מ ש י ח ל ע ב ן - Constant Contact

‫לעבן‬
‫מיט‬
‫משיח‬
‫‪Published by Moshiach Resource Center Tel: 514 385–9514 FAX 514 858–0693 E–Mail: [email protected]‬‬
‫נוסד לע"נ האשה החשובה מרת שרה מעשא ב"ר דוד ע"ה‪ .‬נלב"ע ח' מנחם אב תשנ"ה‬
‫‪782‬‬
‫בס"ד‪ .‬ועש"ק יתרו‪ ,‬כ"ב שבט‪ ,‬ה'תשע"ז ‪ -‬ק"ן שנה להסתלקות הילולא של כ"ק אדמו"ר הצ"צ‬
‫~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~‪‬‬
‫כ"ב שבט‪ :‬יום הסתלקות הילולא של הרבנית הצדקנית חי' מושקא ע"ה ז"ל‬
‫‪?"èøåâàé" ñàã ïòî èôåø ñàååøàô æéà‬‬
‫די רביצין חי' מושקא נ"ע זי"ע‪ ,‬פלעגט אפטמאל‬
‫באזוכן פארשידענע ביבלאטעקן‪ ,‬צוליב פארשידענע‬
‫פארש‪-‬ארבעט וועלכע זי האט דורכגעפירט‪.‬‬
‫אין איינע פון די אנשטאלטן וואו זי האט זיך באנוצט מיט‬
‫דער גרויסער ביבליאטעק פלעגט זי אפטמאל אריינגיין צו‬
‫דעם "דין" פון דעם אנטשטאלט‪) ,‬איינער א פראפעסאר‬
‫פינקלשטין( צו דורכריידן זיך מיט אים וועגן פארשידענע‬
‫אנגעלעגנהייטן‪.‬‬
‫איינמאל איז די רביצין געקומען צום אפיס פון דעם‬
‫פראפעסאר‪ ,‬האט די סעקרעטארשע געזאגט די רביצין‪ ,‬אז‬
‫דער פראפעסאר איז היינט אהיימגעגאנגען פריער ווי‬
‫גוויינלעך‪ .‬די רביצין איז געבליבן רעדו מיט דער‬
‫סעקרעטארשע‪ ,‬און דער שמועס האט ארויפגעפירט‬
‫אויףדער פראגע וואס די סעקרעטטארשע גיט עסן איר‬
‫מאן אינדערפרי? די סעקרעטארשע האט געענטפערט אז‬
‫זי גיט איר מאן "עפל‪-‬סאוס מיט זויער מילך"‪ .‬האט דערויף‬
‫די רביצין געענטפערט אז איר מאן זאגט אז זויער מילך איז‬
‫ניט גוט!‬
‫אין מיטן געשפרעך איז אריינגעקומען דער מאן פון די‬
‫סעקרעטארשע‪ ,‬און הערנדיק אז די רביצין זאגט אז "זויער‬
‫מילך איז ניט גוט" האט ער ויצלדיק געזאגט "ס'איז דאך‬
‫יא‪-‬גורט"!"‪...‬‬
‫די סעקרעטארשע‪ ,‬וועלכע האט געשמועסט מיט דער‬
‫רביצין האט געפילט זייער באליידיקט‪ .‬זי האט געטראכט‬
‫אז איר מאן'ס וויץ איז ניט געווען צו דער זאך און ס'איז‬
‫געווען אינגאנצו אן טאקט‪.‬איר האט פארדראסן ווי איר‬
‫מאן איז אינמיטן אריינגעפארן מיט זיין גלייכווערטל‪ .‬זי‬
‫האט אים דערנאן שטארק אויסגערעדט‪ .‬און זי האט זיך‬
‫שטארק געשעמט‪.‬‬
‫אז די רביצין איז געקומען דאס נעקסטע מאל אין‬
