1» » בתוככי הקהלה

‫בס"ד‬
‫נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה‬
‫אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר"‬
‫מאנטאג משפטים | תשע"ב‬
‫‪11‬‬
‫להורות את המעשה אשר יעשון‪:‬‬
‫לאות הכרה והוקרה‪:‬‬
‫חדר בית הוראה אין בית המדרש‬
‫הערליך איבערגעפרישט לשם ולתפארת‬
‫'חברי הזהב' דקהלתינו ערהאלטן‬
‫קארב 'פירות לחמשה עשר‬
‫הערליכע ָ‬
‫בשבט' פון הנהלת הקהלה‬
‫דער חדר 'בית הוראה' אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אויף‬
‫ראדני סטריט‪ ,‬איז באקאנט אלס תל תלפיות וואו הונדערטער‬
‫אברכים ובעלי בתים ווענדן זיך‪ ,‬מן הבוקר ועד הערב‪ ,‬אנצופרעגן‬
‫זייערע שאלות להלכה ביים דומ"ץ בית המדרש הגדול‪ ,‬הרב הגאון‬
‫רבי לייבוש פריעדמאן שליט"א‪ ,‬בן כ"ק הגה"צ ראב"ד דקהלתינו‬
‫שליט"א‪ ,‬וואס איז משיב לשואלים דבר‪ ,‬מיט אויסערגעווענליכע‬
‫קלארקייט‪.‬‬
‫עקסטער גיט דער דיין שליט"א זיך אוועק בלב ובנפש‬
‫פאר פרישע יונגעלייט נאך די חתונה‪ ,‬לנחותם הדרך ולהורות‬
‫את המעשה אשר יעשון‪ ,‬צו פירן אויפ'ן ריכטיגן תורה'דיגן וועג‬
‫אוועקצושטעלן די יסודות פאר א בית נאמן בישראל‪ ,‬מיט‬
‫אויסטערלישע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט‪ ,‬וואס מ'זעט‬
‫כמעט נישט דאס גלייכן‪.‬‬
‫אזוי ווי דער צאל פון שואלים וואקסט ממש מדי יום ביומו‪,‬‬
‫און דאס פלאץ האט זיך אויסגעפעלט אהערגעשטעלט צו ווערן‬
‫אלס מקום מוכשר אויפצונעמען די אינגעלייט השואלים בדבר ה'‬
‫זו הלכה‪ ,‬האט די הנהלת הקהלה‪ ,‬מיט די הילף פון א נדבן חשוב‬
‫מתומכי קהלתינו הרוצה בעילום שמו‪ ,‬גענצליך איבערגעפרישט‬
‫דעם בית הוראה פונדאסניי‪ ,‬אהערשטעלנדיג א שיינעם‬
‫ווארט‪-‬צימער‪ ,‬וואו די פילע אברכים קענען זיצן און‬
‫באקוועמען ַ‬
‫ווארטן אין דער רייע אריינצוגיין צום דיין שליט"א‪ ,‬איבערהויפט‬
‫האט מען איינגערישט דעם חדר הדומ"ץ שליט"א זעלבסט‪ ,‬וואס‬
‫מ'האט איינגעריכטעט מיט מעבל און ספרי קודש‪ ,‬כראוי וכיאות‬
‫לכבודה של תורה‪ ,‬לשם ולתפארת‪.‬‬
‫אשר תשים לפניהם‪ ,‬כשלחן הערוך לאדם!‬
‫■■■‬
‫אלס צייכן פון דאנקבארקייט און אויסדרוק פון דאנק צו די‬
‫חשוב'ע 'חברי הזהב'‪ ,‬די טייערע חברי הקהלה נדיבי עם‪ ,‬וועלכע‬
‫נעמען א גרעסערן טייל אינעם אויפהאלט פון דער קהלה‪ ,‬נושא‬
‫בעול צו זיין אין די הוצאות הקהלה‪ ,‬און דערמעגליכן דערמיט‬
‫דאס עקזיסטענץ פון קהל עדתינו‪ ,‬האט די הנהלת הקהלה‪ ,‬לכבוד‬
‫דעם ראש השנה לאילנות‪ ,‬חמשה עשר בשבט‪ ,‬ארויסגעשיקט‬
‫קארב‪,‬‬
‫ָ‬
‫פאר זיי א הערליכן‬
‫אנגעפולט מיט אלע ערליי פירות‬
‫און געטרוקנטע פרוכטן‪ ,‬שיין און‬
‫מוסטערהאפטיג אויפגעשטעלט‬
‫אויף א נאבעלן פארנעם‪ ,‬און עס‬
‫פערזענליך אפגעשיקט צו יעדן‬
‫איינעם אין שטוב אריין‪ ,‬לכבוד‬
‫יום טוב‪.‬‬
‫ווי געזאגט זענען די 'חברי הזהב' די סאמע בריכי התיכון‬
‫פון קהלתינו הק'‪ ,‬מיט'ן נעמען א גרעסערן טייל אינעם יערליכן‬
‫מעמבערשיפ‪ ,‬און קהל זוכט דעריבער ביי יעדע געלעגנהייט‬
‫ארויסצוצייגן דעם הכרת הטוב און אנערקענונג על רבת פעלם‬
‫הטוב‪ .‬צום ערשט געניסן זיי פון א ריי ספעציעלע גאר ווערדפולע‬
‫בענעפיטן און סערוויסעס‪ ,‬פיל מער פון די אלגעמיינע בענעפיטן‬
‫פאר די רעגולערע מעמבערס‪ ,‬און דאס זעלבע טוט מען פון‬
‫צייט צו צייט אהיימשיקן געשאנקען כדי ארויסצוברענגען דעם‬
‫הכרת הטוב‪ .‬די שיינע מתנה איז ב"ה אויפגענומען געווארן מיט‬
‫שטארקע צופרידנהייט‪.‬‬
‫עמודי התוך!‬
‫■■■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪1‬‬
‫וויליאמסבורג‬
‫גדלו והצליחו וגם עשו פרי‪:‬‬
‫'עליך יסמוכו' מעמבערשיפ קאמפיין‬
‫אפגעהאלטן מיט גרויס הצלחה ב"ה;‬
‫גליקליכע געווינערס געצויגן‬
‫■■■‬
‫קול חתן וקול שמחה‪:‬‬
‫הערליכע מסיבת שבע ברכות‬
‫אפגעהאלטן לכבוד דעם משמש ביהמ"ד‬
‫דקיט"ל בית יעקב נחמי' מורטול עוו‪.‬‬
‫דער העפטיגער 'קהל עדתינו עליך יסמוכו' מעמבערשיפ‪-‬‬
‫קאמפיין‪ ,‬וואס האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט אין‬
‫די לעצטערע וואכן‪ ,‬איז דעם היינטיגן מאנטאג געקומען צו א‬
‫סוקסעספולער ענדע‪ .‬דער קאמפיין איז אנגעגאנגען מיט א‬
‫שטארקן אייפער אין די לעצטערע‬
‫מ'האט‬
‫וועלכן‬
‫אין‬
‫וואכן‪,‬‬
‫שטארקן‬
‫א‬
‫אונטערגענומען‬
‫אויפקלערונגס קאמפיין יעדער‬
‫מעמבער זאל פארשטיין וויפיל‬
‫מ'טוט געניסן פון קהל‪ ,‬און אז‬
‫אן די כסדר'דיגע שטיצע פון יעדן‬
‫מעמבער איז איינפאך נישט שייך‬
‫צו קענען אנגיין ווייטער בעול‬
‫הוצאות הקהלה‪ .‬אין ספעציעלע‬
‫'קונטרסים'‬
‫און‬
‫'בולעטינען'‬
‫אויפקלערונגס מאטריאל האט‬
‫זיך דער ציבור באגעגענט פון דער‬
‫נאנט מיט די פרעכטיגע פירות‬
‫פונעם מעכטיגן אילנא דחיי‪ :‬קהל‬
‫יטב לב דסאטמאר‪.‬‬
‫דער געטרייער משמש ביהמ"ד גיט זיך אוועק בלב ובנפש‬
‫דורכאויס דעם גאנצן יאר פאר די הצלחה פון ביהמ"ד בכלל און‬
‫פאר יעדן מתפלל באזונדער בפרט‪ ,‬און ביים אפגעהאלטענעם‬
‫שבע ברכות האט זיך ָא ּפגעשפיגלט די געפילן פון הכרת הטוב פון‬
‫כל הקהל הקודש צום געטרייען עוסק בצרכי ציבור באמונה‪ .‬עס‬
‫איז געווען נאבל שיין צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך‪ ,‬און דער‬
‫ציבור האט פארברענגט אינאיינעם שבת אחים לדעה גם יחד‪ .‬אין‬
‫שפיץ האבן זיך אנגעזען די חברי ועד הנהלת ועסקני הקהלה און‬
‫דער לעגענדארע בוני בית המדרש‪ ,‬הרבני היקר הנכבד והמפואר‬
‫מו"ה אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו‪ ,‬און די פילע עסקני וראשי‬
‫הנהלת ביהמ"ד‪.‬‬
‫א שטארק אינסטרומענטאלע‬
‫ראלע צום דערפאלג פונעם קאמפיין‪ ,‬האבן געשפילט די געטרייע‬
‫חשובע שמשים שיחיו דקהלתינו‪ ,‬וועלכע האבן מיט'ן גאנצן הארץ‬
‫זיך אוועקגעגעבן איינצוקאסירן די מעמבערשיפ ביי די טישלעך‬
‫אין זייערע בתי מדרשים‪ ,‬און אנצואווארימען די הערצער פון‬
‫די מתפללים אין זייער ביהמ"ד‪ ,‬צו פארשטיין וויפיל יעדער איז‬
‫אנגעוויזן אין צענטראל קהל‪ ,‬אויף א טאג טעגליכן באזיס‪ ,‬מדי יום‬
‫ביומו‪ .‬וחפץ ה' בידם הצליח‪ ,‬ווי דער ציבור האט זיך צוגעשטעלט‬
‫אויף א הערליכן פארנעם‪.‬‬
‫עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הר"ר יואל בהרא"מ‬
‫מייזליש שליט"א מחשובי מתפללי ביהמ"ד‪ ,‬אויך האט דער‬
‫מחותן המשמש שיחיו אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער און‬
‫זיך הערצליך באדאנקט פארן ציבור וואס האט זיך אזוי שיין‬
‫אהערגעשטעלט מיט די שמחה‪ ,‬שפעטער האט מוה"ר חיים יושע‬
‫הארטמאן הי"ו משמח געווען מיט הערליכע קונץ שטיק בשמחת‬
‫חתן וכלה‪ ,‬ברכת המזון און שבע ברכות איז צוטיילט געווארן פאר‬
‫די חשובע עסקנים ביהמ"ד‪ ,‬און דערנאך האט מען זיך משמח‬
‫געווען בריקודין של שמחה‪.‬‬
‫דעם היינטיגן מאנטאג אווענט האט מען ב"ה געצויגן די‬
‫גליקליכע געווינערס‪ :‬מו"ה יואל זעלצער הי"ו דעם 'זילבער טיש';‬
