעוועט געווארן פון די בלוטיגע אייראפא ,האט ער געזאגט דברי תורה אויף פרשת בשלח ,און אזוי האט ער ערקלערט די אויבנדערמאנטע גמרא: פון דער לשון פון דער פסוק )לעיל יג יח(" :וַ ֲח ֻמ ִשׁים ָעלוּ ְבנֵ י יִ ְשׂ ָר ֵאל ֵמ ֶא ֶרץ ִמ ְצ ָריִ ם" דרש'ענען די חכמים אין 'מכילתא' )בא יב( אז רוב פון כלל ישראל זענען געשטארבן ביי די מכה פון חושך, און עס זענען נישט ארויס פון מצרים נאר א פינעפטל פון זיי, רפואה שלימה אין זכות פון אמן אויף דעם פסוק וואס שטייט אין אונזער פרשה )טו כו(" :כָּ ל ַה ַמּ ֲחלָ ה ֲא ֶשׁר ַשׂ ְמ ִתּי ְב ִמ ְצ ַריִ ם א ָא ִשׂים ָעלֶ י כִּ י ֲאנִ י ה' ר ְֹפ ֶא ,"זאגט הרה"ק רבי אהרן ראטה דער בעל 'שומר אמונים': די ווערטער "כִּ י ֲאנִ י" זענען בגימטריה 'אמן' ,און נעבן דעם שטייט" :ה' ר ְֹפ ֶא ,"מיט דעם האט די תורה מרמז אז ווען אידן ענטפערן אמ"ן און זיי זענען מייחד די צוויי הייליגע שמות )הוי"ה און אדנ"י( קומט דארט אן די שכינה הקדושה און איז משפיע אויף דעם מענטש חסד און רחמים אויף רפואת הנפש און אויך אויף רפואת הגוף. 'אמרי אהרן' ,בשלח אמן ענטפערט מען – צו ישועות איז מען זוכה .בני אמונים. "וְ ָהיָ ה כַּ ֲא ֶשׁר יָ ִרים מ ֶֹשׁה יָ דוֹ וְ גָ ַבר יִ ְשׂ ָר ֵאל וְ כַ ֲא ֶשׁר יָ נִ ַיח יָ דוֹ וְ גָ ַבר ֲע ָמ ֵלק" )יז יא( "וכי ידיו של משה עושות מלחמה או שוברות מלחמה? אלא לומר לך :כל זמן שהיו ישראל מסתכלין כלפי מעלה ומשעבדים את ליבם לאביהם שבשמים היו מתגברים ,ואם לאו היו נופלים" )משנה ר"ה כט א( לכאורה איז זייער שווער' ,נשיאת כפים' איז איינס פון די וועגן פון תפילה ,אזוי ווי עס שטייט )לעיל ט לג(" :וַ יִּ ְפרֹשׂ כַּ פָּיו ֶאל ה'" ,און ענליך צו דעם טרעפן מיר אין נאך פלעצער )ראה רש"י בפסוק הבא( ,אויב אזוי איז דאך זיכער אז 'ידיו של משה עושות מלחמה' – דורך דער כח פון תפילה? טייטש רבי דוד כהן שליט"א ,ראש ישיבת חברון: די קשיא פון די חכמים איז נישט געווען אויף דער ערשטער טייל פון דער פסוק" :כּ ֲַא ֶשׁר יָ ִרים מ ֶֹשׁה יָ דוֹ וְ גָ ַבר יִ ְשׂ ָר ֵאל" ,נאר אויף דער צווייטער טייל" :וְ כַ ֲא ֶשׁר יָ נִ ַ יח יָ דוֹ וְ גָ ַבר ֲע ָמ ֵלק"; אויב וואלט די הצלחה פון די אידן ביי די מלחמה געווען אנגעהאנגען אין די תפילה פון משה ,איז פארוואס האט עס אויפגעהערט פון צו אויפטוהן ווען ער האט אראפגעלייגט די הענט ,דער כח פון תפילה קען דאך אויפטוהן אויך אויף שפעטער. פון דעם האבן די חכמים פארשטאנען אז טאקע נישט זיין תפילה האט געווינען ביי די מלחמה ,נאר דאס וואס די אידן האבן אונטערגעטעניגט זייערע הערצער צום אויבערשטן, אזוי ווי דער 'נפש החיים' )ג יב( האט אוועק געשטעלט אז ווען א מענטש מאכט אפ ביי זיך אין הארץ אז 'ה' הוא האלוקים' און 'אין עוד מלבדו' ,קען אים קיין שום כח אויף דער וועלט שעדיגן. 