‫ביבליאטעק‪ ,‬האט די סעקרעטארשע זיך שטארק‬
‫אנטשולדיקט פאר די רביצין וואס איר מאן האט אזוי‬
‫אריינגעפארן מיט זיין גלייכווערטל‪...‬‬
‫לעילוי נשמות הרה"ח ר' יהודא ב"ר אהרן ע"ה שפוץ‬
‫הרה"ח ר' חיים ארי' ב"ר משה ע"ה זילבערשטיין‬
‫הרה"ח ר' אליהו יצחק ב"ר חיים ארי' ע"ה זילבערשטיין‬
‫לע"נ רפאל לוי יוסף ב"ר יצחק ע"ה – תנצב"ה‬
‫די רביצין האט עס אבער צונישט געמאכט‪ ,‬זאגנדיק‪:‬‬
‫ס'מאכט ניט אויס‪ ,‬ניטא וואס צו אנטשולדיקן זיך‪ ...‬כ'האב‬
‫דאס איבערדערציילט מיין מאן ]דעם רבי'ן[ און ער האט‬
‫שטארק געלאכט!‪...‬‬
‫)‪øòã ïåô èøòäòâ ñàã èàä øòëìòåå – .÷ .á.é .øã ïåô èøòäòâ‬‬
‫‪(øòèëàè ñ'òùøàèòø÷òñ‬‬
‫איר זייט אלע אונזערע‬
‫קינדער‪. . .‬‬
‫א געוויסע פרוי פון ענגלאנד פלעגט אפט באזוכן די‬
‫רביצן אין איר שטוב אויף ‪ 1304‬פרעזידענט סטריט‪,‬‬
‫ווען זי פלעגט קומען צופארן אין נ‪.‬י‪.‬‬
‫בא איינע פון די באזוכן האט זי געקומען צו דער‬
‫רביצין מיט אירע קליינע קינדערלעך‪.‬‬
‫אז זי איז געזעצן און פארבראכט מיט דער רביצין‪,‬‬
‫האבן די קינדער געשפילט‪ ,‬ארומגעלאפן איבער'ן‬
‫שטוב פון צימער צו צימער‪ .‬אז זיי האבן איבערגעקוקט‬
‫די גאנצע שטוב‪ ,‬האבן זיי צוריקגעקומען צו זייער‬
‫מוטער‪ ,‬וועלכע איז געזעצן מיט דער רביצין‪ ,‬און זיי‬
‫האבן געפרעגט די רביצין‪ :‬מיר האבן איבערגעקוקט די‬
‫גאנצע שטוב און מיר האבן ניט געפונען קיין קינדער‪...‬‬
‫וואו זיינען די קינדער פון שטוב?!‬
‫די רביצין האט זיי אלע אויסגעשטעלט איינער לעבן‬
‫דעם אנדערן‪ ,‬און‪ ,‬אנווייזנדיק אויף יעדער איינציקן‬
‫פון זיי‪ ,‬און דערנאך אנווייזנדיק צום פענסטער‪ ,‬האט זי‬
‫געזאגט‪ :‬דו‪ ,‬און דו‪ ,‬און דו‪ ,‬און די אלע דארטן‬
‫אינדרויסן ‪ ...‬זיינען אלע אונזערע קינדער!‬
‫)‪('éù åì ìàåîù êøåã èìééöøòã‬‬
‫לזכות מושקא בת דאבא רבקה שתחיו‬
‫לרגלי הכנסה לעול המצוות – כ"ב שבט לאויוש"ט ובריאות‬
‫ולשנת ברכה והצלחה‬
‫ולזכות חיים משה בן פייגא רעכא רחל שיחיו‬
‫ליום הולדתו – כ"א שבט לאויוש"ט ובריאות ולשנת ברכה והצלחה‬
‫לזכות שלום בן פריידא ופייגא רעכא רחל בת איטא העניא שיחיו‬
‫לאויוש"ט ‪ -‬שתעמוד להם בכל המצטרך‬
‫ונזכה זעהן זיך מיט'ן רבי'ן דא למטה…‪ . . .‬והוא יגאלנו !‬