‫הרב ליפא אייזיקאוויטש הי"ו פון בארא פארק 'חתונה פעקעדזש';‬
‫מו"ה יואל ברמ"מ פעדער הי"ו 'בר מצוה פעקעדזש'; מו"ה יצחק‬
‫מרדכי פאללאק הי"ו דעם 'זרעו בחיים' פעקעדזש‪.‬‬
‫■■■‬
‫דערמיט האט זיך סוקסעספול ב"ה געשלאסן דער היי‪-‬‬
‫יאריגער שבט קאמפיין‪ ,‬דער אמת איז אבער אז עס שליסט זיך‬
‫קיינמאל נישט‪ ,‬און די הנהלת הקהלה בעט טאקע פון די אלע‬
‫וואס האבן נאכנישט אויסגעצאלט זייער מעמבערשיפ ביז איצט‪,‬‬
‫זיי זאלן עס מער נישט אפלייגן אויף שפעטער‪ ,‬זיי קענען אלעמאל‬
‫עס אריינברענגען אין קהל'ס אפיס‪ ,‬אדער איבערגעבן פאר די‬
‫שמשי הקהלה פון אלע אונזערע בתי מדרשים‪ ,‬און דערמיט געניסן‬
‫פון די קהל'ישע מעמבער פארדינסטן‪.‬‬
‫ישראל קדושים הם נתבעים ונותנים!‬
‫א שיינער ציבור מתפללי ובאי בית המדרש דקיט"ל בית‬
‫יעקב נחמי' מוירטל עוו‪ ,.‬האבן זיך דעם נעכטיגן זונטאג מיטאג‬
‫באטייליגט ביי דער שיין‪-‬צוגעשטעלטער שמחת שבע ברכות‪,‬‬
‫לכבוד דעם געטרייען איבערגעגעבענעם משמש ביהמ"ד‪ ,‬מו"ה‬
‫יצחק זילבערשטיין הי"ו‪ ,‬לרגל שמחת נישואי בנו הבחור החתן כמר‬
‫נפתלי הירצקא הי"ו‪ ,‬ממצויני ישיבתינו הק'‪ ,‬עב"ג בת ידידינו היקר‪,‬‬
‫מו"ה בעריש עסטרייכער הי"ו‪.‬‬
‫חברא קדישא ‪ -‬מפעל ארץ החיים‬
‫קאמפיין צום‬
‫ּ‬
‫אונטערגענומען שטארקן‬
‫בעפארשטייענדן יום החברא קדישא 'ז'‬
‫אדר' הבעל"ט‬
‫די חברא קדישא דקהל יטב לב דסאטמאר האט‬
‫אונטערגענומען א שטארקן קאמפיין איינצומאנען די 'ארץ החיים'‬
‫התחייבות‪ ,‬לכבוד דעם בעפארשטייענדן יום המיוחד להחברא‬
‫קדישא מדור דור‪ ,‬ז' אדר‪ ,‬די יומא דהילולא פון משה רבינו ע"ה‪,‬‬
‫וואס כנהוג האט מען זיך אין אלע קהלות בישראל געפירט מקדיש‬
‫צו זיין דעם טאג למען החברא קדישא‪ .‬אין די לעצטערע יארן‪,‬‬
‫זינט דער קנין שטח הבית העלמין אין קרית יואל‪ ,‬האט מען‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪2‬‬
‫וויליאמסבורג‬
‫ווידעראמאל אויפגעפרישט דעם מנהג ישראל קדושים און צווישן‬
‫די מעמבערס פון די קהלה ווערט דער טאג געווידמעט זיך צו‬
‫פארטראכטן אויף די פעולות החברא קדישא‪ ,‬און זען דערצו‬
‫ארויסצוהעלפן בכל היכולת‪.‬‬
‫דער גרעסטער טייל פון די חברי הקהלה האבן שוין במשך‬
‫די פארלאפענע העכער ‪ 2‬יאר אויסגעצאלט זייער ארץ החיים‬
‫התחייבות‪ ,‬וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן בפסק דין דורך‬
‫כ"ק מרן רבינו שליט"א ובית דינו הצדק‪ .‬אבער די חברא קדישא‬
‫איז אנגעוויזן אין ממש יעדן איינציגסטן חבר הקהלה פולקאם‬
‫אויסצוצאלן זיין התחייבות‪ ,‬ווייל מ'איז נאך אנגעוויזן אין א הון‬
‫תועפות צו קענען באצאלן די אסטראנאמישע קאסטן פון‬
‫‪ 6‬מיליאן דאלער‪ ,‬וואס עס האט אפגעקאסט דער אפקויף‬
‫און איינריכטונג פונעם שטח הבית החיים החדש‪ ,‬וואס האט‬
‫אפגעראטעוועט דעם כבוד און קיום קהלתינו הק' אויף שטענדיג‬
‫עד ביאת הגואל‪.‬‬
‫צו דעם צוועק ווערט ווידעראמאל אקטיוויזירט דער‬
‫פאפולערער 'ונתנו גורל'‪ ,‬צוריקצוגעווינען ‪ 12‬מאל דעם סכום וואס‬
‫מען וועט איינצאלן יעצט אין די טעג פאר מפעל ארץ החיים‪2 ,‬‬
‫גליקליכע געווינער זענען שוין געצויגן געווארן אין די לעצטע ‪ 2‬יאר‬
‫אויף דעם קאלאסאלן געווינס‪ ,‬און ביידע האבן געווינען א הערליכע‬
‫סומע אין קעש‪-‬געלט‪ .‬ווי עס ווערט ערווארט וועט ווידעראמאל‬
‫אויפגעטריבן ווערן א שטארקע מאמענטום צווישן אלע חברי‬
‫הקהלה‪ ,‬און דעםיומא קדישא ז' אדר הבא עלינו לטובה‪ ,‬וועלן‬
‫שוין אלע חברי הקהלה זיין אריינגעגלידערט אינעם פאראייניגטן‬
‫כח הרבים פון אלפי חברי קהלתינו‪ ,‬הסרים למשמעתם פון כ"ק‬
‫מרן רבינו שליט"א והביד"ץ דקהלתינו שליט"א‪ ,‬אויסצוצאלן דעם‬
‫התחייבות ארץ החיים‪.‬‬
‫יומא קדישא‪ ,‬מיוחד להחברא קדישא!‬
‫דער דיין שליט"א האט ארומגערעדט אינעם ענין 'כי האדם‬
‫עץ השדה'‪ ,‬און מיט וואס מען דארף זיך מחזק זיין‪ ,‬ובפרט די‬
‫שווערע דורות וואס עס זעהט אויס ווינטער און טונקעל‪ ,‬אבער‬
‫מיט דעם אלעם דארף מען האלטן פאר די אויגן אז דאס איז נאר‬
‫א צייטווייליגע דורכגאנג‪ ,‬און ביי דער ענדע וועט נאך זיין ליכטיג‪,‬‬
‫בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה‪ ,‬מ'דארף זיך אנהאלטן מיט‬
‫אלע כוחות‪ ,‬זיך צו אנהאלטן ביי די ריינע אמונה און נישט נאכלאזן‬
‫קיין קוצו של יו"ד‪.‬‬
‫די ווארימע דיבורים ביים הערליכן שיעור האט געלאזט א‬
‫שטארקן רושם אויף די מאסן באטייליגטע‪.‬‬
‫■■■‬
‫גרויסער עולם ערווארטעט צו דרשת‬
‫התעוררות לסיום ימי השובבי"ם ע"י‬
‫רא ּפ ַארק שליט"א‬
‫בא ָ‬
‫הגה"צ דומ"ץ ָ‬
‫צו די ענדע פון די ימי הושבבי"ם וואס זענען ב"ה פאריבער‬
‫מיט גרויס התעוררות בקרב הקהלה‪ ,‬האט די הנהלת התאחדות‬
‫אברכים פאררופן א גרויסארטיגע אסיפת ודרשת התעוררות‪ ,‬וואו‬
‫עס וועט אי"ה אויפטרעטן מיט א דרשה‪ ,‬הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ‬
‫שליט"א‪ ,‬דומ"ץ סאטמאר בארא פארק וחבר הביד"ץ דקהלתינו‪.‬‬
‫די דרשה פון בארא פארקער דיין שליט"א וועט פארקומען‬
‫דעם מיטוואך פר' משפטים אין היכל בית המדרש הגדול און‬
‫ס'ווערט ערווארט א גרויסער ציבור בעלי בתים ואברכים וועלכע‬
‫וועלן קומען הערן דעם דבר ה' פון חשוב'ן דיין שליט"א‪ ,‬וועלכער‬
‫איז אומעטום בארימט מיט זיינע ווארימע דרשות בכל עת מצוא‪.‬‬
‫■■■‬
‫קרית יואל‬
‫גרויסער ציבור דערקוויקט זיך ביי‬
‫'שיעור חמשה עשר‬
‫בשבט' פון הרה"ג‬
‫דומ"ץ ביהמ"ד‬
‫תהלות יואל שליט"א‬
‫אין טאג פון חמשה עשר‬
‫בשבט‪ ,‬ראש השנה לאילנות‪,‬‬
‫האט די התאחדות אברכים‬
‫ספעציעלער שיעור‬
‫אראנזשירט א ּ‬
‫לכבוד היום‪ ,‬פון הרה"ג ר' יעקב‬
‫יודא ברוין שליט"א‪ ,‬דומ"ץ ביהמ"ד‬
‫תהלות יואל‪ ,‬אין ביהמ"ד הגדול‪,‬‬
‫מיט דער באטייליגונג פון א ריזיגן‬
‫ציבור בעלי בתים בחורי חמד‬
‫ואברכים‪.‬‬
‫■■■‬
‫מעמבערשיפ קאמפיין גאלאפירט‬
‫פאראויס מיט גרויס הצלחה‬
‫דער מעמבערשיפ קאמפיין גייט אן מיט גרויס הצלחה‪ .‬א‬
‫ריזיגער ציבור האט שוין אויסגעצאלט‪ ,‬מען קוקט ארויס אויף די‬
‫איבריגע זאלן נישט ארויספאלן פונעם כח הרבים‪ .‬די וואך ווערט‬
‫ארויסגעשיקט די בענעפיטן קארטלעך‪ ,‬און קומענדיגע וואך ר"ח‬
‫אדר לויפט אויס די אלטע קארטלעך און וועט מער נישט זיין‬
‫אפעקטיוו‪.‬‬
‫דורכאויסן קאמפיין האבן זיך אויפגעצייכנט אסאך פרישע‬
‫מעמבערס‪ ,‬וועלכע זענען געווארן א טייל אין די עצם אויפהאלט‬
‫פון די קהלה‪ ,‬חבר אני לכל אשר יראוך‪ .‬צו דער זעלבער צייט איז‬
‫שטארק קענטיג די געטרייע ארבעט פונעם וועד הפועל וואס איז‬
‫נתמנה געווארן ע"י כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬זיי קומען זיך צונויף‬
‫אויף וועכנטליכע מיטינגען‪ ,‬צו באהאנדלען אלעס אויפ'ן סדר היום‪,‬‬
‫צו אויפארבעטן די הכנסות למען החזקת הקהלה‪ .‬זיי האבן שוין‬
‫באוויזן אויפצוטוען אין די קורצע צייט גדולות ונצורות ועוד ידם נטוי'‬
‫בעז"ה להגדיל תורה ולהאדירה‪.‬‬