'המאור שבתורה' משה האט געדאוונט 'נעילה' "וַ יְ ִהי יָ ָדיו ֱאמוּנָ ה ַעד בֹּא ַה ָשּׁ ֶמשׁ" )יז יב( "ויהי משה ידיו באמונה פרושות השמים בתפלה נאמנה ונכונה" )רש"י( ערקלערט דער גרי"ז מבריסק: אויבן )פס' י'( שרייבט רש"י אז משה האט געפאסט ווען עמלק האט מלחמה געהאלטן מיט די אידן ,און דער רמב"ם פסק'נט דאך )תפילה א ז( אז ביי א תענית ציבור דארף מען דאווענען די תפילה פון נעילה נאנט צו די שקיעה ,אויב אזוי איז דאס די כוונה אין דער פסוק :משה רבינו האט געדאוונט 'נעילה' פון "עד בֹּא ַה ָשּׁ ֶמשׁ". א תענית ,וואס ווערט פארצויגן ַ 'חידושי הגרי"ז על התורה' ﬦ תענה אמוניﬦ תע א בבליק לויטן סדר פון דאווענען שירת הים )ב( בעפאר מיר וועלן אנהויבן מיט די ערקלערונגען אויף די שירה איז פאסיג מיר זאלן ציטירן פונעם של"ה הקדוש וואס שרייבט אין זיין סידור ,אין די הקדמה אויף 'אז ישיר': "איך וויל מקדים זיין און מודיע זיין אז 'מי הוא זה ואיזה הוא' וואס רעדט זיך איין צו קענען ערקלערן די פסוקים פון די שירה; אויב וואלטן די אלע הימלען געווען יריעות פון פארמעט און אלע וואסערן טינט און אלע שטעקלעך שרייב פעדער'ס ,וואלט מען אויך נישט געקענט ערקלערן איין טייל פון די צעהנדליגע טויזנטער טיילן פון די שירה ,און איבערהויפט אזא מענטש וואו איך בין ...דעריבער קום איך נאר זאגן עטליכע רמזים וואס עס שטייט אין ספרים און וואס איך האב געהערט און אויך פון מיר .אבער דער וואס זאגט די שירה דארף צו וויסן די גרויסקייט פון דער וואס זאגט עס מיט התעוררות הלב ,אז ער וועט זוכה זיין עס צו זאגן לעתיד לבוא" ויושע -ויווָ שע אין מדרש )תנחומא במדבר יח( ווערט געברענגט" :רבי מאיר זאגט" :ויושע ה' ביום ההוא" – עס שטייט 'ויִ וָ ַשע' ,אז ווען די אידן ווערן אויסגעלייזט – ווערט השי"ת אויך אויסגעלייזט", און אזוי טרעפן מיר אין מדרש )במדב"ר ב ב( וואו ער ציטירט דער פסוק" :ויושע ה'" ,אויף דעם פסוק "נְ ַרנְּ נָ ה ִבּ ָ ישׁוּע ֶת) "תהלים כ ו( ,צו לערנען אז די אידן האבן געזאגט שירה אויף די ישועה פון השי"ת ,אז ער איז כביכול אויך אויסגעלייזט געווארן מיט זיי פון מצרים ,אזוי ווי חז"ל זאגן אין מכילתא )בא יד(" :אין יעדע פלאץ וואו די אידן זענען געגאנגען אין גלות, איז די שכינה מיטגעגאנגען מיט זיי ,זיי זענען געגאנגען אין גלות מצרים איז די שכינה מיטגעגאנגען מיט זיי."... הוֹשׁ ְע ָתּ כַּ נָּ ה מיט גאר א קלארן לשון דערמאנען מיר די ענין ביי די נוסח פון הושענות" :כְּ ַ גוֹחהּ ְמ ֻציֶּ נֶ ת וַ יִּ וָּ ַשׁע ,כֵּ ן ַ יּוֹשׁעְ ,ל ָ שׁוֹר ֶרת וַ ַ ְמ ֶ אתי ֶא ְתכֶ ם' ,נָ קוּד הוֹצ ִ הוֹשׁ ְע ָתּ ַמ ֲא ַמר 'וְ ֵ הוֹשׁע נָ א :כְּ ַ הוֹשׁע נָ א". אתי ִא ְתּכֶ ם' ,כֵּ ן ַ הוּצ ִ 'וְ ֵ צוויי דרגות אין אמונה איבער די קשיא וואס איז פארהאן אויף די פסוקים פון 'ויושע' האט זיך געשטעלט דער חארקובער גאון ,רבי ישראל משה סאלאמאן זצ"ל )'נתיבות הקודש' פר' בשלח( :פארוואס אין אנהויב שטייט" :וירא ישראל את היד הגדולה אשר עשה ה' במצרים" ,און אין ענדע האט ער געטוישט דעם לשון און האט דערמאנט" :וייראו העם את ה'"? נאר ערקלערט ער אזוי' :ישראל' זענען די חשוב'ע פון כלל ישראל ,זיי האבן נישט געדארפט צוקומען צו חיזוק אין אמונה נאך וואס זיי האבן קלאר געזעהן מיט זייערע אויגן די מכות וואס די מצריים האבן באקומען און