בס"ד 13 נייעס | באריכטן | נאטיצן | מעלדונגען | הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב קהלתינו הקדושה "קהל יטב לב ד'סאטמאר" לרומם להדר ולנצח: פאקטישע תיקונים פונעם ריי ַ שטארק ַ ראיעקט שוין 'לפאר ולרומם' ּפ ָ מערקבאר אין ביהמ"ד הגדול ַ אין אלע ווינקלען פונעם בית המדרש הגדול דקהלתינו הק' מערקט זיך שוין שטארק די פאזיטיווע צייכענעס פון די ערשטע סעריע געבענטשטע תיקונים ושינויים לטובה וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן אין די לעצטערע וואכן אין די ראמען פון דער פארצווייגטער אונטערנעמונג 'לפאר ולרומם את בית ה'', וואס צילט צו דערהייבן ,פארשענערן און פארבעסערן אלע געביטן פון דער ריזיגער ווירטשאפט אין גרויסן בית המדרש ,לתועלת ולהנאת אלפי אנשי שלומינו באי בית ה'. אנצופירן מיט'ן טעגליכן הלוך ילך לנצח על מלאכת בית ה', איז אויפגענומען געווארן דער באגאבטער יונגערמאן האברך ברוך הכשרון העסקן הנמרץ מו"ה משה דוד ביטמאן הי"ו ,וואס ברענגט מיט זיך א שטארקע טיכטיגע ערפארונג אין דעם הינזיכט, וועלכער האט זיך ווירקליך אריינגעווארפן מיט א שטארקע געטריישאפט לעמוד לשרת בקודש אויף די אחריות'דיגע ּפאסטן, אונטער'ן אויפזיכט פון די הנהלת הקהלה און די געטרייע חברי ועד הנהלת בית המדרש הגדול ,וועלכע געבן זיך אוועק מיט א געוואלדיגע געטריישאפט ,להרם קרן הבית המדרש ,די מעכטיגע אימפעריע לה' ולתורתו ,הבית הגדול שמגדלין בה תורה ועבודה וגמילות חסדים. ווי די קאמיטע-מיטגלידער געבן איבער ,איז די אנטוויקלונג נאר א טייל פון די ברייטע אונטערנעמונגען וואס וועלן עווענטועל גענצליך איבערפרישן דעם בית המדרש הגדול לשם ולתפארת ,און אין די קומענדיגע וואכן און חדשים וועלן אנשי שלומינו אי"ה מיטהאלטן פונדערנאנט מאנטאג תצוה | תשע"ב די אנטוויקלונגען פון די ווייטער'דיגע פאזעס להרחיב את גבולי הקדושה ולרומם את בית ה' .אלפי חברי קהלתינו שיחי' באגריסן די אומערמידליכע פעולות נשגבות פון די הנהלת הקהלה לטובתם ולהנאתם מיט גרויס צופרידנהייט ,און וואונטשן דעם נייעם ממונה און די חשוב'ע חברי ועד הנהלת הבית המדרש :חפץ ה' בידם יצליח להגדיל תורה ולהאדירה ,ברוב כח ואמיץ אונים! ילכו מחיל אל חיל! ■■■ אחרי שנגעה בנו יד ה': התרגשות'דיגע יום תפלה און 'עצרת התעוררות' דורכגעפירט אין ביהמ"ד 'אהל פיגא' סאוט אכט דעם לעצטן דאנערשטאג פון די ימי השובבי"ם ,ליל שישי פ' משפטים העעל"ט ,האבן אנשי שלומינו מתפללי בית מדרשינו דקיט"ל אהל פיגא סאוט אכט ,אויסגענוצט אויף א יום תפלה ולהתעוררות תשובה ולתיקון המעשים ,נאך דער אומפארגעסליכער טראגעדיע פארגאנגענעם אסרו חג הסוכות ,ווען א העלישער פייער האט פארברענט דעם גאנצן אלטן ביהמ"ד און ליידער פארניכטעט הונדערטער ּפאר תפילינ'ס און טויזנטער בית המדרש אהל פיגא דקהל יטב לב ד'סאטמאר ספרי קודש צום שאק און ווייטאג פון יראי ה' וחושבי שמו בכלל און מתפללי שובו בנים שובבי"ם בית המדרש בפרט .באלד נאך די טראגישע פאסירונג האט כ"ק מרן רבינו אי לזאת הקבצו ושמעו בני יעקב לשמוע דברי חכמים אצל שליט"א באאויפטראגט די גבאי בית המדרש אז מ'זאל זען דורכצופירן אן בו ישמיעו דברי חיזוק והתעוררות ע"י הרבנים הגאונים שליט"א ביום ה' לס' ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם עצרת התעוררות אין די קומענדיגע טעג, בשעה 8:45בערב בהיכל בית מדרשינו החדש מעורר צו זיין די הערצער און אריינקלערן למה עשה ה' ככה. ~ סאוט 8 נתייסדה ע"י כ"ק מרן רבינו הקדוש זי"ע ~ בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א בס"ד עוד לבנו הומים ונתעוררים ,שאש בלהב יצאתה ,ונשרפה בית מדרשינו ,כמה גוילי קודש ,של מאות זוגי תפילין ,ספרי קודש ,והיכל בית ה' עלה ונתעלה באש ,ועלינו לחשוב מחשבות בתשובה ותיקון המעשים, על חילול המקדש הנורא ,ולכן בצאתינו מימי השובבי"ם המסוגלים לתשובה ותיקון המעשים ,ובפרט כאשר ידוע כמה שפך מרן רביה"ק זי"ע את שיחו בימים האלו לעורר לבבות ישראל לתשובה ,וקולו שמענו מתוך האש אשר הי' חודר בחדרי הלבבות ,להאיר לנו הדרך ולהוכיח בשער לינצל את הזמנים המקודשים ,ואשר ראוי ונכון להתאסף יחד להרבות בתפלות ותחנונים לפני הקב"ה בתשובה דרבים, דרשת התעוררות ושפתותינו מרחשות בתפלה ,יהי רצון מלפני אבינו שבשמים ,שיקבל תשובותינו ברחמים וברצון, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות ,וישמע אך טוב וחסד בכל בית ישראל ,עדי נזכה לראות בקרוב לגאולת עולמים ,ומצרותינו יגאלנו ,ומבור גלות ידלנו ,בביאת בן דוד ,ונזכה כלנו יחד במהרה לאורו ,ומלכינו בראשינו במהרה בימינו אמן הנהלת בית המדרש סאוט א ריזיגער ציבור פונעם גאנצן ָ בתוככי הקהלה »»1 וויליאמסבורג אומגעגענט איז זיך צונויפגעקומען אין ביהמ"ד מיט ערנסטע געמיטער צו הערן דעם דבר ה' .צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי חיים קלמן גוטמאן שליט"א ,דומ"ץ הביהמ"ד; דערנאך האט מען געהערט א פייער'דיגע דרשה פון בארימטן נואם בחסד עליון הגה"צ רבי בערל כ"ץ שליט"א ,אבד"ק דושינסקיא שליט"א; און דערנאך האט דער מגיד מפורסם הרה"ג רבי ישעי' ווייס שליט"א ,מגיד משרים בקהלתינו הק' מעורר געווען מיט שטארקע דברי כיבושין .דער צד השוה פון די אלע דרשות איז געווען ,אז מ'דארף מפשפש זיין במעשים און זיך פארנעמען בקדושת הביהמ"ד ,וואס איז פון די דברים שעומדים ברומו של עולם ,שבני אדם מזלזלין בהם. צומארגנס פרייטאג איז דער גאנצער ציבור אויפגעשטאנען פרי פארטאגס באשמורת הבוקר קדמנוך און אין שפיץ פונעם דיין שליט"א האט מען אויסגעזאגט דעם גאנצן ספר תהלים מיט גרויס התעוררות ,און ס'איז צום האפן אז מ'זאל טאקע האבן אפגעקומען דערמיט ,ולא ישמע עוד ושבר בגבולינו ,ויתקדש שם שמים על ידינו. ■■■ ' מפעל ארץ החיים' גמור קאמפיין גייט אן העפטיג אין בעפארברייטונג צום יומא הילולא קדישא ז' אדר די היינטיגע וואך ,ערב די יומא דהילולא קדישא פון משה רבינו ע"ה ביום ז' אדר הבעל"ט ,פיבערט די הנהלת החברא קדישא מיט'ן גרויסארטיגן "גמור" קאמפיין איינצוקאסירן ביים ציבור דעם 'התחייבות ארץ החיים' .די סטעיטמענטס צו אלע חברי הקהלה זענען ארויס אין דער פאסט ,און די שמשים אין אלע בתי מדרשים זיצן ביי די טישלעך אפצונעמען דאס התחייבות פונעם ציבור .