‫חפץ ה' בידם יצליח!‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪3‬‬
‫ירושלים‬
‫צהלי ורוני יושבת ציון‪:‬‬
‫ירושלים של מעלה אונטער'ן רושם פון אומפארגעסליכע‬
‫טעג במחיצתו פון כ"ק מרן ראב"ד סאטמאר שליט"א‬
‫אנ"ש בארה"ק נעמען אנטייל ביי די גרויסע חתונה בבגדי שבת ברנה ובצהלה‬
‫געהויבענע סעודת רעוא דרעוין בצ"ק מרן הראב"ד שליט"א בביהמ"ד אהל רחל ד'סאטמאר‬
‫גרויסארטיגע שמחת השבע ברכות מוצאי שב"ק צוגעשטעלט דורך די סאטמארער מוסדות אין ירושלים‬
‫ירושלים‪ - .‬סאטמארער חסידים דאהי אין ירושלים עיה"ק‬
‫האבן מיטגעלעבט גייסטרייכע דערהויבענע טעג מיט'ן גרויסן גאסט‬
‫הגאון האדיר בוצ"ק מרן ראב"ד סאטמאר שליט"א וועלכער איז‬
‫געווען צוגאסט אין ארץ ישראל לרגל נישואי נכדו החתן הי"ו‪ ,‬בן‬
‫בנו הגה"צ דומ"ץ דקיט"ל העריסאן שליט"א‪ ,‬עב"ג הכלה בת כ"ק‬
‫אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א‪.‬‬
‫די געהויבענע חתונה איז פארגעקומען מיטוואך נאכט אין 'הר‬
‫טוב' געגנט אין בית שמש במעמד אלופי אלפי ישראל‪ ,‬ועל צבאם‬
‫די גרויסע מחותנים מרן הראב"ד שליט"א ומחותנו כ"ק אדמו"ר‬
‫מתולדות אהרן שליט"א‪.‬‬
‫א שיינער צאל סאטמארער חסידים פון ארץ ישראל אין שפיץ‬
‫פון הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א האבן אנטייל גענומען‬
‫ביי די גרויסע רבי'שע חתונה מלובש בבגדי שבת לכבוד דעם ראש‬
‫בית דין שליט"א‪.‬‬
‫דער שבת שבע ברכות איז געפראוועט געווארן אין ק"ק‬
‫תולדות אהרן‪ ,‬וואו דער ראב"ד שליט"א האט מפאר געווען דעם‬
‫געהויבענעם שבת‪ .‬פרייטאג צונאכטס איז ער מכובד געווארן מיט‬
‫תפילת מנחה בפני התיבה אין ביהמ"ד הגדול דתולדות אהרן‪,‬‬
‫וברגשי להבות אש‪ .‬אויך האט דער ראב"ד שליט"א באשיינט דעם‬
‫שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס וואו עס איז געפראוועט געווארן‬
‫הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א‬
‫טרעט אויף לכבודו פון כ"ק הראב"ד שליט"א‬
‫די שבע ברכות‪ .‬שבת בייטאג האט דער ראב"ד שליט"א געדאוונט‬
‫אין די ישיבה פון ברסלב רח' מאה שערים‪ ,‬אינאיינעם מיט די פילע‬
‫צאל געסט וועלכע זענען מיטגעקומען מיט'ן ראב"ד שליט"א זיך‬
‫מיטפרייען מיט די שמחת בית צדיקים‪.‬‬
‫אויף שלוש סעודות איז דער ראב"ד שליט"א נעתר געווארן צו‬
‫די בקשה פון הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א צו פראווען‬
‫אין סאטמארער ביהמ"ד בקרב קהל אנשי שלומינו‪ .‬די סעודת‬
‫רעוא דרעוין בצל מרן הראב"ד שליט"א איז אריבער מיט גרויס‬
‫דערהויבנקייט‪ ,‬אן ערהאבענע אטמאספערע האט געשוועבט אין‬
‫ביהמ"ד ווען דער ראב"ד שליט"א האט פארגעזאגט בקול חוצב‬
‫להבות די פסוקי קבלת עול מלכות שמים‪ ,‬דערנאך האט דער‬
‫ראב"ד שליט"א פארגעלערנט דברות קודש פון רביה"ק זי"ע מימי‬
‫השובבי"ם וואס איז געזאגט געווארן בקול בכי מעורר הלבבות‪.‬‬
‫מוצאי שב"ק איז פארגעקומען די גרויסארטיגע שבע ברכות‬
‫וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך מוסדות יטב לב אין ירושלים‬
‫לכבוד דעם גרויסן גאסט מרן הראב"ד שליט"א ופמלייתו הנכבדה‪.‬‬
‫די סעודת השבע ברכות איז פארגעקומען בביהמ"ד הגדול ויואל‬
‫משה אין קרית ויואל משה‪ ,‬וואס איז געווען פול געפאקט עד אפס‬
‫מקום פון די הונדערטער חברי הקהילה‪ .‬אויך האבן זיך אנגעזען‬
‫פילע געסט פון חוץ לארץ נגידים חשובים תומכי מוסדותינו הק'‬
‫יטב לב בעיה"ק ירושלים‪.‬‬
‫טייל פון דער הערליכער אויבנאן ביי די געהויבענע שמחה‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪4‬‬
‫ירושלים‬
‫ווען דער ראב"ד שליט"א איז ערשיינען אין ביהמ"ד האט דער‬
‫גאנצער עולם זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד "קול צהלה ורנה‬
‫שפתינו תרננה"‪ ,‬דער ראב"ד שליט"א האט באגריסט דעם גאנצן‬
‫עולם במאור פניו‪ ,‬און זיך געוואשן צו די סעודת שבע ברכות‬
‫ומלוה דמלכה‪ .‬דער יו"ר הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין שליט"א‬
‫מנהל המוסדות האט ווארים ענטפאנגען דעם גרויסן גאסט‪ ,‬און‬
‫האט דערביי ארומגערעדט בשבח פון די נדיבי עם סגולה וועלכע‬
‫זענען געקומען זיך משתתף זיין‪ ,‬וועלכע זענען פון די עמודי התווך‬
‫פון מוסדותינו הק' אין ירושלים; הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים‬
‫שליט"א האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בנועם שפתיו בדברי‬
‫דרוש ואגדה איבער די געוואלדיגע זכיה וואס די בני ירושלים האבן‬
‫מיטצוהאלטן די גרויסע שמחה בבית הראב"ד שליט"א‪.‬‬
‫דער אבי החתן הגה"צ ר' ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א‬
‫דומ"ץ קהילתינו העריסאן‪ ,‬האט אין זיינע ווערטער באדאנקט די‬
‫הנהלת המוסדות פאר'ן צושטעלן די שיינע שבע ברכות‪ ,‬און האט‬
‫א לענגערע צייט מאריך געווען בדברי תורה במשנתו הטהורה של‬
‫מרן רבינו הק' זי"ע‪.‬‬
‫נאך די דברי תורה פונעם חשוב'ן דיין שליט"א האט דער יו"ר‬
‫מכבד געווען האברך המפואר הר"ר ישראל איסר שטעסל הי"ו‬
‫מטובי המשוררים בחצר קדשינו אין ירושלים מיט דברי חרוזים‬
‫לכבוד המאורע‪ .‬אין די דברי חרוזים האט ער ארויסגעברענגט‬
‫די געוואלדיגע זכיה צו מיטהאלטן א שמחה בבית הראב"ד‬
‫שליט"א און האט דערביי ארויסגעברענגט די קשר וואס דער‬
‫ראב"ד שליט"א איז אונז מקשר מיט'ן רבי'ן זי"ע וועלכער האט‬
‫אים ממנה געווען לדון ולהורות בקרב ישראל‪ .‬אזוי אויך האט מען‬
‫ארויסגעברענגט א בקשה פאר'ן ראב"ד שליט"א ער זאל משפיע‬
‫זיין בעת חדוותא זו השפעות טובות פאר די ירושלימ'ער מוסדות‪,‬‬
‫וראה בטוב ירושלים‪.‬‬
‫דערנאך האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעשטעלט אין א‬
‫טייל פונעם ריזן ציבור אנשי שלומינו ביי די שמחה‬
‫פייערליכע ריקוד‪ ,‬וינועו אמות הסיפים‪ .‬דער ראב"ד שליט"א האט‬
‫מכבד געווען דעם רב שליט"א צו טאנצן מיט'ן חתן‪ ,‬דאן האט דער‬
‫רב שליט"א געטאנצן מיט'ן תולדות אהרן רבי שליט"א און מיט'ן‬
‫ראב"ד שליט"א‪ .‬אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים במחול‬
‫לצדיקים‪.‬‬
‫דער קלימאקס פון די מסיבה איז געווען ווען דער ראב"ד‬
‫שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אלע נאספים‪.‬‬
‫מיט א קול רגש האט דער ראב"ד שליט"א אנגעהויבן‪ :‬לא איש‬
‫דברים אנוכי‪ ,‬איך בין נישט געקומען האלטן קיין דרשות‪ ,‬ווייל‬
‫'במקום גדולים אל תעמוד' עס זיצן דא גדולים מנהיגי ישראל דער‬
‫תו"א רבי שליט"א און דער רב שליט"א‪ ,‬איך בין נאר געקומען‬
‫אנוואונטשן פאר'ן ציבור וואס זענען געקומען זיך משתתף זיין אין‬
‫מיין שמחה‪' ,‬ואל תהי' ברכת הדיוט קלה בעיניך' און האט דערביי‬
‫געוואונטשן ברכות לרוב פאר ישועות הכלל והפרט‪.‬‬
‫דאן האט דער רב שליט"א מכבד געווען דעם תו"א רבי‬
‫שליט"א מיט ברכת המזון‪ ,‬און מיט שבע ברכות איז פארטיילט‬
‫געווארן פאר די נדיבים תומכי המוסדות פון חו"ל און פאר הרה"ג‬