אזוי אויך דאס וואס זיי זענען ארויס פון מצרים אקעגן זייער ווילן ,אבער פאר די פשוט'ע מענטשן וואס ווערן אנגערופן 'העם' ,האט נאך אויסגעפעהלט צו זעהן דעם אויבערשטן מיט זייערע אויגן ,אזוי ווי ער איז אנטפלעקט געווארן צו זיי ביי די נס פון קריעת ים סוף ,וואס אויף דעם איז געזאגט געווארן )זוהר בשלח סד ב(" :ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל הנביא" ,און נאר נאכדעם איז זייער אמונה געווארן בשלימות וואו עס דארף צו זיין. מ'דערציילט אז אמאל איז א אידענע וואס האט זיך גענויטיגט אין א ישועה געקומען צום 'שר שלום' פון בעלזא ,האט דער רבי איר געפרעגט" :גלייבסט דען נישט אז דער אויבישטער וועט אייך העלפן?" ,האט די אידענע געענטפערט" :רבי ,איך גלייב מיט מיין גאנצע הארץ ,אבער ביי די שירה שטייט פריער 'ויושע ה'' און נאכדעם 'ויאמינו בה'" ."'...זי איז גערעכט" – האט דער רבי רעאגירט ,און עס איז טאקע נישט אדורך אסאך צייט און זי איז געהאלפן געווארן מיט א ישועה )'עלים לתרופה' בשלח תשס"א(. וייראו העם את ה' ויאמינו בה' ביים זאגן דעם פסוק איז פאסיג אז מיר זאלן אריינקלערן אין די דערהויבענע ווערטער פון דעם רבנו בחיי אויפן לשון הפסוק )שמות יד לא(" :וַ יִּ ְיראוּ ָה ָעם ֶאת ה' וַ יַּ ֲא ִמינוּ ַבּה'" ,וואו ער איז מאריך צו ערקלערן די מדריגה פון די אמונה וואס די אידן האבן זוכה געווען צו דעם ביי קריעת ים סוף ,און צווישן זיינע ווערטער שרייבט ער אזוי: "די יראה און די אמונה זענען די עיקר פון די גאנצע תורה ...און יעדער וואס גלייבט האט אסאך זכיות ,אזוי ווי מיר טרעפן ביי אברהם וואס ער איז געווען דער שורש האמונה: )בראשית טו ,ו( "והאמין בה' ויחשבה לו צדקה" ,און ער איז אויך זוכה צו גן עדן אזוי ווי עס שטייט) :ישעיה כו ,ב( "פתחו שערים ויבא גוי צדיק שומר אמונים" ,און צו חיי עולם הבא אזוי ווי עס שטייט) :חבקוק ב ,ד( "וצדיק באמונתו יחיה" ...און ווייל די אמונה איז דער יסוד פון די גאנצע תורה האבן די חכמים מתקן געווען ביים דאווענען און ביי די ברכות מ'זאל ענטפערן אמן ,וואס עס איז פון דער לשון 'אמונה'". דער כח פון יחוס איז אנגעהאנגען אין די מדריגה פונעם יחסן א ברכה פפון א קראנקן קינד אין די וואונדערליכע ערציילונג וואס מיר האבן דא וואס איז געהערט געווארן פון י .דער העד נוירס )דער הויפט קראנקן-ברודער( אין די אינטענסיוו קעיר-קינדער אפטיילונג )מחלקת טיפול נמרץ- ילדים( אין איינס פון די שפיטעלער דא אין לאנד, וועלן ענק נישט טרעפן קיין אויסטערלישע נס און נישט קיין דראמאטישע ערציילונג ,אבער אויב ווילן ענק קענען ענק זיך אפלערנען א שטארקן דערהער איבער דעם כח און די מעלה פון א ריכטיגן חינוך צו תפילה און צו ברכות מיט כוונה ,א חינוך וואס האט אין זיך א כח צו באלייכטן די וועג אויך פאר דערווייטערטע ברודער .מיר געבן איבער דאס ווארט פאר י:. "איך ארבעט אלץ א העד נוירס )הויפט קראנקן- ברודער( אין די אינטענסיוו קעיר-קינדער אפטיילונג )מחלקת טיפול נמרץ ילדים( אין איינס פון די גרויסע שפיטעלער דא אין לאנד .