עס איז א הערליך בילד צו זען ווי 'ישראל קדושים נתבעים ונותנים', זעענדיג באשיינפערליך קלאר אז ווען ס'קומט צום עתיד קיום פון די קהלה ,נעמט עס יעדער פערזענליך מיט אן אחריות און מ'איז זיך גרייט צו לאזן קאסטן כפי אשר יושת עליו ,ווייל מ'פארשטייט קלאר און מ'באנעמט אז כל אשר לו יתן בעד נפשו ,ס'איז פאר די אייגענע קהלה ,פאר'ן אייגענעם וואוילזיין ,און פאר'ן עתיד הדורות בדרך ישראל סבא. צום דריטן מאל איז פראקלאמירט געווארן דער ווערדפולער 'ויתן ויחזור' גורל ,צו געווינען 12מאל וואס מ'האט איינגעצאלט פאר'ן התחייבות ארץ החיים. איבעריג ארויסצוברענגען וואס דאס באדייט אין א אידישע שטוב צו געווינען אין אזא אנגעשטרענגטע ערב פסח צייט אזא ריזיגע סומע אין קעש געלט .מאכט זיך דעריבער געווינט 12מאל יעדער דעם איינפאכן חשבון ,אז א התחייבות וואס מ'וועט סייווי צאלן לוינט זיך געוויס יעצט אריינצוכאפן, ווען אין בלויז געציילטע טעג קען מען בעז"ה איינגעמאלדן ווערן אז מפעל ארץ החיים! מ'האט גליקליך געווינען דעם ריזיגן בס"ד ריק צו קויפט אייך איין זכותים מיט דאפעלטע פארדינסטן ר•א ון ב אק ומ דעם סכום וואס איר האט איינגעצאלט חסד של אמת שעושין את החיים ואת המתים געווינט צוריק 12מאל דעם סכום וואס איר צאלט ויחזו קעש גורל ט ויתן • בא צאל ט איי ער ה תח בות יי הונדערטער טויזענטער דאללערס זענען איינגעשפארט געווארן פון אחבנ”י מעמבערס בקהלתינו הק’. שווערע מיליאנען דאללארן זענען אויסגעגעבן געווארן דורך די ח"ק דאס צושטאנד צוברענגן. בעטן מיר אייך בכל לשון של בקשה: האט די הכרת הטוב פאר די געטרייע הנהלה ,וואס ארבעט שווער דאס אהערצושטעלן און באצאלט אייער מינימאלע התחייבות קעש געווינס .די הנהלת החברא קדישא קוקט ארויס בכליון עינים צו אלע וואס האבן נאך ביז איצט נישט אויסגעצאלט זייער התחייבות ,זיי זאלן בהאי יומא דקאגרים פארזיכערן זייער טייל אינעם הבטחת כבוד הנפטרים ,ועתיד קהלתינו הק' ,און פולקאם אויסצאלן זייער התחייבות 'ארץ החיים'. ■ ■ ■ קרית יואל 'חבר אני' מעמערשיפ קאמפיין האלט זיך שוין אט ביים שליסן געווינער אויפן ווערדפולן קהלה פעקעדזש: הר"ר נטע ווייס שליט"א דער גרויסארטיגער 'חבר אני מעמבערשיפ קאמפיין' ,צום שנת העשור להתחדשות הקהלה ,האלט זיך שוין אט ביים שליסן ,און די עסקני הקהלה ארבעטן פיבערהאפטיג אין א לעצטן פרואוו אנצושליסן יעדן איינציגן החונה על דגל מחנה קהלתינו הק' בעיר הצדק קרית יואל יצ"ו ,זאל אריינקומען אינעם כח הרבים בעת נעילת שער. דער גליקליכער געווינער פונעם 'קהלה פעקעדזש' איז שוין געצויגן געווארן ווי געמאלדן ,און אצינד דעם דאנערשטאג ז' אדר הבעל"ט וועט פארקומען דער צענטראלער מעמבערשיפ גורל, צו געווינען 12מאל דעם סכום וואס מען האט איינגעצאלט פאר מעמבערשיפ .אין אנדערע נייעס זענען די פרישע 'מעמבער קארטלעך' שוין אנגעקומען צו אלע אויסגעצאלטע מעמבערס אויף דער ּפאסט ,וואס דאס ערמעגליכט צו געניסן פון זייערע בארעכטיגטע בענעפיטן. הכל הולך אחר החתום -כאפט אריין! ■ ■ ■ התאחדות אברכים ווירבעלט שוין מיט רייכע שיעורים אויפ'ן יו"ט פורים הבעל"ט 'משנכנס אדר מרבין בשמחה' .ווי נאר דער פרייליכער חודש אדר איז אנגעקומען ,האבן די געטרייע עסקני התאחדות אברכים דקהל יטב לב קרית יואל ,וואס ארבעטן אומערמידליך דורכאויס דעם גאנצן יאר להרים קרן התורה בקרב קהלתינו הק', אנגעהויבן אהערצושטעלן א רייע רייכע שיעור יום ראשון שיעורי תורה אלס הכנה צום גרויסן יום א' פר' תצוה פרייליכן יום טוב ,סיי בהלכה און סיי חיים יוסף גאטליב באגדה. ילמוד בעזהשי"ת אצל שיעורו של הרה"ג ר' פארגאנגענעם זונטאג פ' תצוה איז פארגעקומען א הערליכער שיעור אין עניני פורים בהלכה ובאגדה ביים וועכנטליכן בארימטן 'זונטאג שיעור' וואס ווערט פארגעלערנט דורך הרה"ג ר' שליט"א בעניני פורים בשעה 0044אחצ"ה בהיכל טאלטשווא הנהלת התאחדות אברכים בתוככי הקהלה »»2 חיים יוסף גאטליב שליט"א מגיד מישרים בקהלתינו הק', וועלכער איז בארימט מיט זיינע הערליכע גייסטרייכע מתחילין הלכות פורים און באלערנדע שיעורים ,מלא הר"ר משה עמרם הערמאן שליט"א תוכן און מיט א זעלטענעם בשעה 54:8עד 94:8בערב בבית ניעדערמאן געשמאק וואס ציען שטענדיג לעשות כדת היום! א ריזיגן ציבור צוהערער בעלי בתים ואברכים .עקסטער איז געמאלדן געווארן אז ביים בארימטן הלכה שיעור פון הרה"ג ר' משה עמרם הערמאן שליט"א פאנגט מען אן הל' פורים ,און אין די איצטיגע טעג ווערט אהערגעשטעלט נאך פילע שיעורים ,פון וואס דער ציבור בעלי בתים אברכים ובחורי חמד דערקוויקן זיך בתורת ה' תמימה משיבת נפש. בעזהשי"ת אצל שיעורו של הנהלת התאחדות אברכים אין שמחה כשמחת התורה! ■ ■ ■ לאנדאן סוקסעספולער דינער 'מי לה' אלי' פאר מוסדות יטב לב ירושלים געהאלטן ַ ַ ָא ּפ נואם הכבוד :הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א ,דומ"ץ קיט"ל ליע גארדענס וחדב"ן כ"ק מרן רבינו שליט"א הונדערטער אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' בעיר הבירה לאנדאן יצ"ו ,זענען זיך צונויפגעקומען דעם פארגאנגענעם דינסטאג פ' תרומה ,ביומא דהילולא פון מרן הגה"ק בעל קדוי"ט שטאט ,וואו ָ זי"ע ,אין די זאלן פון 'פרדס וויזניץ' אין צענטער פון ראוועט געווארן דער יערליכער דינער פאר 'מוסדות געפ ַ ּ עס איז שטארקן און שטיצן אונזערע אחים ַ יטב לב בירושלים עיה"ק' צו העראאישע שומרי משמרת הקודש אין פלטרין של ָ לדעה ,די דרא ּפען זיך ָאנצוהאלטן דעם דרך ישראל סבא און ַ מלך ,וועלכע דאס ווייטער מנחיל זיין לבניהם ודורותיהם .דער דינער איז ב"ה ָ פאראיבער שטארק סוקסעספול אין אלע הינזיכטן. הרה"ח ר' שמואל משה גפן הי"ו ,חבר הנהלת המוסדות, האט אנגעפירט דעם אווענט בטוב טעם אלס 'יושב ראש'; מפאריסאוו שליט"א האט אויפגעטרעטן בדבר ה' כ"ק אדמו"ר ּ מירושלים; 'נואם הכבוד' איז געווען הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א ,דומ"ץ ביהמ"ד ליע- גארדענס וחדב"ן כ"ק מרן רבינו שליט"א ,וועלכער האט דערביי ג' תרומה • מי לה' אלי • באולמי פרדס איבערגעגעבן א פריסת שלום וברכת קדשו פון מר חמיו מרן רבינו שליט"א; הרה"ח המרומם וואלערשטיין מענדל הרב הי"ו ,מנכ"ל המוסדות ,האט » דער טאג דער טאג « אויפגעשטורעמט די הערצער ביים אחינו שבגולה אחינו שבא"י זאגן דעם 'דבר המוסד'; הרה"ח ר' אליקים געציל ב"ר שלום בערגער בס"ד מקווים לו שלומי אמוני ישראל בארץ ובגולה אויף וועלכער קוקן ארויס בכליון עינים מ'זאל נישט לאזן פאלן דעם חינוך הטהור בירושלים עיה"ק! אין וועלכער וועלן פארפעסטיגן דעם הייליגן קשר און שותפות מיט רבינו הק' זי"ע ומוסדותיו! מוסדות יטב לב דרבינו יואל בירושלים