‫ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א חדב"נ‪ .‬מיט ברכה אחריתא איז‬
‫מכובד געווארן דער ראב"ד שליט"א‪ .‬נאך ברכת המזון ושבע‬
‫ברכות איז דער עולם אריבערגעגאנגען מאסנווייז צו וואונטשן‬
‫ברכת מזל טוב פאר די געהויבענע מחותנים שליט"א‪ ,‬און‬
‫דאן האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ‪,‬‬
‫אינאיינעם מיט די מחותנים וועלכע האבן געטאנצן אינדערמיט פון‬
‫ביהמ"ד מיט'ן חתן‪.‬‬
‫מיט דעם האט זיך געשלאסן דער קייט פון געהויבענע טעג‬
‫מיט מרן ראב"ד ירושלים שליט"א‪ ,‬וועלכער קערט זיך אום די‬
‫היינטיגע וואך למעונו אין ניו יארק‪ ,‬איבערלאזנדיג הויפנס השפעות‬
‫טובות צום יהדות החרדית הנאמנה דיירי ארה"ק‪.‬‬
‫ימי ביקורי ענווים‪.‬‬
‫דער מחותן הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד קיט"ל העריסאן שליט"א‬
‫טרעט אויף בדברי תורה וברכה‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪5‬‬
‫מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | יתרו • משפטים‬
‫אויפדערנאכט איז אריבערגעקומען אל ביתו נאוה קודש פון רבינו‬
‫שליט"א‪ ,‬ש"ב הרה"ג ר' העניך באב"ד שליט"א‪ ,‬פון בארא פארק‪ ,‬אינאיינעם‬
‫מיט בנו החתן בנש"ק הי"ו‪ ,‬צו לאדענען רבינו שליט"א צו דער שמחת החתונה‬
‫און אפנעמען ברכת קדשו‪.‬‬
‫איז שוין אויך יעצט די פאסיגע צייט שטייענדיג אפגערוקט דרייסיג טאג פאר‬
‫פורים מעורר צו זיין איבער די ימי חודש אדר הבאים קראתינו לשלום‪ ,‬אז‬
‫מ'זאל דאס אויסנוצן אויפ'ן ריכטיגן אופן און מיט אן ערנסטקייט‪ ,‬ווי די חז"ל‬
‫פארלאנגען הדר קבלוה מאהבת הנס‪ ,‬און נישט ח"ו פארקערט‪ ,‬אויסמישן די‬
‫שמחה דקדושה מיט הוללות און מיט'ן טוען אומפאראנטווארטליכע מעשים‬
‫וואס ברענגט נישט קיין קידוש שם שמים‪.‬‬
‫עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס איבער די געהויבענע זיידעס‪,‬‬
‫די אבות הקדושים פון וועמען חתן כלה ציען זייער יחוס‪ ,‬און צו דער ענדע‬
‫האט רבינו שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן‪ ,‬די חתונה זאל זיין בשעטו"מ און‬
‫מ'זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מתוך שמחה ונחת‪.‬‬
‫בפרט האט רבינו שליט"א מעורר געווען מ'זאל נישט מיינען אז מ'קען‬
‫שוין נאכלאזן פון די התמדה ווייל מ'שטייט שוין סוף זמן‪ ,‬נאר אדרבה‪ ,‬מ'זאל‬
‫זיך מחזק ומאמץ זיין ביתר שאת ועוז‪ .‬די בחורים האבן נאך די דרשה זיך‬
‫פארגענומען אויסצונוצן די קומענדיגע טעג פאר התעלות והתמדת התורה‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגן צום בית המדרש הגדול‬
‫דפאפא אין וויליאמסבורג‪ ,‬וואו עס איז פארגעקומען די גרויסע רבי'שע‬
‫חתונה בחצרות פאפא–דינוב‪ .‬רבינו שליט"א איז אנטפאנגען געווארן פון‬
‫די געהויבענע מחותנים און זיידעס כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און כ"ק‬
‫אדמו"ר מדינוב שליט"א און די אלפי המשתתפים מיט אויסערגעווענליכע‬
‫רגשי כבוד והערצה‪ .‬רבינו שליט"א האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן‬
‫דעם חתן און די געהויבענע מחותנים מברכותיו הטהורות‪ .‬דערנאך איז רבינו‬
‫שליט"א ארויס אין א געהויבענעם טאנץ מיט'ן חתן און מחותנים שליט"א‪.‬‬
‫אין די נאכמיטאג שטונדן האט רבינו שליט"א אנגערופן מנחם אבל זיין‬
‫די קינדער פון הרה"ח מוה"ר ישראל פעדער ע"ה‪ ,‬פון קרית יואל‪ ,‬וואס איז‬
‫די פארגאנגענע וואך נסתלק געווארן לחיי העולם הבא‪ .‬רבינו שליט"א האט‬
‫מנחם געווען זיינע חשוב'ע זין‪ :‬הרה"ח ר' זלמן הי"ו און הרה"ח ר' בערל הי"וֹ‪,‬‬
‫און געוואונטשן שהמקום ינחם אותם בתוך אבלי ציון וירושלים ולא ישמע‬
‫עוד שוד ושבר בגבולם‪.‬‬
‫מאנטאג יתרו‬
‫■‬
‫■‬
‫ביינאכט איז דער רבי שליט"א געגאנגען צו סידור קידושין ביי דער‬
‫שמחת נישואין פון החתן בן מוה"ר יעקב שלמה גרינוואלד הי"ו ‪ -‬עב"ג הכלה‬
‫בת הרה" ר' מנחם מאניס ניישטיין הי"ו‪ ,‬אין די תקנות‪-‬זאל פרדס פיגא אין‬
‫וויליאמסבורג‪.‬‬
‫אין די פארמיטאג שטונדן האט רבינו שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין‬
‫ישיבה קטנה חלק ג'‪ ,‬אונטער די הנהלה פון הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזעלס‬
‫שליט"א‪ ,‬אינעם בנין הישיבה אויף ראטדליזש סטריט‪ ,‬כדי מחזק צו זיין די‬
‫בחורים אנצוגיין מיט זייער התמדה וחשקות התורה‪ .‬ווען דער רבי שליט"א‬
‫איז אנגעקומען האבן די בחורים געהאלטן טיף אינמיטן לערנען און דער רבי‬
‫האט זיך אומגעקוקט מיט הנאה דקדושה ווי די בחורים לערנען פלייסיג בקול‬
‫רעש גדול‪.‬‬
‫■‬
‫דינסטאג יתרו‬
‫דערנאך האט דער רבי שליט"א פארהערט די תלמידי הישיבה די חזרה‬
‫אויף עטליכע בלעטער פונעם ערשטן פרק אין מסכת פסחים וואס זיי‬
‫האבן יעצט געענדיגט איבער'חזר'ן‪ .‬נאכ'ן פארהער זענען אלע בחורים זיך‬
‫צוזאמגעקומען אין היכל בית המדרש‪ ,‬וואו דער רבי שליט"א האט משמיע‬
‫געווען קורצע דברי התחזקות פאר די בחורים‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט דערביי באזונדער מעורר געווען תלמידיו הנאמנים‬
‫איבער די ימי חודש אדר ופורים המשמשים ובאים‪ ,‬אז פונקט ווי מ'זעט דא‬
‫אין מסכתא פסחים 'שלשים יום קודם החג שואלין ודורשין בהלכות החג'‪,‬‬
‫אין די שפעטערע אווענט שטונדן איז אריבערגעקומען אל ביתו נאוה‬
‫פון רבינו שליט"א הגה"צ אבד"ק דושינסקיא שליט"א‪ ,‬וועלכער איז געקומען‬
‫לאדענען דעם רבי'ן שליט"א‪ ,‬צו דער שמחת נישואין פון בתו הכלה שתחי'‪,‬‬
‫עב"ג החתן בנש"ק בן הרה"ג ר' העניך באבאד שליט"א‪ .‬עס האט זיך‬
‫אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים‪ ,‬רבינו שליט"א‬
‫האט אנגעוואונטשן דעם געהויבענעם מחותן מברכותיו הטהורות‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך זענען אריינגעקומען אל הקודש פנימה ‪ 16‬בחורים מצוינים‪,‬‬
‫תלמידי ישיבה קטנה וצעירים בראשות די מנהלים הרה"ג ר' מנשה‬
‫כ"ץ שליט"א הרב משה יודא פריעדמאן שליט"א הרב יעקב יצחק‬
‫טייטלבוים שליט"א הרב שמעון ישראל מייזליש שליט"א‪ 4 ,‬בחורים‬
‫פון יעדע סניף‪ ,‬די חשובע בחורים זענען געווען זוכים בגורל וואס‬
‫איז געמאכט געווארען דורך די הנהלה רוחניות פון די ישיבות פאר‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪6‬‬
‫די בחורים וואס האבען זיך מצטיין געווען מיט'ן לערנען פילע שעות‬
‫לימוד התורה ברציפות דורכאויס די ימי השובבי"ם‪ .‬יעדער עקסטער‬
‫איז אריבערגעגאנגען רבינו שליט"א אפנעמען געבענטשטע אתרוג‬
‫און דער רבי שליט"א האט דערביי יעדן פערזענליך מחזק געווען און‬
‫אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות‪ ,‬צו שטייגן מעלה מעלה על במתי‬
‫התורה‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד המפו'‬
‫מוה"ר יחזקאל שווימער הי"ו‪ ,‬זון פון הרבני הנגיד המפו' הרה"ח מוה"ר מענדל‬