צו מיין גרויסן ווייטאג האב איך זיך שוין צוגעוואוינט צוזעהן שרעקליכע זאכן .אין די ערשטע תקופה פון מיין ארבעט, יעדעס מאל וואס איך האב זיך אנגעשטויסן אין שוידערליכע געשעהנישן וואס זענען אנגעקומען אין די אפטיילונג ,בין איך דעם קומענדיגן נאכט נישט געשלאפן געהעריג ,אבער די סאך יארן וואס איך דריי זיך נעבן די קראנקע קינדער האבן שוין אביסל אפגעשוואכט מיינע געפיהלן. צו די אפטיילונג וואס איך ארבעט קומען אן יעדן טאג אסאך שווערע פעלער ,און ווי אויבנדערמאנט נאך אסאך יארן מוזן מיר זיך פארהוילן פון די געפיהל וואס קאכט אין אונזער הארץ ,און זיך קאנצענטרירן נאר אין אונזער אויפגאבע – צו ראטעווען לעבן און גרינגער מאכן ווי ווייט מעגליך די גרויסע ווייטאג און פיין פון די יונגע קינדער וואס געפינען זיך אין די אפטילונג ,כאטש וואס פון מאל צו מאל קענען מיר זיך נישט איינהאלטן פון צו געבן א טיפן קרעכץ. פאר ארום צוויי וואכן ,אינמיטן א געווענליכן ארבעט'ס טאג ,איז אנגעקומען אין די אפטיילונג א פרומער טאטע מיט זיין זוהן ,א געזונט קינד און א פרייליכער ,ער זעהט אויס ווי א זעקס יעריגער יונגל .דעם טאטן איז מיר נישט שווער געווען צו דערקענען; נאר צוויי יאר זענען אריבער פון ווען עס האט זיך געענדיגט די לאנגע תקופה וואס ער איז געווען ווי א איינוואוינער אין אונזער אפטיילונג ,וואו דארט איז ער אנגעקומען צוליב די קראנקהייט פון זיין זוהן. דאס קינד וואס איז געווען נעבן אים איז מיר מער שווער געווען צו דערקענען ,אבער איך האב זיך פארגעשטעלט אז דאס איז דער זעלבער 'מוישי' וואס ווען ער איז באפרייט געווארן פון די אפטיילונג פאר ארום צוויי יאר איז ער געווען יונגער און ווייניגער געזונט. אסאך צייט צו טראכטן האב איך נישט געהאט; דער טאטע איז צוגעקומען צו מיר ,ער האט מיר אויסגעשטרעקט די האנט און מיר פארגעשטעלט זיין זוהן' :דאס איז מוישי ,זיכער איז דיר שווער אים צו דערקענען אין זיין געזונטן אויסזעהן ,אבער ער האט פון דיר נישט פארגעסן אויף איין מינוט אויך נישט'. מוישי ...מיין מח האט מיר געשאסן ,קלאר און דייטליך – וויאזוי קען מען פארגעסן פון מוישי?... וויאזוי קען מען פארגעסן פון דעם קינד וואס איז געווען דא ביי אונז נישט קיין קורצע צייט אין גאר א שווערן צושטאנד ,נאך וואס ער איז באפרייט געווארן פון די דערנעבנדיגע אנקאלאגיע אפטיילונג, און איז אריבער צו אונז צוליב א שווערע געזונטהייט פראבלעם וואס איז געווארן צוליב די שווערע באהאנדלונגען. ווען מוישי איז צו אונז אריבער געקומען האבן אלע ארבייטער אויך די עלטערע פון צווישן אונז נישט געקענט איינהאלטן פון צו אראפלאזן א טרער .ער האט אויסגעזעהן אזוי צוקלאפט ,אינגאנצן ארום גענומען מיט פלאג און פיין ...זיין פנים איז געווען פארדעקט מיט בלוטיגע וואונדן וואס ווערט אנגערופן אין די דאקטערישע שפראך 'מוקוזיטיס', אזעלעכע וואונדן וואס זענען געווארן אלץ רעזולטאט פון די באהאנדלונגען ,אבער זיי זענען נאר געווען א מוסטער צו די וואונדן וואס האבן אנגעפילט זיין מויל און זענען אנגעקומען ביז צו די פארדייאונג-סיסטעם )מערכת העיכול(. עס איז אים שווער אנגעקומען דאס אטעמען ,און נאך מער צו עסן און טרינקען .