עיה"ק הי"ו ,האט איבערגעגעבן דעם 'דבר ההורים' זייענדיג א תושב ירושלים פאר עטליכע יאר; הרה"ח ר' יעקב משה פעקעטע הי"ו, חבר הנהלת המוסדות ,האט איבערגעגעבן א באעערונגס ּפלעק צו העסקן מו"ה יואל פאלאטשעק הי"ו ,וועלכער ברענגט יערליך אריין הערליכע סומעס לקופת המוסדות דורך זיין פרוכטבארע עסקנות מיט וואס ער איז אויך מחייב אחרים. דאס השתתפות געמאכט ָ ַ אן אויסטערלישער איינדרוק האט פון א געהויבענעם אורח דגול וגדול מקרתא דשופריא ,כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א ,וועלכער האט דעם פארגאנגענעם ווינטער מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו ,מיט'ן ווארפן די ציוניסטישע רעגירונגס-שטיצע פאר זיינע גענצליך ָא ּפ ַ מוסדות; א דרייסטע ַאקט און מסירת נפש'דיגע שריט וואס צווינגט דעם רבי'ן שליט"א צו זיין פאררייזט איבער דער וועלט צו שאפן שטיצע פאר זיינע הייליגע מוסדות וואס פונקציאנירן אזוי הערליך על טהרת הקודש .דער פארזאמלטער ציבור האט מקבל געווען דעם געהויבענעם גאסט מיט טיף-אינערליכע רעספעקט ורגשי הערצה ,און מיט יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו ּ זיין ווארימהארציגע דרשה ,ווי דער רבי שליט"א האט מיט אן אש קודש ערוועקט די הערצער צו שטיצן תורת ארץ ישראל על טהרת הקודש. על חומותיך ירושלים הפקדתי שומרים! ■■■ מאנטשעסטער ראוועט געווארן געפ ַ שיינע סעודת הילולא ּ לע"נ מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע א הערליכע סעודה איז געפראוועט געווארן בתוככי הקהלה אין מאנטשעסטער ,לכבוד דער יומא דהילולא קדישא פון מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע .די סעודה איז געפראוועט געווארן אין ביהמ"ד דקהל יטב לב דסאטמאר ,וואו עס האבן זיך באטייליגט פילע אנשי שלומינו חברי הקהלה תושבי העיר ,באזונדערס האט זיך אנגעזען דאס אנוועזנהייט פון ראה"ק הרה"ח ר' בעריש ווייס שליט"א מיט זיינע קינדער ,און הרה"ח ר' בנימין לעברעכט הי"ו מיט זיינע חשוב'ע קינדער .באלד נאך תפלת ערבית האט דער גאנצער ציבור זיך געוואשן צו דער סעודת מצוה ,וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די הנהלת הקהלה ביד רחבה ,ברוב פאר והדר. דער דומ"ץ הקהלה הגאון הרב מעהלער שליט"א האט פארגעלערנט מדברי תורתו פון בעל ההילולא אין ספר הקדוש קדושת יום טוב ,און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב משה יצחק כהנא שליט"א ,אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון אנטווערפען ,מיט הערליכע סיפורים פונעם בעל ההילולא ,וואס דער ציבור האט אויסגעהערט מיט שטארקע אינטערעסע .מיט'ן זינגען מכתם לדוד איז מכובד געווארן מוה"ר מיכאל בער שווארץ שליט"א ,און דערנאך איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט געהויבענע געמיטער. ■■■ בתוככי הקהלה »»3 ירושלים גרויסארטיגער כינוס חבורות תורה ויראה בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר שליט"א דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש תרומה איז פארגעקומען א גרויסארטיגער 'כינוס חבורות תורה ויראה' וואו עס האבן אנטיילגענומען די פילצאליגע אברכי קהלתינו הק' וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די ראמען פון די וואויל-בארימטע חבורות, וואס זענען געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ,און פונקציאנירן אויפ'ן זעלבן פארמאט ווי די באקאנטע 'חבורות תורה ויראה' אין ניו יארק, מיט'ן מאטיוו צוזאמצוהאלטן די פרחי האברכים אין אן ערליכן היימישן מסגרת אחים גם יחד ,אונטער דער הדרכה פון ערליכע אידן מורי הוראה ויראי ה' מרבים. דער כינוס איז פארגעקומען אין היכל הכולל שע"י ביהמ"ד הגדול ויואל משה ,וואו א הערליכע סעודת מלוה מלכה איז צוגעשטעלט געווארן .הרב שמואל שלמה ווייסהויז הי"ו גבאי התאחדות אברכים ,האט איינגעלייטעט און דערנאך אנגעפירט דעם שיינעם געשעעניש בטוב טעם .דערנאך האט גערעדט הרב ישראל דוב קליין שליט"א ,אליינס איינער פון די ראשי החבורות, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן תועלת הענין; דערנאך האט גערעדט הרב אברהם כהנא שליט"א ,מנהל הרוחני ישיבה לצעירים יטב לב דסאטמאר ירושלים וראש החבורות בעיר בית שמש; הגה"צ דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש איבער דעם ענין פון זיך צוזאמנעמען להתחזק בעבודת ה', אין די היינטיגע שווערע צייטן ובפרט בעבודת שבלב זו תפלה, און דערנאך מעורר געווען זיך צו האלטן דבוק בתורת מרן רבינו הקוה"ט זי"ע ,דבר ה' אשר הי' אל יואל. די יונגעלייט זענען זיך צוגאנגען מלא חיזוק פארצוזעצן ווייטער בדרכי התור"ה והירא"ה ,כפי אשר אתנו מסורה מרבינו הקוה"ט זי"ע ,הנמשכת לנו בגאון ובעוז ע"י כ"ק מרן רבינו שליט"א. ■■■ שיינע יארצייט סעודה געפראוועט לע"נ מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זצ"ל דינסטאג נאכט פ' תרומה ,ערב יומא דהילולא ָ פארגאנגענעם קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זצ"ל ,איז פארגעקומען א שיינע יארצייט סעודה אין בית המדרש הגדול 'ויואל משה' בהשתתפות פון א גרויסן ציבור ,בראשות פון נכדו הגה"צ האבד"ק שליט"א ,וועלכער האט געזאגט הערליכע דברי תורה און ארומגערעדט מפרשת גדולתו וצדקתו פון זיין הייליגן זיידן בעל ההילולא זי"ע ,ובפרט זיין מלחמת הקודש מיט די משכילים און נעעלאגן למיניהם ,אפצוהיטן דעם כרם בית ישראל פון דאס מינדעסטע התחברות לרשעים ,וואס פון דעם דארפן מיר ארויסלערנען וויאזוי צו שטיין ווייט כמטחוי קשת און נאר אזוי קענען מיר מחנך זיין די קינדער בדרך ישראל סבא .דערנאך האט דער רב שליט"א דערציילט שיינע סיפורים ועובדות פון הייליגן בעל ההילולא זי"ע. מיט 'מכתם לדוד' האט דער רב שליט"א מכבד הרה"ח מזקני אנ"ש ר' חיים לייטנער שליט"א ,און מיט ברכת המזון הרה"ח הישיש ר' משה יצחק לעווינגער שליט"א ,משב"ק אצל רביה"ק זי"ע .שפעטער ,נאכ'ן בענטשן ,איז דער רב שליט"א פארבליבן אין ביהמ"ד און ארומגעשמועסט מיט די זקני החסידים סיפורים פון בעל ההילולא ,און דאס געוואלדיגע התקשרות פון רבינו הקוה"ט זי"ע אין זיין הייליגן טאטן מרן הקדושת יום טוב זי"ע ועכי"א. זכר צדיק לברכה! ■■■ אנטווערפן עבידנא יומא טבא לרבנן: הערליכע מסיבת סיום 'מסכת תמורה' ע"י חברי הכולל ערב שע"י קהלתינו הק' דעם פארגאנגענעם מיטוואך פ' תרומה פארנאכטס ,איז אינספירירנדע סעודת מצוה ,לרגל ּ פארגעקומען א הערליכע און דעם יומא טבא לרבנן פון א גרויסן צאל אנשי שלומינו 'סיום מסכת תמורה' וואס איז געלערנט געווארן במסגרת הכולל ערב, בהנהלת הר"ר שלמה מנחם טעלער שליט"א ,ראש הכולל .