‫שווימער הי"ו‪ ,‬ראה"ק דקהל יטב לב וחבר הנהלת המוסדות אין קרית יואל‪,‬‬
‫וואו עס איז געפראוועט געווארן א פרעכטיגער באנקעט לטובת קופת רבינו‬
‫טוב וחסד‪ ,‬אינאיינעם מיט'ן שלחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט‪.‬‬
‫התלמידים‪.‬‬
‫דערנאך איז אריינגעברענגט געווארן פאר רבינו שליט"א א הערליכער‬
‫טאץ אנגעראכטן מיט אלע מינים פירות און פרוכטן לכבוד היום כנהוג וואס‬
‫די תלמידי הישיבה האבן צוגעגרייט פראכטפול שיין‪ ,‬אויסגעצירט אין פארעם‬
‫פון טייטלביימער‪ .‬דער רבי שליט"א האט טועם געווען פון עטליכע מינים און‬
‫דערנאך פארטיילט שיריים יעדן תלמיד באזונדער אין ספעציעל צוגעגרייטע‬
‫זעקלעך פון דער הנהלת הישיבה‪ .‬אלע תלמידים זענען אריבערגעגאנגען כבני‬
‫מרון אפנעמען שיריים פונעם רבי'ן שליט"א ולהתברך מברכותיו‪ ,‬ווען בשעת‬
‫מעשה איז מען ממשיך מיט'ן זינגען פאסיגע ניגונים "אילן אילן במה אברכך"‬
‫און אזוי ווייטער‪.‬‬
‫נאכ'ן בענטשן על הכוס‪ ,‬האבן זיך די תלמידי הישיבה תיכף ומיד‬
‫אומגעקערט צום היכל הביהמ"ד‪ ,‬וואו מען האט געדאווענט תפלת מנחה ברוב‬
‫עם הדרת מלך‪ ,‬און זיך געזעצט לערנען מיט א פרישקייט און התחדשות‪,‬‬
‫זייענדיג אונטער'ן איינדרוק פון די ווארימע דיבורים מפי רבם ומאורם‪ .‬דער‬
‫רבי שליט"א איז פארבליבן א שטיק צייט אין היכל הישיבה מיטהאלטנדיג‬
‫מיט קענטיגער הנאה וקורת רוח די געוואלדיגע התמדה בין כותלי הביהמ"ד‪.‬‬
‫די מסיבה איז פאררופן געווארן פונעם בעל אכסני' אינאיינעם מיט זיינע‬
‫שותפים לדבר מצוה הרה"ח ר' חיים יודא פערלשטיין הי"ו‪ ,‬הרה"ח ר' נטע‬
‫וואלף הירש הי"ו‪ ,‬חבר הנהלת הישיבה והמוסדות‪ ,‬הרה"ח ר' מאיר הערש‬
‫גרינפעלד הי"ו‪ ,‬הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו‪ ,‬חבר הנהלת מוסדות יטב‬
‫לב און הרה"ח ר' משה ברי"ו פריעדמאן הי"ו‪ ,‬חבר הנהלת המוסדות‪.‬‬
‫■‬
‫עס איז געווען א הערליכע באטייליגונג פון געקליבענע נדיבים בעם תומכי‬
‫הקופה‪ ,‬וועלכע האבן מיטגעהאלטן די שיינע מאמענטן בצל הקודש פון רבינו‬
‫שליט"א‪ .‬רבינו שליט"א האט טועם געווען פון די הערליך צוגעגרייטע פירות‬
‫און פארטיילט שיריים צו אלע אנוועזענדע‪ .‬דער רבי שליט"א האט משמיע‬
‫געווען דברי תורה כציצים ופרחים משלב געווען דער ענין פון ראש השנה‬
‫לאילנות מיט מצות צדקה‪ ,‬דערנאך איז רבינו שליט"א אריין אין א ספעציעל‬
‫צוגעגרייטן חדר מיוחד וואו רבינו שליט"א האט אויפגענומען די נדיבים און‬
‫אפגענומען זייערע שיינע סכומים למען קופת רבינו טוב וחסד‪.‬‬
‫נאך דעם פירות‪-‬טיש האט רבינו שליט"א אריינגערופן די בחורי חמד‬
‫גבאים פון קופת טוב וחסד‪ ,‬וואס האט יעצט אנגעהויבן דעם גרויסארטיגן‬
‫קאמפיין‪ ,‬און יעדער גבאי האט ערהאלטן פון רבינו שליט"א געבענטשטע‬
‫אתרוג מיט א געבענטשטע מטבע הצלחה געלט‪ .‬רבינו שליט"א האט מחזק‬
‫געווען די גבאים ארויסברענגענדיג‪ ,‬אז דער הייליגער מייסד רבינו הקוה"ט‬
‫זי"ע האט שטענדיג געפאדערט פון זיינע תלמידים צו גיין נאך געלט פאר‬
‫א צווייטן איד‪ ,‬און זכותו הגדול וועט זיי זיכער ביישטיין להתברך בכל מילי‬
‫דמיטב‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫מיטוואך יתרו ‪ -‬חמשה עשר בשבט‬
‫נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געפראוועט דעם געהויבענעם פירות טיש‬
‫לכבוד חמשה עשר בשבט בקרב תלמידיו אין דער ישיבה גדולה‪ .‬באלד נאכ'ן‬
‫סדר הלימוד פון פארמיטאג האט מען זיך תיכף געוואשן און געזעצט אויף‬
‫די צוגעגרייטע ערטער‪ .‬עס איז געווען א הערליך בילד‪ ,‬ווי די הונדערטער‬
‫איידעלע בחורי חמד‪ ,‬תלמידים נאמנים הקרויים בנים‪ ,‬זיצן כשתולי זיתים‬
‫סביב לשולחנו פון רבם ומאורם כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ ,‬ביים געהויבענעם‬
‫פירות‪-‬טיש לכבוד חמשה עשר בשבט‪ ,‬ראש השנה לאילנות‪.‬‬
‫דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה‪ ,‬דער רבי שליט"א האט‬
‫טועם געווען און דערנאך פארטיילט שיריים פאר די פילע מרביצי תורה‬
‫און איינגעשטעלטע אין ישיבה‪ ,‬וועלכע זענען געזעסן על פני המזרח‪ ,‬און‬
‫דערנאך פאר די הונדערטער בחורים‪ .‬אינצווישן האט די קאפעליע‪ ,‬וואס איז‬
‫באשטאנען פון א געקליבענע גרופע תלמידי הישיבה מטיבי נגן‪ ,‬געזונגען‬
‫פארשידענע ווארימע התעוררות'דיגע ניגונים וואס ווערן געזונגען בחצרות‬
‫קדשינו אין די ימים טובים ובמועדי שמחה‪.‬‬
‫דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש מפום‬
‫ממלל רברבין כ"ק מרן רבינו שליט"א‪ .‬דער רבי שליט"א האט משמיע געווען‬
‫הערליכע דרושים און רמזים מענינא דיומא‪ ,‬און דערביי מעורר געווען זיינע‬
‫טייערע תלמידים בדברי מוסר והתעוררות‪ ,‬פונעם ענין פון 'אדם עץ השדה'‬
‫און דער שרף האילן איז נאר די תפלות צו הקב"ה און דורכדעם קען מען‬
‫זוכה זיין שלאילנא רברבי יתעביד‪ ,‬און געוואונטשן ווארימע ברכות קודש לכל‬
‫אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען צום זאל פון ויואל‬
‫משה‪ ,‬אויף סידור קידושין ביי דער שמחת נישואין פון החתן בן הרבני הנגיד‬
‫הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו פון מאנטריאל‪ ,‬עב"ג הכלה בת הרבני הנגיד‬
‫המפו' הרה"ח ר' אברהם ישעי' קאהן הי"ו‪ ,‬מגדולי תומכי קהלתינו הק'‪.‬‬
‫ביי דער חופה האט זיך רבינו שליט"א געטראפן און באגריסט מיט הגה"צ‬
‫דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א‪ ,‬וועלכער איז געקומען צו פארן לכבוד‬
‫די חשוב'ע מחותנים‪ ,‬מגדולי תומכי הישיבה והמוסדות אין מאנטריאל‪ ,‬און‬
‫דער רבי שליט"א האט דערביי מכבד געווען דעם חשוב'ן גאסט צו קומען‬
‫אויפטרעטן מיט א דרשת התעוררות והתחזקות אין דער ישיבה גדולה‪ .‬דער‬
‫מאנטריאלער דיין שליט"א האט אנגענומען די איינלאדונג און צומארגנס‬
‫דאנערשטאג מיטאג האט ער געהאלטן א ווארימע דרשה בהיכלי הישיבה‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן צו א סידור קידושין ביי דער‬
‫שמחת נישואין פון החתן בן הרה"ח ר' נחמן סטרולאוויטש הי"ו‪ ,‬און הרה"ג ר'‬
‫משה ביטמאן שליט"א‪ ,‬מח"ס אמרי דעה ור"מ בישיבתינו הק'‪ ,‬אין די תקנות‪-‬‬
‫זאלן פרדס פיגא אין וויליאמסבורג‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א איז דערנאך אריבערגעגאנגען זיך משתתף זיין בבגדי שבת‬
‫ביי דער רבי'שער שמחת נישואין פון החתן בנש"ק בן ש"ב הרה"ג ר' העניך‬
‫באב"ד שליט"א בן הרב ר' חיים יושע באב"ד מטארטיקאוו שליט"א וחתן‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪7‬‬
‫הגה"צ ר' יוקל הורוויץ שליט"א מזוליזשע‪ ,‬עב"ג הכלה בת הגה"צ אבד"ק‬
‫דושינסקיא שליט"א וויליאמסבורג‪ .‬רבינו שליט"א איז אויפגענומען געווארן‬
‫ביותרת הכבוד פון די געהויבענע מחותנים‪ .‬באזונדער האט רבינו שליט"א זיך‬
‫געטראפן דערביי מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא ארה"ק שליט"א‪ ,‬א פעטער‬