אויך דאס רעדן איז אים זייער שווער אנגעקומען ,ווען ער האט געוואלט עפעס זאגן האט ער זיך געדארפט פלאגן עס ערקלערן מיט בייגן זיינע פינגער און מיט שאקלען זיין קאפ; ווען ער האט געוואלט טרינקען – האט ער געוויזן אויף די פלאש ,און ווען ער האט געוואלט הערן א ערציילונג האט ער געוויזן אויף דעם ביכל... דאס איז געווען אין איינע פון די ערשטע נעכט פון ווען ער איז געקומען .איך בין געשטאנען אין די זייט פון א בעט וואס איז געווען נעבן מוישי'ס בעט, פארנומען מיט אנפילן א בויגן פון א קראנקן .פון די ווינקל פון מיינע אויגן האב איך געזעהן ווי מוישי ווינקט פאר זיין פאטער אז ער וויל טרינקען ,און וואו דער געטרייער פאטער איילט זיך אים אנפילן א האלבע גלאז און עס דערנענטערן צו זיין מויל. עס איז געווען אינטערסאנט צו קוקן וויאזוי מוישי פארבינדט זיך מיט זיין טאטע ,זיי האבן גערעדט איינער מיטן צווייטן דורך בליקן ,און עס האט אויסגעזעהן אז זיי האבן זיך גוט פארשטאנען. צווישן די שרעק און די היסטעריע וואס זענען געווען נאטורליכע און אנגענומענע געסט אין אונזער אפטיילונג ,איז דער פאטער מיט זיין זוהן געווען וואו א אינזל פון רוהיגקייט וואס האט ארויסגעשיינט פאר די גאנצע געגנט ארום וואס האט גערוישט. אויך יעצט האב איך געכאפט א בליק צו זייער ריכטונג ,אבער וואס איך האב געזעהן האט מיר אינגאנצן צורידערט :דער קליינער יונגל ,קוים דריי און א האלב יאר ,וואס זיין מויל און זיין גאנצע פארדייאונג-סיסטעם זענען פארדעקט מיט גאר שווערע וואונדן ,דער יונגל וואס האט כמעט נישט גערעדט פון ווען ער איז אריין דא אין די אפטיילונג, האט פלוצלינג אנגעהויבן צו רעדן... די פעדער וואס איך האב געהאלטן אין האנט איז אראפגעפאלן אויף די ערד ,אבער איך האב זיך נישט אראפגעבויגן עס אויפהייבן ,איך האב צוגעקוקט וואונדערליך צו די ווערטער וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל ,מיט א שוואכע שטימע, אבער קלאר" :ברוך אתה ...שהכל נהיה בדברו!" אזוי ,ווארט ביי ווארט ,האט דער יונגל געזאגט די ברכה ,זיין טאטע האט געענטפערט נאך אים" :אמן!" און נאר נאכדעם האט ער געטרינקען פון דעם גלאז, אפשר א קליינע שלינג – ער האט נישט געקענט מער פון דעם. צו מיין ווייטאג בין איך נישט אויפגעוואקסן אין א שטוב פון שומרי תורה ומצוות ,אבער אין יענע מינוטן האב איך גוט געשפירט די הייליגקייט פון דעם מעמד ,דער יונגל האט מיך אינגאנצן שאקירט און פארגאפט! אזא קליינער יונגל ,אין אזא שווערע צושטאנד ,אן איינער זאל אים דערמאנען ...