דער מעמד איז געווען קאמבאנירט אינאיינעם מיט די יארצייט סעודה לע"נ מרן הקדושת יו"ט זצ"ל .דער יושב ראש המעמד איז געווען הר"ר חיים הלל קרויס הי"ו; דערנאך האט דער ראש הכולל הר"ר שלמה מנחם געזאגט דעם הדרן; דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל ברוין ב"ר יעקב יודא דומ"ץ בקהילתנו בק"י שליט"א, מגי"ש בבית מדרשינו ,וועלכער האט ברייט ארומגערעדט איבער דעם כח התורה ,וואס דאס באגלייט א איד אויף יעדן טריט און שריט ,און אז די היינטיגע טעכנעלאגישע אינסטרומענטן זענען א דירעקטן שטער צו לימוד התורה ועבודת ה'. מיט א חרדת קודש האט מען זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פון עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו שליט"א ,דורך א 'לייוו הוק אפ' .דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט וועגן דעם מחצית השקל וואס יעדער איד האט געדארפט געבן ביים בנין המשכן, וואס אנדעם האט מען נישט געקענט בויען דעם משכן כביכול נאר מיט'ן כח הרבים ,און דער רבי שליט"א האט דערמיט מעורר געווען יעדער זאל זיך אנשליסן מיט די 'דמי חבר' פאר די הנהלת הקהלה .אויך האט דער רבי שליט"א פארלאנגט מען זאל זיך צוזאמהאלטן אינאיינעם ,מען זאל קומען דאווענען אין אונזער ביהמ"ד ,אזוי ווי רבינו הקוה"ט זי"ע האט שטענדיג פארלאנגט פון אונז ,און דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ווארימע ברכת הקודש לכל העם הנאספים. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארען הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א ראש הכולל ,און דערנאך איז דער עולם זיך צעגאנגען שטארק מחוזק פון די הערליכע מאמענטן אינאיינעם ,און איבערהויפט פון די דברי חיזוק והתעוררות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א .ווי די עסקנים געבן איבער הייבט מען אן איצט א פרישע מסכתא אין די ראמען פונעם כולל ערב און מ'קוקט ארויס עס זאלן נתוסף ווערן די ספסלי ביהמ"ד מיט פרישע קובעי עתים לתורה ביתר שאת ועוז. כי הם חיינו ואורך ימינו! בתוככי הקהלה »»4 מהנעשה והנשמע בביתו נאוה קודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א | פרשת תצוה מאנטאג תרומה רבינו שליט”א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה .נאכ'ן דאווענען זענען אריינגעקומען העכער 30תלמידים פון חלק ב', וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורת בבא מציא ,זיך צו שטעלן צום פארהער אויפ'ן 'פרק השואל' ,נאך וואס זיי האבן זיך שוין פארהערט מיט עטליכע וואכן צוריק אויפ'ן פרק 'אלו מציאות' .רבינו שליט”א האט אויסגעדרוקט קורת רוחו פון זייערע תשובות קולעים אל השערה, און דערנאך מחזק געווען די תלמידים צו גיין ווייטער מחיל אל חיל, ביז'ן פארענדיגן די גאנצע מסכתא אויף סוף יאר ,קובץ על יד הרבה. ■ נאכמיטאג איז רבינו שליט”א אריבער צו די שמחת שבע ברכות פון החתן בנש”ק שליט”א ,בן הרה”ג ר' יודא הורוויץ שליט”א ,בן כ”ק אדמו”ר ממעליץ שליט”א ,עב”ג כ”ק אדמו”ר מזידיטשויב שליט”א פון לאנדאן. די שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען בבית המחותן .רבינו שליט”א האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות צום חתן און אלע מחותנים .נאכ'ן בענטשן איז רבינו שליט”א מכובד געווארן מיט אלע שבע ברכות ,און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענע רקידה מיט'ן חתן און די מחותנים. ■ אויפדערנאכט איז רבינו שליט”א אריבער מנחם אבל זיין בבית הרה”ח המפו' מו”ה חיים שמואל וואלהענדלער ז”ל ,וואו רבינו שליט”א האט מנחם געווען בניו החשובים הע”י .מ'האט ארומגערעדט איבער זיין געוואלדיגע דביקות און התקשרות אין די פריערדיגע צדיקי הדור און בפרט אין רבינו הקוה”ט זי”ע ,וואס דאס האט אים אלעמאל געהאלטן אין די שווערסטע זמנים. ■ דינסטאג תרומה אין די נאכמיטאג שטונדן האט רבינו האט זיך משתתף געווען ביי דער שמחת שבע ברכות לכבוד העסקן החשוב הרה”ח הנגיד ר' שלמה איגעל הי”ו ,וועלכער שטייט שטארק צוהילף פאר די ישיבה און די מוסדות הק' אין פארשידענע הינזיכטן בעצה ובמעש ,בלב ונפש חפיצה .די שבע ברכות איז צוגעשטעלט געווארן בבית הרה”ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט”א ,חדב”ן כ”ק מרן רבינו שליט”א .דער בעל אכסני' הרה”ג ר' אלעזר שליט”א האט איינגעלייטעט די שמחה מיט פאסיגע דברי תורה לכבוד חתן וכלה און צו באגריסן די חשוב'ע מחותנים, ובפרט דעם חשוב'ן מחותן הטפסר ר' שלמה הי”ו. דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה דער פאטער פון בעל אכסני' ,הרה”ג מוה”ר ליפא טייטלבוים שליט”א ,וועלכער האט משמיע געווען שיינע דברי תורה ודרוש לכבוד די שמחה; דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א; נאכהער האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פונעם מחותן זעלבסט ר' שלמה הי”ו, וועלכער האט זיך שטארק באדאנקט פאר דער גרויסער כבוד וואס מ'האט אים צוגעשטעלט ברוב פאר והדר. דערנאך האט מען זיך צוגעהערט צו די קורצע דברות קודש ודברי ברכה פון כ”ק רבינו שליט”א ,וואס האט ווארעם אנגעוואונטשן חתן כלה זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל ,און דעם מחותן ר' שלמה צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיינע מעשי צדקה וחסד ,מתוך נחת ושמחה. נאך ברכת המזון און זאגן שבע ברכות האט רבינו שליט”א געטאנצט מיט'ן חתן און די מחותנים. ■ דינסטאג אויפדערנאכט האט רבינו שליט”א געפראוועט די סעודת הילולא פון מרן זקינו הק' בעל קדושת יו”ט זי”ע ,אין בית המדרש הגדול ,מיט דער באטייליגונג פון א גרויסן ציבור תלמידים וחסידים וחברי הקהלה .רבינו שליט”א האט זיך געוואשן צו דער סעודת הילולא, פארטיילט שיריים און דערנאך געוואונטשן לחיים פאר כל הקהל הקודש .מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט”א מכבד געווען הרה”ח בנש"ק ר' חיים משה לויפער הי”ו. דערנאך האט רבינו שליט”א משמיע געווען לענגערע דברות קודש מתובל מיט דברי תורה וסיפורי צדיקים פון מרן זקינו בעל ההילולא זי”ע ,ובפרט פון דאס גרויסע דביקות און התקשרות וואס מרן רבינו הקוה”ט זי”ע האט געהאט אין זיין הייליגן טאטן ,און רבינו שליט”א האט אויסגעלאזט מיט ווארעמע ברכות אז זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל להתברך בכל מיני השפעות טובות ,מעתה ועד עולם אמן .מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה”צ אבד”ק זענטא שליט”א. ■ מיטוואך תרומה רבינו שליט”א האט געדאווענט שחרית בין כותלי הישיבה גדולה, בתוככי הקהלה »»5 וואו רבינו שליט”א האט געדאווענט פאר'ן עמוד ,צו דער יארצייט פון מרן זקינו בעל קדושת יו”ט זי”ע. באלד נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מסיבת לחיים אין היכל הגדול 'דברי יואל' אינאיינעם מיט א סיום ששה סדרי משנה וואס די תלמידי הישיבה האבן מסיים געווען לרגל דער הילולא קדישא .מ'האט אריינגעברענגט לעקעך און יי”ש און רבינו שליט”א האט פארטיילט שיריים פאר אלע מרביצי תורה און דערנאך ארויפגעשיקט צו אלע הונדערטער תלמידים כ”י .דערנאך האט רבינו שליט”א משמיע געווען פאר א לענגערע צייט הערליכע דברות קודש ודברי דרוש זייענדיג משלב דעם סיום משניות לעניני דיומא ,און דערנאך האט רבינו שליט”א אנגעהויבן דערציילן העכסט אינטרעסאנטע סיפורים און עובדות וואס ער האט מקבל געווען ממר אביו מרן רבינו הגה”ק בעל ברך משה זי”ע איבער'ן הייליגן בעל ההילולא וואס ער האט מקבל געווען פון זיין טאטן מרן הגה”ק בעל עצי חיים זי”ע .די תלמידי הישיבה האבן אויסגעהערט מיט גרויס דרך ארץ און געשלונגען מיט דארשט די אמרות קודש ואמרין טבין. ■ דערנאך האט מען זיך פארבונדן פון אנטווערפען ,וואו עס איז דאן געפראוועט געווארן א סעודת הילולא אינאיינעם מיט א סיום מסכת תמורה ביי די לומדי כולל ערב ,און רבינו שליט”א האט משמיע געווען ווארעמע דברות קודש דורכ'ן טעלעפאן( .זעט פולער באריכט ביי די קהל'ישע נייעס) ■ דערנאך האט רבינו שליט”א זיך משתתף געווען ביי א מסיבה מיוחדת לטובת מוסדות סאטמאר אנטווערפען ,וואס איז פארגעקומען בבית הרה”ח יצחק שלמה וויינשטאק הי”ו .רבינו שליט”א האט מפאר געווען בראש המסובים פאר א שטיק צייט און אנגעוואונטשן מברכות קדשו צו אלע תומכים ובפרט צום בעל אכסני' להתברך בכל מילי דמיטב. ■ מיטוואך נאכט האט זיך רבינו שליט”א ארויסגעלאזט אויף א בליץ באזוך קיין לאס אנדזשעלעס אויפן איינלאדונג פון הרבני הנגיד החסיד מוה”ר בערל ווייס הי”ו מחשובי אנ”ש ,אין באגלייטונג פון אן ענגע דעלעגאציע אנשי שם מחברי וראשי קהלתינו ומוסדותינו הק', ה”ה אחיו הגה”צ רבי ליפא שליט”א אבד”ק זענטא ,הרה”ח ר' משה פריעדמאן שליט”א משב”ק ,הרה”ח ר' שאול פערלשטיין שליט”א ,און עטליכע מקורבים ונאמני ביתו. שוין מיטוואך פארמיטאג איז ארויסגעפארן פון פאראויס הרה”ח ר' שמואל טייטלבוים שליט”א משב”ק מרן שליט”א און מוה”ר אהרן הערש פריינד הי”ו חבר וועד הפועל דמוסדותינו הק' ,צוצוגרייטן אז דער באזוך און די מסיבה לטובת מוסדותינו הק' זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה ובכבוד הראוי. ■ איידער דער רבי שליט”א האט זיך ארויסגעלאזט צום קענעדי לופט פעלד איז ער געווען מסדר קידושין ביי ביי דער שמחת החתונה פון המחותנים הרה”ח ר' משה לייב מייזעלס הי”ו און הרה”ח ר' אהרן פריעדמאן הי”ו ,מנאמני בית רבינו שליט”א ,וואס איז פארגעקומען אין תקנות-זאל פרדס פיגא; און אויך ביי דער שמחת נישואין פון המחותנים הרה”ח הנגיד ר' אהרן גבריאל הויער הי”ו און הרה”ח הנגיד ר' שמשון מארמארשטיין הי”ו ,חבר הנהלת המוסדות ,וואס איז פארגעקומען אין זאל פון ויואל משה. דערנאך איז דער רבי ארויס געפארן צום לופט-פעלד ווי ער איז אפגעווארט געווען דורך די האומלענד סעקיוריטי באאמטע וועלכע האבן פארזיכערט אז דער רבי זאל קענען גלייך אדורגיין די פארמאליטעטן געשווינד און מיט'ן מאקסימום דרך כבוד ,און דערנאך ארויפבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז'ן פליגער און באגלייטונג פון העסקן מוה”ר אברהם יעקב פריעדמאן הי”ו ,דער ליעזאן פונעם חרדישן אידנטום צו דער האומלענד סעקיוריטי. דער רבי שליט”א מיט די פמליא זענען אנגעקומען קיין לאס אנדזשעלעס קרוב לחצות לילה ,און זענען אפגעווארט געווארן אין לופט פעלד דורך א גרופע פון חסידים וידידים פון לאז אנדזעשעלס, אין שפיץ פונעם בעל אכסניא ר' בערל הי”ו ,וועלכער האט אריינגעפירט דעם רבי'ן שליט”א מיט זיין אויטא אין שטאט אריין צו זיין בית ועד לחכמים ,וואו דער בעל אכסני' האט צוגעשטעלט א שיינער מסיבת לחיים לכבודו פון רבינו שליט”א וואס האט אויך געדינט אלס אן ענגער מעמד קבלת פנים פאר רבינו שליט”א ופמלייתו. דאנערשטאג תרומה דאנערשטאג צופרי איז דער רבי שליט”א געגאנגען דאווענען תפלת שחרית אין בית המדרש בית יהודה ,וואו עס איז צונויפגעקומען א גרויסע צאל אידן תושבי העיר מיטצוהאלטן א ראש חודש דאווענען צוזאמען מיט רבינו שליט”א .דער רבי שליט”א האט פארגעדאווענט הלל לפני התיבה און מיט תפילת מוסף איז נתכבד געווארן הגה”צ אבד”ק זענטא שליט”א. נאך שחרית איז פארגעקומען א גאר נאבעלער מעמד קבלת פנים וסעודת ראש חודש אין זאל העכער דעם ביהמ”ד בית יהודא, בהשתתפות קהל גדול מחשובי תושבי העיר ,וואו עס איז סערווירט געווארן א גאר ברייטע סעודה גדולה כיד המלך ,צוגעשטעלט דורכן איניציאטיוו פונעם בעל אכסניא הנגיד החסיד ר' בערל הי”ו. ביים מעמד קבלת פנים האט זיך אנגעזען די רבני ופרנסי העיר, צווישן זיי הרה”ג רבי אברהם חיים הלברשטאם שליט”א אבד”ק רודניק, און הרה”ג רבי אברהם יושע לעוו שליט”א ,הרה”ג רבי עזרא שוחט שליט”א ראש ישיבת אהל חנן חב”ד ,הרה”ג רבי אליעזר גרויס שליט”א ר”מ בישיבה גדולה ,הרה”ג רבי יעקב קראוס שליט”א מנהל בת”ת תורת אמת ,הרה”ג רבי יוחנן העניג שליט”א ראש הכולל יחיאל יהודה, הרה”ג רבי חיים צפתמאן שליט”א ראש הכולל ד'לאס אנדזשעלעס, הרה”ג רבי שמחה אוללמאן שליט”א מנהל חדר לאס אנדזשעלעס, הרה”ג רבי שלמה קליין שליט”א רב דקהל אור החיים ,אויך האט זיך דערביי משתתף געווען כ”ק אדמו”ר מניקלשבורג שליט”א וואס האט זיך פארגאנגענע וואך געפינען צוגאסט אין לאס אנדזשעלעס .