‫פון דער כלה‪ ,‬מיט וועמען דער רבי שליט"א האט פארברענגט ברגשי ידידות‬
‫והערצה‪.‬‬
‫השובבי"ם‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געווען מסדר קידושין ביי דער שמחת‬
‫נישואין פון החתן בן מוה"ר יצחק זילבערשטיין הי"ו‪ ,‬משמש דבית מדרשינו‬
‫ליע גארדענס‪ ,‬עב"ג הכלה בת מוה"ר בעריש עסטרייכער הי"ו‪ ,‬אין די תקנות‬
‫זאלן פרדס פיגא‪.‬‬
‫רבינו שליט"א איז געטאנצן מיט'ן חתן און מיט די מחותנים בקול ששון‬
‫ושמחה‪ ,‬און איז דערנאך ארויסבאגלייט געווארן מיט גרויס כבוד‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫שפעטער אויפדערנאכט איז אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר‬
‫מביאלא שליט"א פון ירושלים‪ .‬עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס‬
‫בדברי תורה וסיפורי צדיקים‪.‬‬
‫אויפדערנאכט איז אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקאסוב‬
‫שליט"א פון בארא פארק‪ ,‬וועלכער איז געקומען באזוכן אין באגלייטונג פון‬
‫בעל אכסני' הרבני הנגיד מגדולי העסקנים והשתדלנים הרה"ח ר' יוסף יחיאל‬
‫גאלדבערגער הי"ו‪.‬‬
‫עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס‪ ,‬בפרט האט מען ארומגערעדט‬
‫איבער די טעכנעלאגישע מגיפה וואס דער שטן האט אנגעברענגט אויף כלל‬
‫ישראל און איז ליידער הורגת טובים ורעים‪ .‬דער קאסובער רבי שליט"א איז‬
‫שטארק בעובי הקורה אין דער מערכה וואס מ'האט אונטערגענומען עס צו‬
‫באקעמפן‪ ,‬און מ'האט אינאיינעם ארומגערעדט איבער די נויטיגע שריט וואס‬
‫דארפן אונטערגענומען ווערן‪ .‬רבינו שליט"א האט דערביי פארציילט איבער‬
‫די שטרענגע תקנה וואס איז איינגעפירט במסגרת ישיבתו ומוסדותיו‪ ,‬אז‬
‫א תלמיד אדער תלמידה וואס ווערט געכאפט מיט א סעלפאון‪ ,‬אפילו נאר‬
‫צייטווייליג‪ ,‬קען נישט פארבלייבן בין כותלי המוסד‪ ,‬למיגדרא מילתא‪ .‬דער‬
‫קאסובער רבי שליט"א האט שטארק באגריסט די תקנה‪ ,‬אשר ממנה ילמדו‬
‫וכן יעשו‪.‬‬
‫אויך האט דער קאסובער רבי שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פאר רבינו‬
‫שליט"א פון די תלמידי הישיבה קטנה‪ ,‬וואו ער האט געהאלטן א דרשה‬
‫פריער אין טאג‪ ,‬און איז אויסערגעווענליך נתפעל געווארן צו זען אזעלכע‬
‫לעכטיגע איידעלע בחורי חמד וואס הארעווען על התורה ועל העבודה און‬
‫שטרעבן מקבל צו זיין וואס מער‪ .‬נאך א לענגערן שמועס האט רבינו שליט"א‬
‫ארויסבאגלייט דעם גאסט ונפרדו לשלום‪.‬‬
‫■‬
‫דאנערשטאג יתרו‬
‫רבינו שליט"א האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה גדולה‪ ,‬און נאכ'ן‬
‫דאווענען פארהערט ביי עטליכע כתות אויף זייערע לימודים‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א איז אריבערגעגאנגען מנחם אבל זיין אין שטוב פון הרה"ח‬
‫המפו' ר' אהרן יעקב רייך הי"ו וועלכער איז געזעסן שבעה אינאיינעם מיט‬
‫זיינע חשוב'ע קינדער‪ ,‬נאך די פריצייטיגע פטירה פון אשתו\אמם החשובה‬
‫רבת הפעלים ע"ה‪ .‬רבינו שליט"א האט שטארק מחזק געווען די משפחה‪ ,‬און‬
‫ארויסגעברענגט אז דאס וואס זי האט זוכה געווען אויפצושטעלן אזא הערליך‬
‫דור‪ ,‬בנין וחתנין רבנן‪ ,‬מרביצי תורה ותלמידי חכמים‪ ,‬וועט איר געוויס ביישטיין‬
‫אויף יענער וועלט‪ ,‬און וועט זיין א מליץ יושר פאר איר חשוב'ע משפחה שלא‬
‫תשמע עוד שוד ושבר בגבולם‪.‬‬
‫■‬
‫נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אין ביהמ"ד הגדול‬
‫צו אמירת תהלים‪ ,‬תפלת מנחה וקריאת ויחל כמנהגו בכל שבוע פון די ימי‬
‫■‬
‫עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך הרב הגאון המפו' רבי חיים‬
‫ברייש שליט"א‪ ,‬ראש ישיבת מתיבתא לאנדאן וידיד נפשו של כ"ק מרן רבינו‬
‫שליט"א‪ .‬רבינו שליט"א האט אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט מיט גרויס‬
‫שמחה וחדוה‪ ,‬און עס האט אנטוויקלט א שיינער תורה'דיגער שמועס אין‬
‫דער סוגיא וואס מ'איז יעצט עוסק בשיעורי הישיבה גדולה‪ ,‬ווי אויך האט דער‬
‫חשוב'ער גאסט איבערגעגעבן דעם רבי'ן שליט"א א פריסת שלום פון דער‬
‫קהלה און די מוסדות אין לאנדאן‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך זענען אריינגעקומען אל הקודש פנימה די חברי הנהלת‬
‫מוסדותינו הק' פון בארא פארק אין שפיץ פון די חברי הנהלה‪ ,‬הרה"ח ר'‬
‫נפתלי שווארץ הי"ו‪ ,‬הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו‪ ,‬הרה"ח ר' בערל‬
‫לעפקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ברוך יודא טירנויער הי"ו אינאיינעם מיט‬
‫עטליכע חשוב'ע עסקנים וועלכע זענען אינסטרומענטאל אין די צוגרייטונגען‬
‫צום יערליכן דינער ומעמד התחדשות המוסדות‪ ,‬וואס וועט פארקומען אי"ה‬
‫דעם קומענדיגן מוצש"ק פ' שקלים אין זאל פון עטרת גאלדא אין בארא‬
‫פארק‪.‬‬
‫עס איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע ענינים וואס זענען עומדים‬
‫על הפרק אינעם מוסד בכלל און די פעולות צום דינער בפרט‪ ,‬און רבינו‬
‫שליט"א האט אויף אלעמען געגעגעבן חוות דעתו‪ ,‬און צו דער ענדע שטארק‬
‫מחזק געווען די עסקנים אנצוגיין ווייטער מיט דער עבודת הקודש ביתר שאת‬
‫וביתר עוז‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך האט רבינו שליט"א אנגערופן קיין לאנדאן צו האברך היקר‬
‫העסקן נמרץ לטובת קהלתינו ומוסדותינו הק'‪ ,‬מו"ה שלמה בער ווייס הי"ו‪,‬‬
‫וועלכער איז געזעסן שבעה נאך דער פטירה פון זיינס א קינד ל"ע‪ .‬רבינו‬
‫שליט"א האט אים געטרייסט און ווארעם אנגעוואונטשן ער זאל מער נישט‬
‫וויסן פון קיין צער‪ ,‬שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולו‪.‬‬
‫■‬
‫שבת קודש פ' יתרו‬
‫שבת צופרי איז פארגעקומען די שמחות עלי' לתורה פון החתנים היקרים‬
‫יוצאי ישיבתינו הק'‪ :‬החתן בן הרה"ג ר' אברהם חיים גליק שליט"א‪ ,‬ר"מ‬
‫בישיבתינו הק' עב"ג בת הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו‪ ,‬עסקן נמרץ‬
‫לטובת מוסדות יטב לב; און החתן בן הרה"ח ר' וואלף באש הי"ו עב"ג בת‬
‫הרבני הנגיד הרה"ח ר' יוסף שווימער הי"ו‪ ,‬חבר הנהלת הקהלה והמוסדות אין‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪8‬‬
‫בארא פארק‪ ,‬זון פון הרבני הנגיד הרה"ח מוה"ר מענדל שווימער הי"ו‪ ,‬ראה"ק‬
‫וחבר הנהלת מוסדותינו אין קרית יואל‪.‬‬
‫ביי די דברות קודש בבשעת סעודת רעוא דרעוין האט רבינו שליט"א‬
‫מעורר געווען מיט זייער ווארימע דיבורים בקול בכי אז מ'זאל זען‬
‫אריינצוכאפן אין דעם לעצט פארבליבענעם וואך פון די ימי השובבי"ם‪ ,‬זיך‬
‫מחזק צו זיין בתשובה ובתיקון המעשים‪.‬‬
‫דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים‪,‬‬
‫בן הרה"ח ר' נחמן סטרולאוויטש הי"ו עב"ג בת הרה"ג ר' משה ביטמאן‬
‫שליט"א; בן הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' אברהם ישעי'‬