זאגט א ברכה!!! וויאזוי קען מען פארגעסן אזא יונגל? וויאזוי איז דען מעגליך צו פארגעסן אזא וואונדערבארער חינוך?! פאר ארום צוויי וואכן ,ווי אויבנדערמאנט ,איז ער צוריק מיט זיין פאטער צו די געווענליכע אונטערזוכונגען ,זיי האבן געדארפט אנקומען צו די אנקאלאגיע אפטיילונג ,אבער זיי האבן באשלאסן אריינקומען צו 'אונזער' אפטיילונג כדי אונז צו באגריסן... איך האב זיך אזוי שטארק געפריידט אים צוזעהן נאכאמאל ,געזונט און פריש ,און איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון אים ארומנעמען מיט א ווארעמקייט. דער יונגל האט מיר אינגאנצן באצויבערט און האט צוגעברענגט אז איך זאל שעצן דעם גאנצן ציבור וואו ער טוהט געהערן ,איך האב געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן זייער וואונדערליכן חינוך וואו עס שיינט ארויס... עס קען זיין אז איך וואלט שוין געדארפט אנהויבן מיט דעם פאר צוויי יאר ,אבער די אינערליכע ערוועקונג וואס האט זיך דעמאלטס אנגעהויבן איז נאר יעצט געקומען לכלל מעשה ,ווען איך האב אים נאכאמאל געזעהן ,געזונט און שטארק ,נאך וואס די סכנה איז שוין אינגאנצן אריבער .דאס האט מיר אויפגעשאקלט און צוריק געברענגט צו יענע געפיהלן וואס איך האב דעמאלטס געשפירט. איך האב באשלאסן זיך אונטערנעמען צו זאגן א ברכה הויעך און מיט כוונה אויף יעדע עסנווארג וואס איך וועל אריינלייגן אין מיין מויל ,און הלוואי אז איך זאל זוכה זיין אז מיינע קינדער און אייניקלעך זאלן זיין אזוי ווי ער איז. ברוך ה' ,אין די צוויי וואכן וואס זענען אדורך פון דעמאלטס האב איך איינגעהאלטן די קבלה ,און איך האב זיך מחזק געווען אין נאך זאכן... איך האב אויך באשלאסן צו פארשפרייטן די ערציילונג ,מיטן האפענונג אז אסאך וועלן זיך פון דעם אפלערנען און זיך מחזק זיין אין דעם. א רפואה שלימה פאר אלע אידישע קינדער ,און ענק זאלן קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער" )געהערט פון דער בעל המעשה( "בני אמונים" ת.ד 102 .בני ברק | פקס | 08-9746102 .מייל | [email protected] .ניתן לקבל עלון זה במייל מידי שבוע shayעיצובים ביים זאגן" :זה א-לי ואנוהו אלוקי אבי וארוממנהו" האבן די אידן דערמאנט אז זייער קדושה האט זיך נישט אנגעהויבן ביי זיי ,נאר עס איז שוין פון די אבות )רש"י( .לויט דעם ,האט זיך געוואונדערט דער גאון רבי חיים וואלאזשינער ,וואלט מען פריער געדארפט דערמאנען 'אלוקי אבי' און נאכדעם 'זה א-לי'? נאר ,מיר טרעפן אין די גמרא )מנחות נג א( אז יחוס אבות איז נאר א מעלה ווען דער מענטש אליינ'ס פירט זיך ריכטיג און ערליך ,אבער אויב דער מענטש זעלבסט געפינט זיך אין א נידריגע מדריגה ,קען אים דער יחוס נאר שעדיגן ,ווייל לויט זיין גרויסן יחוס וואלט ער געדארפט מער שטייגן .און הגאון רבי אליהו מאיר בלוך זצ"ל פון טעלז האט צוגעגלעכנט דעם יחוס צו א 'נול'; נאר ווען עס איז דא א נומער אין אנהויב ,איז ווי מער 'נול'ס' איז עס מער א גרעסערער נומער ,אבער א נול אליין האט נישט קיין ווערד. לויט דעם קענען מיר פארענטפערן די קשיא פון רבי חיים וואלאזשינער :די סיבה פארוואס די אידן האבן געזאגט פריער 'זה א-לי' ,איז געווען ווייל זיי האבן געוואוסט אז ווען זיי אליינ'ס וואלטן נישט איינערקענט אין דעם אויבערשטן ,וואלט 'אלוקי אבי' נישט געהאט קיין באדייט ,דעריבער האבן זיי אויסגערופן זייער אמונה בעפאר זיי האבן דערמאנט די זכות פון זייערע אבות )'רנת יצחק'(. אמוניﬦ ﬦ מעשה ני מע א וועכנטליכע ערציילונג אאויף אמן און תפילה
© Copyright 2024