אויך די תלמידי מתיבתא ד'לאס אנדזשעלעס זענען געקומען מיטהאלטן דעם מעמד קבלת פנים ,און זענען דורכגעגאנגען שלום געבן פאר'ן רבי'ן שליט”א. דער דער רבי שליט”א האט זיך נישט געוואשן ביי די סעודה ,אבער האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד היום ,ארומרעדנדיג איבער'ן בתוככי הקהלה »»6 גרויסקייט פון טאג ר”ח אדר אריינפלעכטנדיג דברי התחזקות פון וואס די ארטיגע אידן האבן זיך דערקוויקט כמים קרים על נפש עיפה. נאכן קבלת פנים איז דער רבי שליט”א אהיים אין די אכסניא בבית הנה”ח ר' בערל הי”ו וואו דער רבי שליט”א האט טועם געווען פת שחרית צוזאמען מיט'ן בעל אכסניא הי”ו ,וואו דער רבי שליט”א א לענגערע צייט פארברענגט מיט ר' בערל הי”ו. שפעטער איז דער רבי שליט”א אינאיינעם מיט אחיו אבד”ק זענטא געגאנגען אפגעבן א באזוך בביתו פון ש”ב הרה”ג רבי אברהם חיים הלברשטאם אבד”ק רודניק ,וואו עס האט זיך פארצויגן א גאר הערליכער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים ,און גלייכצייטיג איז ארומגעשמועסט שיינע זכרונות איבער די סיגוטער משפחה. ארום 2:30נאכמיטאג איז דער רבי שליט”א מיט די פמליא געגאנגען באזוכן אין ת”ת חדר ד'לאס אנדזשעלעס ,וואו דער רבי שליט”א איז ענטפאנגען געווארן ביראת הכבוד דורך די חשובע מלמדים און טייערע צאן קדשים .צום ערשט האט מען געדאווענט מנחה ברוב עם ,און נאכדעם איז פארגעקומען א קבלת פנים פאר'ן רבי'ן שליט”א וואו די קינדער האבן געזינגן פאסיגע ניגוני שמחה לכבוד המאורע. דער מנהל הרב ר' שמחה אוללמאן שליט”א האט דערביי מיט גרויס התרגשות באגריסט דעם רבי'ן שליט”א מיט פאסיגע דיבורים. צווישן זיינע ווערטער האט ארויסגעברענגט פאר די קינדער אז דער גאנצער עקזיסטענץ פון די תלמוד תורה איז צום פארדאנקן מרן רבינו הקדוש רשכבה”ג מסאטמאר זי”ע ,וואס ער האט געשריבן א מכתב התחזקות פאר הרבני הנגיד החסיד מוה”ר משה ווייס ז”ל און אים מעודד געווען צו גרינדן די תלמוד תורה ,דעריבער איז א גרויסע שמחה אז סאטמארער רב שליט”א דער ממלא מקום פון רבי'ן זי”ע איז אהערגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. דערנאך האט דער רבי שליט”א משמיע געווען דברות קודש פאר די קינדער ,און האט דערביי נישט באהאלטן זיין באגייסטערונג אז מ'זעט ב”ה אין די ווייטע לאס אנדזשעלעס אזעלכע לעכטיגע אידישע תשב”ר מיט א חן דקדושה און מיטן צלם אלוקים ,ארויסברענגענדיג אז איצט ווען דער ביהמ”ק שטייט נישט ,איז אין יעדע מקום וואו עס איז דא א תלמוד תורה און א ישיבה איז דאס בבחינת בית המקדש ,און דעריבער דארפן די קינדער זען זיך אויפצופירן בקדושה וטהרה ,נזהר זיין בשמירת הדיבור ,שמירת הלשון ,שמירת המחשבה ,שמירת עינים, און לערנען די תורה הק' מיט אן התמדה ובשקידה ,למען תלמד ליראה את אלוקיך. נאך די דברות קודש האט הנה”ח ר' בערל הי”ו שליט”א גאר הארציג באגריסט דעם רבי'ן שליט”א .זיך באציענדיג צו די ווערטער פונעם מנהל האט ער ארויסגעברענגט אז ער איז טאקע געווען פון די ערשטע תלמידים פון דעם תלמוד תורה ,און האט אין קורצן פארצילט די השתלשלות פונעם גרינדונג פון די תלמוד תורה ,און האט מזכיר געווען בשבחו פון עטליכע רבנים און בעלי בתים וואס זענען שוין בעלמא דקשוט ,וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן מיט מסירת נפש פאר'ן ערליכן חינוך און המשכת הדורות אין לאס אנדזשעלעס. נאכדעם זענען אלע קינדער אריבער כבני מרון און דער רבי שליט”א האט געטיילט שיריים פאר אלע מלמדים און תשב”ר. פון דארט איז דער רבי שליט”א געגאנגען באזוכן די מתיבתא ד'לאס אנדזשעלעס ,וואו בנו היקר פון הנה”ח ר' בערל הי”ו הרה”ג ר' יואל שליט”א איז איינער פון די ראשי ישיבה .ביים באזוך אין מתיבתא האט זיך אויך באטייליגט הרה”ג רבי יוחנן העניג שליט”א ראש הכולל יחיאל יהודה. דער רבי שליט”א האט דארט געזאגט קורצע דברי התחזקות פאר די תלמידי המתיבתא ,זיך שטעלנדיג אויף וואס די חז”ל זאגן 'משנכנס אדר מרבין בשמחה' אבער מיט וואס צו פארמערן די שמחה דאס זאגן זיי אונז נישט .האט דער רבי נאכגעזאגט פון חתם סופר אז מ'טרעפט צוויי ערליי שמחות ביי מצות ומעש”ט ,ווען מ'פאנגט אן צו טון די מצוה ,און ווען מ'ענדיגט די מצוה ,אבער ביידע זענען נישט קיין שלימות'דיגע שמחה ,ווייל ווען מ'הייבט אן צו טאן א מצוה איז פשט אז ביז יעצט האט מען גארנישט געטון ,און ווען מ'ענדיגט א מסכתא איז די שמחה נישט בשלימות ווייל די שאלה איז וואס מ'גייט טון ווייטער .ביים בנין המשכן איז אבער געווען א שמחה בשלימות. ביז יעצט האט מען געבויט דעם משכן און פון יעצט און ווייטער גייט מען אנפאנגען טון די עבודה .ראש חודש אדר איז אויך אין די בחינה. א סיום אויף די עבודת הקרבנות פונעם פריערדיגן יאר ,און אן התחלה אויפן קומענדיגן יאר .קומט אויס אז ר"ח אדר איז אויך מרמז אויף ביידע א סיום אויפן יאר ביז יעצט און א קבלה חדשה אויפן נייעם יאר ווי ביים בנין המקדש ,דעריבער דארפן די בחורים זען אויסצונוצן די צייט ווי עס ברויך צו זיין און זיך פארנעמען מיט פרישע קבלות אויף ווייטער. אויך דא האט דער רבי שליט”א אויסגעדרוקט זיין באגייסטערונג צו זען טייערע חסידי'שע בחורים אשר הכרת פניהם ענתה בהם כי זרע ברך ה' המה ,און ער האט זיי אנגעוואונטשן גאר ווארעמע ברכות לרוב. דערנאך איז דער רבי שליט”א צוריקגעגאנגען צו די אכסניא וואו ער האט במשך פון עטליכע שטונדן אויפגענומען תושבי העיר צווישן זיי פילע נגידים ותומכים וועלכע זענען זיך געקומען געזעגענען ביי רבינו שליט”א בקו”פ .דער שטראם האט אנגעהאלטן ביז בערך ניין אזייגער אווענט ווען מ'האט מפסיק געווען צו דאווענען מעריב בבית האכסניא. ■ נאכן אויפנעמען דעם ציבור האט רבינו שליט”א אנגערופן טעלעפאניש צו העסקן מו”ה אברהם יעקב פריעדמאן הי”ו וואונטשן מזל טוב צו דער שמחת בר מצוה פון זיין זון הב’ שלמה ני”ו. ■ תפילת מעריב האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה”ג אבד”ק רודניק שליט”א לעילוי נשמת זקינו הגה”ק רבי ברוכ'ל מגארליץ זצוק”ל ,וואס דער יאצייט פאלט אויס ב' דראש חודש אדר .נאך מעריב האט זיך דער רבי שליט”א געוואשן צו די סעודת ראש חודש צוגעשטעלט דורכן בעל אכסניא ,וועלכער איז געווען געווידמעט לטובת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג ,און הנה”ח ר' בערל הי”ו האט ספעציעל געלאדענט אן ענגע צאל קרואי מועד ,בעלי בתי'שע אידן פון די שטאט ,וועלכע האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן די סעודה צוזאמען מיט רבינו שליט”א. אויך דא האט דער רבי שליט”א משמיע געווען גאר טרעפליכע דברות קודש לכבוד היום. אינמיטן די סעודה האט דער רבי שליט”א איבערגעגעבן פאר'ן בעל אכסניא הנה”ח ר' בערל שליט”א א גאר טייערע ווערדפולע מתנה ,דעם בתוככי הקהלה »»7 ערשטן באנד פונעם ספה”ק דברי יואל וואס מרן רבינו הקוה”ט זי”ע האט דערין געלערנט לאנגע יארן מדי שבוע בשבוע .