‫קאהן הי"ו; בן הרה"ח ר' הערשל שטויבער הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' שלום‬
‫עהרנפעלד הי"ו‪.‬‬
‫■‬
‫מוצאי שבת קודש יתרו‬
‫מברכותיו הטהורות‪.‬‬
‫דערנאך האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט'ן חתן אויף‬
‫די בארימטע סאטמארער 'זעקסטע הקפה ניגון' וואס האט אנגעהאלטן א‬
‫לאנגע צייט מיט גרויס התרגשות‪ .‬דאן איז געקומען דער הויכפונקט ווען רבינו‬
‫שליט"א האט זיך אנגעכאפט מיט ש"ב דער באבובער רבי שליט"א‪ ,‬און מיט‬
‫גרויס פייערליכקייט זיך אריינגעלאזט אין א געהויבענעם מחול לצדיקים‪,‬‬
‫אויף די פאסיגע ווערטער 'ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים‬
‫ברנה יגילו‪ .‬דער ציבור איז אריינגעפאלן אין אומגעהויערע עקסטאז און מיט‬
‫גרויס שמחה וחדוה מיטגעטאנצט וינועו אמות האסיפים‪ .‬דערנאך זענען‬
‫אריינגעקומען אינעם רינג הגה"צ אבד"ק באבוב שליט"א און די אנדערע‬
‫מחותנים‪ ,‬און נאך לאנגע מינוטן פון שמחה דקדושה‪ ,‬האט דער געהויבענער‬
‫מחותן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א‬
‫ונפרדו לשלום‪.‬‬
‫■‬
‫זונטאג פ' משפטים‬
‫עס איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת מלוה מלכה 'הכרת הטוב' פאר‬
‫די תלמידי הישיבות קטנות‪ ,‬וואס האבן אריינגעברענגט גרויסע סכומים‬
‫פאר קופת רבינו טוב וחסד דורכאויס די ימי חנוכה‪ .‬רבינו שליט"א האט זיך‬
‫משתתף געווען און מפאר געווען בראש המסובים און משמיע געווען דברות‬
‫קודש צו די תלמידים נאמנים‪ .‬לידו פון רבינו שליט"א איז געזעסן בנו הרה"ג‬
‫ר' אהרן שליט"א‪ ,‬ר"מ בישיבה קטנה‪ ,‬וועלכער שטייט לימין רבינו שליט"א‬
‫אנצופירן מיט די פעולות הקופה‪ .‬נאכ'ן בענטשן זענען אלע תלמידים אריבער‬
‫אפצונעמען א געבענטשטע מטבע מידיו פון רבינו שליט"א‪.‬‬
‫עס איז אריבערגעקומען באזוכן הרה"ג ר' שלמה ווילהעלם שליט"א‪ ,‬דער‬
‫רב פון די אידישע געמיינדע אין זיטאמיר‪ ,‬וועלכער איז געקומען צו רבינו‬
‫שליט"א זיך אדורכרעדן איבער די אנגייענדע פעולות איבער'ן בית החיים‬
‫אין דראהביטש וואו עס איז מנוחתו כבוד פון הגה"ק רבי אלעזר ניסן זצ"ל‪,‬‬
‫וואס נכדו מרן רבינו שליט"א איז שטארק אינסטרומענטאל בתוך הענינים און‬
‫איז עומד בראש איבערצובויען דעם ביה"ח כראוי וכיאות‪ .‬אויך איז דערביי‬
‫אנוועזנד געווען הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א‪.‬‬
‫■‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן קיין בארא פארק‪ ,‬וואו רבינו‬
‫שליט"א איז צום ערשט צוגעפארן מנחם אבל זיין ביי הרבני הנגיד החסיד‬
‫הישיש ר' אהרן וויינשטאק הי"ו‪ ,‬מגדולי תומכי ישיבתינו ומוסדותינו הק'‪,‬‬
‫וועלכער איז געזעסן שבעה על פטירת אחיו‪ .‬הרה"ח ר' אהרן הי"ו האט‬
‫דערביי פארציילט פאר רבינו שליט"א היסטארישע זכרונות מימי קדם וואס‬
‫ער האט אליינס מיטגעלעבט ביי רבינו הקוה"ט זצ"ל‪ ,‬און רבינו שליט"א‬
‫האט דערנאך אנגעווינטשן שלא ישמע עוד ושבר בגבולו‪ ,‬און זאל נאך לאנגע‬
‫געזונטע יארן קענען אנגיין על מי מנוחות בפעליו וצדקותיו האדירים למען‬
‫הכלל והפרט‪.‬‬
‫■‬
‫רבינו שליט"א איז אריבערגעגאנגען צו ניחום אבלים ביי משפחת הרבני ר'‬
‫חיים יוסף סאנדער ע"ה‪ ,‬אין בארא פארק‪ ,‬וואו עס זענען געזיצן שבעה‪ ,‬בניו‬
‫הרה"ח ר' יושע און הרה"ח ר' נתן הי"ו‪.‬‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר'‬
‫יוסף דוד קרויס הי"ו מראשי עסקני החינוך בוויליאמסבורג על פטירת אמו‬
‫החשובה ע"ה‪.‬‬
‫■‬
‫דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאגען זיך משתתף זיין ביי דער‬
‫צענטראלער שמחת שבע ברכות פון שמחת נישואי בת ש"ב כ"ק אדמו"ר‬
‫מהרמ"ד מבאבוב שליט"א‪ ,‬וואס איז פארגעקומען מיט גרויס פייערליכקייט‬
‫אין ביהמ"ד הגדול דבאבוב אין בארא פארק‪ ,‬בהשתתפות פון א ריזיגן ציבור‬
‫פון אלפי חסידי באבוב‪.‬‬
‫רבינו שליט"א איז אנטפאנגען געווארן פון די געהויבענע מחותנים און‬
‫אלפי המשתתפים מיט אויסערגעווענליכע רגשי כבוד והערצה‪ ,‬און איז‬
‫באלד נתכבד געווארן צו זיצן בראש השלחן‪ .‬צום ערשט האט רבינו שליט"א‬
‫געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן דעם חתן און די געהויבענע מחותנים‬
‫■‬
‫זייענדיג אין בארא פארק איז רבינו שליט"א אויך צוגעפארן צו ביקור‬
‫גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מזמיגראד בארא פארק שליט"א‪ ,‬וואו עס האט זיך‬
‫אנטוויקלט גאר א געהויבענער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים פונעם‬
‫הייליגן דברי חיים און די היסטארישע ספר תורה צו וואס מרן רבינו שליט"א‬
‫האט זוכה געווען‪ ,‬און דער זשימיגראדער רבי שליט"א האט געהאט די זכי'‬
‫צו ליינען דערין קריאת התורה מיט עטליכע וואכן צוריק ביי זיין באזוך אין‬
‫וויליאמסבורג‪.‬‬
‫■‬
‫אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום זאל פון ראוז קעסטל‬
‫צו דער שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם יודא‬
‫גאלדבערגער הי"ו‪ ,‬לכבוד זיין חשוב'ן פאטער הרבני הנגיד המפורסם‪ ,‬הטפסר‬
‫הגדול‪ ,‬נדיב ושוע‪ ,‬ישרא"ל עושה חיל‪ ,‬הרבני החסיד המפורסם בצדקת פזרונו‬
‫הר"ר ישראל גאלדבערגער הי"ו‪ ,‬דער בארימטער בונה ומקים עולמות של‬
‫תורה ויראה בעיר קרית יואל יצ"ו‪.‬‬
‫רבינו שליט"א האט זיך משתתף געווען און געזאגט די שבע ברכות‪.‬‬
‫דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן און די מחותנים ובפרט מיט'ן חשוב'ן זיידן‬
‫הרה"ח ר' ישראל וועלכער איז עומד לימין רבינו שליט"א במסירות נאמנה‪.‬‬
‫■‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫»»‪9‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫ברכת מזלא טבא‪ ,‬מעמקי דלבבא‪ ,‬לידידינו היקרים‪ ,‬אנ"ש הנכבדים‪,‬‬
‫מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים‪ ,‬שמם הטוב מפוארים‬
‫לרגל שהשמחה במעונם‬
‫ביהמ"ד הגדול‬
‫• כ"ק הראב"ד שליט"א‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• הרב מווייצען שליט"א‬
‫לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫• הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• הרב הערשל פריעדמאן שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• הרב דוד הורוויץ שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• הרב ירחמיאל משה ביטמאן שליט"א‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• הר"ר יחזקאל גליק הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה משה גליק הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל ברוך גרינוואלד הי"ו‬
‫לרגל נישואיו למז"ט‬