בשם דעם רבי'ן שליט”א האט מוה”ר אהרן הערש פריינד הי”ו פארגעליינט א בריוו פון הרה”ח ר' מאיר דייטש שליט”א ווי ער באשטעטיגט בחתימת ידו דאס חשיבות און היסטארישקייט פון דעם הייליגן ספר דברי יואל. רבינו שליט”א האט אינעם ספר צוגעשריבן בכתי”ק עטליכע שורות לכבודו פון הנה”ח ר' בערל הי”ו און לכבוד אביו הרבני הנגיד החסיד ר' משה ז”ל ,וועלכער איז געווען מקושר בקשרי נימין ובעבותות אהבה מיט מרן רבינו הקדוש זי”ע און מיט אביו מרן הגה”ק בעל ברך משה זי”ע .נאכדעם האט דער רבי מכבד געווען דעם בעל אכסניא מיט ברכהמ”ז על הכוס אבער ר' בערל האט דאס צוריק איבערגעגעבן פאר רבינו שליט”א. עס איז שוין געווען גאר שפעט ביינאכט ווען הנה”ח ר' בערל הי”ו האט ארויסגעפירט דעם רבי'ן שליט”א צום לופט פעלד פון וואו דער רבי שליט”א מיט די גאנצע פמליא זענען אפגעפלויגן צוריק קיין ניו יארק ,וואו זיי זענען בשעטו”מ אנגעקומען אין קענעדי לופט פעלד פרייטאג צופרי ,לשמחת לב תלמידי וחסידי סאטמאר פון אומעטום. ■ שבת פ' תרומה פרייטאג צו נאכטס ביים שלחן הטהור איז געפראוועט געווארן די שמחת השלום זכר פון בן הנולד למזל טוב ביי הרה”ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי”ו ,משמש דקהלתינו. בצפרא דשבתא איז געפראוועט געווארן די שמחות באווארפן פון די פאלגענדע חתנים :החתן נחום בן הרה”ח הנגיד מוה”ר אברהם בער יאקבאוויטש הי”ו ,יו”ר ועד הפועל דקהלתינו ,עב”ג בת הרה”ח ר' ישראל מאיר וואלדמאן ע”ה; החתן בן הרב גדלי' טייטלבוים הי”ו עב”ג בת הרה”ג ר' יעקב יודא ברוין שליט”א ,דומ”ץ ביהמ”ד תהלות יואל שע”י קיט”ל קרית יואל; החתן שלמה אהרן בן הר”ר מנחם מאיר יאקאבאוויטש הי”ו ,עב”ג הר”ר ראובן יוסף האללענדער הי”ו; החתן יואל בן הר”ר זעליג מייער הי”ו ,עב”ג בת הר”ר יצחק מנחם ליכטענשטיין הי”ו ,משב”ק אצל מרן רבינו הגה”ק בעל ברך משה זצ”ל; החתן עמרם בן הרה”ח ר' לייבוש בלוי הי”ו ,עב”ג בת הרה”ח ר' שלמה צלא הי”ו. דער רבי שליט”א איז נאכן דאווענען אריין אין פאליש קידוש מאכן און אפגעבן דעם מזל טוב פאר די חתנים און די חשובע מחותנים הי”ו .אנקומענדיג לביתו נאוה קודש האט רבינו שליט”א אנגעוואונטשן פאר החתן אהרן לייב בן הר”ר יצחק שמעון וויעדער הי”ו ,בן הרה”ח ר' מרדכי דוד וויעדער משב”ק ,עב”ג בת הר”ר יעקב געשטטעטנער הי”ו פון מאנסי ,וועלכע האט עולה געווען לתורה בביהמ”ד ברך משה זענטא ■ מוצאי שב”ק פ' תרומה רבינו שליט”א איז אריבערגעפארן קיין קרית יואל זיך משתתף זיין ביי דער גרויסארטיגער דינער פון די ישיבה גדולה ,וואס איז פארגעקומען אין ביהמ”ד הגדול ויואל משה דקהל יטב לב ,בהשתתפות פון א ריזיגן ציבור אנשי שלומינו תושבי הקרי'. הרה”ג ר' ישעי' מייזעלס שליט”א ,ר”מ בישיבתינו הק' איז געווען יו”ר המעמד; הרה”ג ר' מאיר שפיץ שליט”א ,אבד”ק ביסטריץ, איז געווען נואם הכבוד און דערנאך האט רבינו שליט”א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש ,ארויסברענגענדיג בתוך דבריו דעם אויסערגעווענליכן עול וואס ליגט אויף די הנהלת הישיבה צו דעקן די החזקת הישיבה ,און עס איז אן אחריות אויף יעדן איינעם ארויסצוהעלפן אין דער עבודת הקודש. דערנאך איז רבינו שליט”א אריבער לבית האכסני' וואו רבינו שליט”א איז פארבליבן ביז צומארגנס זונטאג נאכמיטאג. ■ זונטאג תצוה רבינו שליט”א האט געדאווענט תפלת שחרית מיט די תלמידי הישיבה קטנה חלק ב' אינעם בנין המוסדות אויף לארקין דרייוו ,און תפלת מנחה האט רבינו שליט”א געדאווענט מיט די יונגערע תלמידים פון ישיבה קטנה חלק א' וואס איז קווארטירט אין ביהמ”ד ספינקא. ■ כ”ק האדמו”ר ממשכנות הרועים שליט”א פון ארה”ק איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט”א ,בבגדי שבת שטייענדיג אינמיטן די ימי השמחה אשר במעונו ,דער משכנות הרועים רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון נכדו החתן שליט”א ,אינאיינעם מיט'ן מחותן הרב יוסף ברוך יונגרייז שליט”א ראש הכולל סאטמאר מאנסי .עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים און דערנאך האט רבינו שליט”א אנגעוואונטשן די חשוב'ע געסט מברכותיו הטהורות. ■ אויפדערנאכט איז רבינו שליט”א געווען מסדר קידושין ביי דער שמחת נישואין פון החתן בן הרה”ח הנגיד מו”ה אברהם בער יאקאבאוויטש הי”ו ,יו”ר ועד הפועל דקהלתינו וחבר הנהלת הישיבה, עב”ג בת הרה”ח ר' ישראל מאיר וואלדמאן ע”ה ,וואס איז פארגעקומען אין זאל פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג. ■ דערנאך איז רבינו שליט”א אריבער צו דער שמחת שבע ברכות בבית הרה”ג ר' חיים יודא פריעדמאן שליט”א ר”מ בישיבתינו ,וואס איז פארגעקומען בבית גיסו הרה”ג ר' הערשל לעווי שליט”א. שפעטער אויפדערנאכט איז רבינו שליט”א צוריקגעגאנגען צו דער שמחת נישואין פון החתן בן הרה”ח מוה”ר אברהם בער יאקאבאוויטש הי”ו .דער בארימטער בדחן הרה”ח ר' פנחס מרדכי וועבער הי”ו ,האט אויפגערופן רבינו שליט”א מיט דברי חרוזין ,און דערנאך האט רבינו שליט”א געטאנצט מצוה-טאנץ לפני הכלה ,און דערנאך מיט'ן מחותן הרה”ח ר' אברהם בער הי”ו ,און רבינו שליט”א האט איבערגעלאזט מברכותיו הטהורות ער זאל קענען ווייטער פארזעצן מיט זיינע מפעלים כבירים מתוך נחת ושמחה וכל מיני השפעות טובות ,אמן. ■ בתוככי הקהלה »»8 ברכת מזל טוב ברכת מזלא טבא ,מעמקי דלבבא ,לידידינו היקרים ,אנ"ש הנכבדים, מנכבדי מתפללי בתי מדרשינו המפוארים ,שמם הטוב מפוארים לרגל שהשמחה במעונם ביהמ"ד הגדול • •הרב נחמן שטויבער שליט"א לרגל נישואי נכדתו למז"ט • •הרב אברהם פוקס שליט"א לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו חבר וועד הפועל דקהלתינו לרגל נישואי בנו החתן נחום למז"ט • •מו"ה בנציון שווארטץ הי"ו לרגל הולדות נכדתו התאומים למז"ט • •מו"ה משה אברהם גרינפעלד הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה מענדל מאיר גליק הי"ו לרגל נישואי נכדתו למז"ט • •מו"ה יעקב פאזנער הי"ו לרגל ארוסי נכדתו ולהולדות נינו למז"ט • •מו"ה אברהם יעקב פערלשטיין הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • •מו"ה ארון לייב סטרלאוויטש הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • •מו"ה אהרן יוסף לאנדא הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה יעקב יוחנן פילאפף הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • •מו"ה שמואל יצחק פאזנער הי"ו לרגל ארוסי בתו למז"ט • •מו"ה גדלי' טייטלבוים הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה מענדל מאיר יאקאבאוויטש הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה אביעזרא זעליג מייער הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה מרדכי דוד ווידער הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • •מו"ה בנציון אלימלך פאלאטשעק הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה שאול הכהן רובין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • •מו"ה משה יונתן גרינפעלד הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה יעקב יצחק אייזיק לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה יצחק מרדכי פאללאק הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט קיטל אברכים זופניק • •מו"ה אהרן אלעזר אראן הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט קיט"ל טרופ עוו. • •הר"ר ישראל משה מאשקאוויטש הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה שמואל היימליך הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה שרגא אבא ברייער הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה אהרן גרשון ענגיל הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה יצחק שטויבער הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • •מו"ה משה הערש רייזמאן הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • •מו"ה שמואל דוד זעליגפעלד הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • •מו"ה שמעי' שלום גרינפעלד הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • •מו"ה מיכל וויינגארטן הי"ו לרגל ארוסי בתו למז"ט • •מו"ה יצחק שמעון ווידער הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה דוד לעהווינזאהן הי"ו לרגל הולדות התאומים למז"ט • •מו"ה מרדכי לאנדא הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • •מו"ה אברהם משה קאהן הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • •מו"ה נטע שלום מאיר פירטה הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט • •מו"ה מרדכי ענגיל הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט קיט"ל בניני יאקאבאוויטש ליע גארדנס • •מו"ה חיים הערש פריעדמאן הי"ו לרגל הולדות נכדו למז"ט • •מו"ה שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • •מו"ה שמואל בראך הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה יוחנן גרין הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה הערשל פישער הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • •מו"ה פישל מיללער הי"ו מגבאי בביהמ"ד לרגל ארוסי בתו למז"ט • •מו"ה יואל ברוך ווייס הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט קיט"ל אוהל פיגא סאוט 8סט. • •מו"ה יוסף מרדכי ווינער הי"ו מגבאי בביהמ"ד לרגל ארוסי בנו יואל ברוך למז"ט • •מו"ה ראובן יוסף האללענדער הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט • •מו"ה חיים משה בראך הי"ו לרגל ארוסי בנו למז"ט בתוככי הקהלה »»9 ברכת מזל טוב • •מו"ה יעקב בנציון ווייס הי"ו • •מו"ה בנציון שניטצער הי"ו • •מו"ה יושע אפרים לעווי הי"ו לרגל הולדות התאומים למז"ט לרגל הולדות נכדו למז"ט לרגל הולדות נכדו למז"ט • •מו"ה מנחם זאב גאנדל הי"ו קיט"ל בארא פארק לרגל הולדות התאומות למז"ט • •מו"ה חיים צבי שוויממר הי"ו • •מו"ה יואל בר"י שטערן הי"ו • •מו"ה עוזר פריעדמאן הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט • •מו"ה אהרן הערש וויינבערגער הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט לרגל הולדות הנינים התאומים למז"ט לרגל הולדות בתו למז"ט • •מו"ה דוד עהרנטאהל הי"ו • •מו"ה ליפא שוויממער הי"ו • •מו"ה שמעון דוב פעקעטע הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט לרגל הולדת הנכדים התאומים למז"ט לרגל הולדות בנו למז"ט • •מו"ה אהרן ראזענבערג הי"ו • •הרב שמואל בנימין לויפער הי"ו • •מו"ה אהרן דוד סאלינסקי הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה אפרים אביגדור היימאן הי"ו • •מו"ה פינחס אלימלך ווייסמאן הי"ו לרגל נישואי נכדתו למז"ט לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה משה יודא פאלאטשעק הי"ו • •מו"ה חיים צבי לעפקאוויטש הי"ו לרגל הולדות בתו למז"ט לרגל הולדות בנו למז"ט • •מו"ה יואל פאזען הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט • •מו"ה יצחק וויינבערגער הי"ו לרגל נישואי בנו למז"ט • •מו"ה מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו לרגל אירוסי נכדו למז"ט • •מו"ה וואלף שווארטץ הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה שלמה אליעזר מייזעלס הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • •מו"ה יעקב פסח גרינבערג הי"ו לרגל נישואי נכדו למז"ט לרגל הולדות בנו למז"ט • •מו"ה שמעון יחזקאל גראס הי"ו לרגל הולדות בנו למז"ט קיט"ל אנטווערפן קיט"ל קרית יואל • •מו"ה שמואל מרדכי דרעזנער הי"ו • •הרב יעקב יודא ברוין שליט"א לרגל הולדות נכדתו למז"ט • •מו"ה יעקב משה פעקעטע הי"ו מו"ץ דקהלתינו לרגל נישואי בתו למז"ט לרגל הולדות נכדו למז"ט • •הרב אלעזר אלימלך שטערן שליט"א • •מו"ה שמואל מאיר שטויבער הי"ו לרגל הולדות נכדתו למז"ט קיט"ל מאנטריאל • •מו"ה עמרם ווידער הי"ו לרגל נישואי בנו הבה"ח יודא צבי ני"ו למז"ט • •מו"ה יוסף משה פריעד הי"ו לרגל אירוסי בנו למז"ט • •מו"ה זלמן לייב שווארטץ הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט לרגל הולדות נכדו למז"ט יהי רצון מלפני אבינו שבשמים ,שישלם להם משכורתם בכפליים ,משמחה זו ישפע שפע רב מלוא חפניים ,שפע ברכה והצלחה משמי מעונים, רב נחת דקדושה לאורך ימים ושנות חיים ,כה יתן וכה יוסיף אלף פעמים ,חסדי ה' לעולמי עולמים . המברכים באהבה השמחים בשמחתם ועד הנהלת הקהלה • גבאי ושמשי בתי מדרשנו שיעורי תורה לכבוד חג הפורים בביהמ"ד הגדול שיעור כללי הלכות פורים הרה"ג ר' משה ארי' ליבערמאן מגילת אסתר שליט"א הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' מח"ס סייעתא דשמיא מוצש"ק בשעה • 9:00בהיכל הפאליש יום ראשון 12:00בצהרים • בבית שני צו באקומען די אויסגאבע אויף בליץ-פאסט שיקט אן אימעיל צו[email protected] : SFI A Fully vertical approach to trade finance [email protected] Sponsored By: Project: YF MARKETING | 718.514.6717 בתוככי הקהלה » » 10
© Copyright 2024