‫• מו"ה מנחם מאניש ניישטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה מרדכי מנשה גלאנץ הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה נחמן סטראלאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב יושע פליישמאן הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה זילבערשטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה משה לויפער הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בנו יחזקאל למז"ט‬
‫• מו"ה מרדכי פריעדמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם אבא בערקאוויטש הי"ו‬
‫• מו"ה אברהם ישעי' קאהן הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים דוד פריעד הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה משה אלי' יעקב שמילאוויטש הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק פריעד הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים יעקב פאללאק הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק לייב שטערן הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל שמחה פאללאק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה שמואל שפיטצער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה לוי רייך הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו הערש אלימלך למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם חיים גליק הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ראובן יוסף לעווי הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל הערשקאוויטש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יואל ב''ר יודא בירענבוים הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה וואלף באש הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק מרדכי פאללאק הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה יונתן גרינפעלד הי"ו‬
‫לרגל הולדת הנכדים למז"ט‬
‫• מו"ה שלמה ברייער הי"ו‬
‫לרגל הולדת נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם יודא הירש הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• החתן יואל ברמ''ל ווייס ני"ו‬
‫לרגל הולדת נכדתו למז"ט‬
‫• הרב אלי' מרדכי פישער הי"ו‬
‫לרגל נישואיו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם לעבאוויטש הי"ו‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫קיט"ל אברכים זופניק‬
‫• מו"ה יודל שלעזינגער הי"ו‬
‫משמש ביהמ"ד‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה נפתלי כהן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫קיט"ל תהלות יואל‬
‫• הרב אלעזר אלימלך ראזענבערגער שליט"א‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים הערש מויזקאפף הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן זופניק הי"ו‬
‫לרגל הולדות הנכדים תאומים למז"ט‬
‫קיט"ל קליימער‬
‫• הרב ירחמיאל משה ביטמאן הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• הרב יצחק דוד פריעדמאן הי"ו‬
‫מגיד שיעור בקהלתינו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• הרב שמואל בנימין כף הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫•‬
‫מו"ה יצחק פריעד הי"ו פטרון בנין ביהמ"ד‬
‫לרגל אירוסי נכדו למז"ט‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫» » ‪10‬‬
‫ברכת מזל טוב‬
‫• מו"ה יואל ברי"א גאלדבערגער הי"ו‬
‫קיט"ל אוהל פיגא‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים אלי' צבי מערמעלשטיין הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫קיט"ל העריסאן עוו‪.‬‬
‫• מו"ה יושע פנחס שווארץ הי"ו‬
‫אוהל שפתי כהן‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם ראטענבערג הי"ו‬
‫• מו"ה וואלף הכהן שווארץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫קיט"ל בניני יאקאבאוויטש‬
‫• מו"ה משה לייב מייזעלס הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫קיט"ל בית יעקב נחמי'‬
‫מורטול‬
‫• מו"ה עזרא משה קויפמאן הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים ברוך בראדי הי"ו‬
‫ליע גארדנס‬
‫סאוט ‪ 8‬סט‪.‬‬
‫מגבאי ביהמ"ד‬
‫לרגל ארוסי בתו למז"ט‬
‫קיט"ל בארא פארק‬
‫• מו"ה אלימלך בלום הי"ו‬
‫לרגל הולדות נינו למז"ט‬
‫• מו"ה עמרם בלום הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים צבי לעפקאוויטש הי"ו‬
‫• מו"ה יצחק זילבערשטיין הי"ו‬
‫משמש ביהמ"ד‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה מאיר לייב ווייס הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה משה אליעזר לאנדא הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם יעקב ווייס הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה פייטל פאשקעס הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה טובי' פאשקעס הי"ו‬
‫לרגל נישואי בנו למז"ט‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן קרויס הי"ו‬
‫• מו"ה פנחס פריינד הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫• מו"ה חיים הערש ווייס הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב יצחק פריעדמאן הי"ו‬
‫קיט"ל קרית יואל‬
‫• הר"ר נתן בנימין קרויס שליט"א‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק אהרן ווייס הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה יצחק עקשטיין הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יוסף משה שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות בנו למז"ט‬
‫• מו"ה זלמן לייב שטעסל הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יעקב דוב בינער הי"ו‬
‫לרגל הולדות בתו למז"ט‬
‫• מו"ה יודא בינער הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדתו למז"ט‬
‫•‬
‫מו"ה מענדל שווימער הי"ו ראה"ק‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה ישראל גאלדבערגער הי"ו‬
‫לרגל נישואי נכדתו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו‬
‫לרגל נישואי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה אברהם שווארטץ הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בנו למז"ט‬
‫• מו"ה נפתלי גאלדבערגער הי"ו‬
‫לרגל אירוסי בתו למז"ט‬
‫• מו"ה אהרן פערענץ הי"ו‬
‫לרגל הולדות נכדו למז"ט‬
‫לרגל נישואי נכדו למז"ט‬
‫יהי רצון מלפני אבינו שבשמים‪ ,‬שישלם להם משכורתם בכפליים‪ ,‬משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים‪ ,‬שפע ברכה והצלחה‬
‫משמי מעונים‪ ,‬רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים‪ ,‬כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים‪ ,‬חסדי ה' לעולמי עולמים ‪.‬‬
‫המברכים באהבה השמחים בשמחתם‬
‫ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו‬
‫צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ‪-‬פאסט שיקט אן אימעיל צו‪[email protected] :‬‬
‫‪Sponsored By:‬‬
‫‪Project: YF MARKETING | 718.514.6717‬‬
‫בתוככי הקהלה‬
‫» » ‪11‬‬